לגבי דעם געדאנק פונעם שם "
אהי-ה אשר אהי-ה" און וואו דאס איז מרמז ל"אמת" ווייל אהי-ה פעמים אהי-ה איז עולה "אמת", און וואו מ'קען טאקע נישט צוקומען דערצו אין דעם, האב איך געקלערט דעם שבת על דרך דרש עפ"י מש"כ
כאן. והיינו, ווייל דער ר״ן שרייבט בנדרים לח. אז די שער החמשים של הנ׳ שערי בינה איז ״ידיעת הש״י על אמתתו״. ולכן דרש׳נט די גמרא (שם ובר״ה כא:) אז משרע״ה איז נישט צוגעקומען (בחייו) לשער הנ׳, פונעם פסוק (תהלים ח ו) ותחסרהו מעט
מאלקים ע״ש.
(ועיין בערבי נחל פ׳ נח עפ״י האריז״ל בעץ חיים שער יג, ששער הנ׳ הוא הכוללת כולם ותיבת ״כולל״ עולה ״אלקים״.) און דער מגלה עמוקות (פ׳ ואתחנן אופן יב) שרייבט אז דאס וואס עס איז דא ע׳ פנים לתורה, איז אז בתוך דעם שער הנ׳ איז דא נאך 21 בחינות וואס אזוי, צוזאמען מיט די פריערדיגע מ״ט שערים, איז דא 70, און אט די 21 איז בבחינת שם ״אהי-ה״ העולה 21 (וזהו ענין ״מ
עט״ מאלקים - לאחר ה״מט״ מה שמשלים ל״ע״) ע״ש.
והנה, כנ״ל איז ״אהי-ה״ די סקווער רוט פון מספר ״אמת״, און דאס איז וואס ליגט אינעם שער הנ׳ אויף טאקע אָנצוקומען לדעת השי״ת על אמתתו, איז דאך דאס אז מ׳קען נישט אָנקומען דערצו כעין נעגאטיוו ״אמת״; 441-. וואס די סקווער רוט פון דעם איז דאך 21i. וואס לתקן זה צום געהעריגן שם ״אהי-ה״ פעהלט אויס אַן עקספּאָנענט פון 4 אויפ׳ן i. ולכן אפשר לומר אז אין ק״ש, וואס
ענדיגט זיך דוקא בתיבת ״אמת״, איז אין די ערשטע פסוק דערפון פון אחדות ה׳ דא אַן אות ע׳ ואות ד׳ רבתי. ולרמז אז די סקווער רוט פון דעם ״אמת״ וואס איז א נעגאטיוו און קען נאר גערעדט ווערן בשלילה, וואס אט דאס איז דאך צו וואס די שער הנ׳ שיש בו הסקווער רוּט של ״אמת״ וואס איז ״אהי-ה״/21 המשלים ל״
ע״ פנים לתורה וכנ״ל, איז וויבאלד דאס איז א נעגאטיוו קומט דאס אויס צו i, וועלכע דארף אַן עקספּאנענט של מספר ״
ד״ לתקנו. (ולכן לעתיד וואו עס וועט זיין ומלאה הארץ דעה את ה׳, וועט זיין א קיבוץ מ״
ארבע״ כנפות הארץ.)
ובזה קען מען זאגן אז דער תפארת יהונתן זאגט בפ׳ ויקרא, אז די א׳ זעירא מיט וואס ספר ויקרא הייבט זיך אָן ווייזט אויף די מספר ״אך״ בחינות וואס זענען בתוך דעם שער הנ׳ מנ׳ שערי בינה ע״ש. און דער פרי צדיק שרייבט בפ׳ בהעלותך, אז ספר ויקרא איז נגד יעקב אבינו ע״ה מחמת זה דמדתו אמת ע״ש. ולפי הנ״ל איז דערפאר הייבט זיך דאס אָן אין די ערשטע ווארט אינעם ספר לרמז על ענין 21 שבשער הנ׳ כהתפארת יהונתן, וואס דאס איז משם ״אהי-ה״ כנ״ל המרמז לענין מספר ״אמת״. און יעקב האט טאקע דוקא געהאט 4 ווייבער, וואס אט די מספר עקספּאָנענט דארף מען לתקן דעם סקווער רוּט פון נעגאטיוו ״אמת״ שהיא 21i כנ״ל, שלזה מרמז ענין שער הנ׳ שאי אפשר לעמוד על ידיעת אמתת השי״ת.
