?!ווער איז קענדע(י)ס אוענס
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
?!ווער איז קענדע(י)ס אוענס
אין די לעצטע עטליכע יאר (ספעציעל די פארגאנגענע 2 יאר) איז ארויפגעקומען אין די מידיא דער נאמען "קענדיעס אוענס".
זי איז אן אפריקאנער-אמעריקאנער שיקסע מיט א געשליפענע צינגל וועלכע האט אן אייגענעם בלאג/פאדקעסט מיט דעם נאמען.
זי האט אנגעהויבן איהר קאריערע אין די מידיא ביי א נייעס ארגאניזאציע/פאדקעסט וואס איז געגרינדעט געווארן דורך א אידישן רעליגיעזן יונגערמאן בנימין (בען) שפירא מיט דעם נאמען "דעילי ווייער". ער אליין און די אנדערע זשורנאליסטן און הוגי דיעות פון זיין ארגאניזאציע (אידישע און נישט אידישע) זענען פאליטיש קאנסערוואטיוו געשטימט. זיי זענען גרויסע חסידים פון דאנאלד טראמפ און די רעפובליקאנער פארטיי. זי (קענדיס אוענס) איז אויך געווען איינע פון די פאליטישע מיינונג זאגערס דארט.
פלוצלינג, ממש פון איין טאג צום צווייטן, האט זי אנגעהויבן אויסדרוקן אנטיסעמיטישע מיינונגען איבער פארשידענע פאליטישע עניינים.
ווען איהר אידישער באס און אנדערע אידישע שרייבערס האבן איהר פארגעהאלטן האט זי געזאגט אז זי פרעגט נישט ביי זיי וואס צו טון, און ס'איז "פריעדאם אוו ספיעטש". זי האט נאך מער פארשטערקערט איהרע האלב און גאנץ אנטיסעמיטישע בלבולים און קאנספיראציע טעאריעס, ביז מ'האט איהר משלח געווען (פאר פיינע קאמפענסאציע, מ'האט איהר אויסגעצאלט אבי זי זאל גיין.)
איז זי געגאנגען און אויפגעמאכט אן אייגענעם בלאג/פאדקעסט. ערשט יעצט האט זי זיך צופיהרט די הענט. זי האט געגעבן א פלאטפארמע פאר א יעדן וויסטן שונא ישראל און אנטיסעמיט. איינער פון זיי איז געווען דער שווארצער אנטיסעמיט קאניעי וועסט, שר"י ימ"ש עפ"ל. א צווייטער אנטיסעמיט און קרימינאל איז ענדרו טעיט (כנ"ל), אן אמעריקאנער-געבוירענער בריטישער סיטיזן. וועלכער איז היינט צו טאג אונטער הויז ארעסט אין בוקארעסט, רומעניע, וואו די רעגירונג באשולדיגט איהם אין שרעקליכע קרימינאלע מעשים.
זי טענה'ט ווייטער אז זי איז שטארק פאליטיש קאנסערוואטיוו. אויך גלייבט זי אין די אלע קאנספיראציע טעאריעס. און, פארשטענדליך ווער שטייט אונטער די אלע נישט גוטע זאכן...די אידן...! זי האלט אז די אידן האבן גע'הרג'עט פרעזידענט דזשאן קענעדי. אויך זענען זיי געשטאנען אונטער 9/11.
און זי באוויינט א יעדן טאג די שרעקליכע "דזשענאסייד" וואס די איזראעלי גאווערנמענט פיהרט אדורך אויף די אומשולדיגע פאלעסטינער באפעלקערונג.
אויך האט זי געזאגט אז היטלער ימ"ש איז געווען א גוטער פיהרער.
זי איז נאך א "פרומע" קריסטשען אויך. זי טענה'ט אז די מדינת ישראל פארקויפט געווער פאר די ארמענישע רעגירונג כדי צו הרג'נען די קריסטליכע באפעלקערונג.
איהר בלאג איז זייער שטארק פאפולער. זי האט איבער א מיליאן "פאללאוערס". כל המיצר לישראל נעשה ראש...!
זענען דא ארנטליכע מענטשן סיי אידן און להבדיל גויים וואס זאגן קלאר אז זי איז אן אנטיסעמיט.
אויך פיהרט זי מלחמה מיט א געוויסן "ראביי" און זיין טאכטער. נאר זי טענה'ט נאכאלץ אז אז זי איז נישט קיין אנטיסעמיט. זי האט א געשליפענע צונג, כמו שאמרנו. זי ווארפט ארויס כאילו א תמימות'דיגע פראגע, און זי וויל אז מ'זאל עס פארענטפערן.
