"הבדלה" ארויס מיט בליציגע מחאה קעגן אייוועלט

הערות און אבזערוואציעס איבער דעם סאשעל מידיא וועבסייט
[NAMELESS]

"הבדלה" ארויס מיט בליציגע מחאה קעגן אייוועלט

שליחה דורך [NAMELESS] »

די באקאנטע הבדלה בליצן מעגאזין איז ארויס אין א אטאקע קעגן אייוועלט אנווייזענדיג ווי ס'שלעפט אריין כולל יונגעלייט אין אינטערנעט.

זיי ווייזן אויך אן די היפאקראטיע פון די עולם דארט וואס ציען זיך אראפ די היט איבער די אויגן און מאכן זיך אוילטרא פרום און רבנים-פאלגעדיג, אין די צייט וואס זיי פייפען זיך אן אויף די פסק פון הגה"ק הרב וואזנער זצ"ל אז מ'טאר זיך נישט באניצן מיט אינטערנעט שלא לצורך פרנסה.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: "הבדלה" ארויס מיט בליציגע מחאה קעגן אייוועלט

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'איז זייער שיין און הארצרייסנד צו ליינען די "וידוי" פון אן ערליכן כולל יונגערמאן וועלכער וויל "תשובה" טון און צוריק ווערן א ווארימער איד א בן תורה.

נאר ווען דער יונגערמאן איז מפשפש במעשיו און ער מאכט זיך א דין וחשבון איבער זיינע מעשים זאל ער אויך ארייננעמען אין באטראכט אויב ס'האט זיך איהם בכלל געלוינט צו פארבלייבן אין כולל. אויפ'ן חשבון פון זיין ווייב וואס גייט ארבעטן. און ער זיצט זיך באקוועם אויפ'ן בענקל ווי ביים סדר. (כדבריו). ווייל דער גאנצער מושג אז א יעדער "מוז" גיין אין כולל נאך די חתונה איז א פאלשער. א פרעמדער.

ווען רביה"ק מ'סאטמאר, זי"ע איז געקומען קיין אמעריקע נאך די צווייטע וועלט מלחמה האט ער געוואלט אויפציען א דור פון יונגעלייט וואס גייען ארבעטן בייטאג. און זיי קומען אין ביהמ"ד צו לערנען א שיעור קבוע און דאווענען. אזוי ווי ס'שטייט אין פרק אין מס' אבות..."טוב תורה עם דרך ארץ שיגיעת שניהם משכחת עון"...! מילא אויב איינער וויל ווערן א רב, אדער א דיין און ער וויל זיך משלים זיין. נאר סתם בעל בת'ישע יונגעלייט דארפן גיין ארבעטן. אזוי איז טאקע געווען אין אנהייב. נאר א ביסל שפעטער ווען דער עולם האט שוין אנגעהויבן צו האבן פרנסה בריוח האט מען אנגעהויבן צו טראכטן אז מ'זאל לאזן די חתונה געהאטע קינדער נאך זיצן אין כולל פאר א 2 יאר. און דער טאטע/שווער וועט זיי אויסהאלטן. ביי די ליטווישע אין לעיקוואוד איז טאקע אזוי דער מנהג אז דער יונגערמאן, אפילו מיט א שטוב מיט קינדער זיצט אין כולל און זיין רעבעצין גייט ארבעטן.

ועוד: די גאנצע לערנען אין כולל פון היינט איז גארנישט קיין פארגלייך צו די אמאליגע אידן אין ירושלים וועלכע זענען געזיצן על התורה ועל העבודה און זענען געווען מסתפקים במועט. אזוי ווי די (אלטע) ירושלימ'ער אידישע ליכט האט עס געשילדערט. משא"כ היינט דארף מען האבן אלע לוקסוס און באקוועמליכקייטן.

איך בין זיכער אז ווען דער יונגערמאן וועלכער וויל טון "תשובה" וואלט געגאנגען ארבעטן. און געלערנט שיעורים טעגליך (פאר די ארבעט און נאך די ארבעט) וואלט ער נישט געהאט קיין צייט און קאפ צו גיין אין קיאסק פארברענגען מיט נארישקייטן און נאך עפעס ערגערס, ח"ו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: "הבדלה" ארויס מיט בליציגע מחאה קעגן אייוועלט

שליחה דורך שפילער »

איך האב א מאל געליינט אין פאליש אן ארטיקל ווי א יונגערמאן שרייבט ערענסט אז אייוועלט יא אייוועלט האט האט עים אראפגעפירט פון וועג ספאנגט זיך אן פון אייוועלט און ספארט ווייטער ביז מען טרינקט א coke
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

Re: "הבדלה" ארויס מיט בליציגע מחאה קעגן אייוועלט

שליחה דורך צקון לחש »

