ראובן בן יעקב - א שווארצע שעפעלע?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

ראובן בן יעקב - א שווארצע שעפעלע?

שליחה דורך צפת »

מיין ידיד, א חשוב'ער יונגערמאן וואס האט נישט קיין ניק אויף קאווע שטיבל, האט מיר שטארק געבעטן אז איך זאל ארויפלייגן דעם פאלגענדן ארטיקל אויף קאווע שטיבל, צוזאגנדיג אז דאס וועט זיין א שטארקע תועלת פאר יעדן איינעם דאס דורכצוליינען.

לויט ווי אזוי ער טענה'ט, האט ער באקומען דעם ארטיקל אין פארעם פון א "פתקא מן שמיא", א בריוו וואס "ראובן בן יעקב" האט צו אים פערזענליך געשריבן, און דאס איבערגעלאזט פאר אים אין זיין ספר'ל וואס ער לערנט דערין שטענדיג. ראובן איז אים דאן געקומען אין חלום און צוגעזאגט, אז ווער עס וועט לערנען דעם בריוו, זאגט ער אים צו אז ער וועט נישט געשעדיגט ווערן דורכאויס דעם גאנצן יאר.

איך טוה דעריבער דעם שליחות פון מיין חבר, און איך לייג דא ארויף דעם בריוו לתועלת הכלל והפרט.

דערביי ווענדט זיך מיין חבר צו אלע ליינער, אז ווער עס האט פראגעס אויף דעם בריוו, הגהות און-אזוי-ווייטער, קען ער דאס דאהי שרייבן, און ער זאגט צי איבערצוגעבן די שאלות צו ראובנ'ען אליין, און ער וועט ענטפערן תשובות וואס וועט דא נתפרסם ווערן. איר האט דא דערביי די געלעגנהייט צו שמועסן מיט ראובן בן יעקב אליין, און הערן פון אים מער איבער זיין פערזענליכקייט.

נוצט אויס די געלעגנהייט!
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

Re: ראובן בן יעקב - א שווארצע שעפעלע?

שליחה דורך צפת »

די שווארצע שעפעלע

מיין לעבן און שאפן אלס בכור און ערשטע אויף די רייע פון די שבטי יה

ראובן בן יעקב

בכור הבנים
דאס בין איך, ראובן, די ערשטע אויף די רייע פון די שבטי-קה, די עלסטע זוהן פון מיין טאטע און מאמע, באקאנט אלס ראובן בן יעקב.

מיין טאטע, אויב ווייסט איר נישט, איז געווען דער פאטער און הויפט פון א גרויסע מאנארכיע. אונטער זיך האט ער פארמאגט פיר פרויען, צוועלעף זוהן, פיל קנעכט און דינסטן, בהמות מיט בעלי-חיים און אסאך רייכטומען. דאס איז אויסער דעם וואס ער האט פארמאגט א גרויסער אנהענגערשאפט פון מענטשן, וואס האבן געזען אין אים זייער גייסטישער מנהיג און פירער.

אין געווענליכע אומשטענדן וואלט דאס באדייט, אז איך בין דער אנגעצייכנטער יורש-עצר פון מיין פאטער, דער וואס איז אנגעגרייט איבערצונעמען די גאנצע מלוכה, איינער וואס וועט עווענטואל זיין דער הויפט פון די משפחה און דער גייסטישע פירער פון דער פאלק וואס האלט זיך אצינד אינמיטן פארמירן, דער קומענדיגער אויף די רייע, נאך אברהם יצחק און יעקב.

אבער דאס האט נישט פאסירט.

איר וואונדערט זיך פארוואס? – דאס איז א לאנג פארצויגענער פרשה, נישט צו דערציילן אויף איין פוס. זעצט אייך אוועק מיט געדולד, וועל איך אייך אביסל דערציילן מער וועגן מיר, און איר וועט אביסל פארשטיין ווער איך בין און ווי אזוי מיין לעבן איז געגאנגען אביסל אנדערש ווי איך האב זיך געראכטן.

געבוירן בטעות
דאס בין איך ראובן, דער עלסטער קינד ביי מיין טאטע'ן און ביי מיין מאמע'ן.

איך בין דער וואס האט געמאכט מיין פאטער פאר א טאטע, און מיין מוטער פאר א מאמע, אנפילנדיג זייער לעבן מיט גליק און פרייד. מיין טאטע איז שוין אלט געווען דעמאלס איבער די פערציג יאר און צום ערשטן מאל פון זיין לעבן האט ער געשפירט וואס דאס הייסט צו האלטן א קינד און אים האלדזן אין די אייגענע ארעמס. דערמיט האב איך געשאפן א נייע קאפיטל אין דאס לעבן פון מיינע עלטערן, פארוואנדלנדיג זיי אלס גליקליכע טאטע און מאמע.

ווערט אבער נאכנישט אזוי שנעל איבערגענומען פון פרייד. די שמחה איז אפשר געווען גרויס אין די אויגן פון מיין מאמע, וועלכע האט זיך געטשאטשקעט מיט מיר און געזען אין מיר א טרייסט צו אירע פראבלעמען. מיט מיין טאטע'ן איז אבער אנדערש געווען, ער האט מיר נישט אנגעקוקט באמת ווי זיין עלסטע קינד, ער האט געווארט אויף עפעס אנדערש.
דאס עלסטע בין איך טאקע געווען אין סדר פון מיינע ברידער, אבער נישט אין חשיבות. דארט איז געווען גאר אן אנדערן חשבון.

איר דארפט נעמען אין באטראכט, אז דאס גאנצע שידוך מיט מיין מאמע איז געווען אזא בדיעבד. אין די אויגן פון מיין טאטע'ן, איז דאס געווען א מיאוס'ער טעות וואס האט זיך געשאפן, נאך וואס מיין זיידע האט אים אויסגענארט און אים אריינגעדרייט מיט מיין מאמע'ן. ער האט בעצם געוואלט חתונה האבן מיט מיין מומע, רחל,. אזוי האט ער זיך אויסגענומען מיטן זיידן לבן און פאר איר האט ער געארבעט זיבן יאר אין די פעלדער פון מיין זיידן. למעשה האט דער זיידע איר פארטוישט מיט זיין עלטערע טאכטער, טענה'נדיג אז מען קען נישט איבערהיפן אויף זיין עלטערע טאכטער. הערשט נאך די חתונה, ווען מיין פאטער האט געזען אין וואספארא פלאנטער מען האט אים דא איינגעזאלצן, איז ער בדיעבד איינגעגאנגען דערויף, אז מען וועט שוין בלייבן אזוי, אז מיין מוטער לאה, וועט זיין א פרוי ביי מיין טאטע'ן.

נאך די חתונה האט ער ווידער חתונה געהאט מיט די מומע רחל, איר האט ער זייער ליב געהאט, ער האט איר געהאלטן פאר די עיקר פרוי. אין פאקט איז ער געשלאפן מיט איר אין איין געצעלט און ער האט געהאפט אויפצושטעלן מיט איר א גאנצע אימפעריע פון קינדער. מיין מאמע איז בלויז געווען נאך א זייטיגע פרוי, וואס האט זיך געפינען אין דאס לעבן פון די פאמיליע.

נו, ווייסט איר דאך געוויס ווי אזוי עס גייט צו אין די סארט פעלער, אזוי ווי די וועלט זאגט "דער מענטש טראכט און גאט לאכט". די מומע רחל איז נישט באשאנקען געווארן מיט קיין קינדער. טראץ איר שיינעם חן און איר שטענדיגע שמייכל, האט זי נישט באוויזן צו פארשוואנגערן און איז געבליבן קינדערלאז.

ממש דעמאלס בין איך געבוירן געווארן, צו די אומגעהויערע פרייד פון מיין מאמע'ן. ווען זי האט געזען אז זי האט יא באוויזן פארשוואנגערט צו ווערן, אנדערש פון איר שוועסטער, און עווענטואל געבוירן איר בכור, האט זי געשפירט ווי איר כבוד ווערט עטוואס געראטעוועט. זי קען דאס וואס איר שוועסטער קען נישט, אצינד פארמאגט זי שוין א זוהן צו איר מאן, בשעת איר שוועסטער, דאס ליבלינג רחל, איז דערווייל פארבליבן קינדערלאז. דאס האט געמיינט זייער אסאך פאר מיין מאמע'ן.

אלס נאמען האט מיין מאמע אויסגעקליבן פאר מיר "ראובן", זאגנדיג, "כי ראה ה' בעניי, כי אתה יאהבני אישי" – דאס איז געווען איר האפענונג, אז אצינד וועט זי איבערנעמען דעם אויבן-אן פון די משפחה, און איר שטאנד אין שטוב וועט אויפגעראכטן ווערן צום גוטן.

איר מיינט אוודאי אז דאס איז געווען א נייער נאמען, וואס מיין מוטער האט ענפינדן ספעציעל פאר מיר. עה? – דאס איז געווען אן אלטער כנעני'שער נאמען, עס איז אפילו פארהאן א שטאט מיטן נאמען "אבן בוהן בן ראובן" – דער שטאט איז שוין גערופן געווארן נאך א געוויסער כנעני מיטן נאמען "בן ראובן". דער נאמען איז שוין דאן געווען א ברייט-באקאנטער. מיין מאמע האט פשוט גענוצט דעם נאמען, וויבאלד זי האט געזען אין דעם נאמען א רמז צו איר מצב און צו איר האפענונג צו דערהייבן איר ראנג אין די פאמיליע.

ס'איז נישט געגאנגען אזוי לייכט. מיין טאטע יעקב האט נאכאלס געהאפט צו האבן אסאך קינדער דווקא פון איר אנדערע פרוי רחל, און ער האט ממשיך געווען צו זען אין מיין מאמע'ן אלס נידריג-ראנגיקער פרוי, און נאטורליך האט ער אויך אין מיר נישט געזען זיין עיקר בכור. יא, ער האט מיר געהאלטן, זיך געשפילט מיט מיר, אבער ער האט נישט געשפירט צו מיר דאס וואס א געווענליכער טאטע שפירט צו זיין עלסטער זוהן, זיין בכור.

