דא האב איך צוגעברענגט:
מי אני האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 19, 2021 5:26 pm
ומענין לענין באותו ענין אז מ׳האט דערמאנט
קשיות אויפ׳ן מולטיווערס היפאטעזיע בתוך די געדאנק פון פּראבּעבּיליטי איז ווי באקאנט דא די בּייעס וואס רופט זיך דעם
געמבּלער׳ס פאָלאָסיִ. דאס איז ווען מען רעכענט און צומישט אן אינדעפּענדענט זאך׳ס פּראבּעבּיליטי מיט די פּראבּעבּיליטי דערפון על הכלל כולו. למשל, ווען א געמבּלער ווארפט א מטבע פאר העדס אדער טעילס וואס יעדעס ווארף האט א שאנס פון 50/50 פאר העדס אדער טעילס. ער ווארפט דאס פיר מאל און עס געלונגט אויף העדס אלע פיר מאל, קלערט ער אז די פיפטע מאל ווארפן איז מער מצוי אז עס זאל פאלן אויף טעילס ווארום די שאנס, על הכלל כולו, פון ווארפן פינעף מאל א מטבע און עס זאל אלעמאל געלונגען אויף העדס איז 1/32 [האלב צו די פּאַוּער ער פון 5]. אבער עס איז נישט אזוי: די יעצטיגע ווארף פאר זיך איז פונקט אזוי 50/50 און די שאנס פון פינעף מאל העדס איז די זעלבע ווי זאגן אז עס זאל
פונקט זיין די ערשטע פיר מאל העדס און דערנאך
דייקא טעילס. די זעלבע זאך איז ווען ס׳געלונגט אים נישט די ערשטע פאר מאל און דערנאך קלערט ער, ״יעצט מוז עס שוין געלונגען. ווארום וואס זענען די שאנסן אז עס זאל האלטן אין איין נישט געלונגען.״
דר. איִען העקינג
טענה׳ט אז בנוגע די מולטיווערס היפאטעזיע (בעיקר קעגן דר. דזשאן וויִלער׳ס מהלך פונעם מולטיווערס וואס איז סיקווענשאל - איינע נאך די אנדערע
ועיין ערך סייקליק מאדעלס וואו די פונדאמענטאלע געזעצן פון זייערע פיזיקס וכו׳ טוישן זיך יעדעס מאל) איז דא אן
אינווערס געמבּלער׳ס פאָלאָסיִ. דאס הייסט אז מ׳זעהט אן עווענט פאסירן וואס האט גאר א קליינע שאנס פון פאסירן נעמט מען אָן אז בע״כ האט געמוזט קודם געשעהן גאר אסאך פאסירונגען מיט א נארמאלע שאנס. עס מוז אבער נישט זיין אזוי. עס איז אזוי ווי א געמבּלער קומט אריין אין א קעסינאָ, זעהט אז מ׳האט געווארפן צוויי דייס און ביידע זענען געלונגען אויף 6, און נעמט דעריבער אָן על סמך זה גרידא אז דאס איז נישט די ערשטע ווארף פון דייס פונעם נאכט.
דר.פּעטריק מקרעט
טענה׳ט אבער אז עס איז נישט דומה. עס איז מער דומה צו דעם וואו דער געמבּלער רמוז ווארטן אינדרויסן און מען רופט אים אריין נאר טאמער עס פאסירט אן אויסערגעווענטליכן ווארף; אזוי ווי די מענטשהייט וואס קען נאר עקזיסטירן אין אונזער סארט יוּניווערס. אין אזא פאל מאכט יא סענס און עס איז יא ראציאנאל אז ווען מען רופט אים אריין ווייל עס האט פאסירט חשבונ׳ט ער אז עס האט שוין פאסירט אסאך ווארפן.