אויך איז דא אן "אראבער" וועלכער איז געווען אן אפיציר אין צה"ל. ער ווייזט אויף זייער קלאר אז איהרע מיינונגען זענען נישט ריכטיג, זי ווייסט נישט אדער וויל פארדרייען די פאקטן.
דרך אגב: דער אראבער וואוינט אין א הויז אדער רעדט פון א סטודיא וואו ס'איז דא א גרויסע מזוזה אויף די טיר...!
איך וועל (אפשר) ברענגען א סקרין שאט פון די טיר מיט די מזוזה.
וואס זאגט דער עולם? אינטרעסאנט אז צווישן אידן האט מען (נאכנישט) געהערט פון איהר.
לאמיר האפן אז זי וועט האבן א מפלה בקרוב.
בזכות רבינו ר' ישעיה ב"ר משה...!

- מנחם מנדל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 182
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 2:47 pm
- האט שוין געלייקט: 143 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל
Re: ?!ווער איז קענדע(י)ס אוענס
יאפ זי איז א געפערליכע שלאנג.
אין א כפוי טובה אויף נעקסט לעוועל זי האט אנגעהויבן איר קאריערע ביי דעניס פרעיגער, אין שפעטער געווארן גרויס ביי דעילי ווייער, וואס די גרינדער איז א היימישע אינגערמאן בנימין שפירא.
עס איז א מוראדיגע קלאפ פאר די הייסע טראמפיסטן, וואס זייערע גרעסטע העלדן ווי טאקער קארלעסען אין קענדעס האבן זיי לעיטלי פאראטען..

-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
Re: ?!ווער איז קענדע(י)ס אוענס
פליז פליז פליז...
דאס איז זייער א קורצע און שנעלע אנאליז אויף אזא פארוויקלטע פרשה.
צום ערשט לאמיר קלאר מאכן, זי איז א וויסטע אנטיסעמיטיקע!
זי האט נישט אנגעהויבן איר קאריערע ביי די ’דעלי ווייער’, זי איז אנגעקומען דארט נאכן זיין ברייט בארימט אינערהאלב די קאנסערוואטיווע לאגער.
די ’דעלי ווייער’ סטעף איז זייער ווייט פון ’’גרויסע חסידים פון דאנעלד טראמפ’’, זיי זענען ארויף אויף די טראמפ טרעין זייער שפעט אין די געים, אזוי ווייט אז ’בען שפירא’ האט די געהאט די גאל צו ברעגן אז ער וואוט נישט פאר טראמפ אין 16'.
די סומאטוכע מיט איר האט זיך אנגעהויבן נאך וואס ’קאניע וועסט ימ’’ש האט געכאפט זיין נערווען בראך, און אנגעהויבן צו שפייען אנטיסעמיטיזם, זי איז זייער גוט מיט אים, פון ווי און וואס די קאנעקשען איז, ווייס איך נישט, אבער דארט האט עס אויסגעקראכט, זי האט זיך כסדר אנגענומען פאר אים, און פון דארט און ווייטער, איז היסטאריע.
ווי ’טאקער קארלסאן’ פרעדיגט אנטיסעמיטיזם, האב איך נאכנישט געזעהן..

You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
- פונדאַמענטאַל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 320
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
- האט שוין געלייקט: 677 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל
Re: ?!ווער איז קענדע(י)ס אוענס
(דיסקלעימער: איך שרייב פון זכרון און עס געפינען זיך מעגליך טעותים).
צום ערשט וויל איך פאררעכטן אפאר קלייניקייטן.
די ערשטע גרעסערע פירמע וואס זי האט געארבעט פאר איז PragerU פון Dennis Prager, און הערשט שפעטער איז זי אריבער צו Daily wire.
די DW איז קא-געגרינדעט דורך בנימין שפירא, אבער די פאקטישע CEO און פאטענציאלע "אפזאגער" איז Jeremy Boarin.
בנוגע Donald Trump, זענען לאו דווקא אלע פון זיי שטארקע חסידים. בען האט נישט געשטימט פאר אים אין 2016, ווי אויך טוט ער אים קריטיקירן פילע מאל. נאר, נאכן זעהן די הצלחות אין זיין ערשטע טערמין האלט ער אז עס איז ריכטיג צו שטימען פאר אים.
איך, ווי פיל אנדערע אידן, פלעג איר נאכפאלגן במידת מה. כאטש וואס עס האט מיר אלס געגרידשעט א געוויסע מאס פון אראגאנץ וועלכע זי האט אלס פארמאגט. זי איז באמת קלוג און פארשטענדליך, נאר זי ליידט אויף אראגאנץ און מידות רעות.
