דער אייוועלט אשכול

הערות און אבזערוואציעס איבער דעם סאשעל מידיא וועבסייט
פארשפארט
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

יש משהו האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 12:51 pm הער איך נעכטן א מין אינטערעסאנטע מעשה, יענער האט עס מיר פארציילט בתור מעשה שהיה, ביי אונז אין לאנדאן, מיט אזא 2 חדשים צוריק.

כ'העל עס שרייבן דברים כהווייתן, וויאזוי איך האב עס געהערט, כאטש איך גלייב אז ס'פעלט אויס אסאך דיטעילס קלאר ארויסצוהאבן פינקטלעך וואס איז פארגעגאנגען.

וכך היה המעשה:
א טאטע ביים שבת סעודה, האט עפעס באשטראפט זיין 7 יעריגער יונגעלע מיט א קליינע עונש'ל נאך וואס די יונגל האט זיך עפעס פארזינדיגט פארן טאטע...

די יונגל איז ארויס פון סאלון און זיך אריין אין צימער, ווייל ער איז יעצט באליידיגט אויף טאטי.

מ'ענדיקט די סעודה, טאטי מאמי גייען טשעקן וואס גיי פאר מיט זייער צדיק'ל, און זעען אז די בחור האט זיך פארשפארט אין זייערע צימער, טאטי'ס מאמי'ס צימער.

זיי האבן אים געבעטן און געסטראשעט אבער ער ריקט זיך נישט ארויס, ער איז דא פאר די נאכט.

ס'האט גארנישט געהאלפן, די יונגל האט זיך געלייגט שלאפן אינעם טאטעס בעט, און גוט שבת.

די טאטע מאמע האבן געדארפט גיין אין סאלון אויפן קאוטש, ווי ס'איז ליכטיג, און דארט פארוויילן אויפדערנאכט.

אינדערפרי, זייער יונגל קומט ארויס, כאילו לא היה.

עד כאן המעשה.

יעצט, ס'קלאר אז ס'פעלט פארשידענע גאר וויכטיגע דיטעילס.
- וואס האט די יונגל געטון אז ער זאל באקומען א עונש.
- וואס האט אים די טאטע גע'קנס'עט. (ווייל איך האב פארשטאנען רעדט מען יא פון ממש א קליינע זאך, ווי אז ער טאר נישט טרינקען קאלע אדער אזא מין געדאנק)
- ווער איז די טאטע וכו'
- איז די יונגל א נארמאלע געזונט קינד וכו'

אבער וואס איז קלאר, אז נאכאלעם איז עס גאר א אינטערעסאנטע מעשה.

יענער האט עס פארציילט מער, ארויסצוברענגען ווי שטארק די חוצפה יסגי האלט היינט.

כאטש אז איך האלט אז עס האט גארנישט מיט חוצפה, אדער דארף די יונגל 2 געזונטע פעטש, אדער איז אפילו מער נוטה צו זאגן אז די טאטע דארף 2 געזונטע פעטש.....

תכלית, וואס ס'מיר בעיקר אינטערעסאנט צו וויסן, וואס וואלסטו געטון ווען דיין יונגל פארשפארט זיך אין דיין צימער, האלטסו אז די וואלט יא מצליח געווען אים ארויסצונעמען בעפאר ער לייגט זיך אריין אין בעט, (וואס דעמאלט שלאפט ער גלייך איין)? און טאמער נישט, וואס וואלסטו געטון אינדערפרי ווען ער שטייט אויף, נאכן באגיין די געפערליכע עוולה?
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=70543
גימפל הכהן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 04, 2024 3:40 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך גימפל הכהן »

איך וואלט אויפגעבראכן די טיר, אויב וואלט איך געדארפט די בעדרום וויכטיג יענע נאכט, און דערנאך פארמאכט מיט מיין בעט
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך שפילער »

One track minded מענטשן דא ...
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
באניצער אוואטאר
א גוט יאר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 417
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 07, 2024 3:23 am
האט שוין געלייקט: 508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 473 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך א גוט יאר »

געדאנקן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 71 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך געדאנקן »

גימפל הכהן האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 1:42 pm איך וואלט אויפגעבראכן די טיר, אויב וואלט איך געדארפט די בעדרום וויכטיג יענע נאכט, און דערנאך פארמאכט מיט מיין בעט
טוט מען עס אין דיינונג רום, א הלכה איז א הלכה....
פארשפארט