ניצוצי כס"ף

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

ניצוצי כס"ף

שליחה דורך כספי »

אסאך מאל קומט ארויף אויפן געדאנק, א מחשבה, א רעיון, א נקודה, וואס מ'קען באשטיין אפצושרייבן ערגעץ, צו ס'זאל נישט פארגעסן ווערן, צו סתם אזוי עס גוט אויסשמועסן. אבער נישט אייביג איז עס בכדי צו אויפשרייבן אויף א ארטיקל, צו מצד די צייט, צו מצד די רעיון אליין. פארדעם דארף מען א אשכול וואו מ'קען שרייבן סתם געדאנקען, אן זיין משועבד צו גאנצע ארטיקלען וכדו'.

אזוי ווי די מנהג איז לעצטנס אויף אייוועלט, אז דער עולם עפנט זיך אויף אייגענע אשכולות, וואו דארט שרייבט מען די אייגענע נייעס אנאליזן וכדו'. בדרך זו נלך גם אנו, עפן איך דעם אשכול, ווי כ'וועל קענען אויסגעבן מיינע מחשבות, געדאנקען וכדו'. פארשטייט זיך, אז יעדער קען דא שרייבן, מגיב זיין וכדו'.

ובזה החלי:
מענטשן מוטשען זיך, און רעדן זיך כסדר אפ איבער שלום בית פראבלעמען. די אמת איז אז בימנו אלה, בעולם הזה אין גלות, קען מען נישט האבן קיין שלום בית. די גאנצע ענין פון יחוד איש ואשה, איז א משל צו יחוד קוב"ה ושכינתיה, נו, אויב זיי זענען ליידער אפגעטיילט, קענען אונז מאכן א זכר לדבר וכדו', אבער צו עכטע שלום בית קען מען נישט צוקומען.

מ'קען גיין נאך ווייטער און זאגן, דאס איז דוקא ביי אידן ועכ"פ ביי פרומע אידן, אבער ביי די אומות העולם וואס זייער משל איז די קשר צווישן זייער שר און דעם פאלק, און דעם קשר איז יא דא, אפילו בימי הגלות, קענען זיי יא האבן שלום בית. און וועגן דעם וועט מען זען די ענין פון 'אהבה' ובלע"ז LOVE (וואס אגב, בין איך נאך כלל נישט איבערצייגט אז ס'איז דא אזא מושג בכלל, וכבר אמר רביה"ק זי"ע ז"ל תמ"ל וכו', אז וועגן דעם זינגען אייביג די גוים וועגן לאוו, וועגן זיי קומען קיינמאל נישט צו דעם, ויש לומר אז ס'איז בכלל נישט דא אזא זאך), נישט אהבה וואס קומט פון זיך זארגן איינעם אויפן צווייטן, און אויפציען א שטוב וכו', נאר די ברענענדיגע לאוו וואו מ'רופט עס 'אהבה ממבט ראשון'. עכט קומט עס פאר די אידן, נאר בימי הגלות איז עס ליידער פארכאפט ביי די אומות העולם.
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

Re: ניצוצי כס"ף

שליחה דורך כספי »

די פארשער זאגן אז די די לגב"ט קהילה איז בערך 10 פראצענט פון די וועלט (וואס שטעלן זיך ארויס), און זיי האלטן אז עכט איז דא בערך 20 פראצענט, נאר א חלק איז נאכנישט ארויס פון די קלאזעט.