דר. שׁאַן קעראל
זאגט דערויף (אין א שמועס מיט דר. פיליפּ גאַף וועלכע
האלט יא פון דעם ארגומענט דערקעגן; ועיין
כאן):
The analogy anyway is not good. The analogy that you walk into a casino and you see someone roll the double sixes, and then you try to conclude they must have been rolling all night. Because the point is that we conditionalize on the fact that we saw double sixes
We exist - that's already known. There was no option that we could have seen anything else. We're not gonna find ourselves in a universe that does not allow for us to exist. So the question that we're addressing is, being good Bayesians, that we have two propositions in front of us. That is that there's either a single universe with certain values of the constants, or there's a multiverse, and in different parts of that multiverse, you're gonna get different values of the constants, and some will be hospitable to life, and some will not. And the question is, what are the chances that in those two theories somewhere, it's hospitable to life? That's why the analogy is not good
It's not that here we observed it in this one place and it's hospitable to life. But the question is, given these two grand theories of cosmology, what are the chances that life would be able to exist anywhere? And I think it's clearly more likely in the multiverse case
So if you buy that argument, I think that you would say that the fact that we exist I think there is something that is legitimate in asking when you're comparing cosmological theories, what is the probability, I don't want to quite say a priori, but at least before some things that we know, what is the probability that would predict the existence of people like us somewhere? That's the question being asked. I think that's a legitimate question to ask
ועיין
לעיל בדבריו בזה. (
דא זאגט ער אז אדער נעמט ער אָן די
מאָלטיווערס היפאטעזיע, אדער אז דאס פיין-טוּנינג איז ל״ד פאר לעבן און אז עפעס א פארעם פון ״לעבן״ קען נישט זיין בלא זה.)
דא באציהט זיך דר. קיִט פרענקיש צו די טענה אז אויב וואלט א (באגלייבטער) מערדער איינגעשלעפט א מענטש אין אים געזאגט אז ער גייט אים אומברענגען טאמער א מאלפע טייפּט נישט עפעס אין ענגליש בשעת ער שלאפט, און ווען ער וועקט זיך אויף זעהט ער אז די מאלפע האט טאקע עפעס געטייפּט אין ענגליש, וואלט ער נישט געקלערט אז עס זענען דא א געוואלד אנדערע מלפעס וואס טייפּן סתם, אדער אז דאס איז במקרה. דאס זעלבע בנוגע זיך דערזעהן אין א יקום וואס שטימט פונקטליך מיט הוויית האדם. דר. פרענקיש טענה׳ט דערויף אז די טענה איז נאר גילטיג טאמער האלט מען אז עס איז דא עפעס ספעציעל אינעם מענטש וואס זאל ברענגען עפעס צו פיין-טוּנען. אויב אבער איז נישטא אבסאלוט גארנישט ספעציעל פארוואס דער מערדער זאל זיך ארומשפילן און אריינמישען אינעם מאלפע׳ס טייפּן כדי צו ראטעווען דעם מענטש, דאן וואלט ער יא געמוזט זאגן אז דאס איז במקרה, אפגעזעהן ווי ווייט אומפּראַבּעבּל ונסי דאס איז. אין קורצן, די
פיין-טוּנינג ארגומענט באדארף אַן אבּיעקטיווער אַנטראָפּאָסענטריזם אז דאס מענטשהייט איז על הכלל ספעציעל און וויכטיג, און נישט נאר ממבט שלנו. און דאס איז עפעס וואס איז גארנישט אזוי זיכער, וכמו שכתבתי בהארטיקל. (דר. פרענקיש
שטארקט דאס מיט די געדאנק אז מ׳זעהט אז די געזעצן פון די יוּניווערס זענען פונקט אזוי אויסגעשטעלט צו
פארטיליגן און ענדיגן לעבן. ובאנו
לבעיית הרעות. און ער וויל נישט אָננעמען אז עס איז מן הנמנע אנדערש.)
ולגבי די
דימאַרקעישאן פראבלעם, והיינו די פונקטליכע הגדרה אויף אפצוטיילן די חילוק צווישן מהו ״
סייענס״ ומהו ״פּסוּדאָ-סייענס, איז ידוע דר. קאַרל פּאַפּער׳ס
הגדרה דערין, אז ״סייענטיפיק״ איז נאר דאס וואס מ׳קען פאלסיפיצירן. ובזה איז דא די
טענה אז די
מאָלטיווערס היפאטעזיע איז טאקע נישט סייענטיפיק, זייענדיג אז עס קען דאס נישט עכט נאכקומען. (ועיין
לעיל בדברי דר. דזשאָרדזש עליס. אבל עיין
לעיל,
ובדברי דר. מעט דזשאנסאן.) אויף דעם האט דר. קעראל
אַן אריכות, וואו ער טענה׳ט אז עס איז בעצם יא בגדר ״סייענס״. (ער זאגט אינעם פריער-ציטירטן אינטערוויוּ אז עווערעט׳ס ״
אסאך-וועלטן״ אפטייטש אין
קוואנטום מעכאניקס, אין וועלכעס
ער איז דוגל, איז מער עלול צו קענען ווערן פאלסיפיצירט ווי די מאָלטיווערס טעזע.)