אין די לעצטע תקופה אין DW האט זי אנגעהויבן נויגן צו conspiratorial thinking. [בכלליות קען מען זאגן אז עס איז מעגליך אז טייל פון די טעאריעס זענען ריכטיג, ווי עס איז שוין אויפגעוויזן געווארן אין די לעצטערע יארן אז די סיסטעם באטיטלט פילע זאכן אלס קאנספיראציע טעאריעס בלויז ווייל דאס איז קעגן זייערע אינטערעסן (COVID 19 lab leak theory, for example). אבער אנדערע זענען שוין סתם ווילדע טעאריעס, ווי אז די ווייב פון Emanuel Macron איז אייגנטליך א מאן... וכדו'].
דאס איז ערשיינונג וועלכע איז לעצטעס שטארק פארשפרייט ביי געוויסע אינעם רעכטן לאגער (עי' ערך Tucker Carlson, א שמועס פאר זיך) . אין עס לדעתי א פועל יוצא פון א בארעכטע distrust אינעם סיסטעם, וועלכע איז גורם געוויסע מענטשן צו עס נעמען צו אן עקסטרעם.
זינט Oct 7 זענען אבער זאכן געגאנגען נאך מער בארג אראפ. צום ערשט האט געהערשט א הויכע שטילשווייגעניש, ווי זי האט נישט דערמאנט קיין ווארט דערפון. נאך א שטיקל תקופה ווען זי האט יא אנגעהויבן צו רעדן דערפון האט זי גענומען די אנטי ישראל צד (איך וועל שפעטער ארויסגעברענגט מיין מיינונג דערויף).
שפעטער איז ארויסגערינען א ווידעא ווי בען שפירא רייסט איר אראפ ביי א פריוואטע אידישע אווענט, נאכדעם וואס ער איז אנגעפרעגט געווארן דורך איינער פון די באטייליגטע. פון דארט האבן זיך זאכן דערקייקלט, און שווערע Twitter/X מלחמה האט אויסגעבראכן צווישן די צוויי.
נאך א שטיק צייט זענען זאכן געווארן שטיל, און DW האט נישט אפיציעל גענומען א שטעלונג. בען און Candace האבן אפילו ערשינען צוזאמען אויף די DW backstage פראגראם.
אבער, נאך וואס א שטיק צייט איז אריבער, האט Jeremy Boaring ארויסגעלייגט א מעסעדש אז DW און Candace צוטיילן זיך. עס איז וויכטיג ארויסצוברענגען, אז עס איז נישט ארויסגעגעבן געווארן די פאקטן איבער דעם, און קיין איין זייט האט נישט געזאגט אז זי איז אפגעזאגט געווארן און וואס די סיבה דערויף איז. עס איז מעגליך אז עס איז געווען א געמיינזאמע באשלוס, און עס איז מעגליך אז איז נישט בלויז צוליב די שלעגעריי מיט בען.
יעצט. צום שאלה, איז זי אן אנטיסעמיט? זי שרייט חי וקיים אז זיי איז נישט קיין אנטיסעמיט, און אז מען קען קריטיקירן אידן אן דעם וואס מען זאל זיין אן אנטיסעמיט. איך האלט אבער אז עס איז לעגיטים צו האלטן אז איינער איז אן אנטיסעמיט צוליב א געוויסע דפוס התנהגות, טראץ וואס יענער קען פארענטפערן יעדע נקודה מיט א אנדערע תירוץ. די עצם פאקט אז איינער וואס נעמט א רעכטע קאנסארוואטיווע שטעלונג אויף יעדע נושא, האט באשלאסן צו שיפטן לינקס אין די נושא פון ארץ ישראל, און זיך צאמשטעלן מיט פראגראסיווע woke left אויף די איין נושא, שרייט אויס א בייעס קעגן אידן.
מיט דעם אלעס האלט איך אז זי איז נישט פערזענליך אן אנטיסעמיט, נאר זי פירט זיך אויף אנטיסעמיטיש... דהיינו, די אנטיסעמיטישע הנהגה קומט נישט פון ריינע אנטיסעמיטיזם נאר פון אנדערע פערזענליכע נגיעות. דאס איז וואס איך האב אבזעווירט אלס א געוועזענע נאכפאלגער.
צום ערשט: צוליב איר אנטי סיסטעם נויגונגען, זי קען זיך נישט ברענגען צו זיין אויף די זעלבע זייט ווי די סיסטעם, און וויבאלט די אנגענומענע מיינונג אין אלגעמיין (אויף די רעכטע זייט און אויף די מיטל-לינקע זייט) איז פרא-ישראל מוז זי נעמען די אנדערע שטעלונג. און צווייטענס: צוליב א אלטע ווייטאג פון ווערן באשולדיקט אויף אנטיסעמיטיזם פון די ADL און אנדערע אידישע לינקע גרופעס, זי קוקט דאס אן ווי א טייל פון די ברייטפארשפרייטע לינקע הנהגה צו באשולדיגן יעדעם אויף רעכטס אין ראסיזם. און דערפאר וויל זי ווייזן אז די גייט זיך נישט ברעכן פאר דעם.
