קוגל האט געשריבן:הלואי עס איז אזוי גרינג ווי לדו לייגסט עס דא אראפ, אין פאקט זענען רוב מענשטן ברוחניות אסאך מער מיואש ווי אין גשמיות, מען האט ארויפגעווארפן אויף אונז כמעט אוממעגליכע צילן, וויל למשל מעשיות פון צדיקים וואס נאך ביי די פיר יאר האבן זיי געקענט ש"ס און פוסקים, און גדולים וואס זענען געפלויגן אין די לופטן און יעדע חומרא/מנהג וואס איז נאר דא פון ספרים און מיט אזא ערנסטקייט.
למעשה מוז מען האבן א ציל אין די אנדערע זאכן אויך אונז זענען נישט קיין מלאכים און נישט קיין צצדיקים פון פריערדיגע דור.
קודם כל האט דאך דער רבי געזאגט זייט אייך ניט מייאש! קיין יאוש איז גאר ניט פארהאנדין!
צווייטנס, א מעשה פון א צדיק מיינט נאכנישט אז מען ווארפט דאס ארויף אויף אונז, מיר דארפן טון אונזערס, לויט די מעגליכקייטן.
דאס מאכן יעדע חומרא\מנהג אזוי גרויס, מאכט אז די חיובי התורה ווערן אפגעשוואכט, און ביליג. (נע, וואס איז עס שוין ווערד)
א איד דארף האבן א ציל און תכלית פארוואס ער איז דא אויף דער וועלט אבער ווי פארשטייט זיך דארף עס זיין באופן אז עס איז אין אונזערע מעגליכקייטן\אמצעים ווי אלע הייליגע ספרים זאגן שוין. ואכמ"ל
און ניין, איך קען נישט יעצט אויפזיין טויזנט נעכט אדער לערנען טאג און נאכט, אבער כ'קען יא אהיימגיין עסן סאפער מיט די ב"ב (א מצוה) מאכן ברכות ערליך, גיין צום שיעור, שמייכלן צו א אנגעזעצטע חבר (א גרויסע מצוה) דאווענען מעריב און לייענען קרי"ש ערליך לויט מיין יעצטיגע דרגא, און זיך לייגן באצייטנס כדאי צו לערנען דעם צופרי שיעור א.א.וו.
איז דאס נישט קיין ציל?
פירן א ערליך אויסגעהאלטענעם לעבן איז נישט א ציל?
אין הימל ווערט געקאונט יעדע עשי' טובה, יעדע דבר טוב, יעדע קרעכטץ און גוט ווארט פאר א צווייטן איד, אפילו ביזט נישט דער גרעסטער עסקן, און אפילו מען וועט דיר נישט געבן א 'פלעג' מיט גרויס פאמפע דראמפע, קיינער אנערקענט דיך נישט, קוים ווייסט מען...
יעדע מאל דו ווילסט זיין ערליך, דו האלטסט זיך אפ פון עפעס, קיינער ווייסט אפילו נישט... אבער דיין ציל האסטו שוין דערגרייכט! נישט, וועסט אמאל אנקומען. נאר דו האסט עס געמאכט!
chaims האט געשריבן:עס איז נישט דא קיין ציהל אין לעבן!
זייט איך בין געקומען צו דעם דאזיגען אנערקענונג פרוביר איך אויס צונוצען יעדע מינוט אין לעבן און איך בין נישט פארנומען מיטן ציהל
חיים, א מענטש מוז האבן א ציל, אזוי ווי אין ביזנעס, ווי וויל איך אנקומען און וואס וויל איך דא טון.
כאטש כ'קען פארשטיי די געדאנק, אז מ'איז פארנימען מיטן ציל און אינצווישן טוט מען גארנישט, אבער א איד האט א ציל און מוז וויסן אז ער לעבט פאר עפעס, אז נישט פארלירט מען דעם טעם אין לעבן איינער פריער איינער שפעטער, אדער ער, אדער זיינע קינדער.