מתיר א(י)סורים - תעניתים

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
אנטוישטער יונגערמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

מתיר א(י)סורים - תעניתים

שליחה דורך אנטוישטער יונגערמאן »

דו פאסט? האסט געוואוסט אז גדולים זענען געווען דערקעגן?

א וואונדערליכע מעשה האט דערציילט ר’ מאטל סלאנים וועגן צוויי תלמידים פון הייליגן ר’ אלימלך וועלכע זענען געפארן אונטערוועגנס שבעה עשר בתמוז, צוזאמען מיט א גרופע חסידים. די זון האט געבאקן, און זיי זענען פארביי א טייכל, האט איינער פארגעשלאגן צו כאפן א טינק אין די וואסער, כדי זיך אויפצופרישן אביסל אין די היץ. אבער זיי האבן זיך גע’ספק’עט אויב ס’איז אפשר א פארגעניגן וואס איז פארבאטן עפ"י הלכה אין א תענית?
אויב געדענק איך ריכטיג איז דער הייליגער ר’ מענדעלע רימאנאווער געווען איינע פון די צוויי תלמידים און ער האט נאכגעזאגט פון רבי’ן ר’ אלימלך זצ’’ל אן אינטרעסאנטע מעשה:

א יונגע מיידל האט געפאסט שבעה עשר בתמוז, און זי איז נעבעך געשטארבן. איז זי ארויפגעקומען אויפ’ן עולם האמת און מ’האט געלאזט רופן די אנשי כנסת הגדולה, און מ’האט זיי אפירגענומען היתכן זיי האבן געמאכט אזא גזירה וואס האט געקאסט דאס לעבן פון א אידיש קינד!

האבן די אנשי כנסת הגדולה זיך פארענטפערט אז מ’קען זיי נישט באשולדיגן, ווייל באמת האט דער גלות געדארפט זיין נאר טויזנט יאר (די ישמח משה רעדט אויך וועגן דעם) ממילא האבן זיי נישט געקענט פאראויסזעהן די שאדן וואס וועט קענען ארויסקומען נאך צוויי טויזנט יאר…

און די אנשי כנסת הגדולה האבן געבעטן מחילה און געזאגט אז ווען זיי וואלטן געוואוסט אז די גלות וועט זיין מער ווי טויזנט יאר, וואלטן זיי נישט געמאכט אזא גזירה! זיי וואלטן בכלל נישט קובע געווען די תניתים.

“פון דעם זעען מיר אז מ’זאל נישט אזויפיל מחמיר זיין” האבן די תלמידים אויסגעפירט די מעשה, און זיי האבן באשלאסן אז טראצדעם וואס ס’איז שבעה עשר בתמוז וועלן זיי זיך דערפרישן און זיך איינטינקען אינ’ם טייך.

_______

דער מלאך פון אמעריקע איז געווען באוואוסט אלס א גרויסער מחמיר. זיינע צוויי גרעסטע תלמידים זענען געווען ר’ יעקב שאר, און ר’ מאיר וועבערמאן.

ר’ יעקב שאר האט געפרעגט זיין רבי’ן אויב תשעה באב האלט ער אויך נישט פון פאסטן, און די ענטפער איז געווען ניין, תשעה באב אויך נישט.

למעשה האבן אבער די צוויי תלמידים יא געפאסט תשעה באב.

און מ’זאגט אז די עונש איז טאקע געקומען און זיי האבן ביידע געליטן אויפ’ן געזונט, ווי דער מלאך’ס ווערטער האט פאראויסגעזאגט אז ס’וועט שאטן פאר’ן קערפער.

איינער פון זיי האט געהאט מייגרעין- קאפ ווייטאג כסדר, און דער צווייטער האט געהאט ענקזייעטי (כ’געדענק נישט די פרטים קלאר וועלכע געזונט פראבלעמען, אפשר דער ערשטער האט געהאט צו טון מיט די הארץ)

________

ר’ שאול הוטערער האט געלערנט אין באבאווער ישיבה, און די בחורים זענען געפארן אויף אן אויספלוג קיין קרעניץ, פאר צוויי וואכן זיך אפצורוען. תשעה באב איז אויסגעפאלן אינמיטן דעי צוויי וואכן און ביים סוף פונ’ם תענית ווען דער באבאווער רב האט געפירט טיש, האט ער געזאגט אז ער האלט נישט דערפון אז בחורים זאלן פאסטן.

