וואס איז אייער פערספעקטיוו אויף די דרשו סיומים?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
נאך א שמויגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2023 9:20 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

Re: וואס איז אייער פערספעקטיוו אויף די דרשו סיומים?

שליחה דורך נאך א שמויגער »

צ/ק

הכל בכל מכל פון אנהייב ביז׳ן סוף האט גארנישט מיט די תוה״ק. אלעס איז די כבוד פון איין מענטש!
לאז געמאכט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 06, 2024 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

Re: וואס איז אייער פערספעקטיוו אויף די דרשו סיומים?

שליחה דורך לאז געמאכט »

געהערט לעצטנס גאנץ קראנט אז די וואס פירן אהן די בחינות טענה'ען אז עס איז נישט צוגעקומען קיין איין מעמבער נאך די סיומים
מענדל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 113
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 19, 2023 1:00 am
האט שוין געלייקט: 60 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

Re: וואס איז אייער פערספעקטיוו אויף די דרשו סיומים?

שליחה דורך מענדל »

לאז געמאכט האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 5:42 pm געהערט לעצטנס גאנץ קראנט אז די וואס פירן אהן די בחינות טענה'ען אז עס איז נישט צוגעקומען קיין איין מעמבער נאך די סיומים
נישט מסתבר איך גלייב אז יעדע מאל מען הייבט אן א נייע לימד קומען צו לומדים
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

Re: וואס איז אייער פערספעקטיוו אויף די דרשו סיומים?

שליחה דורך יעקב מענטש »

איך בין נישט קיין חסיד פון פראפאגאנדע, ס'גיבט עפעס א פאלשע געפיהל צו לימוד התורה, ווי ס'איז עפעס א איידענטיטי, לערנסט דרשו? לערנסט נישט?, ס'ווערט עפעס א לעבל צוגעקלעפט צו דעם מענטש.

אבער ס'איז אוממעגליך אוועקצומאכן די מהפיכה וואס דאס האט געמאכט, די גאנצע סאטמערע מחלוקה איז איינגעשלאפן (רעלאטיוו צו 20 יאר צוריק) נאכדעם וואס ביידע קהילות האבן געטוישט פאקוס צו איינפיהרן חבורות וכו', א מענטש וואס לערנט פעסט אין איינע פון די חבורות פארלירט נאטורליך אינטערסע אין די מי בראש/פארטייאישע דאגות, ער ווערט ווירקליך א ערענסטערע מענטש.


אבער די דרשו קא. האט פארגעסן א וויכטיגע כלל, אז מאכן א סיום 2 מאל א יאר גייט זייער שנעל וועפן, די גאנצע סוקסעס פון די דף היומי סיום איז טאקע ווייל ס'איז איינמאל אין זיבן יאר. און רוב מענטשען האבן אינצווישן נישט טועם געוען פון אזא סארט מעמד.

היינט מיט דרשו וואס שטעלט צו ענליכס און אפי' בעסערס יעדע האלבע יאר, איז די קרעיז מער ווייניגער אווער.
לאז געמאכט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 06, 2024 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

Re: וואס איז אייער פערספעקטיוו אויף די דרשו סיומים?

שליחה דורך לאז געמאכט »

מענדל האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 7:23 pm
לאז געמאכט האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 5:42 pm געהערט לעצטנס גאנץ קראנט אז די וואס פירן אהן די בחינות טענה'ען אז עס איז נישט צוגעקומען קיין איין מעמבער נאך די סיומים
נישט מסתבר איך גלייב אז יעדע מאל מען הייבט אן א נייע לימד קומען צו לומדים
אמת דאס איז נאטוליכע וואוקסט אבער ווייט נישט אזויפיל לויט די PR וואס מען מאכט
לאז געמאכט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 06, 2024 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

Re: וואס איז אייער פערספעקטיוו אויף די דרשו סיומים?

שליחה דורך לאז געמאכט »

געב א קוק אויפן לעצטן מעמד האבן זיי קוים געקענט אנפולן די זאל
די קעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 344
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל

Re: וואס איז אייער פערספעקטיוו אויף די דרשו סיומים?

שליחה דורך די קעפעלע »

לאז געמאכט האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 2:54 pm געב א קוק אויפן לעצטן מעמד האבן זיי קוים געקענט אנפולן די זאל

ווי איך הער ווייסט דרשו אז די לעצטע מעמד איז געווען א טאטאלע דורכפאל, די מטרה לויט זיי איז געווען אריינצוברענגען נאך לומדים ווי בחורים פון שוואכערע ישיבות וואס האבן זיך משתתף געווען ביים מעמד, וואס זאלן זיך מיטכאפן מיט די גרינגערע נייע לימודים און האבן געהאפט אז א שיינע מעמד וועט זיי כאפן.

למעשה איז עס געבליבן אז די בחורים האבן איבערגעדרייט, געמאכט קולות און זיך געזעצט אויף זיץ פלעצער אין די האלב ליידיגע טייערע סעקשאן'ס, די ערוואקסענע עולם איז געזעצן פארשטעקט ארויף אין די ביליגע זיץ פלעצער.
[NAMELESS]

Re: וואס איז אייער פערספעקטיוו אויף די דרשו סיומים?

שליחה דורך [NAMELESS] »

מתוך שלא לשמה בא לשמה.....
פארשפארט