שלום עליכם חברים
יעצט געענדיגט וואטשן "בת השוטר" עונה 1-2
איך ווייס אז דא אין שטיבל איז דער עולם נישט געווארן אזוי אנציקט דערפון בשעתו.
און איך וועל מודה זיין אז די מעשה איז היבש לעכעריג, און די הצגה איז מעגליך ארעם,
עס איז קיין פארגלייך צו די אוטענטישקייט פון די ווא"ן ענ"ד אנל"י "שטיסל" סעריע.
אבער איך בין גאר שטארק אנציקט געווארן דערפון
עס איז גאר אינטערעסאנט און אסאך מתח
די מעשה נעמט אומגערישטע טוויסטס און עס ענדיגט זיך אויף קאמפליטלי אן אנדערע פלאץ פון ווי עס הייבט זיך אן.
אסאך געפיהל
דראמא איז גוט אבער נישט גראפיש
ראמאנס איז גוט אן עכטע שמוץ
די נשמה פון די סעריע איז די צוויי וועלטן וואס די סעריע פראבירט צו צאמשמעלצן, צומאל דעם חילוני אריין צום דותי אינדערהיים, און צומאל פארקערט. די צוזאמענארבעט צווישן די צוויי וועלטן וכו'
דאן די ראמאנס פון פארשידענע קאריקאטורן וואס זענען פארפארן און צוריקגעקומען צו זייער אמתע ליבשאפט.
און טייל וואס זענען געוועהן פארקניפט מיט די אומפאסיגע פאר
שחר און איתי
שחר און אליהו
איתי מיט דנה
דנה מיט שלומי
אליהו און בול
חני מיט דניאל
אמירה מיט יפתח
דבורי מיט דוד ישראל
די סעריע געבט אויך א בליק אריין און געוויסע טשעלענדזשעס וואס נושרים האבן, און זייער שוועריקייט זיך באמת איינצוגלידערן און א חילונישע סאסייעטי.
די בליק וואס די חילונים האבן באמת אויף נושרים פון די חרדישע געזעהלשאפט.
איך האב הנאה געהאט פון די נוצות שחורות קאנצעפט.
די ערשטע עונה און צווייטע עונה לויפן אויף אינגאנצן אנדערע שניטן. איך גלייך בעסער די ערשטע עונה עס איז אביסל מער רעאליסטעש.
די סעריע האט נישט קיין שום הומער אדער קאמעדי. שטיסל איז פיל דערמיט.
אוועראלל איז עס שטארק רעקאמאנדירט פאר איינער וואס זיכט די שטיסל סארט דזשאנאר טעלעוויזיע סעריעס.
בת השוטר - טעלעוויזיע סעריע
- פונדאַמענטאַל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 320
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
- האט שוין געלייקט: 677 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל
Re: בת השוטר - טעלעוויזיע סעריע
איך מיין אז מען קען נישט צוגלייכען בת השוטר צו שטיסל וכדו', צוליב וואס בת השוטר איז פראדעצירט געווארן דורך TeenNick וואס מאכט תוכן וועלכע איז מער געאייגנט פאר קינדער און צענערלינגעןַ. משא''כ שטיסל איז געאייגענט פאר אן עלטערע עולם.
ממילא, נעמענדיג דאס אין באטראכט, מיין איך אז עס איז גאנץ גוט.
ממילא, נעמענדיג דאס אין באטראכט, מיין איך אז עס איז גאנץ גוט.
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת: