די מכה אשר לא כתובה פון עקסטרעמיזם

שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

@הוגה האט געשריבען מתוך יאוש אז וואס קען מען טוהן מען איז אין גלות, אבער ס’איז נישט ריכטיג,
ראשית, האב איך מיטגעהאלטען א מעשה ווי מען האט אהיימגעשיקט קינדער פון א מוסד צוליב וואס דער טאטע האט געהאט א סמארטפאון און עס איז געווען אנדערש ווי דער טאטע האט מעיקרא באריכטעט אויפ’ן ועד האישור צעטיל.
דער טאטע אלס א בעל הביתישער איד האבנדיג חברים אויך זיינס גלייכען האבן זיך אלע צוזאמענגענומען און מחליט געווען אז זיי באצאלן נישט שכר לימוד. און דער מוסד נאכן פילן דעם לאך אין טאש האבן זיך געמוזט אראפזעצן ביים פארהאנדלונגס טישל ביז זיי האבן צוגעזאגט אז זיי גייען נישט ארויסווארפען אזוי שנעל. דאס איז בנוגע די טעכנעלאגיע עקסטרעמיזעם.

שנית, דער כח פון די עקסטרעמיסטען באשטייט בלויז אך ורק פון bullies
מען מעג און מען קען צוריק בוליען
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

איך הייב נישט אן צו פארשטיין די משוגעת פון חתימות...

ביי אונז האט מען אויסגעלערנט אז חתמ'נען שקר איז נישט קיין פראבלעם... וד"ל...

וואס פארא דזשוק אין קאפ מאכט זיי טראכטן אז דא איז אנדערש?
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

שליחה דורך החוקר »

@ליב צו וויסן וואס פארא דזשוק אין קאפ מאכט דיר טראכטן אז זיי טראכטן?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הוגה האט געשריבן:נאר א קליינע אנעקדאט. פאריאר האבן כמעט אלע היימישע מוסדות געמאכט 'סיטי פיעלד' אסיפות מיט די קינדער, אין די ת"ת און שולעס און געברענגט אזעלכע רעדנערס ווי פאפלאנאש, ר' בערל טויבער וכדומה אויפצוקלערן די שעדליכקייטן פון כל מיני טעכנאלאגיע. זיי האבן מסביר געווען בטוב טעם ודעת אז ס'איז נישט סתם נוגע ווי פרום מ'איז, נאר מ'מיינט דא סימפלי גשמיות'דיג גערעדט ווי ס'שאדט וכו'. (מעגליך אז ס'דא א פוינט דערין למחצה לשליש ולרביע.) ביים סוף פונעם מעמד איז ביי אלע פארגעקומען א חתימת הקבלות (וואס די פאלשע וועג וויאזוי עס איז צוגעגאנגען ברויך א באזונדערע באהאנדלונג).

הוגה: ר' בערל טויבער איז א דאמאגאג. נאר איך קען איהם פארשטיין. ער מוז ממשיך זיין די פעמילי ביזנעס. אבער וואס די מענטשן זאגן מיינט גארנישט. זיי זענען א חלק פונ'ם פראבלעם. נישט א חלק פון די סאלושן...!
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

ליב צו וויסן האט געשריבן:איך הייב נישט אן צו פארשטיין די משוגעת פון חתימות...

ביי אונז האט מען אויסגעלערנט אז חתמ'נען שקר איז נישט קיין פראבלעם... וד"ל...

וואס פארא דזשוק אין קאפ מאכט זיי טראכטן אז דא איז אנדערש?

געקלערט די זעלבע, פאר אנדערע פאפירן וד"ל האט מען נישט קיין שום פראבלעם צו חתמ’נען פאלש, פארוואס אונטערשרייבן וועגן סמארטפאון’ס געצוויגענערהייט זאל מען נישט טון די זעלבע?

אז איך שרייב שוין, איך האב שטארק הנאה פון די ווערטער פון שמעקעדיג און הוגה, דברים כדרבנות! זייער שטארק ארויסגעברענגט!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום תרמב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

געווען צייטן וואס כ'האב מיך אויך געגעסן אויף די זאכן, ביז איין טאג האב איך איינגעזעהן אז די מענטשן זענען פשוט נאאיווע קליינקעפיגע מוחין קטנים וואס לעבן אין א צווייטע רעאליטעיט אינגאנצן, היינט האב איך פשוט רחמנות געפילן אויף זיי אז זיי ווייסן ליידער נישט בעסער... און דאס איז וואס מיינט פאר זיי נארמאל. כ'האב מיט זיי נישט גארנישט אין קאמאן בכלל. איך האלט זיי נישט אויף מיין מדריגה אין אינטעלעקט, מאראל, לעוולהעדעדנעסס. לערנען קענען זיי אפשר אסאך בעסער ווי מיר. אבער מעורב בן הבריות down to earth זענען זיי ביילייפייג נישט. איך פערזענליך האלט אז יעדע שנאק פון 15 יאר וואס איז מסיים טויזנט יוטוב ווידיאוס א יאר האט אסאך מער ידיעות ווי וואס אזא איינער קען איינזאמלען זייער גאנצן לעבן. יא ס'באזארגט מיר ווען איך טראכט אז אזוינע אינדיווידועלן האבן גאר אסאך פאוער און קענען דערמיט טוהן (און טוען) אבנארמאלע דעמעדזש. עם כל זה ווארטן אויף טשעינדזש פון אזעלכע אוטאריטעיטן איז ווי ווארטן צו געווינען די לאטערי, ס'איז געזונטער זיי צו איגנארירן ווי ווייט מעגליך.

די עקסטרימיזם גייט שוין אן מער ווי 60 יאר, ס'ווערט נאר פרומער און פרומער און קרומער און קרומער. אמאל איז עס געווען וויילענס פון איין הויף צום צווייטן, און היינט איז עס אנדערע משוגעת'ן. אמאל איז עס די שייטלעך און אמאל די טמא'נע כלים, הצד השווה שבהן זענען פרויען עפ"י רוב די מערסטע שולדיג אויף צרות ישראל און גארנישט.. ביזנעס עז יוזשועל. יעדע decade קומט עפעס א אלטע איסור צוריק אין סטייל התאחדות פילט ניטאמאל פאר וויכטיג צו טוישן דעם דאטום. פארקערט ס'איז ווי יין ישן! קול קורא'ס איז אויך זייער א סיזענעל ביזנעס, אין די וואקאציע סיזן איז מען פארנומען מיט פלארידא, און דעזערט האט ספרינגס, פורים איז מען פארנומען מיט די מאבילס, אז ס'ווערט ווארעמער און מ'זעהט אביסל מער הויט אין די גאסן נעמט מען זיך צו די שמאל געפאסטע מלבושים און לעיס אזוי פארט א סייקל... עניוועי חסידות איז קיינמאל נישט געווען נישט-עקסטרעם, ס'איז אפשר געווען ווייניגער, אבער חסידות איז א עקסטרעמע אידעלאגיע ביי דעפינישן. א פרייטאג צונאכטס סעודה פון א האלבע שעה איז נייטראל, מער איז עקסטרעם. האמיר א לעכטיגן ביי... כ'הער נישט?

נאר וואס? אין די אינטערנעט ערע פילן געוויסע סיקריקים אז ווייל די גאס ווערט כלומר'שט ערגער און ערגער מוז מען ווערן פרומער און פרומער אין ריספאנס. אגב איך פארשטיי נישט עפעס; אויב דיין לייפסטייל איז אזוי פעלזן פעסט אויפגעסעט און ס'ארבעט פארוואס איז עס אזוי סוסעפטיבל צו סעקולעריזם אדער סיי וועלכע מאדערנע זאך אז מ'מוז כאילו צוריקפייטן נאך אפי' שטערקער ווי ביז יעצט? דו האסט דאך דעם דרך האמת נישט אזוי? If it ain't broke don't fix it אזוי נאריש זענען אירע נאכפאלגער אז זיי ווערן יעדע מינוט פארשפילט פונעם ריכטיגן דרך אז מ'דארף זיי צוריק ארויסציען פון תהום? שוין יארן זוך איך א תירוץ אויף דעם. איך זאג ענק א מזל אז מ'האט נאכנישט געמאכט קיין שטודיעס פון פרעזערווירן חסידיזם אוי וואלט דאס אריינגעקומען שמאל, די סוקסעס ראטע וואלט געווען אזוי ביטערליך נידריג ס'וואלט געווען אזעלכע געבראטענע בושות... דאס איז א פונקציאנירנדע סיסטעם וואס איז נאר איין מערכה אוועק פון סוקסעס? how about אז מענטשן פארשטייען בעסער סאציאלע קאנסטראקטס, סייענס, פסיכילאגיע, פסיכאטעראפי, און מ'טראכט טיפער און מ'פארשטייט לעבן בעסער, אבער פאר דיין קאנסערוואטיווע טראדיציעס איז יעדע לינקע בלויע פורפל גרינע אידילאגיע חדש אסור מן התורה? חס מלהזכיר פראגרעסיוויזם איז א סכנה רוחני!! פוי!! גיווואלד!!!!