די משפחה פארברייטערט זיך
יארן זענען פאריבער, די מאמע האט געבוירן נאך עטליכע קינדער, מיינע ברידער שמעון, לוי, יהודה, און שפעטער אויך דינה, יששכר און זבולון. בשעת די מומע איז פארבליבן קינדערלאז. איר קענט זיך פארשטעלן, מיר זענען געווען א מחנה מיט לעבעדיגע קינדער, בשעת די מומע רחל איז געבליבן איינזאם און קינדערלאז. אין שטוב האבן מיר אלעס געטון, ארויסגעהאלפן און אונטערגעהאלטן דעם טאטע'ן און זיך כסדר געדרייט ארום אים.

צוביסלעך האט מיין טאטע אנגעהויבן צו טוישן זיין בליק אויף מיין מאמע מיט איר פאמיליע. ער האט אנגעהויבן איינצוזען אז זיין עתיד איז דווקא ביי די פרוי וועמען ער האט פון אנהויב פארפיינטעט. ביי איר האט ער געזען זיינע קינדער, זיין עתיד, וועמען ער וועט לאזן ירש'נען זיין ירושה, די קנעכט און דינסט, ווי אויך די ירושה פון מיין זיידן לבן. ער האט דאס אנגעהויבן צו פארשטיין און אנגעהויבן צו שפירן א נאנטשאפט צו מיין מאמע מיט אירע קינדער.

פאר די מומע רחל האט שטארק פארדראסן דעם פאקט, אז זי האט פארלוירן איר שטאנד אין די משפחה, און אנשטאט דעם האט דער טאטע יעקב אנגעהויבן צו שפירן א נאנטשאפט מיט איר שוועסטער, לאה. זי איז געווען זייער צובראכן דערפון, אבער אויב איז דאס נישט גענוג געווען, האט זי אפילו נישט געהאט צו וועמען צו רעדן דערוועגן. אמאל אין א געלעגנהייט, ווען זי האט זיך אויסגערעדט צו איר מאן, האט זי געשפירט אז ער איז נישט מיט איר מער, ער שפירט נישט איר צער און ס'גייט אים נישט צופיל אן. ער האט זיינע קינדער פון זיין אנדערע ווייב, און דער פאקט אז זי האט נישט קיין קינדער, באדערט אים נישט צופיל.

נישט האבנדיג קיין ברירה, האט די מומע גענומען איר דינסט, געגעבן פארן טאטע'ן, און זי האט אים געבוירן קינדער, וואס דאס האט די מומע אויפגעהאדעוועט. דער שריט האט עטוואס צוריקגעברענגט דעם כבוד פון די מומע אויף די ריכטיגע שינעס – כאטש נישט אזוי שטארק ווי אמאל.

פארוואס דערצייל איך אייך דאס אלעס? – איר זאלט אביסל פארשטיין די אטסמאספערע פון אונזער שטוב, וואו מיר זענען אויפגעוואקסן, וואס עס האט זיך דארט אפגעשפילט און ווי אזוי מיינע קינדערישע יארן זענען פאריבער.

דער סדר העולם גייט, אז ווען א מענטש ווערט באשאנקען מיט זיין עלסטע קינד, זעט ער אינעם קינד א טרייסט, א פרייד, דאס קינד איז זיין גאנצער לעבן און נחת. אפילו שפעטער ווען ער פארמאגט שוין נאך קינדער, וועט שטענדיג די עלסטע קינד זיין דאס ליבלינג, דער קינד וואס האט אים געמאכט פאר א טאטע, ער וועט אים אלעס געבן און אלעס טון פאר אים.

אנדערש איז אבער געווען ביי מיר. ווען דער טאטע האט זיך געכאפט אין זיין טעות, אז זיין עיקר שטוב וואס ער פארמאגט איז גאר די מאמע'ס שטוב מיט אונז, געשוויסטער, האט שוין די מאמע געהאט עטליכע קינדער, און ביים טאטע'ן אין די אויגן זענען אלע געווען גלייך. דער טאטע האט קיינמאל נישט געזען אין מיר א בכור אדער אן עלסטע קינד. ער האט באטראכט די קינדער מיט א דורכגרינטליכן בליק, וועלנדיג אויסקלויבן צווישן די קינדער, ווער עס וועט זיין די דאמאנטירנדער זוהן, וואס וועט איבערנעמען זיין גאנצער אימפעריע וואס ער בויט זיך במשך די יארן.

איך בין נישט פאררעכנט געווארן אין זיינע אויגן אלס דער בכור פון די קינדער.

דודאים בשדה
פארט, וועלנדיג צו נישט, האב איך געטראגן די לאסט אין שטוב אלס בכור.

שוין זייענדיג א יונג קינד האב איך געשפילט א וויכטיגע ראלע אין די אינטימישע לעבן פון מיינע עלטערן. געווען איז דאס ווען איך האב געפינען אויפן פעלד דודאים, די פרוכטבארע געוואוקס וואס מאכט זיך פרוכטבארן, און מיין מומע רחל האט געבעטן פון מיין מאמע'ן אביסל פון די דודאים. די מאמע האט איר דעמאלס געענטפערט מיט כעס, "דודאים ווילסטו, זיך צו פרוכטבארן? – דו האסט דאך צוגענומען מיין מאן! – ער שלאפט דאך מיט דיר יעדע נאכט... גיי פרוכטפאר דיר מיט אים..." די מומע האט איר אפגעענטפערט, אז פון איר זייט קען די מאן טאקע קומען צו איר שלאפן... אבי זי זאל אוועקגעבן עטוואס פון די דודאים זיך צו פרוכטבארן.

דאס געשעפט איז געמאכט געווארן. די מומע האט באקומען די דודאים און מיין מאמע האט באקומען איר מאן – דעם טאט'ען.

וואס אין אמת'ן געזאגט, האט דאס שטארק געבאדערט פאר מיין טאטע. אהיימקומענדיג פון פעלד האט ער זיך דערוויסט אז מען האט אים פשוט פארקויפט, אזוי ווי א זאק קארטאפל. אונטער זיינע פלייצעס האבן די צוויי פרויען פארהאנדלט איבער דעם מאנ'ס געלעגער פאר אביסל דודאים... אזא ביליגקייט, אזא שאנדע. ער האט זיך געשפירט שטארק געטראפן דערפון.

פארט האט דער טאטע גארנישט געזאגט, און שווייגנדיגערהייט איז ער אריינגעגאנגען אין מאמענ'ס געצעלט. זי האט אים שוין דארט אפגעווארט און צוגעגרייט איר געלעגער ווי עס פאסט פאר אזא גאסט.... די רעזולטאטן האבן נישט געשפעטיגט צו קומען – נאך א קינד איז שוין געווען אויפן וועג.

דאס איז געווען די ערשטע מאל וואס איך בין געווען פארמישט אין מיינע עלטערנ'ס אינטימישע ענינים, אבער עס איז נישט געווען די איינציגסטע מאל.

מיין שוועסטער אין געפאר
לאמיר זיך נישט לאזן נארן, איך בין נישט געווען די געלונגענסטער פון מיין משפחה. מיינע אנדערע ברידער זענען געווען אסאך שנעלער און אקטיווער פון מיר. איך בין געווען געלאסענער און עס האט מיר געפעלט עטוואס כאריזמע. נו, וואס זאל איך טון, ס'איז דען אן עבירה צו זיין אומגעלונגען?

מיינע ברידער זענען געווען אסאך שארפער און מעכטיגער. צוזאמען זענען זיי געווען ממש א פאלק, א אומזיגבארע גרופע. איר ווייסט? – ס'איז געווען אמאל אין די משפחה א פאל, בשעת דער הערשער פון שכם האט בא'עוול'ט די משפחה און פארגוואלדיגט אונזער שוועסטער דינה. די משפחה איז געווען אויפגעברויזט ביז גאר, שמעון און לוי האבן זיך ארויסגעלאזט אויף די יארכע, אונטערגענומען אן אקציע און דערמארדעט די גאנצע שטאט. וואו בין איך געווען? – איך בין דאך די עלסטע ברודער, ניין? – מען האט מיר פשוט ארויסגעלאזט, איך בין נישט געווען דאס... מען האט מיט מיר נישט געקענט רעדן איבער אזעלכע אקציעס.

פון יהודה וועלן מיר שוין נישט רעדן. ער איז געווען דער גאנצער קנאקער אין די משפחה. ער האט זאגאר געהאט די גרעסטע השפעה איבער אלע ברידער. אבער דאס איז נישט קיין קונץ, דער טאטע האט אים אונטערגעשטיפט און צוגעשטימט צו וואס ער האט נאר געזאגט. פארפאלן, דער טאטע האט אים ליב געהאט מער פון יעדן, ער האט אים פאראויסגעשטיפט און יעדער האט דאס געזען. נו, וואס זאל איך טון אז איך בין נישט אזוי געלונגען ווי זיי?

מיינט נישט אז איך בין געווען אינגאנצן א נאר. עה, ווייט פון דעם. זייענדיג די עלסטע קינד אין די משפחה, האב איך אויך געהאט אויפגאבעס וואס עלסטע קינדער האבן. געוויסע אחריות זענען געלעגן אויף מיר, און פארשידענע זאכן האב איך געשפירט אז עס ליגט אויף מיר. פארקערט, פיל מאל האב איך געזען און אנערקענט אז מיינע ברידער ווערן פארשלעפט און מיינען אז זייענדיג א געלונגענע כאפטע צוזאמען, קענען זיי טון וואס זיי ווילן. פיל מאל זענען זיי פארפארן און איך האב עס געשפירט.

נעמט טאקע אלס ביישפיל די געשיכטע פון מיין שוועסטער דינה אין שכם. צי האלט איר נישט אז מיינע ברידער האבן געהאנדלט איבערגעאיילט? – זיי האבן פשוט אויסגעפאפט א שטאט און נישט געהאלטן ווארט, נאך וואס זיי האבן איינגערעדט די מענטשן אז דאס גאנצע וואס מען פארלאנגט פון זיי איז, זיך מל צו זיין, כדאי צו זיין פונקט ווי די בני-יעקב. גייען מיינע ברידער, זיי פאפן אויס די שטאט און נוצן אויס א געלעגנהייט ווען זיי זענען שוואכליך, און הרג'ענען אויס דעם גאנצן שטאט? - דאס איז נישט יושר. מיין טאטע האט זיכער אזוי געהאלטן און ער האט טאקע פארגעהאלטן מיינע ברידער דערויף.