(מען קען נאך אסאך מאריך זיין אין דעם, אבער כרגע האב איך נישט די צייט דערפאר).
(Ami Kozak האט געטון א פיינע ארבעט און זיינע דעבאטעס מיט איר, זיכט אויף YouTube).
איבער די נושא בכלליות, האט עס לדעתי די בריטישע קאמענטירער Konstantin Kisin פון Triggernometry געזאגט די בעסטע: עס איז פארהאן א ווערסיע פון Wokeness אויף די רעכטע זייט פונקט ווי די Woke אויפן לינקן זייט.
עס ווערט געטריבן פון אן ענליכע וויקטעם מיינדסעט וועלכע זוכט צו וועם צו באשולדיגן און אלע פראבלעמען. וכו' וכו'.
אקט. 7 האט אויפגעשאקלט די אנהעגערשאפט פון פילע אידן וועלכע פלעגען זיך שפירן אינגאנצן א טייל פון די רעכטע לאגער, און האט געוויזן אז טראץ דעם וואס אנטיסעמיטיזם איז שטערקער אויף די לינקע זייט, ברויך מען אבער זיין פארזיכטיג מיט די רעכטע אויכעט. Candace Owens, Tucker Carlson, Patrick Beth David און די ליסטע גייט ווייטער, האבן געוויזן אז ווען עס קומט צו אידן איז דא אן אנדערע playbook.

There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 50
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 3:42 pm
- האט שוין געלייקט: 36 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל
Re: ?!ווער איז קענדע(י)ס אוענס
איך פלעג שטארק הנאה האבן פון איר שיעור כללי'ס. אזוי ווי אויבן דערמאנט פארמאגט זי א געשליפן צינגל און זי פלעגט אראפרייסן אלע לינקע געצן-דינעריי ווי ג'ור'ג פלויד, היימיש געמאכטע אנדרוגינוס'לעך און וואקסין צווינגעריי...וכו'...
איך האב מיך מורה היתר געוועהן איר אויסצוהערן אפי' נאך וואס זי איז ארויס אויף איר אנטי-ישראל טור, (ווי נישט ווי זענען מיליאנען גוים(און אידן) קעגן דער מלחמה און מ'לעיבלט זיי נישט אלס אנטיסעמיטן דערפאר...)
ביז זי איז ממש לעצטנס ארויס אויף א ווילדע יאגד בנוגע די שואה זיך אויסדריקנדיג אז די אכזריות'דיגע עקספערימענטן וואס מענגעלע ימ''ש האט דורכגעפירט אויף די צווילינגען איז איבערגעטריבן און פראפעגאנדירט עפ''ל...

איך בין נישט פון ווילנא, בעלז אדער פרעשבורג !!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 344
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
- האט שוין געלייקט: 47 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל
Re: ?!ווער איז קענדע(י)ס אוענס
לדעתי איז @פונדאַמענטאַל זייער גערעכט,
יא, זי האט זיך אסאך פאררעדט איבער די יארן מיט איהר אויסגעשפראכנקייט ווי זי וואלט געווען אן אנטיסעמיטקע, אבער זי טענה'ט אז דאס איז שקרים וואס די לינקע פראבירן אנצוקלעבן אויף איר, און האט זיך כסדר גוט פארענטפערט.
ווי אויך איז איר גאנצע ארבעטס לעבן איז געווען מיט און ארום אידן, און זי האט שוין געהאט אסאך פיטער אויפן קאפ נאך פאר בען שפירא האט איר אריינגענומען אין דעילי ווייער.
זי איז זייער באליבט ביי קאנסערוואטיווע מוילמאכערס און שישקעס פארן זיין א קלוגע פעסטע פרוי וואס דערשרעקט זיך נישט פון קיינעם און גייט אן מיטן ארויסשטעלן איר מיינונגען.
איר באשמיצונג קומט פון איהר כסדר'דיגע אטאקעס אויף די לינקע ליבעראלע און פראגרעסיווי אמעריקע וואס זי מאלט זיי אראפ אלס די גרעסטע שונאים פאר די אנטוויקלונג פון די שווארצע געמיינדע.
די ליבעראלע מידיא און לינק גענויגטע איינפלוסרייכע אזוי-גערופענע אידן קענען איר נישט דערליידן און זוכן איר שטיל צו מאכן מיט זייערע פאפולערע געווער פון אנטיסעמיטיזם.
איר אגענדא איז בעיקר שווארצע, נישט אידן.
