פון די לעצטיגע זינגערס זענען דא 3 וועמען קוקן מיר אויס צו זיין "זינגערס"... איך מאך חלילה נישט אוועק קיינעם, איך זאג סתם אלץ מיין פערזענליכע געשמאק, ועל טעם וריח...).
1. בערי וועבער (האט אלס געקענט זינגען, איך דענק ווען ער האט אנגעהויבן צו זינגען נאך פאר ער איז געווען פאפולער און איך האב גלייך גע'טענה'ט אז ער יכול'ט און מען ברויך אים ארייננעמען אינעם רינג). 2. יומי לעווי (דענק איך אויך ווען ער פלעגט זינגען בעפאר ער איז נתפרסם געווארן, און איך בין געגאנגען ניסלעך פאר אים, עספעשאלי נאך זיינע נוסחאות און חזנות תנועה'לעך). 3. לוי פאלקאוויטש (האבעך טאקע נישט די זכי' געהאט צו קענען לפני פאפיולער'יתו, אבער קוקט דאך אויס צו פארשטיין אסאך מער ווי סתם א צווייטער זינגער).
If you smile when no one else is around, you really mean it
יאנקל האט געשריבן:אין אידישע אוצרות האט אברהם פריעד פארפולקאמט די ניגונים פון יום-טוב עהרליך צו פערפעקטע מייסטערווערק. די ניגונים פאר זיך זענען דאך הערליכע, ווארעמהארציגע רוסישע פאלקס-ניגונים, עהרליך האט צוגעשטעלט זיינע מייסטערהאפטיגע גראמען, האט זיך נאך אויסגעפעלט אז די ניגונים זאלן גוט געזינגען ווערן, אז אז די מוזיק זאל זיין כדבעי. אברהם פריעד האט צוגעענדיגט דעם דזשאב מיט זיינע געבענטשטע נגינה-טאלאנטן, און ירון גערשאווסקי מיט זיין מוזיק האט צוגעלייגט דעם לעצטן דיאמאנט צו דעם הערליכן קרוין.
איך גראדע אלטס דער חלק הזינגען גלייך איך בעסער יו״ט ערליך, ער זינגט עפעס אויסנאם גוט מיט א גאר זיסע און געשמאקע שטימע.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
עס איז טאקע "מרה" צו הערן פון א זינגער לייוו ווייט פון וואס ער זינגט אויפן טעיפ, אבער איך האב זיך בעיקר באצויגן כלפי זיין זינגען אינעם טעיפ זעלבסט וואס דארט קען עס שוין מיטגיין.
פון די נייע זינגערס זענען לדעתי דערווייל די ריכטיגע געלונגענע זינגערס (יעדער מיט זיין געשמאק פארשטייט זיך): יומי לעווי, שלמי דסקל, שלמי גרעטנער, יוני שלמה, און אפשר אויך יואלי גרינפלד און יואלי פאלקאוויטש. און אפשר האב איך פארגעסן פון נאך איינער צוויי ריכטיגע געלונגענע זינגערס.