איך געדענק נאך ווי היינט, ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט, ווען מיינע ברידער זענען געקומען מיט פילע אייזלען און דאס געפענגעניש פון שכם, צוגעקייקלט איינער צום אנדערן. איך געדענק נאך אפילו די קרעכצערייען פון די פרויען מיט די קינדער, וועלכע זענען געגאנגען קרעכצנדיג און וויינענדיג נאך זייערע מענער און באקאנטע, וועמען מיינע ברידער האבן אזוי בארבאריש דעראבעוועט. די פרויען און קינדער זענען אוועקגעריסן געווארן פון זייער וואוינארט פון א מינוט אויפן צווייטן, זיי האבן פארלוירן זייערע ליבע, זייער פארמעגן און הייזער. אצינד האבן מיינע ברידער זיי גענומען אלס דינסט און טייל פון זיי האט מען עווענטואל פארקויפט פאר אנדערע הערן אלס דינסט און די קליינע קינדער אלס קנעכט. פארוואס? - ווייל דער זוהן פון דער האר פון שטאט, האט זיך פארליבט אין אונזער שוועסטער.

דער אמת איז, אז איך בין נאכנישט געווען אזוי משוכנע אז מען האט איר אפילו פארגוואלדיגט. עס איז גאר מעגליך אז זי האט גאר געוואלט חתונה האבן מיט אים, זי האט דאך פארט ליב געהאט ארויסצוגיין צו די מארק פון שכם און פארברענגען דארט די צייט. אבער דאס האט נישט צוריקגעהאלטן מיינע ברידער זיך אויפצופירן אגרעסיוו און אויס'הרג'ענען דעם גאנצן שטאט, מיט אירע קינדער, נעמענדיג דאס גאנצע פארמעגן פאר זיך.

דאס איז אבער נישט געווען דאס איינציגסטע מאל וואס זיי זענען פארפארן פונעם גלייכגעוויכט און געהאנדלט אגרעסיוו.

איך האב עטליכע פראבירט צוריקצוהאלטן זייערע אקטן, שפירנדיג אן אחריות אויף מיינע יונגערע ברידער. אבער וואס זאל איך טון אז איך בין נישט אזוי שארף ווי זיי, איך פארמאג נישט די השפעה וואס מיין ברודער יהודה פארמאגט, און נישט אלעמאל קען איך באווייזן אויסצופירן דער פליכט וואס ליגט אויף מיר אלס עלסטער קינד.

מיין ברודער אין געפאר
איר געדענקט געוויס, וואס עס האט זיך אפגעשפילט מיט מיין ברודער יוסף, דער קליינער ברודער צווישן אונז. יוסף האט זיך כסדר געטריצט מיט די ברידער, אז ער איז רחל'ס זוהן – וועמען דער טאטע האט ליב געהאט מער פון די מאמע'ן, און ווען ער האט געזען אז מיט אונז האט ער נישט וואס צו רעדן דערוועגן, האט ער פראבירט צוצושלעפן די בני-השפחות אויף זיין זייט, און אינאיינעם שאפן א פאראיין און א כח קעגן אונז, די בני-לאה, און אינאיינוועגס זיך דערקלערן אלס הערשער איבער די בני-השפחות. נאכמער; ער איז כסדר געקומען מיט זיינע חלומות און מעשיות, וועלנדיג ארויסברענגען זיין חשיבות, און נאך וואס ער האט כסדר פראבירט צו פארשווארצן די ברידער אין די אויגן פונעם טאטע'ן.

ווען דער מאס האט זיך שוין איבערגעפילט, האבן די ברידער באשלאסן פטור צו ווערן פון אים איינמאל פאר אלעמאל...

איך האב דעמאלס פראבירט צו ראטעווען מיין ברודער. איך האב זיך געבעטן ביי זיי אז זיי זאלן נישט פארגיסן קיין אומשולדיג בלוט, אבער עס איז נישט געווען צו וועמען צו רעדן... קוים מיט צרות האב איך אויסגע'פועלט אז מען זאל אים כאטש אריינווארפן אין איינע פון די גרובער אויפן ארט, אבער מען זאל אים נישט טויטן מיט די בלויזע הענט. קוים מיט צרות האבן זיי מסכים געווען דערצו.

נו, וואס מיינט איר? – זיי האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט, ווען איך האב געדארפט אוועקפארן און גיין צום טאטע'ן, דעמאלס האבן זיי אים פארקויפט אלס קנעכט. איך האב נישט די שטארקייט און מאכט איבער מיינע ברידער, איך טוה כאטש וואס איך קען.

ווען איך בין צוריקגעקומען און געזען אז יוסף געפינט זיך נישט אין גרוב, האב איך א פארצווייפלטער געשריגן, "הילד איננו ואני אנא אני בא" – איך האב געוואוסט אז די מעשה וועט שטארק אויסמאכן ביים טאטע'ן, און אויב האב איך געהאט עפעס האפענונג אז מיין טאטע זאל אנצייכענען אויף מיר אלס דער בכור און יורש פון זיין גרויסן פארמעגן, און אלס דער וואס וועט איבערנעמען דעם גרויסן אימפעריע וואס ער לאזט איבער, האב איך דא פארלוירן יעדן סארט האפענונג דערצו.

איך בין טאקע גערעכט געווען. היינט קען איך זאגן בפה מלא, אז די מעשה פון מכירת יוסף און דער פאקט אז איך בין דארט געווען און דאס נישט געקענט צוריקהאלטן, האט מיר שטארק שאדן געמאכט אין די אויגן פון מיין טאטע. זיין געפיל איז געווען, אזוי ווי איינער זאגט, "וואס ביסטו ווערד? – אלס עלסטער קינד האסטו נישט געקענט צוריקהאלטן די געשיכטע פון פאסירן? – דאס איז דיין ווערט?" - פון דעמאלס און ווייטער האט דער טאטע געקוקט אויף מיר מיט א ביליגקייט און זלזול. עס האט מיר זייער וויי געטון.

מיט יארן שפעטער, ווען מיר ברידער זענען אראפגעפארן קיין מצרים צו קויפן עסן אין דעם הונגער יאר, איז שמעון געפאנגען געווארן ביים ארטיגן הערשער, וועלכער האט אים נישט געוואלט ארויסנעמען פון דארט ביז מיר ברענגען אים בנימין. איך האב געשפירט אן אחריות צו באפרייען שמעון, און אויך צו ברענגען נאך עסן אין שטוב. איך האב דעמאלס פראבירט צו בעאיינפלוסן מיין טאטע אז ער זאל לאזן בנימין מיטגיין, אבער ער האט נישט געוואלט. איך האב אים דעמאלס געזאגט אז איך בין גרייט צו לאזן טייטן מיינע צוויי קינדער, אויב בנימין קומט נישט צוריק.

דער טאטע האט אויף מיר א קוק געטון מיט שפאט, אויסרופנדיג, "מיינע אייניקלעך זענען דען נישט קיין קינדער"? – למעשה, וואס האב איך דען געזאגט אזוי שלעכט?! – איך האב סך-הכל געוואלט ארויסברענגען מיין גרייטקייט און ווי שטארק איך וועל היטן אויף אים, אז איך בין גרייט אלעס אוועקצוגעבן דערפאר. אבער אזוי גייט עס, אז מען האט איינעם ליב, וועט ער האבן חן אפגעזען וואס ער וועט נאר טון, און אויב קוקט מען אויף איינעם קרום, וועט עס גארנישט העלפן, וואס ער זאל נאר טון, וועט עס זיין א קרומע זאך.

למעשה איז יהודה געווען דער וואס האט בעאיינפלוסט דעם טאט'ען, און אויף זיין אחריות איז בנימין געפארן. יא, איך האב דאס שוין לאנג געוואוסט, אז יהודה'ן האט דער טאטע מער ליב, ער גלויבט אים מער און קוקט אים אן אלס מער געלונגענער מענטש ווי מיר. נו, וואס זאל איך טון?

אפשר קענט איר מיר ערקלערן, וואס האב איך אנדערש געזאגט פון יהודה? – איך האב גענומען ערבות און איינגעלייגט מיינע צוויי קינדער, חנוך און פלוא, און יהודה האט גענומען ערבות, נישט איינלייגנדיג גארנישט. אים האט מען אויסגעהערט און מיר נישט.

איך האב דאס שוין לאנג געוואוסט, אז איך קעגן מיין ברודער בין גארנישט ווערד.

דער טאטע אויף דער עלטער
ווי לאנג מיר זענען נאך געווען אין חרן, איז נאך געווען א האלבע צרה. דער קאנקערענץ צווישן די ווייבער איז געווען ברייט באקאנט צווישן די קינדער, און מיר פלעגן זיך אונטערשמייכלען דערפון. צווישן די ברידער האט אויך געהערשט עטוואס א קאנקערענץ, אבער נישט אפענערהייט, קיינער האט נישט געוואגט דאס אויפצוברענגען אויף די לעפצן. דערווייל איז נאך דער טאטע דא געווען מיטן גאנצן מאכט און מיר אלע זענען געווען אונטערטעניגט אונטער אים און געהאט פאר אים גרויס דרך-ארץ. אביסל האט יוסף פראבירט זיך צו גרויסן איבער אונז, אבער מיר זענען פטור געווארן פון אים, און אים פארקויפט אלס קנעכט. וואו געפינט ער זיך היינט? – איין באשעפער ווייסט!

איינמאל מיר זענען אוועקגעגאנגען פון חרן האט זיך אלעס געטוישט. דער טאטע האט אנגעהויבן צו ווערן א שוואכלינג. איר פארשטייט, אין חרן האט ער זיך נישט געדארפט שלאגן מיט קיינעם, איז ער געווען א קעניג. פלוצלינג איז אים אנטקעגן געקומען זיין ברודער עשו, זיין הויפט קאנקערענץ, דארט האט ער אנגעהויבן צו ווייזן שוואכקייטן. א דערשראקענער האט ער זיך ארומגעדרייט צווישן זיינע ווייבער און קינדער, זיי צעטיילט אויף מחנות, געשיקט איבערבעטונגס מתנות פאר זיין ברודער. ער איז שוין מער נישט געווען דער שטארקער און פעסטער מענטש פון פריער.