איך וואוין אין א שטארק גוי'שע נידריגע געגנט שוין א גוטע פאר יאר, און זיך צו אויסדרוקן איידל, נישט אייביג געלונגט מיר צו היטן מיינע אויגן ר"ל. כ'האב שוין געזען גאר אסאך סצענעס פון קאפלס שפאצירן וכו', לכאורה אין די טויזנטער אדער מער. כ'האב נאך קיינמאל אבער קיינמאל נישט געזען א געי קאפל אדער לעסביען שפאצירן. ס'איז אמת אז ווען מ'זעט צוויי מענער אדער צוויי פרויען שפאצירן סתם וועט מען זיי ענדערש לייגן אין די פרענד'ס פרעים, וואו ווען מ'זעט א מאן און א פרוי וואס מ'לייגט זיי אריין אין די קאפל פרעים. אבער דאך איז דא זאכן וואס מ'זעט קלאר אז ס'איז א קאפל, וואו זיך קושן/האגן/וואקן מיט קינדער. כ'האב נאך קיינמאל נישט געזען פון די א"ד חברה. (פארשטייט זיך אז ס'נעמט נישט אוועק זייערע רעכטן, כ'רעד נאר וויפיל פראצענט זיי זענען)
אלזא איז עס גאנץ שווער עס צו לייגן ביי 12 אדער 20 פראצענט.

אבער דאס איז זיכער איבערגעטריבן וואס אין גאר אסאך מאוויס און טעלעוויזיע סעריעס, וועט מען איבערטרייבן די לגב"ט קאמיוניטי. למשל א סעריע וואס איז דא אסאך אקטיארן, און בערך 6-7 פון די מעין אקטיארן רעדט מען אויך פון זייער משפחה לעבן. און איינער פון די איז א געי, און איינע א לעסביען. דאן לייגסטו די לגב"ט קרוב צו א דריטל – 33 פראצענט פון די מעשה.
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

Re: ניצוצי כס"ף

שליחה דורך כספי »

בחורים וגם בתולות - זקנים עם נערים יהללו את שם ה'. בחורים און מיידלעך סיי יונגע און סיי אלטע (בחורים אדער מיידלעך), דארף אויך דאנקען דעם אייבערשטן.

ויש לזה עומק בהמשך הכתוב, כי נשגב שמ"ו לבד"ו הודו על אר"ץ ושמי"ם, ע"פ דברי רש"י עה"פ לא טוב היות האדם לבדו, שלא יאמרו שתי רשויות וכו'. ויש בזה עוד עומק ואכהמל"ב.
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: ניצוצי כס"ף

שליחה דורך שמעקעדיג »

כספי האט געשריבן: מענטשן מוטשען זיך, און רעדן זיך כסדר אפ איבער שלום בית פראבלעמען. די אמת איז אז בימינו אלה, בעולם הזה אין גלות, קען מען נישט האבן קיין שלום בית. די גאנצע ענין פון יחוד איש ואשה, איז א משל צו יחוד קוב"ה ושכינתיה, נו, אויב זיי זענען ליידער אפגעטיילט, קענען אונז מאכן א זכר לדבר וכדו', אבער צו עכטע שלום בית קען מען נישט צוקומען.

פון ווען רעכנסטו גלות? ווי לאנג צוריק האבן זיך אנגעהויבן אונזערע שלום בית פראבלעמען?

אפשר קען מען זאגן פארקערט, מיר דארפן ארבעטן קודם צו מאכן א אתערותא דלתתא, און נאכדעם וועט די יחוד פון כלל ישראל מיט קוב"ה נאכקומען, בבחי' ווי די ארגומענט וואס כנסת ישראל זאגט פאר השי"ת קודם השיבנו ה' אליך און נאכדעם ונשובה, און ער טענה'ט צוריק "שובו אלי ואשובה אליכם" ודו"ק.
וירח ה' את ריח הניחוח
yesiknow
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 462
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל

Re: ניצוצי כס"ף

שליחה דורך yesiknow »

נו אדרבה פראביר צו טהון פארקערט לאז אינז וויסען צו עס ארבייט, יעדער וויל שלום בית איטס נאט ווארקינג פאר סאם ריזען נישט צו גלייבען כספי האט א שטארקע פוינט עס איז ממש שרעקעדיג
( שמעקעדיג)
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
פרייליכע איד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 8:30 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