איך שפיר די בויך קרעמפן פון לאכן פון די איראניע אז די סליפערי סלאופ וואס די עקסטרעמיסטן זענען אנגעבליך דא צו פריווענטן זענען זיי אויך גורם...
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
סעגאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל

שליחה דורך סעגאל »

היסטאריע האט געשריבן:
ווען מען וויל זעהן עפעס אין א סמארטפאון (מ'טאר דאך נישט קוקן דערין) שטעלט עס די טאטע/מאמע/געשוויסטער אקעגן איבער א שפיגל און אזוי וואטשט מען די קליפ/בילד. מ'האט זיך דאך נישט אויסגענומען נישט צו קוקן אויף א קליפ, נאר נישט צו קוקן 'אין' א סמארטפאון


אייזן :like

ווער ווייסט וואס נאך מען קען קוקען מיט דער היתר.

די כהנים האבען שוין געקיקט אויף האלב אויפגעדעקטע פרויען דורך א שפיגעל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: די מכה אשר לא כתובה פון עקסטרעמיזם

שליחה דורך שמעקעדיג »

אין די לעצטע פאר חדשים לויפן אדווערטייזמענטס אין די טעגליכע אימעילס פון די נייעס באריכטער צו א שטארקע התעוררות צו מאכן יעדן טאג די מאה ברכות.
עס איז זיכער א חשוב'ע זאך, און ברענגט זיכער השפעות טובות.
אבער ביטע, ביז סטראשען! קיינער איז נישט שולדיג אז ביז היינט איז נישט געווען קיין אימעיל און קיין אוצר החכמה צוזאמצושלעפן די אלע פארשטופטע מאמרים און דו האסט עס אויסגעטראפן, אז דו זאלסט עס יעצט נוצן צו דערשרעקן כלל ישראל אויב חלילה איינער איז אזא שייגעץ און מאכט נישט די מאה ברכות בכוונה!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: די מכה אשר לא כתובה פון עקסטרעמיזם

שליחה דורך שמעקעדיג »

ווילסט מעורר זיין בדרכי נועם? אדרבה!
די פאלגענדע זענען זייער שיין וכמותם ירבו:
וירח ה' את ריח הניחוח
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: די מכה אשר לא כתובה פון עקסטרעמיזם

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

שמעקעדיג האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 11:44 pm אין די לעצטע פאר חדשים לויפן אדווערטייזמענטס אין די טעגליכע אימעילס פון די נייעס באריכטער צו א שטארקע התעוררות צו מאכן יעדן טאג די מאה ברכות.
עס איז זיכער א חשוב'ע זאך, און ברענגט זיכער השפעות טובות.
אבער ביטע, ביז סטראשען! קיינער איז נישט שולדיג אז ביז היינט איז נישט געווען קיין אימעיל און קיין אוצר החכמה צוזאמצושלעפן די אלע פארשטופטע מאמרים און דו האסט עס אויסגעטראפן, אז דו זאלסט עס יעצט נוצן צו דערשרעקן כלל ישראל אויב חלילה איינער איז אזא שייגעץ און מאכט נישט די מאה ברכות בכוונה!
דער האלט די הענט ווי א קריסט.
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

