![בילד](http://www.haaretz.com/polopoly_fs/1.418372.1331682658!/image/340610683.jpg_gen/derivatives/landscape_295/340610683.jpg)
היימישע עסן האט א נאמען אלץ דער בעסטער רעסטוראן מיט א היימישען הכשר אין ירושלים. די היימישע פאליטיקאנטען פאלן דארט אפט אריין פאר א טעלער טשולנט אדער א סלייס קוגל. ישיבה בחורים האבן ליב צו קומען דארט פאר א ליל-שיש-טשולענט. ווי זאפרין פארציילט, איז די קאמפלעינט אנטקעגן די פרויען סערווירער געקומען פון "אפאר חסידישע בחורים" וואס ס'זיי נישט געפאלן אז א פרוי האט זיי סערווירט. בד"ץ אגודת ישראל האט אריגינעל פארלאנגט אז ער זאל אינגאנצן אויפזאגן די פרויען. זאפרין זאגט אבער אז למעשה איז 60% פון זיין קלליענטעל פרויען, און דערפאר האט ער מסביר געווען פאר די בעלי מכשירים אז ער קעו נישט אויפזאגן די פרויען. צום סוף האבן זיי זיך געגליכן אויף טוישן שיפטס, אזוי אז ליל שיש זאלן זיך נישט געפונען דארט קיין פרויען.
די ארגאנעזאציע "זיי פריי איזראעל" האט גערופן צו באיאקאטירן דעם רעסטוראן און וועט האלטן א פראטעסט מארגן ליל שיש ביינאכט.