ער האט זיך אפגערעדט אויף דעם וואס זיי פאסטן און געזאגט: בחורים קומען דא זיך אפרוען פאר צוויי וואכן א יאר, אנצוזאמלען כוחות פאר די גאנצע יאר, און דא נעמט מען מיט איין תענית פון תשעה באב און מען פארפאטשקעט די גאנצע מעשה

ווען ער האט געענדיגט פירן טיש און איז ארויסגעגאנגען, האט ער באגעגנט דעם בחור שאול און האט אים געפרעגט צו ער האט געפאסט? זאגט ר’ שאול יא, האט ער אים דערלאנגט א פאטש.

(די אפיציעלע נוסח וויאזוי ר’ שאול הוטערער דערציילט עס, מאכט ער אן אפאלאגעטיק אז דאס איז געווען א רוח הקודש, און דער פאטש האט אים שפעטער באשיצט פון א קראנק)

_________

אין ראדאמסק איז געווען א איד - א גאר געהויבענער פארפרומטע חסיד (ר׳ לייבעלע…) וועלכער פלעגט שלאפן ביינאכט געבינדן די הענט און פיס צו די בעט, כדי חלילה נישט צוצוקומען אנצורירן ווי מ’טאר נישט, אינמיטן שלאפן. אזוי שטארק האט ער מורא געהאט פון הוצאת זרע לבטלה.

די ראדאמסקער ישיבה אין סאסנאווצע איז געפארן מיט די בחורים אויף א קור-ארט אין די זומער. ווען ס’געקומען תשעה באב האבן די בחורים נישט געוואוסט אויב מ’זאל פאסטן, ווייל אין פוילן האט מען זייער מקיל געווען אויף תעניתים ביי חסידים.

די בחורים האבן געפרעגט דעם געהויבענעם תלמיד חכם ר’ לייבעלע, ערב תשעה באב, אויב זיי זאלן פאסטן

האט ער זיי געענטפערט: די בחורים קומען דא אינ’ם קור-ארט איינמאל א יאר זיך אפצורוען, מ’קומט נישט דא צו ווערן שוואכער און זיך קראנק צו מאכן! און ער האט זיי געזאגט נישט צו פאסטן תשעה באב.
אן עלטערע קרוב מיינער ר’ זושא ווערטהיימער האט עס מיר דערציילט, ער איז געווען איינע פון די בחורים דארט, אין ראדאמסקער ישיבה, און האט אליין בייגעוואוינט די מעשה.

_________


דער אסטראווצער גאון איז אריינגעקומען צו א גביר אין שטוב שבעה עשר בתמוז און דער איד האט זיך נישט געראכטן אויפ’ן באזוך, און געווען אין שאק, ווייל ער האט געהאלטן אינמיטן עסן אין א פאסט-טאג.

וואס האט דער אסטראווצער געטאן? ער האט זיך צוגעזעצט צום טיש און גענומען א שטיקל לקח אדער עפעס וואס איז דארט געווען צו עסן און ער האט אנגעהויבן מיטעסן כדי אוועקצונעמען דעם איד’ס בושה.
דאס איז אינטרעסאנט ווייל דער אסטראווצער איז געווען באוואוסט פאר זיינע תעניתים וואס ער פלעגט מאכן א גאנץ יאר! און דאך האט ער נישט געהאט קיין פראבלעם צו ברעכן דעם תענית פון שבעה עשר בתמוז.

________

ר’ יחזקאל ראטה ז’’ל האט געשמועסט אין לערנען מיט א חבר מיינער, אין עשרה בטבת - און ס’איז געווען א טיפע סוגיא, האט דער חבר נישט געקענט אזוי ווייט אריינגיין, ווייל זיין קאנצענטראציע איז נישט געווען אזוי גוט, צוליב דעם וואס ער האט נאך נישט געהאט געגעסן (צוליב דעם תענית) איז ר’ יחזקאל ראטה בכבודו ובעצמו אריין אין קאך און אים געברענגט א קאווע מיט קאקאש קעיק ער זאל תיכף אויספאסטן. דו קענסט עס אויסטייטשן אז אויב ס’שטערט פון לערנען לוינט זיך נישט די תענית.

אדער קענסטו אויך זאגן אז די מינוט ס’האט געשטערט פון לערנען האט עס איבערצייגט אז ס’האט א שלעכטע ווירקונג אויף זיין געזונט און ממילא האט ער געמוזט אויספאסטן.