שפעטער איז אונטערגעקומען די מעשה מיט דינה. דער טאטע איז געשטאנען דארט מאכטלאז, ער האט געהערט וואס שכם מיטן טאטע'ן חמור האבן אים צו זאגן און ער האט גארנישט געאגירט דערויף. אונטער זיין נאז זענען געקומען מיינע צוויי ברידער, נעמענדיג דאס געזעץ אין די אייגענע הענט און אפגע'מל'עט א גאנצע שטאט, זיי ברענגענדיג צו טויט.

דער טאטע איז געווען גארנישט קעגן זיי. ער האט נישט געקענט טון מער ווי זיי פארהאלטן דערויף, אויף וואס זיי האבן אים געענטפערט מיטן "הכזונה יעשה את אחותינו"?
שפעטער האבן זיך אויפגעוועקט די ארומיגע שכנים, וועלכע האבן נישט געקענט אראפשלינגען דעם פאקט אז מען האט אויסגע'הרג'עט א גאנצע שטאט. זיי זענען געווען זייער אויפגעברויזט אויפן טאטען און אויף אלע קינדער, אין די לופטן האט שוין געשמעקט פון פולווער, עס האט זיך געשפירט אז עפעס ערנסט גייט דא קומען. דער טאטע האט א דערשראקענער באשלאסן אוועקצופארן פון דארט, איידער עס איז צו שפעט. ער האט אין איילעניש געטוישט זיין נאמען אויף "ישראל", אז ער זאל נישט נאכגעפאלגט ווערן פון די ארומיגע שכנים.

אין אנדערע ווערטער; די שטארקייט פונעם טאטע'ן איז שוין געווארן א פארגאנגענהייט, עס האט זיך שוין געענדיגט זיינע גוטע צייטן, ווען ער איז געווען א מלך און מען האט זיך געקענט פארלאזן אויף אים מיט פארמאכטע אויגן.

ירושה פארמעסטונגען
זעהענדיג אז דער טאטע איז שוין מער נישט אין דינסט, האבן זיך אנגעהויבן די שטילע רייבערייען צווישן די ברידער. די שאלה איז געווען "מי בראש"? – ווער וועט איבערנעמען די פאזיציע פונעם פאטער און הערשן אויף דער מאכטפולע אימפעריע?

אלע סימנים האבן ארויסגעוויזן אז יהודה וועט דאס מאכן. דער טאטע האט אים געשטופט אלע יארן, ער איז געווען די מערסטע מאכטפול צווישן די ברידער. בנימין האט נאך געהאפט אז מען וועט נאך איין טאג אפירזוכן זיין ברודער יוסף, און זייענדיג פון די בני רחל, וועט ער באקומען די מאכט. איך פון מיין זייט האט אויך נישט פארטראגן אז מען מעקט מיר גראד אזוי אראפ פון די מאפע, אמער, איך בין דער בכור – ניין?

זייענדיג אין צווייפל האב איך געטון דאס וואס אסאך האבן געטון אין אזא פאל. אין די וועלט איז באקאנט, אז ווער עס שלאפט איבער מיט די פלגשים פונעם פריעדיגן קעניג, דער איז דער יורש און ממלא-מקום. אזוי האט אבשלום געטון שפעטער, ווען ער האט געוואלט ווייזן פאר כלל-ישראל אז ער האט איבערגענומען די מלוכה פון זיין טאטע'ן דוד, אז ער האט איבערגעשלאפן די ווייבער פון זיין פאטער; אויך אדניה בן חגית האט געוואלט שלאפן מיט אבישג השונמית, וועלנדיג ווייזן אז ער איז דער קעניג; אזוי האט אויך אגעטון אבנר בן נר, שלאפנדיג מיט רצפה בת איה, דער פלגש פון שאול המלך, און אזוי איז באקאנט אויך להבדיל ביי די גוי'אישע קעניגן און זייערע קינדער.

וועלנדיג זיך פארזיכערן די מלוכה אין די משפחה, נאך וואס מיין טאטע איז שוין שוואך געווארן, און זייענדיג דער בכור פון אלע קינדער – א זאך וואס קומט זיך מיר מיט רעכט, בין איך געגאנגען און גענומען בלהה, מיין טאטע'ס פלגש, און געשלאפן מיט איר. רעדט אייך נישט איין אז איך האב איין מינוט געמיינט די תאוה דערפון. דאס איז געווען א פראקטישע זאך, פשוט, זיך צו פארזיכערן די קעניגרייך אין די משפחה.

פון מיין קוק-וואונקל איז די זאך געווען מותר. עס איז נישט קיין גילוי עריות, וויבאלד בלהה איז נישט געווען א אמת'ע פרוי פון מיין טאטע, זי איז בלויז געווען א דינסט וואס האט געטון וואס מען האט איר געהייסן, און צוליב געוויסע סיבות האט זי געוואוינט מיט מיין טאטע. אויסער דעם איז דאס דאך געווען פאר מתן תורה, עס איז נאך געווען מותר און עס האט נישט געהייסן קיין איסור דאס צו טון. איך האב געשפירט אז עס איז ריכטיג און גוט דאס צו טון, און אזוי האב איך געטון.

היינט וויל מען דאס שוין פארדעקן און זאגן אז איך האב עס קיינמאל נישט געטון. מען ענטפערט פארשידענע תירוצים דערויף, למשל אז איך האב זיך בלויז אריינגעמישט אין די אינטימישע אנגעלעגנהייטן פון מיין טאטע'ן, און נאך וואס ער האט אריינגעלייגט זיין בעט אין די געצעלט פון בלהה, האב איך עס ארויסגענומען פון דארט און דאס אריינגעלייגט אין די געצעלט פון מיין מאמע'ן (שוין דאס צווייטע מאל וואס ראובן מישט זיך אריין אין די סארט אינטימישע ענינים...), דעריבער ווערט דאס פאררעכנט כאילו איך בין ממש געשלאפן מיט איר... אבער וואס מיינט איר? – פארוואס זאגן חז"ל אז די מעשה זאל מען בלויז ליינען און נישט מתרגם זיין – ווייל איך האב גארנישט געטון? – אוודאי האב איך געטון... איך האב אבער געהאט מיינע כוונות דערביי.

איך וועל אייך זאגן נאך שענער. אין די ערשטע יארן נאך די מעשה, האט קיינער נישט געקלערט אנדערש, נאר אז איך האב עס געטון. אין דער ספר "צוואת השבטים", וואו מען ברענגט אראפ די צוואה פון יעדן פון אונז ברידער - וואס מיר האבן געזאגט פארן שטארבן און איבערגעגעבן ווייטער פאר אונזערע קינדער און אייניקלעך – האט מען אריינגעלייגט ווערטער אין מיין מויל, כאילו איך האב זיך באצויגן צו די פרשה מיט בלהה. דארט שרייבן זיי כאילו איך האב געזאגט פאר די קינדער, אז מען זאל זיך דערווייטערן פון זנות און עבירות, ווייל איך האב צוליב דעם פארלוירן מיין גאנצע בכורה, מלכות מיט כהונה. זיי מאכן דערפון א לענגס און א ברייטס, געבנדיג דעם רושם אז איך בין דער גרעסטער בעל-עבירה און צוליב דעם טאר איך נישט האבן קיין בכורה. אין אנדערע ווערטער, לייגן זיי ארויף א גרויסן איקס אויף מיר און מיינע אייניקלעך, אז מיר זענען די זינדיגע שבט וואס זענען נישט ווערד צו קיין חשוב'קייט.

אין דעם ספר, וואס איז געשריבן געווארן מיט א ריינע מטרה צו דעקן די אגענדעס פונעם שרייבער, דערציילן זיי מיין געשיכטע מיט אלע איינצלהייטן.

לויט ווי זיי לייגן דאס אראפ, איז דאס געשען ווען די משפחה האט געוואנדערט פון ארט צו ארט, ווען די מוטער רחל איז געשטארבן און בלהה איז געווען זייער צובראכן דערפון. פון גרויס צובראכנקייט האט זי זיך אנגע'שיכור'ט, כדאי צו פארשטארקערן איר גייסט. ווען עס איז געקומען ביינאכט, האב איך געזען פון א באהאלטענע פלאץ ווי אזוי בלהה וואשט זיך אפ און איך האב געגליסט צו איר שיינקייט. שפעטער ביינאכט בין איך אריין אין בלהה'ס געצעלט און וויסנדיג אז זי איז שיכור האב איך דורכגעפירט די זינד מיט איר. בלהה האט פון גארנישט געוואוסט, זייענדיג נישט ביי זיך פון שכרות.

די מעשה וואלט געדארפט פארבלייבן א סוד, ווען נישט א הימלישע מלאך איז געקומען צו מיין פאטער און אים דערציילט פון די גאנצע געשיכטע. מיין פאטער האט גארנישט רעגירט דערויף, אבער זינט דעמאלס האט ער מער נישט צוגערירט צו בלהה.

דער ספר "צוואת השבטים" שפינט ווייטער די געשיכטע, און ער דערציילט ווי אזוי איך בין דעמאלס קראנק געווארן פאר זיבן חדשים און כמעט געשטארבן דערפון, אין צוגאב האב איך באקומען א וואונד אויף מיין דיכט ביז יעקב האט מתפלל געווען פאר מיר און מיר געראטעוועט פון טויט. איך זאג דעריבער אן מיינע קינדער צו שטיין ווייט פון זינד.

דער שרייבער פון דער ספר, פראבירט מיט אלע כוחות צו שפינען זיינע אגענדעס, אריינלייגנדיג ווערטער אין מיין מויל, וואס איך האב יא אדער נישט געזאגט. לויט דער ספר, זאג איך פאר מיינע קינדער, אז מיט די זינד האב איך פארלוירן די בכורה, פאר יוסף וועלכער האט זיך געשטארקט אויף זיין יצר-הרע, און אפילו די מצריים האבן אים אנגעטרינקען און האבן אים געגעבן געווירצן וואס פארשטארקערט ליבשאפט, האט ער זיך נישט אומגעקערט צו די פרוי און ער איז געבליבן הייליג.