דא האט עטס אביסל פון איר פאפולערע ליניעס און שטעלונגען בנוגע די שווארצע אמעריקאנע באפעלקערונג:
"וואס די גיהנם האט עטס צו פארלירן דורך שטימען פאר מיך, עטס לעבסט אין ארעמקייט, ענקערע שולעס זענען נישט גוט, עטס האטס נישט קיין ארבעט, 58 פּראצענט פון ענקערע יוגנט דרייען זיך ארבעטלאז".
טאקער קארלסאן האט איר שטארק בארימט און האט געזאגט אויף איר אין א אינטערווא:
"איך האב איר ליב ווייל איר אנאליס איז קאנסיסטענטלי טיף און אינטערסאנט, זי איז נישט אן אויבערפלעכליכע מענטש, און זי איז נישט דערשראקן צו זען און באשרייבן וואס זי האלט, דאס איז א זעלטענע זאך. איך קען זען פארוואס מענטשן ווילן איר צו זיין שטיל, אבער איך האף אז זי האלט אן און הערט נישט אויף צו רעדן.
זי איז זייער נאנט מיט קאניע וועסט אלע יארן און האט איהם פראבירט צו פארענטפערן נאך זיינע אויסברוכן אויף אידן אז ער איז נישט אן אנטיסעמיט און זיינע ווערטער זענען ארויסגענומען געווארן פון קאנטעקסט.
עס איז נאך דא אסאך מער צו באשרייבן אויף איר, אבער איין זאך זיכער איז אויב אונז ווילן גיין מיט די מעינסטרים מידיא אגענדע קען מען איר קלאר אראפמאלן אלץ א וויסטע אנטיסעמיטקע, אבער לדעתי איז דאס נישט די ריכטיגע אפטייטש.

- "דער געדאנק אז די לינקע האבן געמאכט די שווארצע געמיינדע גלייבן אז זיי זענען וויקטימס אויף אייביג, עס איז א mental plague אויף שווארצע אמעריקאנער געמיינדע. ראסיזם וועט שטענדיג עקזיסטירן, מען קען עס נישט פארמיידן. אבער מען קען נישט זיין פארנומען און בלייבן די וויקטעמס"
- " די גאנצע דעמאקראטישע פּלאטפארמע איז געבויט און קען נאר עקזעסטירן מיט אן אייביגע פלוס פון "וויקטימס קעגן אפרעסערס", און שוואַרץ אַמעריקע איז זייער מערסט באליבטע פערד, צו דינען אלס די פאפעט פון די פראגעסיווע באוועגונג
- "אמעריקע האט נישט קיין פּאליציי ברוטאליטעט פּראבלעם "אבער מיר האבן א שווארצע ברוטאליטי פּראָבלעם אין אמעריקע." די black lives matter באוועגונג, ברענגט נאר מער צעשטערונג און בלוט פארגיסונג פון שווארצע לעבנס"
"וואס די גיהנם האט עטס צו פארלירן דורך שטימען פאר מיך, עטס לעבסט אין ארעמקייט, ענקערע שולעס זענען נישט גוט, עטס האטס נישט קיין ארבעט, 58 פּראצענט פון ענקערע יוגנט דרייען זיך ארבעטלאז".
טאקער קארלסאן האט איר שטארק בארימט און האט געזאגט אויף איר אין א אינטערווא:
"איך האב איר ליב ווייל איר אנאליס איז קאנסיסטענטלי טיף און אינטערסאנט, זי איז נישט אן אויבערפלעכליכע מענטש, און זי איז נישט דערשראקן צו זען און באשרייבן וואס זי האלט, דאס איז א זעלטענע זאך. איך קען זען פארוואס מענטשן ווילן איר צו זיין שטיל, אבער איך האף אז זי האלט אן און הערט נישט אויף צו רעדן.
זי איז זייער נאנט מיט קאניע וועסט אלע יארן און האט איהם פראבירט צו פארענטפערן נאך זיינע אויסברוכן אויף אידן אז ער איז נישט אן אנטיסעמיט און זיינע ווערטער זענען ארויסגענומען געווארן פון קאנטעקסט.
עס איז נאך דא אסאך מער צו באשרייבן אויף איר, אבער איין זאך זיכער איז אויב אונז ווילן גיין מיט די מעינסטרים מידיא אגענדע קען מען איר קלאר אראפמאלן אלץ א וויסטע אנטיסעמיטקע, אבער לדעתי איז דאס נישט די ריכטיגע אפטייטש.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 108
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:10 pm
- האט שוין געלייקט: 209 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל
Re: ?!ווער איז קענדע(י)ס אוענס
כ'פלעג אלס אויסהערן אויסצוגן פון אירע שמועסן ווי זי רייסט אראפ די לינקע. גאר געשמאק איר צו הערן.