Re: די מכה אשר לא כתובה פון עקסטרעמיזם

שליחה דורך צקון לחש »

בסך הכל איז ער אוחז בדרכי רבותינו חז"ל הקדושים והמקובלים, זיי האבן גענוצט די סארט רעטאריק צו פראומאוטען זייערע תקנות, נו אז ער מאכט א פירוש חי דערויף מיט בילדער גם ברוך יהיה...
טיילונג איצט!
מענדל בייליס
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2024 8:25 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

Re: די מכה אשר לא כתובה פון עקסטרעמיזם

שליחה דורך מענדל בייליס »

שמעקעדיג האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 11:45 pm ווילסט מעורר זיין בדרכי נועם? אדרבה!
די פאלגענדע זענען זייער שיין וכמותם ירבו:
אויף די פאזיטיווע עדס זעט מען אויך די אנשרעקנדע געדאנקענגאנג, קוק זיין אויסוואל פון ווערטער, "קליפות" "ווערים" "גלגול", עס טרייסלט אין אלע ביינער. אפילו מ'ווערט צום סוף געראטעוועט דערפון.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: די מכה אשר לא כתובה פון עקסטרעמיזם

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג: איכ'ל מיר נאר שטעלן אויף דיין פתיחת האשכול. וועגן דעם פאררוקטן, קינדערישן גליון השמיעיני את קולך.

אלס א נייגעריגער מענטש בטבע ליין איך עס (כמעט) א יעדע וואך.

ערשטנס זענען זיי די גרעסטע היפאקריטן אין די וועלט. זיי שטעללן אהער אזא "שיינעם" גליון מיט אזעלכע הערליכע און סאפיסטיקירטע גרעפיקס. וויאזוי פראדוצירן זיי אזא ארבעט וואך נאך וואך? מיט די פארצייטישע מעטאדן פון פרינטינג און טייפסעטינג וואס מ'האט געניצט פאר 200 יאר צוריק. אדער מיט די מאדערנסטע קאמפיוטער טעכנאלאגיע. והשנית. די גאנצע גליון באשטייט פון קינדערישע סברות און מעסעדזשעס. וואס א יעדער בר דעת לאכט דערפון.

איך פרוביר צו טרעפן דארט איין מאמר אדער סברא וועלכע לייגט זיך אויפ'ן שכל. מיט אזעלכע נארישע מעשיות וויאזוי מענטשן זענען געראטעוועט געווארן פון אינטערנעט.

לגבי דעם "קרן תויו"ט". זיי האבן אנגעהויבן גוט. נאר שפעטער איז עס געווארן א ביזנעס. מ'מאכט גאנצע גורלות און נסיעות. אזוי אז זיי זענען אוועקגעגאנגען פון די אריגינאלע מטרה.
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re: די מכה אשר לא כתובה פון עקסטרעמיזם

שליחה דורך צוויי »

איך ליין גראדע אויך כמעט וועכנטליך דעם השמיעיני, איך פרעזענליך שטים מיט צו גרויסע חלקים דערפון, נאר מיינע תאוות זענען גובר...
בנוגע וויאזוי מ'שטעלט עס אויס און פרינט עס, ווי האבן זיי גערעדט דערפון אז מ'טאר נישט נוצן די היינטיגע וועג פון גרעפיקס און דעזיין און מארקעטינג וכדו'?
אפי' חבורת יראים וואס זייערע מיטגלידער באנוצן זיך אפי' נישט מיט אימעיל, איז אין די שטאטון דייטליך געשריבן אז מ'מעג זיך באנוצן מיט אימעיל דורך א חבר וכו' וואס האט ממילא (נאר סמארטפאון אדער סאושל מידיע איז אנדערש).

בנוגע קרן תויו"ט שטים איך מיט צו דיר, איך האלט גראדע יא דערפון אויך היינט אפי' מיט די גורלות און נסיעות (אגב, ס'איז נישט קיין ביזנעס, נאר מעגליך א כבוד שפיל), סוף כל סוף איז עס מחזק טויזענטער אידן לכבוד בית השם
פארשפארט