שפעטער אינעם ספר, לייגט ער ווידער אריין ווערטער אין מיין מויל, בשעת איך זאג אנגעבליך פאר מיינע קינדער, אז מען זאל אויסהערן לוי'ן מיט יהודה, וויבאלד זיי זענען די מלכים און די אטאריטעטן פון די שבטים.

דערמיט וויל דער שרייבער פארשטארקערן מיין שאנדע און זיכער מאכן אז אין די היסטאריע ביכער זאל דאס זיין שארף פארצייכנט, אז מיין שבט קען נישט פארנעמען קיין וויכטיגן ארט צווישן די אנדערע שבטים, צוליב דעם אנגעבליכן זינד וואס איך בין באגאנגען.

אפילו יוסף בן מתתיהו הכהן, באשטעטיגט אויך אין זיין ספר, אז די מעשה איז געווען אקאראט אזוי ווי עס שטייט אין די תורה. דאס איז אלעס צוליב דעם רויטן פלעק וואס מען האט ארויפגעלייגט אויף מיר, אלס דער שווארצער שעפעלע פון די משפחה.

הערשט יארן שפעטער זענען געקומען די חז"ל, און האבן גערייניגט מיין נאמען, זאגנדיג אז "כל האומר ראובן חטא אינו אלא טועה", און מען האט אנגעהויבן אריינצולערנען אלע סארט פירושים, וואס עס האט זיך דארט אפגעטון.

בקיצור, יא געטון נישט געטון, מיין טאטע איז געווען זייער אויפגערעגט דערויף. לויט מאנכע האט ער שוין מער נישט צוגערירט צו בלהה און שוין מער נישט געוואלט האבן קיין שייכות מיט איר. ווי אזוי עס זאל נאר זיין, אויף מיר איז ער שוין געווען גוט אויפגערעגט. אויב האב איך סתם אזוי נישט געהאט קיין חן אין זיינע אויגן, נאך פון מכירת-יוסף און נאך פון פריער (דאס איז אן ערשטע ריאקציע פון מיין געבוירן, ווען ער האט נאך גע'חלומ'ט אז רחל איז זיין עיקר פרוי, און האט מיר אנגעקוקט אלס א טעות אין די מערכת... איך וואלט נישט געדארפט געבוירן ווערן באמת, ס'איז בלויז געווען א טעות... נו, אזוי גייט עס, אן ערשטע רעאקציע קען מען קיינמאל נישט אוועקנעמען). יעצט האב איך שוין ממש אלעס פארלוירן, און ער האט דאס מיר באצאלט, אבער באצאלט... ווען עס איז געקומען צו בענטשן זיינע קינדער, האט ער ארויסגעלאזט זיין גאנצע כעס אויף מיר, און מיר נישט פארגינט גארנישט פון די גרויסע שיינע ירושה, נישט קיין כהונה און נישט קיין מלכות.

די שווארצע שעפעלע
יא, אזוי ווי איר הערט! – די וועלט קען אמאל זיין זייער אכזריות'דיג, און ביי מיר האט זיך דער גורל אזוי אויסגעשטעלט. דאס איז געווען אזא בילד-אפ, וואס האט זיך אויסגעבויט במשך די יארן. אנגעהויבן פון מיין געבורט, וואס ער האט חרטה געהאט אויפן ערשטן מינוט פארוואס ער האט מיר בכלל אראפגעברענגט אויף די וועלט... ער האט דעמאלס ענדערש געוואלט האבן קינדער פון רחל. דער קרומער בליק איז שוין שטענדיג געבליבן ביי אים און דאס האט שטארק משפיע געווען אויף מיר, עס האט געמאכט אז איך אליין זאל זיך אראפקוקן און נישט זיין גענוג שטארק מיט זיך, און עווענטואל געברענגט דערצו אז איך האב טאקע נישט געהאט די השפעה אויף מיינע ברידער.

ווען איך האב אהיימגעברענגט די דודאים, און די פרויען האבן זיך געריסן ביי די צעפ, האט מיין טאטע אויך אנגעקוקט קרום, הערנדיג אז איך בין געווען דער וואס האט אהיימגעברענגט די דודאים. איי, וואס בין איך שולדיג אין די גאנצע געפעכט, וואספארא חלק האב איך דערמיט? – סך-הכל האב איך געפינען די דודאים. אבער ס'האט שוין גארנישט געהאלפן. א קרומער בליק בלייבט א קרומער בליק.

גייענדיג נאך שפעטער, ביי מכירת יוסף, דארט האב איך שוין אינגאנצן פארפאטשקעט... דער טאטע האט מיר שוין נישט מוחל געווען דערויף. ער האט געהאלטן אז אלס עלסטער ברודער וואלט איך געדארפט זיין דער וואס האט עס נישט געדארפט צולאזן, און טאמער איך האב עס יא צוגעלאזט, איז א סימן אז איך בין א טויגאכטס, איך בין גארנישט ווערד.
שפעטער, ווען עס האט זיך געהאנדלט מיט ברענגען בנימין קיין מצרים, האט ער מיר גלאט אזוי אפגעפאטשט, אזוי אז עס איז מיר פארגאנגען די אפעטיט.

די וועלט זאגט, אז איינמאל איינער ווערט פארפלאנטערט איז דער מצב ביטער... אפילו ווען איך האב זיך פראבירט צו ראטעווען דעם כבוד און ווייזן אז איך בין יא דער יורש, האב איך זיך בלויז מער פארדרייט און פארקניפט, מיטן שלאפן מיט בלהה...

נו, ווען יהודה האט געוואוינט מיט זיין שנור, איז דאס גאר געווען א מצוה...

אזוי גייט עס! – די שווארצע שעפעלע פון די משפחה.

די ברכות פונעם טאטע'ן
אזוי ווי געשמועסט, ווען דער טאטע האט געהאלטן פארן שטארבן, האט ער צוזאמענגערופן די קינדער זיי צו בענטשן. דאס איז געווען א פראצודור וואס איז אזוי געלאפן אין די משפחה. אויך ווען זיין טאטע יצחק איז אלט געווארן, האט ער געוואלט בענטשן זיין זוהן עשו. די באבע רבקה האט דעמאלס מאנאווירט און געזען דערצו אז דער טאטע זאל באקומען די ברכות. טראצדעם וואס דער זיידע האט דעמאלס געבענטשט ביידע קינדער, האט אבער אונזער טאטע באקומען די געוואונטשענע ברכות מיטן ה' הידועה.

יעצט אז דער טאטע איז אלט געווארן, האט ער באשלאסן נאכצוגיין אין די וועגן פון זיין טאטע, און אויך בענטשן די קינדער, יעדער איינער אין זיין רייע.

זייענדיג דער עלסטער בין איך קודם צוגעגאנגען, און אזוי ווי איך האב אייך שוין דערציילט, האב איך געכאפט א קיתון של שופכין פון אים... הוי הוי האט ער געברענט... איך האב נישט געקענט גלויבן ווען איך האב געהערט פון זיין מויל ווי ער זאגט, "פחז כמים אל תותר" – איך בין ווילד ווי וואסער? – איך בין די רואיגסטע פון די חבריא, איך בין נישט שמעון, נישט לוי און אפילו נישט יהודה, איך בין א געלאסענער, אפשר אפילו צו געלאסן. איך האב אבער נישט געענטפערט קיין ווארט, און זיך צוגעהערט צו וואס דער טאטע זאגט מיר ביזן סוף, טראצדעם וואס איך ווייס אז איך בין גענצליך אומשולדיג פון די באשולדיגונגען פון דעם טאטע'ן.

שפעטער איז יהודה צוגעגאנגען, איך האב געמיינט אז אים וועט אויך דער טאטע האבן צו זאגן מוסר, ווייל דערווייל האב איך נאר געהערט שטראף רייד פון אים, און... צווישן מיר און אייך גערעדט, פארמאגט יהודה א געזונטער פעקל אויף זיין קאפ... אבער דערווייל הויבט ער אן מיט ברכות לרוב, "יהודה אתה יודוך אחיך" – וואס, יהודה? אחיך? - ער האט דאך געוואוינט מיט א שנור מיינענדיג אז דאס איז א זונה... נישט גענוג? – אויף מיר ביסטו אויפגערעגט וועגן בלהה? – נאכמער; עס איז נישט קיין סוד וויפיל תעניתים און סיגופים איך האב אפגעראכטן דערויף, טראצדעם וואס איך האלט אז עס איז געווען בארעכטיגט. האט יהודה אמאל תשובה געטון אויף זיין טאט מיט תמר? – "אתה יודוך אחיך", א נייע מעשה?!

איך הער זיך צו נאך אביסל. איך שטיי און איך שטוין פון וואס איך הער. "מטרף בני עלית" – אז וואס, אז ער יהודה, האט נישט געהאט קיין חלק אין מכירת יוסף. אזוי גאר? – און וואו בין איך געווען? – און וואס איז מיט מיין השתדלות ווען איך האב געראטעוועט יוסף פון א זיכערן טויט? – איין באשעפער איז עדות אז איך האב געטון וואס איך האב געקענט אים צו ראטעווען. איך בין עפעס שולדיג אז איך האב נישט די כאריזמע און אונטער מיין רוקן, ווען איך זעה נישט, פייפט מען מיר אן?

יא יא, א שווארצע שעפעלע ביים טאטע'ן. דאס איז וואס איך בין!

פראוואונגען צו ראטעווען די כבוד
יארן זענען אריבערגעגאנגען, איך האב שוין אויפגעשטעלט מיין אייגענע שטוב. פיר זוהן האב איך געהאט, דעם ערשטן האב איך גערופן "חנוך", אלס תשובת המשקל פון מיין טאטע'ן, האב איך אים געגעבן א חשוב'ער נאמען, חנוך, נאך נח'ס זיידע. ער איז געווען א הייליגע צדיק, א קדוש אלקי, פילע לעגענדעס דרייען זיך ארום זיין אנוועזנהייט. די אנדערע קינדער הייסן, פלוא, חצרון און כרמי. איר האט באמערקט אז איך האב זיי געגעבן אקאלאגישע נעמען, נאך פעלדער, פעלד שניטן און-אזוי-ווייטער. יא, אזוי האבן געלעבט אונזערע זיידעס, מיין טאטע האט געלעבט מיטן פעלד און אויך מיינע זיידעס פון אלע זייטן ארום.

