HCBS איז פאר עמאשעניל העלפ.
P3 איז פאר עדיוקעישען העלפ.
HCBS איז פאר עמאשעניל העלפ.
יצחק אייזיק האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 16, 2024 6:19 pm עס איז דא ארויסגעברענגט געווארן זייער שטארקע טענות פון עטליכע קעגן די גאנצע אינדוסטריע. הגם זיי זענען גערעכט מיט געוויסע נקודות איז עס אבער גאר ווייט פון וואס זיי לייגן עס אראפ. יא אמת, די פרייז פון מלמדים האט זיך שטארק געהויבן, אבער ב"ה פאר דעם. די פרייז וואס מ'צאלט פאר מלמדים איז געווען גאר שוואך אוו עס וואלט זיך געמעגט הייבן סייווי. די מלמדים היינט איז שוין לאנג נישט וואס עס איז געווען און א מלמד היינט לערנט זיך און מעג ווערן באצאלט שיין, נאר די מוסדות האבן נישט געהאלטן דערביי. די לעצטע פאר יאר זייט די special ed מארקעט איז אריינגעקומען, האבן זיך די מלמדים'ס וועידז געהויבן. צו זאגן אז די וואס דארפן עס עכט באקומען נישט אדער נאר פאר גאר טייער זעה איך נישט קיין סיבה דערפאר. פארוואס זאלן זיי נישט קענען באקומען? זענען זיי ווייניגער eligible ווי א צווייטער? צו איז דא קאראפשען? יא, אבער בכלל נישט מי יודע. האט מען עס אביוזט? יא, אבער אנדערע פראגראמען האט מען פיל מער אביוזט. איז דא קינדער וואס באקומען די הילף און וואלטן געקענט אן דעם? מיט מער סטראגל פונעם מלמד מנהל און די קינד, יא. אבער באופן כללי האט עס שוין געראטאוועט גאר אסאך קינדער. עס איז דא משפחות וואס ציען זיך נישט אוועק פון ניו יארק נאר צוליב דעם, און באופן כללי וועט עס זיין פאר די קינדער א גרויסע פראבלעם. די אינפארמאציע האב איך פון א טאטע פון א קינד וואס איז אין די מוסד נאר א דאנק די פראגראמען און ער איז שטארק באזארגט איבער'ן עתיד
מען קען נישט מער פיילן אין קאורט פאר ענהענסד רעיטס.
מען קען יא פיילן אין קאורט, מען קען נישט האבן קיין DUE PROCESS וואס מיינט א הערינג וואס איז עפ"ר לטובות די עלטערן. פון יעצט און ווייטער קען מען נאר גיין קיין קאורט.חדשים האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 17, 2024 3:25 pmמען קען נישט מער פיילן אין קאורט פאר ענהענסד רעיטס.
אין די קומענדיגע צוויי וואכן דארף ארויסקומען די נייע רעיטס און רעגולאציעס פון די סיטי.
סתם א לופטיגע ארטיקל. רעדט פון חזקי קליין, פון די וויכטיגקייט פון עידזשענסיס און אז די פן ירבה’ניקעס וויל אונטערהאקן אונזער מעכטיגע ספעשל עד סיסטעם. קיין שום כראנאלאגישע באריכט וואס עס גייט יעצט פאר.
מה טובו פון די קליין? ער האט אן עידשענסי?
יא, EnhancEdאינגערמאנטשיקל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 4:18 pmמה טובו פון די קליין? ער האט אן עידשענסי?
Visionary האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 29, 2024 1:46 pm https://www.shtetl.org/article/new-york ... opposition