_______

אין די ניינציגער יארן, האט א בחור אנגעקלינגען אום שבעה עשר בתמוז צום וויזניצער דיין (אין מאנסי) פרעגן א שאלה אויב ער דארף פאסטן ווייל ער האט א מיחוש.
דער דיין האט אים אריבערגערופן צו זיך אין שטוב און ער האט אים סערווירט פרישטיג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אנטוישטער יונגערמאן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים

שליחה דורך סקעפטיקער »

קענסט ברענגען מער קראנט די מקורות. די מלאך האט נישט געפאסט תשעה באב? איז דא א רעקארדירונג פון ר' שאול הוטערער?
אנטוישטער יונגערמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים

שליחה דורך אנטוישטער יונגערמאן »

סקעפטיקער האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 2:03 pm קענסט ברענגען מער קראנט די מקורות. די מלאך האט נישט געפאסט תשעה באב? איז דא א רעקארדירונג פון ר' שאול הוטערער?
איך האב נישט געזאגט אז ער אליין האט אויך נישט געפאסט ת״ב, איך ווייס נישט אויב ער האט געפאסט. ס׳דא וואס זענען מקיל פאר אנדערע און זענען מחמיר פאר זיך.

די מקור איז ר׳ חיים אלעזר גערטנער.

גראדע האסטו מיר דערמאנט כ׳האב פארגעסן צו ברענגען פון הייליגן ר׳ שמחה בונם מפשיסחא מיט׳ן אישביצער (כ׳וועל באלד מאריך זיין)

קודם נאך א נקודה פונ׳ם מלאך (אויך געהערט פון ר׳ חיים אלעזר גערטנער)

די תלמידים פלעגן קומען צו פארן מיט די באן צו לערנען מיט אים עטליכע מאל א וואך, און ווען ס׳געקומען ערב א פאסט-טאג, האבן זיי געזאגט אז זיי וועלן נישט קענען קומען צוליב די תענית, האט דער מלאך געזאגט ניין, מ׳זאל קומען צו פארן און מ׳זאל עסן געהעריג.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דאס איז אינטרעסאנט. ווייל עס ווערט גע'פסק'נט באו"ח סימן תקמט סעיף א וסימן תקנ סעיף א אז:
חייבים להתענות בתשעה באב ובי"ז בתמוז ובג' בתשרי ובעשרה בטבת, מפני דברים הרעים שאירעו בהם.

הכל חייבים להתענות ארבע צומות הללו, ואסור לפרוץ גדר.
און דער משנ"ב בסימן תקמט ס"ק ג ברענגט צו מלהלן סימן תקסח סעיף א אז אפילו וואו מ'האט אויסגעפאסט דארף מען ווייטער פאסטן ע"ש.

ועיין כאן ובמ"א בסימן תקנ ס"ק א.

ולכן דארף דאס דעקונג אז זיי האבן עובר געווען אויף די הלכה מקובלת. (אחוץ טאמער וועט מען זאגן אז מ'האט כהיום להלכה א דין ווי א חולה.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
אנטוישטער יונגערמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים

שליחה דורך אנטוישטער יונגערמאן »

מתנגדים האבן טאקע קריטיקירט חסידים דערוועגן
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים

שליחה דורך היימלינד »

דיינע מעשיות ברויכען סיי מקורות אז ס'איז בכלל געשעהן און סיי מקורות אז ס'איז א הוראה לרבים ולהורות - אסאך מאל ניצט מען א מעשה וואס איז געוועהן א הוראת שעה בשעת א חולי, מגיפה וכדומה אדער א הוראה ליחיד און מען דרייט עס איבער צום רבים.

לגבי די אוסטרובצער: דאס האט גארנישט מיט יא אדער נישט פאסטן, נאר נישט צו פארשעמען א איד [בעל עבירה? חולה?] אויב די מעשה איז בכלל געשעהן.

לגבי ואס דו שרייבסט וועגן פוילן: דאס איז אמת אז אין פוילן האט מען זייער מיקל געוועהן פאר פרויען אפילו אום תשעה באב מטעמים מובנים
בונה של טוב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים

שליחה דורך בונה של טוב »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בונה של טוב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
בונה של טוב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים

שליחה דורך בונה של טוב »

היימלינד האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 2:37 pm לגבי ואס דו שרייבסט וועגען פולין: דאס איז אמת אז אין פולין האט מען זייער מיקל געוועהן פאר פרויען אפילו אום תשעה באב מטעמים מובנים
וואו איז די מקור אויף דעם?
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים

שליחה דורך היימלינד »

בונה של טוב האט געשריבן: וואו איז די מקור אויף דעם?

