פארברענגן האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 30, 2024 10:00 am
65th האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 28, 2024 6:59 pm
עס איז שווער צי גלייבן אז א טאטע האט גיטשעפט מיט זיין טאכטער אבער לאמיר זאגען אז עס איז גישעהן אבער צי זאגן אז דער טאטע האט גיברענט חברים אז זיי זאלען אויך טשעפען מיט איר וויל איך נישט גלייבן…
סארי
"Please listen to the podcast "hunting warhead
It's more common than you think. This podcast could be very difficult to listen, but it's top notch.
איך האב גערעדט מיט א חבר איבער דעם טרויעריגן נושא און ער זאגט מיר: די אמת איז אז אפאר יאר צוריק וואלט איך פונקט אזוי גערעדט ווי אסך דא: ״ס׳זיכער געלט״, ווייל די מח קען נישט דערהייבן צו טראכטן אז ס׳קען אפילו זיין אמת
איך גלייב ער איז כשר גערעכט. איך וואלט מסתמא אויך אוועקגעמאכט ווען נישט איך האב שוין צופיל געזעהן און געהערט.
איך ווייס פערזענליך פון ווייניגסטנס נאך צוויי היימישע קעיסעס (א דריטע האט מען גע׳טענה׳ט אז די שוואגער האט עס געטון נישט די טאטע (ביידע זענען באוואוסט מיט זייערע שענדליכע מעשים)
————
איך האב געהערט פון די משפחה פון ר׳ הלל וויינבערגער- ראש פון התאחדות הרבנים, אז א טאטע פון קרית יואל האט אים אנגעקלינגען צושוידערט אז זיין צען יעריגע טאכטער איז אהיימגעקומען דערציילן אז די זיידע האט געטון מיט איר דאס אומגלויבליכע (וואס מ׳וויל זיך נישט פארשטעלן)...
דער טאטע האט געוואלט וויסן וואס איז די אחריות׳דיגע זאך צו טון? זאל ער אנקלינגען די אנדערע 10 געשוויסטער וועלכע האבן יונגע קינדער אין שטוב - זיי זאגן אז מ׳מוז זיך היטן פונ׳ם זיידן?
ר׳ הלל וויינבערגער האט ״בארוהיגט דעם טאט׳ן, און אים געווארנט ער זאל קיינעם נישט דערציילן, און ער וועט שוין ״קעיר נעמען״
(דאס האב איך געהערט מסיח לפי תומו, יארן צוריק ווען ס׳האט זיך געטון אויף טיש און אויף בענק וועגן די טראגעדיע פונ׳ם גראס בחור וואס מ׳האט געטראפן געהאנגען רח״ל. דעמאלס האט די גאס געשמועסט ״אז א שווארצער גוי האט דאס געטון״ אבער ווען כ׳האב געשמועסט מיט די וויינבערגער משפחה האבן זיי מיר אביסל געעפנט די אויגן אז כ׳זאל נישט זיין אזוי gullible
זיי האבן מיר געזאגט ס׳גארנישט אזוי פשוט, און ס׳גלייבט זיך ענדערש אז ער איז געווען א קרבן פון סעקסועלע עביוז און האט נישט געקענט מער אויסהאלטן די יסורים נעבעך)
פארשטייטצעך מיט די אויבנדערמאנטע מעשה מיט׳ן דערשראקענעם טאט׳ן, האבן זיי אויך באטאנט און ארויסגעברענגט פאר מיר וויפיל שווערע קעיסעס ר׳ הלל דילט מיט טאג טעגליך, און אז דאס איז נאר א קליינע דוגמא (like the tip of the iceberg)