ק/פ
הבדלה קעגן אייוועלט
ס'לוסטיג ס'לעבעדיג
יעדער שמויגער איז זיכער אז ער ווייסט וואס מען דארף און וואס מען מוז
וואס איז גוט און וואס איז הייליג
וואס איז שלעכט און וואס איז פאקרומט
דער איז א חכם און דער איז א מנהיג
דער איז א מומחה און דער א פארשטייער
ס'לוסטיג ס'לעבעדיג
דער דמיון'דיגע דרך המלך איז דאך אזוי קלאר און געשמאק
מ'דארף שומפן און שרייען אויב עפעס גייט אנדערש
נעבעך אבער אויף די זיהן און טעכטער אונזערע
מ'ברענגט זיי אריין אין דעם עולם עי דיים עי דאזען
אהן קיין שום פלאן אהן קיין שום מהלך
פוסטע און ליידיגע הערצער און נשמות
שעות און טעג, חדשים און יארן דארפן נעבעך ווערן אנגעפילט
גמרא און שולחן ערוך פאר'ן ברייטען המון וואספארא דזשאוק דאס איז
מנהגים און ווערטעלעך, חינגות און פעור
הוילע נארישקייטן וואס זעטיגט נישט דעם געטליכע נפש
אבער זיי טארן נישט זיין נייגעריג, זיי טארן נישט שפירן לעבן
זיי טארן נישט וויסן זיי טארן נישט ליבן
קאפי און פעיסט און ריפיעט, אויף דעם האבן מיר זיך פאר'עקשנ'ט
און מיר ווייסן נישט וויאזוי זיך צו ערהוילן
פון דעם עם חכם ונבון איז געבליבן א קליין אומערוואקסן קינד
עקשנות און גאווה ביז'ן הימל און קען זיך נישט בייגן צום הייליגע מציאות
אויפצואוואקסן אין שאטן פון גאט
דער גאט פון אמת און פון לעבן, ווי ער באווייזט זיך דורך זיין וואונדערליכע ווערק
גרעפיקס און געשרייבעכצער, שרייענדע קולות און קאלירן
וועלן נאר לענגער מאכן די קייט פון פיין און לייד
אבער נישט לעזן גארנישט
טיילונג איצט!
yesiknow
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 462
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל

Re: "הבדלה" ארויס מיט בליציגע מחאה קעגן אייוועלט

שליחה דורך yesiknow »

איך קען פלענטי כולל יונגעלייט וואס האבען אפילו נישט קיין טעקסט זענען פיל מיט ניאוף ביז איבערען קאפ אין מחשבת עבירה בא אלה בלב הפנוי מן החכמה רמב״ם

אם לא לומדים תורה מאוד קשה להיות יהודי כשר כמעט שאי אפשר אפילו בלי פלאפון היצר הרע זה האדם בעצמו
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

Re: "הבדלה" ארויס מיט בליציגע מחאה קעגן אייוועלט

שליחה דורך צקון לחש »

דאס איז וואס זיי דארפן? נאך תורה?? מיר זענען עפעס אזוי מין צופראסקעט אז ס'לאזט זיך נישט גלייבן
טיילונג איצט!
אפטימיסטיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 230
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

Re: "הבדלה" ארויס מיט בליציגע מחאה קעגן אייוועלט

שליחה דורך אפטימיסטיש »

פרוכט זאפט האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 4:55 pm
זיי ווייזן אויך אן די היפאקראטיע פון די עולם דארט וואס ציען זיך אראפ די היט איבער די אויגן און מאכן זיך אוילטרא פרום און רבנים-פאלגעדיג, אין די צייט וואס זיי פייפען זיך אן אויף די פסק פון הגה"ק הרב וואזנער זצ"ל אז מ'טאר זיך נישט באניצן מיט אינטערנעט שלא לצורך פרנסה.
פארוואס ווייזן זיי נישט אן אויף די היפאקריטיע פון די רבנים זעלבסט וועלכע האקן נאכאנאנד קעגן דעם אינטערנעט, אינדערצייט וואס זיי אליינס באנוצן זיך מיט'ן אינטערנעט
  • צו מאכן אנליין טשערידי קאמפיין'ס
  • צו ארומשיק'ן פראפאגאנדע אימעילס
  • מ'קען באצאלן שכר לימוד אנליין
  • די מוסדות שטופן די עלטערן צו רעגיסטרירן די קינדער אנליין ווי איידער אראפקומען אין אפיס
  • מ'קען רעזערווירן טיקעטס צום סאטמאר'ן עקספא בלויז אנליין
  • זייערע סעקיוריטי קאמערעס (ווידיא ר"ל) ווערן געמאניטארט דורך'ן אינטערנעט
  • אינטערשרייבן פעטיציעס אנליין
ועוד ועוד
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: "הבדלה" ארויס מיט בליציגע מחאה קעגן אייוועלט

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך האב שוין געזעהן קול קורא'ס און פסקים פון גרויסע רבנים וועלכע זאגן אז ווער ס'האט א סמארטפאון אדער אנדערע טעכנאלאגישע כלים, רח"ל. איז פסול לעדות. מ'קען איהם נישט מצרף זיין צו מנין. און ער איז מנסך דעם וויין. נאר ס'אינטרעסאנט אז איין וויכטיגן פסק האב איך נאכנישט געזעהן פון קיין שום גדול אדער רב אז מ'טאר נישט נעמען קיין געלט ביי איינער וואס האט א סמארטפאון.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: "הבדלה" ארויס מיט בליציגע מחאה קעגן אייוועלט

שליחה דורך שמעקעדיג »

האט זיך געעפנט א אשכול דערוועגן אויף אייוועלט מיט מיימינים ומשמאלים.
עס האט נישט געדויערט לאנג און דער אשכול איז פארשוואונדן פון האריזאנט.
וירח ה' את ריח הניחוח
בלויע רעקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

Re: "הבדלה" ארויס מיט בליציגע מחאה קעגן אייוועלט

שליחה דורך בלויע רעקל »

ווער איז הבדלה? אפשר (זיכער) שרייבט ער אויך אויף אייוועלט?!

