ביי א פארברענגן די וואך אין ב"פ מיט הגה"ח ר' מענדל וועכטער זז"ג האט ער דערציילט פון א בחור וואס איז שוין געווען אינגאנצן אףף די דערעך און ווען ער האט דיסקאווערט חב"ד איז ער אינגאנצן צוריקגעקומען צו אידישקייט ווען מ'האט אים געפרעגט מה נשתנה האט ער געענטפערט 'די אידישקייט האב איך קיינמאל נישט אוועקגעווארפן איך האב נאר געוויסט פון די אנדערע אידישקייט יענץ האב איך פיינט געהאט אבער די אידישקייט איז דאך אזוי אמת און זיס'בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 11, 2024 5:44 pm איך קום יעצט פין די אהל הרבי אין קווינס...
אהא.... הייליג!!
א געפיל וואס מען קען נישט באשרייבן, קודש קדשים!!
ווי נאר מען שפאצירט דארט אריין זעהט מען די אהבה זיך גיסן, עס גיסט זיך חיבוקים ווי וואסער נאך די הקפות,
אין איין ווינקל זיצט א עלטערע משפיע מיט א חבורה אין קאכט אריין אין א מאמר פינעם רבי'ן.
דארט זיצט א אינג בחור'ל אין דערציילט פאר א פארווארפענע נשמה מיט א קליין קאפל, סיפורים פינעם רבי'ן....
דא שטייט א אינגערמאן אין איז זיך מתבודד לאנגע מינוטן אין א תפילת מנחה...
עס הערשט דארט אזא ליכטיקייט!!
עס איז נישט דא די פארמאלער געפיל וואס אונז האבן, עס איז נישט קאט קלער, יעדער גייט מיט אנדערע שיך, דער מיט ווייסע סניקערס, די אנדערער מיט ברוינע.
אוי מיט יתן אבר כיונה.
די סארט אידישקייט רעדט צו מיר...
פארשטייצעך דארט איז נישטא די טאליבאנער צוגעלייגט געזעצן, פאר די נשים צדקניות, דארט קוקן די פרויען אויס ווי עס פאסט פאר א בת מלך, נישטא די בולעט פרוף שטרימפ...
ועוד משוגעתן, די צודרייטע הפרדה עקזעסטירט דארט אויכעט נישט די אהבה איז פורץ גבילים....
עניוועי שוין למעשה זעמיר דא צירוק אין בארא פארק אין די סיסטעם. ביי.
אגב איז אינטערעסאנט אויסצוהערן די ערשטע טייל פון יענע פארברענג ווי ר' מענדל רעדט אביסל איבער די השתלשלות וויאזוי ער איז אנגעקומען קיין ליובאוויטש ער שניידט היבש אריין אין די סאטמאר-וויליאמסבורגע פארמאכטקייט...