מיינע באבעס און מומעס וואס האבן דארט געוואוינט
איך רעד פון עטליכע זייטן און אנדערע חלקים פון פוילן
אנטוישטער יונגערמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים

שליחה דורך אנטוישטער יונגערמאן »

סקעפטיקער האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 2:03 pm קענסט ברענגען מער קראנט די מקורות. די מלאך האט נישט געפאסט תשעה באב? איז דא א רעקארדירונג פון ר' שאול הוטערער?
פון ר׳ שאול הוטערער קענסטו זעהן וואס ער שרייבט אין ימי שאול
yesiknow
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 462
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל

Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים

שליחה דורך yesiknow »

זיי נישט אזוי אנטוישט יונגערמאן , טהו וואס דיינע עלטערען האבען געטהון אדער קוק אריין אין שלחן ערוך .

מעשיות פארצייל ביים שבת טיש אדער אין סווימנג פול
איי לאוו יו טו
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
אנטוישטער יונגערמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים

שליחה דורך אנטוישטער יונגערמאן »

ס׳איז וויכטיג צו דערמאנען וואס דער הייליגער שינאווער רב האט געזאגט:
ס׳דא מענטשן וואס מיינען אז פיקוח נפש מיינט, אויב ס׳וועט גורם זיין דו זאלסט שטארבן היינט אדער נעקסטע וואך, נאר דעמאלס מיז מען טון אלעס צו ראטעווען ווייל ס׳איז פיקוח נפש. האט דער שינעווער רב געזאגט ניין, אויב דו וועסט לעבן 68 יאר מיט פינף וואכן, אנשטאט צו לעבן 68 יאר מיט 3 חדשים דאס הייסט אויך פיקוח נפש!
yesiknow
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 462
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל

Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים

שליחה דורך yesiknow »

נאך א מעשה ....
Ask your local Orthodox rabbi everything related to halachic .
decisions

Based on your previous stories the rabbis themselves did not follow their own ruling meaning to say they shorten their own

? life by fasting when they were not allowed to do so

Please explain 😦
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
[NAMELESS]

Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער טיטל פון אשכול דערמאנט מיר א מדרש, אנדערע טענה'ן אז עס איז א זיוף
מדרש תהילים
קמ״ו
מתיר אסורים. מהו מתיר אסורים. יש אומרים כל הבהמה שנטמאת בעולם הזה מטהר אותה הקב"ה לעתיד לבוא. וכן הוא אומר (קהלת א ט) מה שהיה הוא שיהיה ומה שנעשה. טהורים היו מקודם לבני נח. וכן הוא אומר להן (בראשית ט ג) כירק עשב נתתי לכם את כל. מה ירק עשב נתתי לכל אף החיה והבהמה לכל מתחלה. ולמה אסר אותה לראות מי שמקבל דבריו ומי אינו מקבל. ולעתיד לבוא הוא מתיר את כל מה שאסר. ויש אומרים אינו מתירן לעתיד לבוא שכן הוא אומר (ישעיה סו יז) אוכלי בשר החזיר וגו'. ומה אם למי שהיה אוכלת הוא מכרית ומאביד הבהמה לא כל שכן. ומהו מתיר אסורים אין איסור גדול מן הנדה שהאשה רואה דם ואסרה הקב"ה לבעלה. ולעתיד לבוא הוא מתירה. (זכריה יג ב) וגם את הנביאים ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ. ואין טומאה אלא נדה שנאמר (ויקרא יח יט) ואל אשה בנדת טומאתה. ויש אומרים אף תשמיש המטה היא אסורה לעתיד לבוא. תדע לך שכן הוא שביום שנגלה הקב"ה על סיני ליתן התורה לישראל אסר תשמיש המטה שלשה ימים. שנאמר (שמות יט יא) היו נכונים וגו'. ומה כשנגלה עליהם יום א' אסרן מתשמיש המטה שלשת ימים. לעתיד לבוא שהשכינה ביניהם אינם אסורין. ומהו מתיר אסורים אסורי מות ואסורי שאול:
בונה של טוב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים

שליחה דורך בונה של טוב »

yesiknow האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 3:26 pm נאך א מעשה ....
Ask your local Orthodox rabbi everything related to halachic .
decisions

Based on your previous stories the rabbis themselves did not follow their own ruling meaning to say they shorten their own

? life by fasting when they were not allowed to do so

Please explain 😦
דו גלייבסט טאקע אז יעדער איינער וואס פאסט פארקירצט זיין לעבן??
יעדן׳ס מצב און געזונט צושטאנד איז אנדערש
yesiknow
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 462
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל

Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים

שליחה דורך yesiknow »

I believe in God
Based on his stories how did these rabbis that he's mentioning knew that this will not shorten their life that's my question
I will be sticking to the book of laws that we used for many many years thats a very good source what to do and what not to do
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
בונה של טוב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים

שליחה דורך בונה של טוב »

מנשסתר האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 3:28 pm דער טיטל פון אשכול דערמאנט מיר א מדרש, אנדערע טענה'ן אז עס איז א זיוף
מדרש תהילים
קמ״ו
מתיר אסורים. מהו מתיר אסורים. יש אומרים כל הבהמה שנטמאת בעולם הזה מטהר אותה הקב"ה לעתיד לבוא. וכן הוא אומר (קהלת א ט) מה שהיה הוא שיהיה ומה שנעשה. טהורים היו מקודם לבני נח. וכן הוא אומר להן (בראשית ט ג) כירק עשב נתתי לכם את כל. מה ירק עשב נתתי לכל אף החיה והבהמה לכל מתחלה. ולמה אסר אותה לראות מי שמקבל דבריו ומי אינו מקבל. ולעתיד לבוא הוא מתיר את כל מה שאסר. ויש אומרים אינו מתירן לעתיד לבוא שכן הוא אומר (ישעיה סו יז) אוכלי בשר החזיר וגו'. ומה אם למי שהיה אוכלת הוא מכרית ומאביד הבהמה לא כל שכן. ומהו מתיר אסורים אין איסור גדול מן הנדה שהאשה רואה דם ואסרה הקב"ה לבעלה. ולעתיד לבוא הוא מתירה. (זכריה יג ב) וגם את הנביאים ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ. ואין טומאה אלא נדה שנאמר (ויקרא יח יט) ואל אשה בנדת טומאתה. ויש אומרים אף תשמיש המטה היא אסורה לעתיד לבוא. תדע לך שכן הוא שביום שנגלה הקב"ה על סיני ליתן התורה לישראל אסר תשמיש המטה שלשה ימים. שנאמר (שמות יט יא) היו נכונים וגו'. ומה כשנגלה עליהם יום א' אסרן מתשמיש המטה שלשת ימים. לעתיד לבוא שהשכינה ביניהם אינם אסורין. ומהו מתיר אסורים אסורי מות ואסורי שאול:
זייער אינטרעסאנט.
דו האסט א לינק אדער א מקור פאר די טענות הזיוף?
אנטוישטער יונגערמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים

שליחה דורך אנטוישטער יונגערמאן »

yesiknow האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 3:26 pm
Based on your previous stories the rabbis themselves did not follow their own ruling meaning to say they shorten their own

? life by fasting when they were not allowed to do so

Please explain 😦
אויב דו וועסט טרעפן איינעם וואס האט יא געגלייבט אז ס׳וועט אים פארקירצן דאס לעבן און דאך האט ער געפאסט, what’s your point?
וואס ווילסטו דערמיט זאגן?
אז מ׳זאל פאסטן אפילו אויב מ׳פארקירצט זיך דאס לעבן?
go ahead

ס׳זייער טיפיקל פאר די ״גיין מיט׳ן קאפ אין וואנט אריין״ עטיטאד מיט וואס אסך פון אונז זענען ערצויגן געווארן.

אויב ווילסטו פרעגן א שאלה how were they permitted to do it?
ווייס איך נישט אויב ס׳איז א גרויסע קשיא ווייל מיר האבן עקזעמפלס אין תנ״ך און אין גמרא און אין ספורי צדיקים פון גדולים וואס האבן מאבד עצמו לדעת געווען
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אנטוישטער יונגערמאן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים

שליחה דורך היום »

אנטוישטער יונגערמאן האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:56 pm דו פאסט? האסט געוואוסט אז גדולים זענען געווען דערקעגן?