איך האב איבערגעלאזט א הערליכער דור פון טויזנטע אייניקלעך, זיי זענען היינט באקאנט אלס דער שבט ראובן, וועלכע טראגן מיין נאמען מיט שטאלץ. זיי שעמען זיך נישט מיר, פארקערט גאר; אין א געוויסע זין פארשטייען זיי דער מצב וואס דא האט זיך אפגעטון, און מזמן לזמן פראבירן זיי צוריקצונעמען זייערע רעכטן און לאזן זיך הערן, אבער דאס פאלק לאזט נישט הערן זייער אפגעשטילטע שטימע.

יעדע פון אונז, שבטים, האבן באקומען א סימבאל וואס האט געדארפט אפשפיגלען זייער אנוועזנהייט. אונז ראובנים האט מען צוגעטשעפעט א בילד פון די דודאים, כאילו דאס איז אונזער סימבאל און אונזער שטאלץ. א דודאים הענדלער האט מען מיר געמאכט, יהודה'ן האט מען פארוואנדלט אין א לייב, יוספ'ן פאר אן אקס, לוי'ן האט מען גאר געגעבן א בילד פונעם אורים ותומים, אבער מיר האט מען געמאכט פאר ביליגע דודאים, צו דערמאנען מיינע אינטימישע פארהאנדלונגען פארן טאטע'ן. א שאנדע.

ענדליך איז געקומען די צייט וואס מען האט אונז צוגעווארפן א ביינדל. געווען איז דאס ווען משה-רבנו האט אויסגעשטעלט די דגלים פאר די אידן, בשעת עס זענען געווען פיר הויפט דגלים און יעדע דגל האט געהאט אונטער זיך נאך צוויי שבטים. נו, אוודאי האט מען געגעבן פאר יהודה א דגל, און פאר יוסף אויך, איז דאך איבערגעבליבן נאך צוויי דגלים פאר נאך צוויי שבטים, האט מען פארשטאנען אז פארט זענען אונז די בכור פון יעקב, האט מען אונז געגעבן א דגל, בשעת אונטער אונז זענען געווען נאך צוויי אנדערע שבטים.
דאס האט אונז געגעבן מוהט אויפן מינוט, קלערנדיג אז דער מצב איז נישט אינגאנצן פארלוירן און מיר קענען נאך איין טאג צוריקנעמען די בכורה. אזוי האבן מיר גע'חלומ'ט.
מיר האבן דאס טאקע פראבירט אמאל צו נוצן.

געווען איז דאס דעמאלס, ווען קרח האט גענומען די לייצעס אין די הענט אריין, און האט רעוואלטירט קעגן משה-רבנו. נו, ווער מיינט איר האט זיך צוגעשטעלט צו קרח'ן? – אונז, שבט ראובן. פארוואס קלערט איר האבן מיר דאס געטון? – מיר האבן געפאדערט אונזערע רעכטן. שבט לוי איז גרויס, שבט יהודה איז גרויס, יוסף איז גרויס, און פון אונז האט מען פארגעסן? – מיר זענען דאך בכורים, די עלסטע פון יעקב'ס קינדער. די כבוד קומט זיך פאר אונז.

מיר זענען געווען די וואס האבן ארויסגעטרעטן, זיך שטעלנדיג אויף די זייט פון קרח. קרח אליין איז געלאפן אויף די פלאטפארמע, זיך אננעמענדיג פאר די בכורים. ער האט גע'טענה'ט אז משה מיט אהרן האבן אוועקגענומען די עבודה פון די בכורים און דאס געגעבן פאר זיין משפחה. אמאל האט יעדע משפחה פארמאגט זיין בכור, און יעדע משפחה האט געהאט כבוד און אירע אייגענע טראדיציעס. "כי כל העדה כולם קדושים" האט ער געדינערט, "ובתוכם ה', ומדוע תתנשאו על קהל ה'". מיר האבן זיך צוגעשטעלט צו אים און מיר זענען געווען אויף זיין זייט.

מיר, די ראובנים, זענען געווען די שוויצערס אין די מערכה, מיר האבן געפירט דעם גאנצן רעוואלט. פון און-בן-פלס האט איר שוין אמאל געהערט? – פון דתן און אבירם האט איר געהערט? – זיי זענען אלע געווען ראובנים, פון אונזער שבט. מיר האבן אנגעפירט די גאנצע מערכה און מיר האבן דערמיט געהאפט, צוריקצושלעפן די בכורה אויף אונזער זייט.
אבער אזוי ווי ביים זיידן, אזוי אויך ביי די אייניקלעך. מיר זענען דורכגעפאלן ביי דעם פוטש. אונזער נשיא, דער געהויבענער צדיק "אליצור בן שדיאור", איז נסתלק געווארן ביים מקטיר זיין קטורת, בשעת דער גרויסער פראבע פון משה-רבנו. עס איז דעמאלס ארויסגעקומען א פייער און עס האט אים פארברענט, צוזאמען מיט די צוויי-הונדערט-און-פופציג מענטשן, וואס האבן מקטיר געווען קטורת. דערמיט האט זיך געענדיגט דעם ווידערשטאנד פון קרח.

מיר זענען דורכגעפאלן אין אונזער פרואוו.

באזעצנדיג דעם עבר-הירדן
זעהענדיג אונזער מצב, האבן מיר שוין געוואוסט וואס מיר האבן צו טון. ווען דאס פאלק האט זיך שוין ערנסט אנגעהויבן צו גרייטן אריינצוגיין קיין כנען, האבן מיר באשלאסן צו מאכן שבת פאר זיך. פארוואס זאלן מיר שטענדיג בלייבן די שווארצע שעפעלע פון דעם פאלק? – לאמיר איבערנעמען ארץ סיחון-ועוג, דאס וואס אידן האבן נאר וואס איינגענומען פון מואב. מיר וועלן זיך דארט באזעצן, נישט האבנדיג קיין שייכות מיטן פאלק, בלויז אויף דאס ביסל וואס מען מוז, און אזוי וועלן מיר נישט דארפן זיין אונטער זיי.

מיר האבן מיטגענומען מיט זיך דעם שבט גד, וואס זיי האבן נישט געהאט קיין סך וואס צו פארלירן. זיי זענען דאך געווען פון די בני השפחות און דירעקט נישט געווען קיין ארויפגעקוקטע שבט. מיר האבן זיי געגעבן געוויסע הטבות אז זיי זאלן מיטקומען מיט אונז, און זיי האבן גערן מסכים געווען דערצו.

זיי אליין, שבט גד, זענען דאך אויך געווען א נידערערע שיכט פון כלל-ישראל, זיי האבן אויך געקענט באשטיין צו פראבירן זייער מזל און זיך אנהויבן אויפבויען פונדאסניי. זענען זיי דעריבער וויליג געווען צו גיין מיט אונז און זיך אויפבויען אליין א לאנד, נישט דארפנדיג זיין אנגעהאנגען אונטער די אידן און ווייטער באטראכט ווערן אלס צווייטע קלאס בירגער.

אונזער חשבון איז געווען נאך טיפער. מיר האבן שוין אלע געוואוסט, אז משה זעלבסט וועט נישט אנקומען קיין ארץ-ישראל. יעדער האט געוואוסט אז גאט האט דאס אים פארבאטן און ער האט דאס גאנץ קלאר דערציילט פאר די אידן. מיר האבן געהאפט אז דער סוף וועט זיין, אז די אידן וועלן אריינגיין און אינוואדירן ארץ-ישראל, אבער משה-רבנו וועט פארבלייבן מיט אונז, ראובנים מיט גדים אין ארץ הירדן. דעמאלס וועט אונזער כבוד געראטעוועט ווערן, און מיר וועלן באטראכט ווערן אלס דער אמת'ער פאלק פון משה, די עלסטע פון די שבטים פון כלל-ישראל.

משה רבנו האט גראדע פארשטאנען אונזער ציל. ער האט דאס פראבירט אפצוהאלטן, זיך רעגנדיג אויף אונז, "האחיכם יצאו למלחמה ואתם תשבו פה?" – ער האט נישט געוואלט צולאזן אז מיר זאלן פירן אן אייגענע רעגירונג פאר זיך. מיר האבן זיך אבער ערקלערט, אז מיר וועלן גיין אין מלחמה און העלפן די אידן איינעמען גאנץ כנען און הערשט דערנאך זיך באזעצן אין אונזער לאנד, האט ער געמוזט מסכים זיין דערצו, ער האט אבער געשטעלט א באדינג, אז מיר מוזן מיטנעמען א האלבע שבט פון מנשה. ער האט אונז נישט געטרויעט אליין. מנשה איז דאך פון די בני יוסף – רחל'ס באליבטער זוהן, אינאיינעם מיט אים, האט ער אונז געלאזט גיין אליין אין ארץ-סיחון ועוג.

טראצדעם וואס מיר האבן באקומען אן אויסדרוקליכער רשות פון משה-רבנו, האבן דאס די איבעריגע אידן נישט אנגעקוקט מיט א גוט אויג. אונטערן באוואוסטזיין האבן זיי פארשטאנען און געציטערט דערפון, אז מיר וועלן צוריקנעמען דערמיט אונזערע רעכטן, און מיר וועלן צוריקווערן דער עלסטער און חשוב'סטער שבט פון כלל-ישראל.

צום אלעמען ערשטן האבן זיי פראבירט צו שטיפן די צייט, נישט ערלויבנדיג אז מיר זאלן צוריקפארן צו אונזער לאנד, ביז נאך וואס מען האט געענדיגט איינטיילן ארץ-ישראל פאר אלע שבטים. איר קענט מיר ערקלערן פארוואס עס האט אויסגעפעלט אונזער אנוועזנהייט בשעת מען טיילט איין ארץ-ישראל פאר די ארטיגע שבטים? – וואס האט דאס אייגענטליך מיט אונז, מיר קענען דאך צוריקגיין?!