כ'ליג נישט אין די נושאים, נאר דא דארט הערט מען א מעסעדש וואס קומט אפיר אויפן פיעד. דאס אז זי איז אן אנטעסעמיטקע בין איך יעצט געוואויר געווארן פון ר' בערל.
כ'ליג נישט אין די נושאים, נאר דא דארט הערט מען א מעסעדש וואס קומט אפיר אויפן פיעד. דאס אז זי איז אן אנטעסעמיטקע בין איך יעצט געוואויר געווארן פון ר' בערל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: ?!ווער איז קענדע(י)ס אוענס
ייש"כ: זי קען נאך אמאל (ח"ו) אנקומען אין קאנגרעס. וואס דארט איז שוין ליידער היינט געווארן א נעסט פון שלאנגען. מיט 3 באוואוסטע און (געוועזענע 4) באוואסטע שונאי ישראל ביי די דעמאקראטן. און איין אדער צוויי ביי די רעפובליקאנער. (MTG און נאך איינער וואס כ'האב שוין מאמענטאל פארגעסן זיין נאמען, שר"י.)מנחם מנדל האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 24, 2024 10:38 am יאפ זי איז א געפערליכע שלאנג.
אין א כפוי טובה אויף נעקסט לעוועל זי האט אנגעהויבן איר קאריערע ביי דעניס פרעיגער, אין שפעטער געווארן גרויס ביי דעילי ווייער, וואס די גרינדער איז א היימישע אינגערמאן בנימין שפירא.
עס איז א מוראדיגע קלאפ פאר די הייסע טראמפיסטן, וואס זייערע גרעסטע העלדן ווי טאקער קארלעסען אין קענדעס האבן זיי לעיטלי פאראטען..
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 344
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
- האט שוין געלייקט: 47 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל
Re: ?!ווער איז קענדע(י)ס אוענס
די מיינסט רעפ. פאול גאוסאר פון אריזאנא?berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 24, 2024 3:50 pmייש"כ: זי קען נאך אמאל (ח"ו) אנקומען אין קאנגרעס. וואס דארט איז שוין ליידער היינט געווארן א נעסט פון שלאנגען. מיט 3 באוואוסטע און (געוועזענע 4) באוואסטע שונאי ישראל ביי די דעמאקראטן. און איין אדער צוויי ביי די רעפובליקאנער. (MTG און נאך איינער וואס כ'האב שוין מאמענטאל פארגעסן זיין נאמען, שר"י.)מנחם מנדל האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 24, 2024 10:38 am יאפ זי איז א געפערליכע שלאנג.
אין א כפוי טובה אויף נעקסט לעוועל זי האט אנגעהויבן איר קאריערע ביי דעניס פרעיגער, אין שפעטער געווארן גרויס ביי דעילי ווייער, וואס די גרינדער איז א היימישע אינגערמאן בנימין שפירא.
עס איז א מוראדיגע קלאפ פאר די הייסע טראמפיסטן, וואס זייערע גרעסטע העלדן ווי טאקער קארלעסען אין קענדעס האבן זיי לעיטלי פאראטען..
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: ?!ווער איז קענדע(י)ס אוענס
פונדאַמענטאַל האט געשריבן: ↑ יעצט. צום שאלה, איז זי אן אנטיסעמיט? זי שרייט חי וקיים אז זיי איז נישט קיין אנטיסעמיט, און אז מען קען קריטיקירן אידן אן דעם וואס מען זאל זיין אן אנטיסעמיט. איך האלט אבער אז עס איז לעגיטים צו האלטן אז איינער איז אן אנטיסעמיט צוליב א געוויסע דפוס התנהגות, טראץ וואס יענער קען פארענפערן יעדע נקודה מיט א אנדערע תירוץ. די עצם פאקט אז איינער וואס נעמט את רעכטע קאנסארוואטיווע שטעלונג אויף יעדע נושא, האט באשלאסן צו שיפטען לינקס אין די נושא פון ארץ ישראל, און זיך צאמשטעלן מיט פראגראסיווע woke left אויף די איין נושא, שרייט אויס א בייעס קעגן אידן.
מיט דעם אלעס האלט איך אז זי איז נישט פערזענליך אן אנטיסעמיט, נאר זי פירט זיך אויף אנטיסעמיטיש... דהיינו, די אנטיסעמיטישע הנהגה קומט נישט פון ריינע אנטיסעמיטיזם נאר פון אנדערע פערזענליכע נגיעות. דאס איז וואס איך האב אבזעווירט אלס א געוועזענע נאכפאלגער.