ביטע ארויסברענגען קלאר אז אלעס וואס דו האסט דא פארציילט זענען מעשיות פונעם הייסן זומער - אן א עירקאנדישן, אדער און ספעציעלע פעלער, בדרך, חולשות, צעירים, וכדו',...
בעיקר רעדט מען דא פון תעניות דרבנן, אנשי כנסת הגדולה, וכדומה, ביטע נישט ח''ו מישן מיט יום כיפור וואס איז א דאורייתא חמור!!!
אפילו אז סאיז א דבר פשוט, דאך דארף עס ווערן ארויסגעברענגט, יו נעווער נאו...
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
[NAMELESS]

Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים

שליחה דורך [NAMELESS] »

בונה של טוב האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 3:52 pm
מנשסתר האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 3:28 pm דער טיטל פון אשכול דערמאנט מיר א מדרש, אנדערע טענה'ן אז עס איז א זיוף
מדרש תהילים
קמ״ו
מתיר אסורים. מהו מתיר אסורים. יש אומרים כל הבהמה שנטמאת בעולם הזה מטהר אותה הקב"ה לעתיד לבוא. וכן הוא אומר (קהלת א ט) מה שהיה הוא שיהיה ומה שנעשה. טהורים היו מקודם לבני נח. וכן הוא אומר להן (בראשית ט ג) כירק עשב נתתי לכם את כל. מה ירק עשב נתתי לכל אף החיה והבהמה לכל מתחלה. ולמה אסר אותה לראות מי שמקבל דבריו ומי אינו מקבל. ולעתיד לבוא הוא מתיר את כל מה שאסר. ויש אומרים אינו מתירן לעתיד לבוא שכן הוא אומר (ישעיה סו יז) אוכלי בשר החזיר וגו'. ומה אם למי שהיה אוכלת הוא מכרית ומאביד הבהמה לא כל שכן. ומהו מתיר אסורים אין איסור גדול מן הנדה שהאשה רואה דם ואסרה הקב"ה לבעלה. ולעתיד לבוא הוא מתירה. (זכריה יג ב) וגם את הנביאים ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ. ואין טומאה אלא נדה שנאמר (ויקרא יח יט) ואל אשה בנדת טומאתה. ויש אומרים אף תשמיש המטה היא אסורה לעתיד לבוא. תדע לך שכן הוא שביום שנגלה הקב"ה על סיני ליתן התורה לישראל אסר תשמיש המטה שלשה ימים. שנאמר (שמות יט יא) היו נכונים וגו'. ומה כשנגלה עליהם יום א' אסרן מתשמיש המטה שלשת ימים. לעתיד לבוא שהשכינה ביניהם אינם אסורין. ומהו מתיר אסורים אסורי מות ואסורי שאול:
זייער אינטרעסאנט.
דו האסט א לינק אדער א מקור פאר די טענות הזיוף?
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... 75&hilite=
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... 58&hilite=
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... 08&hilite=
הערשער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 16, 2023 8:43 pm
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים

שליחה דורך הערשער »

אנטוישטער יונגערמאן האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:56 pm
אין די ניינציגער יארן, האט א בחור אנגעקלינגען אום שבעה עשר בתמוז צום וויזניצער דיין (אין מאנסי) פרעגן א שאלה אויב ער דארף פאסטן ווייל ער האט א מיחוש
דער דיין האט אים אריבערגערופן צו זיך אין שטוב און ער האט אים סערווירט פרישטיג.
וועלעכע דיין?
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים

שליחה דורך היום »

אין גאליציע האט מען געזאגט לגבי ווייבער נישט פאסטן.
"ממנפ''ש, זענען זיי שלאנגער אדער זייגן, טאר מען דאך נישט פאסטן. אויב נישט זענען זיי סתם חולים..."
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
yesiknow
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 462
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל

Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים

שליחה דורך yesiknow »

אנטוישטער יונגערמאן האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 4:00 pm
yesiknow האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 3:26 pm
Based on your previous stories the rabbis themselves did not follow their own ruling meaning to say they shorten their own

? life by fasting when they were not allowed to do so

Please explain 😦
אויב דו וועסט טרעפן איינעם וואס האט יא געגלייבט אז ס׳וועט אים פארקירצן דאס לעבן און דאך האט ער געפאסט, what’s your point?
וואס ווילסטו דערמיט זאגן?
אז מ׳זאל פאסטן אפילו אויב מ׳פארקירצט זיך דאס לעבן?
go ahead

ס׳זייער טיפיקל פאר די ״גיין מיט׳ן קאפ אין וואנט אריין״ עטיטאד מיט וואס אסך פון אונז זענען ערצויגן געווארן.

אויב ווילסטו פרעגן א שאלה how were they permitted to do it?
ווייס איך נישט אויב ס׳איז א גרויסע קשיא ווייל מיר האבן אסך עקזעמפלס אין תנ״ך און אין גמרא און אין ספורי צדיקים פון גדולים וואס האבן מאבד עצמו לדעת געווען
This is exactly the results of basing Judaism on stories ,now you're saying that all the holy people were committing suicide
that's exactly what I meant
Keep going
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
פארשפארט