בן בלי שם איז א פאשקעוויל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: "הבדלה" ארויס מיט בליציגע מחאה קעגן אייוועלט

שליחה דורך berlbalaguleh »

הבדלה איז א מעגעזין. הס מלהזכיר, רח"ל. א צייטשריפט וואס טוט למען ה' ותורתו. ער ווייזט אויף באותות ובמפותים אז די גרעסטע ביזנעסלייט באניצן זיך נישט מיט קיין שום טעכנאלאגיע. און דאך זענען זיי שטארק מצליח.

זיי ניצן אפילו נישט קיין פעקס. נאר טעלעגראם. וואס מ'האט נאך געניצט בימי שינאוו'ער רב זצוק"ל.
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: "הבדלה" ארויס מיט בליציגע מחאה קעגן אייוועלט

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

שמעקעדיג האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 10:24 pm האט זיך געעפנט א אשכול דערוועגן אויף אייוועלט מיט מיימינים ומשמאלים.
עס האט נישט געדויערט לאנג און דער אשכול איז פארשוואונדן פון האריזאנט.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 2#p5303042
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: "הבדלה" ארויס מיט בליציגע מחאה קעגן אייוועלט

שליחה דורך שמעקעדיג »

יענער אשכול איז דער כלליות'דיגער אשכול פון די חודש'ליכע הבדלה בליצן.
איך רעד מען האט געעפנט א ספעציעלן אשכול נאר פאר די אייוועלט סומאטוכע, אונטערן נאמען "א הארציגן בריוו פון א יונגערמאן" (עפעס אזוי) וואו מען האט אויסגעשמועסט נאר די חלק לאורכה ולרחבה און עס איז געגאנגען טענות אהין און צוריק.
וירח ה' את ריח הניחוח
קלמישל2
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 14, 2024 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

Re: "הבדלה" ארויס מיט בליציגע מחאה קעגן אייוועלט

שליחה דורך קלמישל2 »

די אשכול אויף אייוועלט איז זייער ענטערטעינינג.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

Re: "הבדלה" ארויס מיט בליציגע מחאה קעגן אייוועלט

שליחה דורך יעקב מענטש »

berlbalaguleh האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 8:39 pm הבדלה איז א מעגעזין. הס מלהזכיר, רח"ל. א צייטשריפט וואס טוט למען ה' ותורתו. ער ווייזט אויף באותות ובמפותים אז די גרעסטע ביזנעסלייט באניצן זיך נישט מיט קיין שום טעכנאלאגיע. און דאך זענען זיי שטארק מצליח.

זיי ניצן אפילו נישט קיין פעקס. נאר טעלעגראם. וואס מ'האט נאך געניצט בימי שינאוו'ער רב זצוק"ל.
ער איז מן הסתם גערעכט מיט דעם אז זיין פארגעשריטן מיט טעכנאלאגיע ווי מ'קען קאמיוניקירן אינמיטן שלאף מיט א ווענדאר אין אויסלאנד, מאכט נישט קיינעם רייכער, און די אלע וואס ווילן האבן א סמארטפאון דארפן נישט נוצן דעם נארישן תירוץ, מ'קען זאגן פשוט איי ענדשוי איט און פארטיג.

מיין פראבלעם מיט הבדלה און בכלל די אינטערנעט מערכה איז, אז זיי פראבירן צו פארבן איינעם וואס האט א סמארטפאון ווי עפעס אזא שוואכע איד וואס לכתחילה זאלסט אים נישט נעמן פאר קיין עדות ביי א חופה וכו'.

איך מיין אז יעדער בר דעת פארשטייט אז די לעבן איז פשוט רואיגער אן קיין נאן סטאפ קאמיוניקאציע, אבער פארוואס דארפן מען אראפמאלן יענעם ווי כאילו ער קלאצט א גאנצן טאג אויף ראיות אסורות, און נאכדעם מאכן א אידענטיטי דערפון "איך" האב נישט און "יענער" פארמאגט יא, און כ'דארף איבערקלערן צו איך זאל מיך מיט יענעם משדך זיין אדער אויב יענעמ'ס קינד מעג גיין מיט מיין קינד אין איין חדר/קאנטרי וכו' (אויב יענע טאטע שמועסט א גאנץ דאווענען אינטערסירט דיך נישט?), ס'איז פשוט Wראנג.
פארשפארט