צום ערשט: צוליב איר אנטי סיסטעם נויגנגען, זי קען זיך נישט ברענגען צו זיין אויף די זעלבע זייט ווי די סיסטעם, און וויבאלט די אנגענימענע מיינונג אין אלגעמיין (אויף די רעכטע זייט און אויף די מיטל-לינקע זייט) איז פרא - ישראל מוז זי נעמען די אנדערע שטעלונג. און צווייטענס: צוליב א אלטע ווייטאג פון ווערן באשולדיקט אויף אנטיסעמיטיזם פון די ADL און אנדערע אידישע לינקע גרופעס, זי קוקט דאס אן ווי א טייל פון די ברייטפארשפרייטע לינקע הנהגה צו באשולדיגן יעדעם אויף רעכטס אין ראסיזם. און דערפאר וויל זי ווייזן אז די גייט זיך נישט ברעכן פאר דעם.
(מען קען נאך אסאך מאריך זיין אין דעם, אבער כרגע האב איך נישט די צייט דערפאר).
(Ami Kozak האט געטון א פיינע ארבעט און זיינע דעבאטעס מיט איר, זיכט אויף YouTube).
טראץ אלע פארענטפערונגען אויף איהרע אינדיווידואלע אקציעס און אויסדרוקן, וואס מ'קען אפשר טון, איז דער סך הכל פון איהרע אויסדרוקן און מיינונגען אז ס'שפירט זיך אן אטמאספער פון אנטיסעמיטיזם. למשל, אין איהר מלחמה מיט "ראביי" שמואלי בוטח און זיין טאכטער, וואס האט זיך דערקייקלט צו א פערזענליכע מלחמה מיט אנרופן איינער דעם אנדער'ן מיט די ערגסטע נעמען, איז אבער דא א סאך זאכן מיט וואס א נארמאלער מענטש/איד קען מסכים זיין.
איינס פון די הויפט סימנים איבער איהר אנטיסעמיטיזם (אויסער איהר געשליפענע צונג מיט וואס זי פרובירט עס צו פארדרייען) איז אז זי האט אינגאנצן נישט קיין מיטלייד אדער רחמנות ווען ס'קומט צו סיי וועלכע אידישע טראגעדיע (...A lack of empathy...). מצד שני באוויינט זי מיט קראקאדיל טרערן די "דזשענא-סייד" וואס די מדינת ישראל מיליטער און רעגירונג פיהרן אדורך אויף די "אומשולדיגע" פאלעסטינער. די זעלבע איז לגבי די האלאקאוסט. זי איז געניג כיטרע נישט ארויסצוזאגן קלאר אז די האלאקאוסט איז אן אויסגעטראכטע מעשה פון די "אידן". נאר מצד שני זאגט זי אויך ווי אלע אנטיסעמיטן אז היטלער, ימ"ש האט נישט געענדיגט זיין ארבעט. זי איז גלייכגילטיג צו די אומברענג פון 6 מיליאן אידן, און זי ריהמט אויס די אנטיילנעמערס אין דעם.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: ?!ווער איז קענדע(י)ס אוענס
ניין: כ'האב מיך שוין דערמאנט...פאול רענדט...!די קעפעלע האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 24, 2024 4:12 pmדי מיינסט רעפ. פאול גאוסאר פון אריזאנא?berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 24, 2024 3:50 pmייש"כ: זי קען נאך אמאל (ח"ו) אנקומען אין קאנגרעס. וואס דארט איז שוין ליידער היינט געווארן א נעסט פון שלאנגען. מיט 3 באוואוסטע און (געוועזענע 4) באוואסטע שונאי ישראל ביי די דעמאקראטן. און איין אדער צוויי ביי די רעפובליקאנער. (MTG און נאך איינער וואס כ'האב שוין מאמענטאל פארגעסן זיין נאמען, שר"י.)מנחם מנדל האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 24, 2024 10:38 am יאפ זי איז א געפערליכע שלאנג.
אין א כפוי טובה אויף נעקסט לעוועל זי האט אנגעהויבן איר קאריערע ביי דעניס פרעיגער, אין שפעטער געווארן גרויס ביי דעילי ווייער, וואס די גרינדער איז א היימישע אינגערמאן בנימין שפירא.
עס איז א מוראדיגע קלאפ פאר די הייסע טראמפיסטן, וואס זייערע גרעסטע העלדן ווי טאקער קארלעסען אין קענדעס האבן זיי לעיטלי פאראטען..