Re: ניצוצי כס"ף

שליחה דורך פרייליכע איד »

כספי האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 10:42 pm

ובזה החלי:
מענטשן מוטשען זיך, און רעדן זיך כסדר אפ איבער שלום בית פראבלעמען. די אמת איז אז בימנו אלה, בעולם הזה אין גלות, קען מען נישט האבן קיין שלום בית. די גאנצע ענין פון יחוד איש ואשה, איז א משל צו יחוד קוב"ה ושכינתיה, נו, אויב זיי זענען ליידער אפגעטיילט, קענען אונז מאכן א זכר לדבר וכדו', אבער צו עכטע שלום בית קען מען נישט צוקומען.

מ'קען גיין נאך ווייטער און זאגן, דאס איז דוקא ביי אידן ועכ"פ ביי פרומע אידן, אבער ביי די אומות העולם וואס זייער משל איז די קשר צווישן זייער שר און דעם פאלק, און דעם קשר איז יא דא, אפילו בימי הגלות, קענען זיי יא האבן שלום בית. און וועגן דעם וועט מען זען די ענין פון 'אהבה' ובלע"ז LOVE (וואס אגב, בין איך נאך כלל נישט איבערצייגט אז ס'איז דא אזא מושג בכלל, וכבר אמר רביה"ק זי"ע ז"ל תמ"ל וכו', אז וועגן דעם זינגען אייביג די גוים וועגן לאוו, וועגן זיי קומען קיינמאל נישט צו דעם, ויש לומר אז ס'איז בכלל נישט דא אזא זאך), נישט אהבה וואס קומט פון זיך זארגן איינעם אויפן צווייטן, און אויפציען א שטוב וכו', נאר די ברענענדיגע לאוו וואו מ'רופט עס 'אהבה ממבט ראשון'. עכט קומט עס פאר די אידן, נאר בימי הגלות איז עס ליידער פארכאפט ביי די אומות העולם.

פון זיי קוקט אויס אז עס איז יא דא אזא זאך ווי אמת'ע שלום בית

זאקן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:57 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל

Re: ניצוצי כס"ף

שליחה דורך זאקן »

yesiknow האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 11:31 pm נו אדרבה פראביר צו טהון פארקערט לאז אינז וויסען צו עס ארבייט, יעדער וויל שלום בית איטס נאט ווארקינג פאר סאם ריזען נישט צו גלייבען כספי האט א שטארקע פוינט עס איז ממש שרעקעדיג
( שמעקעדיג)
די האלטס טאקע אז ס׳איז נישטא קיין שלום בית אין טויזענטער שטיבער?
אפשר ווייסטו נישט וואס עס מיינט שלום בית, אדער ווייס איך נישט.
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

Re: ניצוצי כס"ף

שליחה דורך כספי »

ייש"כ @פרייליכע איד פאר די ווידיא, זייער באלערנד.

כ'בין נאך אלס נישט איבערצייגט, אבער א גוטע ווידיא איז עס.
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: ניצוצי כס"ף

שליחה דורך berlbalaguleh »

כספי האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 10:42 pm אסאך מאל קומט ארויף אויפן געדאנק, א מחשבה, א רעיון, א נקודה, וואס מ'קען באשטיין אפצושרייבן ערגעץ, צו ס'זאל נישט פארגעסן ווערן, צו סתם אזוי עס גוט אויסשמועסן. אבער נישט אייביג איז עס בכדי צו אויפשרייבן אויף א ארטיקל, צו מצד די צייט, צו מצד די רעיון אליין. פארדעם דארף מען א אשכול וואו מ'קען שרייבן סתם געדאנקען, אן זיין משועבד צו גאנצע ארטיקלען וכדו'.

