די נייע עפפ פון עפל - Maps, איז געווען א גרויסער דורכפאל פאר עפל, וויבאלד זיי האבן ארויסגענומען פון די אייפאונס און אייפעדס די אמאליגע עפפ פון גוגל מעפס וואס האט געגעבן פיל בעסערע דירעקציעס און האט פיל מער פארגעשריטענע מאפעס. ווי שוין באריכטעט דא אין קאווע שטיבל האט טים קוק, דער סי. אי. או. פון עפל אין א זעלטענע שריט מודה געווען אז עפל מאפעס טויג נישט, און האט זיך אנטשולדיגט פאר די מיליאנען עפל קאסטומערס.
אבער אזוי שא-שטיל, ווען קיינער באמערקט נישט, לייגט עפל אריין גרויסע כוחות אין זייערע מאפעס און צוביסלעך ווערט עס פארגעשריטן.
צום ביישפיל, איינע פון די זאכן וואס מ'האט זייער חוזק געמאכט איז געווען וויאזוי בריקן זעען אויס אין די 3D פארמאט. פאלגנד איז וויאזוי די וויליאמסבורג בריק האט אויסגעקוקט ווען עפל מאפעס איז געלאונטשט געווארן:
אבער דאס איז וויאזוי וויליאמסבורג בריק קוקט יעצט אויס:
די 3D פיטשור איז זייער אינטערעסאנט, און איז אנפאנג געווען עוועיליבל נאר אין גאר גרויסע שטעט, ווי מאנהעטן און לאס אנדזשעלעס. יעצט איז טרי-די שוין אוועיליבל אין פילע אנדערע שטעט, אריינגערעכט וויליאמסבורג און בארא פארק! פליט אריבער צו אייער הויז און זייט עס בודק פון אלע זייטן!
Apple Maps מאכט ערנסטע פארשריט!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 289
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 9:12 am
- האט שוין געלייקט: 203 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 297 מאל
דער אשכול פארמאגט 4 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן