מתיר א(י)סורים - תעניתים

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים

שליחה דורך berlbalaguleh »

דורש אמת: ייש"כ. נאר די מציאות איז א ביסל אנדערש. לאמיר אנהייבן מיט עשרה בטבת. דאס איז דאכציך מיר א ביסל הארב(ער) עפ"י הלכה. און ס'איז אויך גאנץ גרינג צו פאסטן אין רוב מקומות. (אויסער אין אויסטראליע און דרום אמעריקע וואו ס'איז אינמיטן זומער און דער טאג איז גאנץ לאנג.) ווייל ס'קומט אויס כמעט אין ווינטער און דער טאג איז זייער קורץ. ווייל אפילו אין א געויינליכן טאג טרעפט זיך א סאך מאל אז מ'פארגעסט צו עסן פרישטיג. נאכדעים איז שוין דער זמן פון מנחה ומעריב.

צום גדליה און תענית אסתר זענען א ביסל גרינגער עפ"י הלכה. ספעציעל פאר חולים ומניקות. ווייל צו"ג איז ממילא שוין א נדחה. אויך אז מ'זאל קענען פאסטן יום כיפור.

תשעה באב איז גאנץ גרינג צו פאסטן. פאר רוב מענטשן. ווייל מ'גייט נישט ארבעטן. אן מ'דאוונט א ביסל שפעט. ביז מ'ענדיגט דאווענען און קינות איז שוין נאך חצות. מ'דאוונט א ביסל פריער מנחה. און דער טאג גייט אריבער.

שבעה עשר בתמוז איז א ביסל שווער. וויל ס'איז אינמיטן זומער און די היצן ברענען. דער עולם גייט אויף זייער געוויינליכע ארבעט. און מ'ווערט דארשטיג.

איך האב אמאל געוואוינט אין א מדינה וואו דער גאנצער סדר העולם איז פארקערט. עשרה בטבת איז געווען דער לענגסטער תענית ווייל ס'איז אינמיטן זומער. שבעה עשר בתמוז און תשעה איז אינמיטן "ווינטער".

א איד האט געגעבן קידוש ביי אונז אין ביהמ"ד שבועות האט מען צוגעשטעלט הייסע קאווע פאר'ן עולם. ווייל ס'איז געווען אימיטן "ווינטער". די גאנצע ווינטער איז נישט קעלטער ווי 50 דעגריס.
בונה של טוב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים

שליחה דורך בונה של טוב »

berlbalaguleh האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 3:32 pm דורש אמת: ייש"כ. נאר די מציאות איז א ביסל אנדערש. לאמיר אנהייבן מיט עשרה בטבת. דאס איז דאכציך מיר א ביסל הארב(ער) עפ"י הלכה. און ס'איז אויך גאנץ גרינג צו פאסטן אין רוב מקומות. (אויסער אין אויסטראליע און דרום אמעריקע וואו ס'איז אינמיטן זומער און דער טאג איז גאנץ לאנג.) ווייל ס'קומט אויס כמעט אין ווינטער און דער טאג איז זייער קורץ. ווייל אפילו אין א געויינליכן טאג טרעפט זיך א סאך מאל אז מ'פארגעסט צו עסן פרישטיג. נאכדעים איז שוין דער זמן פון מנחה ומעריב.

צום גדליה און תענית אסתר זענען א ביסל גרינגער עפ"י הלכה. ספעציעל פאר חולים ומניקות. ווייל צו"ג איז ממילא שוין א נדחה. אויך אז מ'זאל קענען פאסטן יום כיפור.

תשעה באב איז גאנץ גרינג צו פאסטן. פאר רוב מענטשן. ווייל מ'גייט נישט ארבעטן. אן מ'דאוונט א ביסל שפעט. ביז מ'ענדיגט דאווענען און קינות איז שוין נאך חצות. מ'דאוונט א ביסל פריער מנחה. און דער טאג גייט אריבער.

שבעה עשר בתמוז איז א ביסל שווער. וויל ס'איז אינמיטן זומער און די היצן ברענען. דער עולם גייט אויף זייער געוויינליכע ארבעט. און מ'ווערט דארשטיג.

איך האב אמאל געוואוינט אין א מדינה וואו דער גאנצער סדר העולם איז פארקערט. עשרה בטבת איז געווען דער לענגסטער תענית ווייל ס'איז אינמיטן זומער. שבעה עשר בתמוז און תשעה איז אינמיטן "ווינטער".

א איד האט געגעבן קידוש ביי אונז אין ביהמ"ד שבועות האט מען צוגעשטעלט הייסע קאווע פאר'ן עולם. ווייל ס'איז געווען אימיטן "ווינטער". די גאנצע ווינטער איז נישט קעלטער ווי 50 דעגריס.
וואספארא לאקשן איז דאס?
דו זאגסט די ״מציאות איז אביסל אנדערש״
האב איך געמיינט די מעשה מיט ר׳ שמואל סאלאנט האסטו נאכגעקוקט און עס האט כלומרשט ערנסטע פרטים וואס פעהלן וואס דורש אמת האט נישט געברענגט.

דיינע שיינע תורה׳לעך טוישט נישט די מציאות
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים

שליחה דורך berlbalaguleh »

אז דו ליינסט נישט גוט און דו לייגסט צו דיינע אייגענע "מיינונגען" בין איך נישט שולדיג.

ווען איך זאג "מציאות" מיינט דאס נישט אז ס'פרעגט אפ די מעשה ביי ר' שמואל סלנט. איך רעד פון די מציאות היינט אין רוב וועלט.

בבקשה: טראכט איבער פאר דו שרייבסט. נישט נאכדעם. דאס איז אויך גוט. אבער א ביסל שפעט.
בלויע רעקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים

שליחה דורך בלויע רעקל »

מעשה שלא היה: איינער וואס האט נישט געפאסט שבעה עשר בתמוז ווייל א טאג פריער האט ער געפאסט צוליב אונטער מיטטינג פעסטינג.

באט יו געט מיי פאונט, זייט ווען איז פאסטן א סכנה?
בונה של טוב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים

שליחה דורך בונה של טוב »

דו רעדסט כאילו אז יעדער איינער האט די זעלבע כח ווי דיר און ווי יעדן׳ס געזונט צושטאנד וואלט געווען אייניג

ס׳דא מענטשן וואס זענען אומ׳אחריות׳דיג און טוען אינטערמיטענט פאסטן אָן צו מאכן זיכער פריער מיט א דאקטער צו זייער קערפער קען עס פארנעמען - אדער יצא שכרו בהפסדו

ווער רעדט נאך ווען מ׳טרינקט נישט קיין וואסער!
רוב פון די וואס עסן נישט צוליב אינטערמיטענט פאסטן- מאכן אבער זיכער צו טרינקען וואסער אדער אפילו מינערל וואסער - צו ריפּלענישן דעם קערפער

ווען מ׳טרינקט גארנישט - בפרט אין די היץ פון זומער - קען עס גורם זיין חלילה ערנסטע געזונט פראבלעמען (דאס איז נישט מיין חידוש, פרעג יעדע ערנסטע דאקטער און ער וועט מודה זיין די ריסק, עספּעשעלי ווען מ׳רעדט פון א מאמע פון קינדער, אדער איינער וואס האט challenges פון מענטל העלט, און אוודאי ווען איינער האט סיי וועלכע שוואכע געזונט צושטאנד - פאר אלע פון זיי איז גאר א מצוה - נישט צו פאסטן!
צוקוועטשטע איילבירטן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים

שליחה דורך צוקוועטשטע איילבירטן »

רעדענדיג פון אינטערמיטנד פעסטינג האב איך געליינט א שטודיע וועלכעס איז דורך געפירט געווארן דורך די באקאנטע אמעריקן הארט אסאסיעשן וואס גיבט גאר שטארקע נעגאטיווע אוטקאם.

https://newsroom.heart.org/news/8-hour- ... ular-death
פארשפארט