אבער פרעגט נישט קיין קושיות, אזוי איז געווען.

נאך לאנגע יארן פון מלחמות און איינטיילן דאס לאנד, איז ענדליך געקומען אונזער רייע צוריקצוגיין און באזעצן אונזער באדן, אבער די אידן האבן מיט אלע כוחות פראבירט צו שטערן אונזערע פלענער און אונז שטעלן פיסלעך אין וועג. געוויסע עלעמענטן האבן תיכף ארויסגעלאזט אויף אונז א נאמען, אז מיר פלאנען צו מאכן אן אייגענעם מזבח און אליין מקריב זיין קרבנות. עס האט שיער אויסגעבראכן א ברידער קריג צווישן אונז מיט דאס פאלק. דאס פאלק האט אונז פשוט געוואלט פארטיליגן און אונז פארלענדן איינמאל פאר אלעמאל.

איר ווייסט ווער עס האט אונז געראטעוועט? – איר וועט נישט גלויבן, פנחס בן אלעזר, דער גרויסער קנאי. דאס מאל האט ער זיך אנגענומען פאר אונז.

דעם לעצטן פרואוו
אריבער זענען אפאר יאר, און די כנענים וועלכע זענען געווען די פריעדיגע בעלי-בתים פון דאס לאנד, האבן נישט געקענט שלום מאכן מיטן מצב, אז די אידן האבן אינוואדירט זייער לאנד און פארטריבן דעם כנעני פון דארט. פון צייט צו צייט האבן זיי פראבירט צו מאכן אויפשטאנדן און פארטרייבן די פילע אידן פון זייער לאנד, אבער אן קיין ערפאלג. די אידן זענען געווען מער, צוזאמענגענומענער און שטארקער.

עס איז אבער יא געקומען א צייט, וואס די רעשטלען פון די כנענים האבן זיך צוזאמענגענומען, אין שפיץ פון יבין מלך חצור און זיין גענעראל סיסרא, אינאיינעם האבן אלע כנענים געמאכט א פאראיין, וועלנדיג צוריקשטויסן דאס אידישע אנוועזנהייט אין לאנד, און צוריקנעמען דאס מאכט אויף כנען.

א מעכטיגע מיליטער האט יבין פארמאגט, ניין הונדערט רכב ברזל, מיט אומצאליגע פיס-גייער, ווי זאמד אויפן ברעג פונעם ים. זיין גענעראל סיסרא האט געווארפן א פחד אויף יעדן. ווער האט נישט געציטערט פון אים?! ער איז געווען א גיבור און זיינע סאלדאטן זענען געווען שטארק בראוו און פעסט.

פאר יבין איז דאס טאקע געלונגען, און במשך פון צוואנציג יאר האט ער געהערשט אויף כנען, פארקנעכטנדיג די אידן אונטער אים. עס האט אויסגעקוקט אז אט האט דער כנעני צוריקגענומען מאכט איבערן לאנד, און זיי פארטרייבן צוביסלעך די אידן פון דארט.

געווען איז דאס א שווערע צייט פאר כלל-ישראל, עס האט נישט אויסגעקוקט אז די אידן האבן ווער עס זאל זיי העלפן אין צייט פון דעם נויט. אבער פאר אונז, שבט ראובן, איז דאס געווען א גאלדענע געלעגנהייט. די קלוגע לייט פון אונזער שבט האבן געהאלטן, אז אצינד איז די צייט צוריקצונעמען די לייצעס אין די הענט און ראטעווען דעם פארשוועכטן כבוד פון אונזער שבט.

אויב מיר וועלן זיך יעצט צוזאמענעמען, געבן אנווייזנונגען פארן פאלק און עווענטואל פארטרייבן דעם שונא פון אונזער טעריטאריע, וועלן מיר אנערקענט ווערן אלס דער אפוטרופוס פאר כלל-ישראל, זייענדיג דער עלסטער שבט און ערשטע פון די שבטים. מיר וועלן באטראכט ווערן אלס די וואס האבן געראטעוועט אידן פון דעם שונא, און מיר וועלן צוריק אמטירן אויף גאנץ כלל-ישראל.

מיר זענען אין יענע תקופה געזעצן אסיפות, געלאזט רופן אנדערע פון די שבטים, זיי אויסגעהערט און געגעבן אנווייזונגען ווי אזוי צו האנדלען. מיר האבן געהאפט אז עווענטואל וועלן מיר דאס מאכן.

עס איז אבער אנדערש געווען.

געקומען איז דבורה הנבואה מיט ברק בן אבינועם. זיי זענען געווען די וואס האבן צוזאמענגענומען דעם פאלק אין א מאסיווער קריג קעגן יבין מיט סיסרא, און זיי עווענטואל באזיגט און אפגעשטויסן זייער הערשאפט. אין דער זעלבער צייט וואס מיר זענען געזעצן אסיפות און געפלאנט, האבן זיי געטון למעשה, זיך ארויסגעלאזט אין קריג און געוואונען.

דבורה האט דאס ערווענט אין איר געזאנג, נאכן געוואונען דעם שלאכט. זי האט דארט געזאגט, לפלגות ראובן גדולי חקרי לב – די ראובניסטן קענען גוט רעדן, זיי קענען בלויז מאכן אסיפות און הייסן אנדערע וואס צו טון. צוויי מאל ערווענט זי דאס אין איר שירה, לפלגות ראובן גדולי חקקי לב. יא יא, זיי זענען גוט אויף צו זיצן אסיפות און פלאנירן, אבער מער פון דעם קענען זיי גארנישט טון.

דערמיט האבן מיר פארלוירן די לעצטע שאנס, זיך צו קענען שטארקן און איבערנעמען די מאכט אויף כלל-ישראל.

מיר האבן פארלוירן.

מיר מישן זיך מער נישט
וואס טייטשט פארלוירן? – מיאוס פארלוירן!

איר האט באמערקט, אז קיין איין שופט פון כלל-ישראל, שטאמט נישט פון שבט ראובן. כמעט יעדע שבט האט ארויסגעגעבן א שבט. מיר די ראובנים האבן נישט ארויסגעגעבן קיין שופט.

איר ווייסט פארוואס? – די אידן האבן געציטערט פון די ראובנים, זיי האבן נישט ליב געהאט אז זיי זאלן באקומען א שטיקל מאכט, מורא האבנדיג אז זיי וועלן אויסנוצן דעם פאקט, זייענדיג דער עלסטער פון די שבטים, צו פאדערן זייער מאכט אויפן גאנצן פאלק. ווען אימער מען האט נאר געזען אז א ראובני הויבט זיך אויף דעם קאפ, האט מען אים שנעל שטיל געמאכט.

אבער ס'איז נישט בלויז דאס. פון אונזער זייט זענען מיר אויך נישט געווען אינטערעסירט צו האבן א שייכות מיט דעם דאזיגן פאלק. מיר האבן שוין גענוג געהאט מיט זיי. נאך די מעשה מיט סיסרא האבן מיר זיך מער נישט געמישט אין די איינגעלעגנהייטן פון די אנדערע אידן און מיר זענען זיי מער נישט געקומען צו הילף אין די צייט פון נויט, דעריבער האבן מיר נישט פראדוצירט א שופט וואס זאל רעאגירן און זיך אננעמען פאר כלל-ישראל.

דא איז דער פלאץ קלארצושטעלן א טעות וואס מענטשן נוצן אלס. ערגעצוואו אין די שפעטע גלות יארן, איז ערשינען א מענטש וועמען מען האט אנגערופן מיטן נאמען "דוד הראבני". פיל מענטשן מיינען אז ער שטאמט פון אונזער שבט ראובן, אבער דאס איז א פאטאלע טעות. דוד זעלבסט האט זיך קיינמאל נישט אנגעגעבן אלס א ראובני און ער האט זיך קיינמאל נישט גערופן אזוי. הערשט שפעטער האט מען אים אנגעהויבן אנצורופן מיט דעם נאמען, טראצדעם וואס עס איז נישט פארהאן קיין שום אנדייטונג אז ער זאל בכלל שטאמען פון אונזער שבט.

נבי ראובן
איין פרייליכע זאך וואס איך קען יא דערציילן איבער מיר, אז קיינער פון מיינע ברידער האבן נישט זוכה געווען צו אזא פאפולערע חגיגה ביי זיין קבר, אזוי ווי מיר.

יא, איך האב אויך זוכה געווען צו א היבשע פאר קברים, בשעת יעדער איינער שרייבט איבער אן אנדערן ארט וואו איך בין באגראבן געווארן, אבער איך רעד אצינד פון מיין קבר וואס רופט זיך "נבי ראובן", דארט געפינט זיך א שיינעם בנין, וואס מענטשן פלעגן האלטן פארהייליגט און מען פלעגט אהינקומען אין די מאסן.

לאנגע יארן פלעגן די מוסלומענער און די דרוזן אפהאלטן א יום-טוב אין מיין געדענקעניש. זיי פלעגן אהינקומען אין די מאסן, אויפשטעלן געצעלטן און אפזיצן דארט פאר לאנגע וואכן, זייענדיג זיך משתתח אויף מיין קבר. עס פלעגט זיך דארט אפטון א גאנצע איבערקערעניש מיט געזענג און טענץ לכבודי.

דוכט זיך אז קיינער פון מיינע ברידער האבן נישט זוכה געווען צו אזא כבוד.

פארוואס שרייב איך אייך דאס אלעס?
עס איז שוין צייט איינמאל פאר אלעמאל אז דאס אידישע פאלק זאל אנערקענען אין מיר, אין מיין שבט, איינזען אז מיר זענען די בכורים, איך בין די עלסטע קינד פון מיין טאטע און פון מיין מאמע. דער פאקט אז מיינע עלטערן האבן מיר נישט אזוי שטארק געגליכן, נעמט נישט אוועק פון אונז די בכורה. מיר זענען לעגעטימע בכורים פון כלל-ישראל, און עס איז דערווייל נאכנישט געקומען קיינער וואס זאל אויפהייבן א וויי-געשריי און לאזן הערן אונזער קול. שטענדיג ווען מיר האבן נאר געוואלט עפעס אויפהייבן א קאפ, האט מען אונז גלייך דערשטיקט.