אזוי ווי די מנהג איז לעצטנס אויף אייוועלט, אז דער עולם עפנט זיך אויף אייגענע אשכולות, וואו דארט שרייבט מען די אייגענע נייעס אנאליזן וכדו'. בדרך זו נלך גם אנו, עפן איך דעם אשכול, ווי כ'וועל קענען אויסגעבן מיינע מחשבות, געדאנקען וכדו'. פארשטייט זיך, אז יעדער קען דא שרייבן, מגיב זיין וכדו'.

ובזה החלי:
מענטשן מוטשען זיך, און רעדן זיך כסדר אפ איבער שלום בית פראבלעמען. די אמת איז אז בימנו אלה, בעולם הזה אין גלות, קען מען נישט האבן קיין שלום בית. די גאנצע ענין פון יחוד איש ואשה, איז א משל צו יחוד קוב"ה ושכינתיה, נו, אויב זיי זענען ליידער אפגעטיילט, קענען אונז מאכן א זכר לדבר וכדו', אבער צו עכטע שלום בית קען מען נישט צוקומען.

מ'קען גיין נאך ווייטער און זאגן, דאס איז דוקא ביי אידן ועכ"פ ביי פרומע אידן, אבער ביי די אומות העולם וואס זייער משל איז די קשר צווישן זייער שר און דעם פאלק, און דעם קשר איז יא דא, אפילו בימי הגלות, קענען זיי יא האבן שלום בית. און וועגן דעם וועט מען זען די ענין פון 'אהבה' ובלע"ז LOVE (וואס אגב, בין איך נאך כלל נישט איבערצייגט אז ס'איז דא אזא מושג בכלל, וכבר אמר רביה"ק זי"ע ז"ל תמ"ל וכו', אז וועגן דעם זינגען אייביג די גוים וועגן לאוו, וועגן זיי קומען קיינמאל נישט צו דעם, ויש לומר אז ס'איז בכלל נישט דא אזא זאך), נישט אהבה וואס קומט פון זיך זארגן איינעם אויפן צווייטן, און אויפציען א שטוב וכו', נאר די ברענענדיגע לאוו וואו מ'רופט עס 'אהבה ממבט ראשון'. עכט קומט עס פאר די אידן, נאר בימי הגלות איז עס ליידער פארכאפט ביי די אומות העולם.
לאו דוקא: איך האב אמאל מיט א סאך יארן צוריק זיצנדיג אין "גרעיהאונד" באס סטעישן געזעהן א סצענע וואו אן עלטערע גוי'אישע קאפל האבן זיך געטענה'ט. די פרוי, זעהט אויס נישט געזינט בגוף ובנפש האט זיך געקריגט מיט איהר מאן און געהאלטן אין איין קאמפלעינען. דער מאן האט צוריקגעענטפערט מיט א זעלטענע רואיגקייט. און איהר געהאלטן אין איין בארואיגן. כאטש ער האט אריינגעכאפט בזיונות פארנט פן א סאך מענטשן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: ניצוצי כס"ף

שליחה דורך berlbalaguleh »

מיין פרעדיקשן איז אז די פרוי אין די ווידיא וועט סוכ"ס אויך תשובה טון. טאקע ווייל איהר מאן צווינגט איהר נישט אדער קריגט זיך מיט איהר.
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

Re: ניצוצי כס"ף

שליחה דורך כספי »

אסאך מאל זעה איך חסיד'ישע ווערטער אדער מעשיות, וואס די עולם ווערט עפעס זייער נתפעל פון דעם, און איך פארשטיי נישט וואס מ'ווערט אזוי נתפעל פון דעם, אדער פארשטיי איך בכלל נישט די גאנצע ווארט. ווי למשל: מ'פארציילט אויף איינע פון דעם רוזינער'ס קינדער (דאכט זיך דער טשארקובער) אלס יונגל, האט עם אמאל א חסיד געזען וויינען מיט א בייגל אין די האנט, האט עם דער חסיד געפרעגט פארוואס וויינסטו, האט ער גענטפערט ווייל ער איז הונגעריג, פרעגט עם דער חסיד, האסט דאך א בייגל אין די האנט, זאגט עם דער יונגל, אבער דער טאטע האט אויסגעלערנט אז ווען מ'איז הונגעריג עסט מען נישט. יא, א באוואוסטע מעשה, איבער תאות אכילה.
וואס איך פארשטיי נישט, איינמאל מ'ווערט הונגעריג – וואס איז די עצה? שטארבן פאר הונגער. מ'ווערט דאך נישט אויס הונגעריג נאך אפאר שעה, נאר אדרבה.