ער ברענגט ארויס אז עס איז סתם אזוי נישט אזוי פשוט צו זאגן אז דאס פאלסיפיצירן איז אט דאס וואס מאכט די דעמאַרקעישאן צווישן ״סייענס״ און ״פּסוּדאָ-סייענס״. ווי מ׳זעהט איז, עכ״פ בשעת מעשה, ווערט כמעט קיין שום סייענטיפישע טעזע נישט ״אפגעפרעגט״ פון ראיות נגדה - מ׳מאדיפיצירט דעם טעזע עס זאל שטימען דערמיט. עס איז נאר אז די געדאנק פון ״סייענס״ איז אראפצושטעלן מער ווייניגער
הגדרות פון וואס איז לגמרי אינדרויסן דערפון (הגם אז דאס וואס איז ממש ביים גדר איז מער פארנעפעלט וניתן לשינוי להיכנס בתוכה אדער פארקערט), און אז די טעזעס עס פּאזיטירט זענען הסברים פאר פענאמענע וואס מ׳זעהט בחוש. ולכן זאגט ער אז די געדאנק פונעם קרייטעריאן פון פאלסיפיצירן א סארט טעאריע, איז אז עס זענען דא 5 סארטן מדריגות דערין:
1). וואו אפילו
אין פּרינציפּ איז נישט פארהאן קיין דרך דאס צו פאלסיפיצירן בכלל - כגון שיטותיהן של
פרויד און מאַרקס׳ טעאריע פון היסטאריע
2). וואו עס איז אין פּרינציפּ שייך צו פאלסיפיצירן, נאר עס איז נישט (
סינטעטיש) מעגליך לעולם - כגון צו טעסטן די קאנדישאנס אינדרויסן פון אונזער
קאסמאלאגישע עווענט הארייזאן
3). עס איז בעצם מעגליך צו פאלסיפיצירן, אבער עס איז פשוט אבנארמאל אומפראקטיש - כגון בויען א פּאַרטיקל עקסעלערעיטאר אזוי גרויס ווי די געלעקסי אדער ווארטן ביליאנען יארן צו זעהן א סארט עפעקט אין
קוואנטום מעכאניקס
4). די טעאריע האט טעסטס וואס קענען ממש געטוהן ווערן דערויף, אבער די טעסטס קענען נאר חל זיין חלקים דערפון
5). עס זענען פארהאן דעפיניטיוו טעסטס וועלכע קענען לגמרי אפפרעגן דעם טעזע
עס איז גאנץ ברור אז די פונעם ערשטן מדריגה זענען נישט קיין ״סייענס״, בשעת די פון מדריגה 5 זענען יא. די שאלה איז איבער די מיטעלסטע דריי. דאס איז ווייל די מיטעלסטע דריי קענען בעצם זיין ״אמת״, בשעת די ערשטע שטעלט דאך ניטאמאל אראפ קיינע הגדרות וכללים אין די נושא הנידון פון החילוק בין ״אמת״ ל״שקר״.