*
ולגבי כופל זיין שם אהי-ה על עצמו און דאס אז "ג-ט" קען
באטראכט ווערן ווי "אַיִן הגמור", איז אויב איז מען כופל "אַיִן" על עצם "אַיִן", והיינו 0
0, דאן
קען דאס זיין 1. והיינו, ענין "אחדות" ה'. (ועיין
לעיל במה
שציינתי לגבי די "
ליידיגע סעט".)
***
ובזה אז סייקעדעליקס ברענגט נענטער לידיעת השי״ת, האב איך געקלערט אז דאס קען זיין א רמז בהגמרא בב״ב עג:
(וועלכע מ׳קען קלערן זענען געזאגט געווארן אונטער די איינפלוס פון סייקעדעליקס וכעין נבואה):
אמר רבה לדידי חזי לי אורזילא בר יומיה [רְאֵם בן יום אחד דאותו היום נולד - רשב״ם] דהוה כהר תבור, והר תבור כמה הוי ארבע פרסי, ומשאכא דצואריה תלתא פרסי, ובי מרבעתא דרישיה פרסא ופלגא. רמא כופתא [צואה - רשב״ם ותוס׳] וסכר ליה לירדנא.
דא הא׳מיר צוגעברענגט פון אַקטעוויע בּאָטלער אז ״ג-ט״ קען זיין די געדאנק פון ״ג-ט״, והיינו די מושג פון שינוי, וואס אט די מושג איז א קאנסטענט קבוע וואס טוישט זיך
נישט. שפעטער דארט בב״ב בדף עד: זאגט תוס׳ בד״ה שמגיע, אז די נהר ירדן, ווען זי גייט דורך ימה של טבריה, מישט זיך נישט אויס מיט איר ע״ש. והיינו, אז ביי דעם איז נישטא דעם געדאנק פון ענטראפּי.
יעצט, הרב דר. נתן סליפקין
טענה׳ט אז דער רְאֵם איז די (שוין עקסטינקט)
אָראַקס.
דא זאגט דער פּעליאוֺעקאלאדזשיסט דר. אנטאני ברוין, אז אויף די צואה פון גאר גרויסע בע״ח, כגון דער
אָראַקס, קענען וואקסן מאָשׁרומס און מ׳טרעפט ספּאָרס אין די צואה פון גאר אלטע ריזיגע בע״ח. ובזה קען מען זאגן אז דאס איז די רמז אז צואת הרְאֵם האט פארשטאפט דעם ירדן. וויבאלד אויף דעם קען וואקסן מאָשׁרומס המביאים לנבואה והכרת ה׳, וואס די געדאנק דערין איז די דיינעמיזם ושינוי וענטראפּי בהעולם. ולכן פארשטאפט דאס דעם ירדן טייך וואס גייט נישט עפ״י ענטראפּי בימה של טבריה.
ובסתם טרעפט מען דארט לעיל בדף עג. אז טאקע אויף א גל הים וואס וויל טובע זיין, שלאגט מען דאס מיט א שטעקן שעליו השם של אהי-ה אשר אהי-ה ע״ש (וע״ש במהרש״א). וואס די שם ווייזט דאך אויף דעם אז מ׳קען טאקע נישט משיג אמתת מציאותו ומהותו וכנ״ל.
***
לגבי
די סימיולשעיאן ארגומענט איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צום גמרא בסנהדרין סה: אמר רבא אי בעו צדיקי ברו עלמא שנאמר (ישעיהו נט ב) כי אם עונותיכם היו מבדילים ביניכם לבין אלקיכם ע"ש. והיינו, אז ווען דאס מענטשהייט קומט צו צו מדריגת אלקות בחכמה ובהתנהגות, וואס דאס איז די שפיץ פון "צדיקי", קענען זיי בורא זיין עולמות דורך סימיולעישאנס.