א אנדער ווארט וואס מ'זאגט נאך פון איינער פון די חסיד'ישע צדיקים, אפשר דער לעכאוויטשער. א אינגערמאן האט עם געבעטן הדרכה צו דינעם דעם אייבערשטן, האט דער צדיק גענטפערט, דעם אייבירשטן דארף מען נישט דינען, ער איז דין דין, דק על דק עד שאין נבדק. דיין גראבע גוף דארפסטו אויסדינען. א שיין ווארט וואס מ'הערט כסדר נאכזאגן.
איך פארשטיי אבער נישט וואס איז די התפעלות פון די ווארט (אן אוועקמאכן די גרויסקייט פון די צדיקים, כמובן), דאס אז דער אייבערשטער איז דין וכדו', איז דאך פשוט, קיינער האט נישט געמיינט אז דער אין לו גוף ואין לו משיגי הגוף וכו' האט גראבקייט. און די נקודה פון די ווארט – אז דער אייבערשטער דארף נישט דיין עבודה (כשיטת מי אני), נאר דו דארפסט עס, איז אויך פשוט. איז פון וואס ווערט מען נתפעל? פון די מורא'דיגע כאפ און מליצת הלשון פון דינע"ן צו די"ן? נשגבה מבינתי.
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

Re: ניצוצי כס"ף

שליחה דורך כספי »

berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 12:48 am
לאו דוקא: איך האב אמאל מיט א סאך יארן צוריק זיצנדיג אין "גרעיהאונד" באס סטעישן געזעהן א סצענע וואו אן עלטערע גוי'אישע קאפל האבן זיך געטענה'ט. די פרוי, זעהט אויס נישט געזינט בגוף ובנפש האט זיך געקריגט מיט איהר מאן און געהאלטן אין איין קאמפלעינען. דער מאן האט צוריקגעענטפערט מיט א זעלטענע רואיגקייט. און איהר געהאלטן אין איין בארואיגן. כאטש ער האט אריינגעכאפט בזיונות פארנט פן א סאך מענטשן.
איך האב אבער גערעדט איבער אידישע און פרומע פארפעלקער.
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: ניצוצי כס"ף

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך האב געברענגט די מעשה וועגן דעם חידוש שבו. אז אפילו ביי גויים איז אויך דא אמת'ע אהבה.
yesiknow
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 462
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל

Re: ניצוצי כס"ף

שליחה דורך yesiknow »

זאקן האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 11:03 pm
yesiknow האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 11:31 pm נו אדרבה פראביר צו טהון פארקערט לאז אינז וויסען צו עס ארבייט, יעדער וויל שלום בית איטס נאט ווארקינג פאר סאם ריזען נישט צו גלייבען כספי האט א שטארקע פוינט עס איז ממש שרעקעדיג
( שמעקעדיג)
די האלטס טאקע אז ס׳איז נישטא קיין שלום בית אין טויזענטער שטיבער?
אפשר ווייסטו נישט וואס עס מיינט שלום בית, אדער ווייס איך נישט.
איך האלט נישט אזוי איך "ווייס" אזוי, נישטא קיין ליבע לאסט תאווה קאנעקשאן קעמיסטרי, רוף עס וויזוי די ווילסט זי האט ליב גאט די תורה משה רבינו אירע קינדער איר מאמע אבער נישט איר מאן והדברים עתיקים וברורים
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
פארשפארט