ער זאגט אז ״סייענס״ און אירע מאדעלן ארבעטן עפ״י א בּעיסיען סארט ריעזענינג, פון זעהן ווי גוט די מאדעל שטימט מיט די עמפּירישע אבּזערוואציעס, און כסדר לפי״ז אָפּדעיטן ווי גוט די מאדעל איז. און דאס איז נוגע די
מאָלטיווערס היפאטעזיע אויך:
How does the shift from an overly simplistic “falsification” paradigm to one based on abduction and Bayesian inference affect our attitude toward the multiverse? Rather than simply pointing out that the multiverse cannot be directly observed (at least for some parameter values) and therefore can’t be falsified and therefore isn’t science, we should ask whether a multiverse scenario might provide the best explanation for the data we do observe, and attempt to quantify this by assigning priors to different possibilities then updating them in the face of new data – just as we do for any other scientific theory
Put this way, it becomes clear that there isn’t that much qualitatively special about the multiverse hypothesis. It’s an idea about nature that could be true or false, and to which we can assign some prior probability, which then gets updated as new information comes in
ועיין בדבריו
כאן. דר. קוֺיעל העליער (
וג״כ דר. פּיטער קוֺיל)
טענה׳ט אויך ענליך.
דא שרייבט דר. קעראל:
The multiverse isn’t, by itself, a theory; it’s a prediction of a certain class of theories. If the idea were simply “Hey, we don’t know what happens outside our observable universe, so maybe all sorts of crazy things happen,” it would be laughably uninteresting. By scientific standards, it would fall woefully short. But the point is that various theoretical attempts to explain phenomena that we directly observe right in front of us — like gravity, and quantum field theory — lead us to predict that our universe should be one of many, and subsequently suggest that we take that situation seriously when we talk about the “naturalness” of various features of our local environment. The point, at the moment, is not whether there really is or is not a multiverse; it’s that the way we think about it and reach conclusions about its plausibility is through exactly the same kind of scientific reasoning we’ve been using for a long time now. Science doesn’t pass judgment on phenomena; it passes judgment on theories
(
דא ברענגט ער ארויס אז ס׳דארף נישט צו מאכן א נפק״מ פאר׳ן מאראלישע התנהגות פונעם מענטש צי ס׳איז דא א מאָלטיווערס, וממילא פאסירן ממילא יעדעס ברירה בהתנהגותו של אדם אין די אינפיניט קאַפּיס עס זענען דא פון אים. דו לעבאס בעלמא
הדין, און
דא איז וואו דיינע עטישע ברירות מאכן אויס.)
דר. פּיטער וואויט
טענה׳ט אבער אז די סייענטיפישע פראבלעם מיט׳ן
מאָלטיווערס טעאריע איז נישט אז מ׳קען דאס נישט פאלסיפיצירן. נאר איידער אז עס פּרעדיקט גארנישט וואס זאל זיין ״שייך״ בכלל צו טעסטן. ער ברענגט דארט צו
פון דר. סאַבּיִן האסענפעלדער דערין:
IMG_7443.jpeg
ווי זי שרייבט דארט:
In defense of the multiverse Carroll writes “Science is about what is true.” But, no, it’s not. Science is about describing what we observe. Science is about what is useful. Mathematics is about what is true
Fact is, the multiverse extrapolates known physics by at least 13 orders of magnitude (in energy) beyond what we have tested and then adds unproved assumptions, like strings and inflatons. That’s not science, that’s math fiction
וע"ע בדבריה
כאן וואו זי טענה'ט אז דאס איז קעגן
אקאם'ס רעיזאר:
If Ockham could see what physicists are doing here, he'd pray for God to bring reason back to Earth. You should remove unnecessary assumptions, alright. But certainly you shouldn't remove assumptions that you need to describe observations. If you do, you'll just get a useless theory, equations from which you can't calculate anything. These useless theories which lack assumptions necessary to describe observations are what we now call a multiverse. And they're about as useful as Ockham's prayers
You can believe that the seeming arbitrariness of the constants of nature is due to an infinite number of other universes. You can believe that, but you don't have to. Science cannot confirm that the other universes exist, but it also cannot rule them out. Just like science cannot rule out the gods and angels
דר. מאַסיִמאָ פּיגליאוּטשי
שרייבט דערין:
Sean Carroll writes: “The best reason for classifying the multiverse as a straightforwardly scientific theory is that we don’t have any choice. This is the case for any hypothesis that satisfies two criteria: (i) It might be true; (ii) Whether or not it is true affects how we understand what we observe.” But those are exceedingly weak criteria indeed. As an extreme example, take the very fuzzy notion of God: it might be true, and whether it’s true or not this would affect how we understand the world. So what? Neither of those two observations — in itself — provides an iota of reason to believe in God. Or the multiverse