דער סיגעט/סאטמאר בבואו מאדום איז שטארק באקאנט און ס'איז מיר געווען א חידוש דא צו הערן אז דער קארלינער מה ידידות הייבט זיך אן כמעט דער זעלבער. קארלין איז אסאך אן עלטערער גזע ווי סיגעט אבער ס'קען אויך זיין אז די קארלינער האבן פארפאסט דעם ניגון שפעטער ווי בבואו מאדום.
דרך אגב, ס'איז כדאי אויך צו הערן ביי דעם לינק דעם קארלינער "בר-יוחאי" וואס איז א באקאנטער טאנץ ניגון, לא תבושי סטייל. איך האב נישט געוואוסט אז ס'איז קארלין און אויף בר-יוחאי.
קארלינער מה ידידות און סיגעטער בבואו מאדום
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 776
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1399 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
סעגאל האט געשריבן:עס הייסט אז איינער פין די סיגוטע רבי'ס איז געווען ביי רבי הירש'עלע מרימינב אין פון דארט קימט די ניגון סאו קען זיין ביידע סיי די סאטמערע אין סיי די קארלינע קימען פין פריער אין פין די זעלבע פלאטץ.
קארלין שטאמט פון ר’ אהרן הגדול פון קארלין און פונעם בית אהרן, מקום מושבם אין ווייס רוסלאנד,
איך קען נישט זעהן ווי ביידע זאלן האבן עפעס שייכות, אז די קארלינער רביס זאלן אהין גיין.
[אחוץ דורך דעם וואס טשערנאבל איז געווען א מחותן מיט קארלין און מיט רוזשין און כידוע דער ר"ר איז געפארן קיין רוזשין]
עכ"פ איך מיין אז נאר די אנפאנג פונעם ניגון איז די זעלבע,
גראדע צווישען חב"ד און קארלין טרעפט מען אסאך ענליכע און זעלבע ניגונים צוליב די נאנטקייט ביידע זענען געווען געבעיסט אין די זעלבע געגנטער אין רוסלאנד
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמחהלע קאפשטיק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
צפור בודד האט געשריבן:ס'איז מיר געווען א חידוש דא צו הערן אז (דער) א קארלינער מה ידידות הייבט זיך אן כמעט דער זעלבער.
גראדע די ערשטע ניגון אויף יענע סידי זינגט מען אויך אין ברעסלב אויף א נידריגערע טאון מיט נאך קליינע שינוים. די לעצטע ניגון דארט איז א באקאנטע כליזמר ניגון, בפשטות האבן עס די קארלינע חסידים געהערט אין מירון.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
דו ווייסט אפשר ווי איך קען הערן די הויכע פאל פון די ניגון? איך האב געהערט א שיינע שטאטע ניגון וואס איך האב זייער האנה געהאט, די שפילער האט מיר געזאגט אז עס איז א קארלינער מה ידידית. איך זוך שוין לאנג די ניגון אער איך קען עס נישט טרעפן, עס איז מעגליך די ניגון.צפור בודד האט געשריבן: ס'איז מיר געווען א חידוש דא צו הערן אז דער קארלינער מה ידידות הייבט זיך אן כמעט דער זעלבער.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 238
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 13, 2019 7:25 pm
- האט שוין געלייקט: 89 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל
סדא גראדע א קארלינע ניגון וואס קרלין שרייבט עס קימט פון ר''ר הערש די ניגון יהי החודששמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:קארלין שטאמט פון ר’ אהרן הגדול פון קארלין און פונעם בית אהרן, מקום מושבם אין ווייס רוסלאנד,סעגאל האט געשריבן:עס הייסט אז איינער פין די סיגוטע רבי'ס איז געווען ביי רבי הירש'עלע מרימינב אין פון דארט קימט די ניגון סאו קען זיין ביידע סיי די סאטמערע אין סיי די קארלינע קימען פין פריער אין פין די זעלבע פלאטץ.
איך קען נישט זעהן ווי ביידע זאלן האבן עפעס שייכות, אז די קארלינער רביס זאלן אהין גיין.
[אחוץ דורך דעם וואס טשערנאבל איז געווען א מחותן מיט קארלין און מיט רוזשין און כידוע דער ר"ר איז געפארן קיין רוזשין]
עכ"פ איך מיין אז נאר די אנפאנג פונעם ניגון איז די זעלבע,
גראדע צווישען חב"ד און קארלין טרעפט מען אסאך ענליכע און זעלבע ניגונים צוליב די נאנטקייט ביידע זענען געווען געבעיסט אין די זעלבע געגנטער אין רוסלאנד
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 11
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 07, 2024 4:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
Re: קארלינער מה ידידות און סיגעטער בבואו מאדום
עס איז דא א שויתי ה' לקראתי וואס מען זינגט אין סלונים וואס קומט פון ר' יצחק ממעליץ.