ובנוגע דעם אז דאס דארף צושטאנד קומען דורך א העכערע ציוויליזאציע אויפ׳ן
קאַרדאַשׁעוו סקעיל, איז די געדאנק אז זיי גייען לכאורה נוצן דערפאר א
מאַטריאָשקאַ מח קאמפּיוטער. דאס איז א
קאמפּיוטער וואס איז א
דייסאן ספער. והיינו, אז מ׳נעמט ארום א גאנצע שטערן מיט א קאמפּיוטער, וואס די ענערגיע פונעם זון/שטערן געבט די כח פאר׳ן קאמפּיוטער. און ארום דעם איז דא נאך א לעיער, וואס דאס נוצט די היץ וואס די פריערדיגע לעיער געבט ארויס (עפ״י דאס
צווייטע געזעץ פון טערמאדינאמיקס) צו געבן כח פאר׳ן צווייטן לעיער וואס איז ווייטער א קאמפּיוטער. וכן הלאה והלאה. (און די מאטעריאל פון אט די
מאַטריאָשקאַ מח קאמפּיוטער קען זיין פון ״
קאמפּיוטראָניאם״, וועלכעס איז א חומר וואס די עדווענסד ציוויליזאציעס קענען מאכן, וואס איז די מערסטע עפישענט פאר קאמפּיוטעישאנס; אסאך מער ווי
סיליקאן וכדומה.)
(דער שרייבער טשארלס סטראס שרייבט אין זיין סייענס-פיקשאן בוך אקסעלעראַנדאָ, אז צום סוף ווערט יעדעס שטערן פון א סאלאר סיסטעם פארוואנדעלטאין צו א מאַטריאָשקאַ מח סארט קאמפּיוטער. און ווי דר. ראַבּערט בּרעדבּורי שרייבט, קען דאס זיין א לעזונג צום פערמי פּאראדאקס: די צייט אפשניט וואס א טעכנאלאגישע ציוויליזאציע קאמיוניקירט ביז אלעס ווערט געפירט דורך די מאַטריאָשׁקאַ מח סוּפּערקאמפּיוטער וואס זיי בויען, איז נישט לאנג. זיי קומען שוין צו צו ווי זיי אליין לעבן גאר לאנג און זענען נאר אינטרעסירט אין שטארקע אינפארמאציע פּראַסעסינג. וכמובן קען געהעריגע לעבן נישט זיין אויף די פּלאנעטן אין דעם סיסטעם איינמאל מ׳נעמט ארום און באדעקט איר זון מיט א מאַטריאָשׁקאַ מח.)
ולפי״ז קען דאס אפשר זיין א רמז בהמימרא של ר״ל בנדרים ח: אז לע״ל הקב״ה מוציא חמה מנרתיקה
צדיקים מתרפאין בה ורשעים נידונין בה וכו׳ ע״ש. והיינו, אז ווען/אויב מ׳קומט צו צו א
העכערע לעוועל פון ידיעה און ציוויליזאציע, ״צידקות״ ו״צדיקים״, דאן קענען זיי נוצן דעם חמה צו טאקע סימיולעיטן און שאפן אנדערע וועלטן ועולמות, דורכ׳ן דאס נוצן פאר א
מאַטריאָשקאַ מח קאמפּיוטער. וואס די קאמפּיוטער אליינס
קען זיי העלפן בסתם אויף טיפערע דעת.
***
דר. וויליאם לעין קרעיג
טענה׳ט אז פאר אויפגעוואוזענע פאקטן ממש וכדומה, קען א מענטש טאקע נישט וועהלן בבחירתו וואס צו גלייבן. אבער לגבי זאכן וואס קענען זיין אזוי צי אזוי מער-ווייניגער בשווה, קען א מענטש יא. ועיין
בדברי הרב דר. י״ד סאלאווייטשיק.
***
ולגבי
דעם אז בע״ח׳ס קאַנשׁעסנעס קען זיין בתענוג כעין אויף א סייקעדעליק טריפּ כל חייהם, אפגעזעהן פון וואס ווערט געטוהן צו זיי און ווי זייערע אינסטינקטס ארבעטן, איז אינטרעסאנט צוצוברענגען דאס וואס דער רמב״ם שרייבט במו״נ ח״א פע״ג:
שאם ידעת הנפש וכוחותיה והתאמת לך בה כל דבר לפי אמיתת מציאותו, הנה תדע כי הדמיון נמצא לרוב בעלי החיים (אמנם בעלי החיים השלמים כולם, רצוני לומר אשר להם לב, מציאות הדמיון להם מבואר), ושהאדם לא הובדל בדמיון.
עס איז נאר כח השכל וואס דער מין האדם איז מובדל מבע״ח. (ועיין בשמונה פרקים פ״א.)
און די סייקעדעליק הנאה ותענוג קומט (לכאורה) פון דאס סאָפּרעסן חלק השכל און נאר ארויסברענגען דעם חלק המדמה.