היינט איז שוין אנדערע צייטן, בשעת יעדער קען לאזן הערן זיין מיינונג. דעריבער איז שוין צייט אז אויך אונזער מיינונג זאל דערהערט ווערן, און מען זאל שוין איינזען איינמאל פאר אלעמאל אונזער שטאנד.

אונזער תורה זאגט אונז קלאר, כי תהיין לאיש שתי נשים האחת אהובה והאחת שנואה וילדו לו בנים האהובה והשנואה והיה הבן הבכור לשניאה, והיה ביום הנחילו את בניו את אשר יהיה לו לא יוכל לבכר את בן האהובה על פני בן השנואה הבכר.
די גמרא זאגט אויך, לעולם אל ישנה אדם בנו בן הבנים שבשביל משקל שני סלעים מילת שנתן יעקב ליוסף יותר משאר בניו נתקנאו בו אחיו ונתגלגל הדבר וירדו אבותינו למצרים. די גמרא זאגט אז יעקב האט אנדערש געמאכט זיין זוהן יוסף צו גוטנ'ס און דאס האט געברענגט א חרבן אויף כלל-ישראל, אבער וואס די גמרא זאגט נישט, אז יעקב האט אוועקגענומען די רעכטן פון זיין עלסטן זוהן ראובן און צוגענומען פון אים די בכורה.

אז איר וועט אריינטראכטן וועט איר זען, אז איך ראובן האט געטון פונקט די זעלבע ווי יהודה, דער קעניג. סיי איך און סיי יהודה האבן פראבירט צו ראטעווען יוסף פון די אנדערע ברידער, סיי איך און סיי יהודה זענען פארפלאנטערט געווארן מיט א פרוי, נאר בשעת איך האב געהאנדלט מיט קאפ און געטון וואס איך האב געטון צוליב א סיבה, האט דאס יהודה געטון על פי טעות, ווערנדיג נאכגעפאלגט פון זיין יצר, און בשעת איך האב תשובה געטון און געפאסט תעניתים און געמאכט סיגופים, האט דאס יהודה נישט געטון.

דאן, פארוואס האט מען מיר באקריוועדעט און אוועקגענומען די בכורה, בשעת פאר יהודה'ן האט מען געגעבן אלעס? – מיט וואס איז ער מער פון מיר?

אומפארענטפערט!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום צפת, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דברי שלום
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 08, 2024 3:55 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

Re: ראובן בן יעקב - א שווארצע שעפעלע?

שליחה דורך דברי שלום »

WOW
געליינט אין איין אטעם
הערליך
יש עתיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

Re: ראובן בן יעקב - א שווארצע שעפעלע?

שליחה דורך יש עתיד »

וואאאאווו!! יו נעילד איט!!!

דיין שרייבן איז משונה'דיג רייך און ציענד, איך האב מיך ממש געטראפן מיטפילן מיט אט דעם ראובן בן יעקב-שווארצע שעפעלע!

עס איז קענטיג די שווערע ארבעט וואס דו האסט אריינגעלייגט אין דעם ארטיקל מיטן פארשן און נאכברענגען שטיקער היסטאריע אויף אזא אינטעראקטיווע epistolary אופן. קיעפ איט אפ!
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

זייער שיין!

אפאר הערות:

1). רש״י זאגט (בראשית כט כא) אז יעקב איז געווען 84 ווען ער האט חתונה געהאט מיט לאה ע״ש (ועיין במגילה יז.). דאפעלט ווי 40…

2). דער הואיל משה איז מפרש ביהושע (טו ו) אויף אבן בוהן בן ראובן:
אולי איש ושמו בהן מבני ראובן הראה שם גבורתו במלחמת כנען ונקרא המקום על שמו
3). לגבי דעם אז ראובן איז נישט געווען קיין נאַר, ברענגט רש״י צו (בראשית מב לח) אז יעקב האט גערופן ראובן א ״בכור שוטה״ ע״ש. ועוד, דער רלב״ג האט אפגעלערענט מעשה ראובן ובלהה כפשוטו (ועיין ברדק ובר״י בכור שור ובאברבנאל שם בבראשית לה כב), דלא כר׳ שמואל בר נחמני בשבת נה:, און געהאלטן אז דאס איז אויך געווען מכח פתיות. דר. ראַבּערט אַלטער שרייבט טאקע אז ראובן האט דאס געטוהן כדי צו באקומען די מאכט, אזוי ווי אבשלום האט געטוהן ביי פילגשי דוד אביו. (הרב יעקב מדן קלערט אז דאס קען אויך זיין מחמת הרקע פון הכנעתו של יעקב לעשו, וואו ער איז שוין נישט געווען אָנגעקוקט אלס אזוי שטארק בהנהגה.) דר. אַלטער און זיי לערנען אפ דעם פסוק (דברים לג ו) יחי ראובן ואל ימות ויהי מתיו מספר, אז דאס איז געשריבן געווארן אלס א געבעהט אין א תקופה ווען שבט ראובן מעבר הירדן האט געהאלטן ביים אונטערגיין.

‏4). דא האב איך צוגעברענגט ווי חוקרים האלטן אז מעיקרא איז די מעשה פון דינה נישט געווען אז שכם האט איר מאנס געווען. (וע״ש וואו מ׳קען אפלערנען מעשה יהודה עם תמר און די ברכה פון יעקב אליו, אלס א תלונה נגדו.)

5). לגבי יעקב טענה׳ט דר. צמח יורה (עפ״י די סאָפּלעמענטערי היפּאטעזיע), אז E, וואס איז פון ישראל/צפון, האט געהאלטן יעקב אלס די עיקר און דער שטארקער. זיי האבן געלערענט אז ער האט נישט קיין שייכות מיט אברהם און יצחק, זייענדיג אז אברהם האט לבסוף יא גע׳שחט׳ן יצחק ביי די עקידה. זיי האבן געלייגט דעם געוויכט אויף זיין נאמען ישראל, וועלכעס ווייזט אויף זיין שטארקייט. משא״כ J, וועלכע איז פון יהודה/דרום, האבן מער ארויסגעהויבן אברהם, און ווען זיי האבן צוגעלייגט/סאָפּלעמענטעד צו E נאך גלות סנחריב ועשרת השבטים ווען די פליטי צפון זענען אהינגעקומען, האבן זיי מקשר געווען אברהם יצחק ויעקב, און אראפגעלייגט יעקב אלס מער שוואך (און דערפאר נאך אלס גענוצט די נאמען ״יעקב״ נאך דעם וואס מ׳האט אים שוין גערופן ״ישראל״) לעומת אברהם. ווי אויך האטבן זיי ארויסגעהויבן יהודה; זיי האבן בכלל מער ארויסגעהויבן לאה (שממנה יהודה), לעומת E׳ס ארויסהייבן רחל (שממנה יוסף ואפרים).

6). דר. אַלטער שרייבט אז מעיקרא במחלקותו של קרח זענען געווען צוויי רעוואלטן: קרח פאר די כהונה, און בני ראובן פאר פאליטישע מאכט אלס די בכור, וועלכע מ׳האט צאמגעשמאלצן.

7). ר׳ אליעזר זאגט בסוכה כז: אז אין לך כל שבט ושבט מישראל שלא העמיד ממנו שופט. וע״ש ברש״י אז פון ראובן שמעון גד ואשר טרעפט מען נישט מפורש, און די שופטים עתניאל יפתח שמגר יאיר ואבדון ווייסט מען נישט שמות שבטיהן ע״ש.

8). דער מדרש אגדה זאגט טאקע:
ד"א כי תהיינה לאיש שתי נשים (דברים כא טו), אלו רחל ולאה. האחת אהובה, שנאמר ויאהב גם את רחל מלאה (בראשית כט ל). והאחת שנואה, שנאמר וירא ה' כי שנואה לאה (שם שם לא). והיה הבן הבכור לשנואה, זה ראובן שהיה בכור לאה. והיה ביום הנחילו את בניו, כשבא להנחיל ארץ ישראל בשעת מיתתו. לא יוכל לבכר את יוסף שהיה בן רחל במקום שהיה ראובן, אעפ"י שאמר ואני נתתי לך שכם אחד על אחיך (שם מה כב), לא נקרא יוסף בכור יעקב אלא ראובן. כי את הבכור בן השנואה יכיר, שנאמר ראובן בכרי אתה (שם מ"ט ב'), הכירו לכל כי הוא ראשית אונו ולו לראובן משפט הבכורה ולא ליוסף משפט הבכורה. שנאמר כי יהודה גבר באחיו ולנגיד ממנו והבכורה ליוסף (דה"א ה ב), ולא להתייחס [לבכורה] (שם שם א), שלא נקרא ליוסף בכור יעקב כי אם ראובן, שנאמר ויהיו בני ראובן בכור ישראל (במדבר א ב).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

Re: ראובן בן יעקב - א שווארצע שעפעלע?

שליחה דורך צפת »

איך האב פארראכטן אפאר זאכן און צוגעלייגט עטליכע געדאנקען, בעיקר ביי די מעשה מיט דינה.
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: ראובן בן יעקב - א שווארצע שעפעלע?

שליחה דורך היימלינד »

WOW WOW WOW
כולנו ראובנים
האניג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:10 pm
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

Re: ראובן בן יעקב - א שווארצע שעפעלע?

שליחה דורך האניג »

Wow
הערליך שיין, קענטיג אריין דא גאר אסאך ארבעט

ציענד און אינטערעסאנט
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

Re: ראובן בן יעקב - א שווארצע שעפעלע?

שליחה דורך תרמב »

הערליך

אז ראובן וויל שיקן בריוון אז דער עולם זאל עס זעהן זאל ער עס אריינשיקן צו דער איד, אדער די המודיע...

דא זעען עס נישט גענוג מענטשן...
yesiknow
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 462
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל

Re: ראובן בן יעקב - א שווארצע שעפעלע?

שליחה דורך yesiknow »

הייליגע צפת,
יתכן אז צדקה ממני איז א גרויסע פעקטער ,
מודה ועוזב איז בא גט אלעס אין די וועלט
איי עם ראנג איי דיט סאמטינג ווערי ראנג.
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
פארשפארט