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: ?!ווער איז קענדע(י)ס אוענס
איך בין אויף איין פעידזש מיט דיר. אויסער מיט די מעשה פון דזשארדזש פלויד. וואס איז א ביסל מער קאמפליצירט. נאכ'ן זעהן א ווידיא קליפ פון דעם צד שכנגד, גאר. די וואס פארענטפערן די פאליס. ווייל פלויד האט בשעת מעשה נישט פארגעשטעלט קיין שום פערזענליכע סכנה פאר די סעיפטי פון די פאליציי אפיצירן. זיי זענען געגאנגען מיט מער כח ווי שכל. ואכמ"ל כאן...!משה רבקש האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 24, 2024 12:41 pm איך פלעג שטארק הנאה האבן פון איר שיעור כללי'ס. אזוי ווי אויבן דערמאנט פארמאגט זי א געשליפן צינגל און זי פלעגט אראפרייסן אלע לינקע געצן-דינעריי ווי ג'ור'ג פלויד, היימיש געמאכטע אנדרוגינוס'לעך און וואקסין צווינגעריי...וכו'...
איך האב מיך מורה היתר געוועהן איר אויסצוהערן אפי' נאך וואס זי איז ארויס אויף איר אנטי-ישראל טור, (ווי נישט ווי זענען מיליאנען גוים(און אידן) קעגן דער מלחמה און מ'לעיבלט זיי נישט אלס אנטיסעמיטן דערפאר...)
ביז זי איז ממש לעצטנס ארויס אויף א ווילדע יאגד בנוגע די שואה זיך אויסדריקנדיג אז די אכזריות'דיגע עקספערימענטן וואס מענגעלע ימ''ש האט דורכגעפירט אויף די צווילינגען איז איבערגעטריבן און פראפעגאנדירט עפ''ל...
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 662
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 252 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל
Re: ?!ווער איז קענדע(י)ס אוענס
וויזוי ספעלט מען איר נאמען
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 344
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
- האט שוין געלייקט: 47 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל
Re: ?!ווער איז קענדע(י)ס אוענס
ר' בערל דא האסטו א פרישע נייעס ארטיקל איבער טראמפ קאמפיין מיט קענדעיס
Trump fundraiser drops Candace Owens after backlash over her embrace of antisemitism
https://www.jpost.com/diaspora/antisemi ... cle-811800
Trump fundraiser drops Candace Owens after backlash over her embrace of antisemitism
https://www.jpost.com/diaspora/antisemi ... cle-811800
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 662
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 252 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל
Re: ?!ווער איז קענדע(י)ס אוענס
דו מיינסט צו זאגן יודישע טראמפיסטעןמנחם מנדל האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 24, 2024 10:38 am יאפ זי איז א געפערליכע שלאנג.
אין א כפוי טובה אויף נעקסט לעוועל זי האט אנגעהויבן איר קאריערע ביי דעניס פרעיגער, אין שפעטער געווארן גרויס ביי דעילי ווייער, וואס די גרינדער איז א היימישע אינגערמאן בנימין שפירא.
עס איז א מוראדיגע קלאפ פאר די הייסע טראמפיסטן, וואס זייערע גרעסטע העלדן ווי טאקער קארלעסען אין קענדעס האבן זיי לעיטלי פאראטען..
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: ?!ווער איז קענדע(י)ס אוענס
זיכער: ווייל אונז אידן אינטרעסירט איהרע אנטיסעמיטישע מיינונגען.
א סאך אידישע פערזענליכקייטן ווי ראבייס און ראדיא פערזענליכקייטן פון אידישן אפשטאם האבן שוין געטון אין די נושא. אלע זענען געקומען צו די מסקנא אז זי איז אן אנטיסעמיט און שונא ישראל. אויך א גיפטיגע שלאנג מיט א געשליפענע צונג (וואס זאל אויסגעריסן ווערן במהרה).
דער וועג וויאזוי זי שטעלט עס אהער איז אז זי פרעגט מכלומרש'ט א תמימות'דיגע פראגע. און זי ווארט אז דו זאלסט עס (אליין) פארענטפערן. לשיטתה הטמאה איז זי אייביג גערעכט. נאר דער סך הכל פון איהרע ארויסזאגונגען איז אז זי איז א וויסטע אנטיסעמיט. אויך א דעמאגאג און א גלייבער אין קאנספיראציע טעאריעס. און אונטער אלעס שטייען די...אידן...!
אויף ענגליש איז דא אזא אויסדרוק: ווען איינע/ר פארענטפערט זיך און האט תירוצים אויף א יעדן איינציגן פרט. נאר דער סך הכל ווייזט אנדערש...Preponderance of evidence...!

זי פלעגט באמת האבן מער מעסיגע מיינונגען ספעציעל איבער שווארצע קאמיוניטיס און וואס זיי דארפן כדי צו ווערן מער סטאביל און געזונט. (נאך די זשארזש פלויד סאמאטוכע)
מיר קוקט אויס אז זי ווערט מער און מער פארביסן ווי לענגער זי איז חתונה געהאט צו דעם גאר פארפרומטן קריסט.

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל