וויליאמסבורג. איר היסטאריע און צוקונפט
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 41
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 1:05 am
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל
וויליאמסבורג. איר היסטאריע און צוקונפט
די נייעס דא אין שטיבל איז זייער פיל מיט וויליאמסבורגע סחורה. עס איז א שטאט וואס לאזט נישט נאך א טאג אן זיין אויף די העדליינס. איז דאך פאסיג מען זאל פון איר זעלבסט ארומרעדן און באשרייבן וואס עס טראגט אלס מיט זיך, און וואס עס זעט אויס וועט דערמיט ווערן.
ווען מען רעדט פון די היסטאריע קען מען דאך אנברענגען פארשידענע זאכן בנוגע דעם, און עס האט באמת א גאר רייכע און אינטערעסאנטע פארגאנגענהייט, אבער איך האב איך צוגלייגט אז איך וויל דא ארומרעדן פון איר צוקונפט, און זאלן די מוחות פאנטאזירן איבער וואס עס קען אלץ פאסירן פאר דעם היבש פילפארביגע שטאט.
פארשטייט זיך אז ווענד זיך וועם איר פרעגט. פארשידענע וועלן אנווייזן אז דאס איז די ריינע שטאט און אזא וואס די גדולי ישראל אין אלע צייטן האבן געזען אז דאס איז א שטאט וואס איז די בעסטע צו וואוינען אין איר. מען איז דא עומד בפרץ און מען לאזט נישט צו קיין זאכן וואס זענען נגד התורה און מען רייסט אויס פילע איבלען וואס זענען אין אנדערע געגנטן שטארק פארשפרייט.
פון די אנדערע זייט זענען דא וואס טענה'ן אז ווער האט דיר איינגערעדט אז די זאכן וואס מען וויל ארויסרייסן פון דעם שטאט איז טאקע נגד ה' ותורתו? און די וועג ווי מען גייט צו דערצו איז דאך נישט דער תורה'דיגע וועג, וואס זאגט דרכיה דרכי נועם, און דער פסוק ענדיגט צו וכל נתיבותה שלום, און ווי איז נאך געווען אזא מחלוקת שטאט ווי וויליאמסבורג?
דאס זענען בערך די מיינונגען וואס מען קען זיך אנהערן ווען מען רעדט פון דעם טייל אין ברוקלין.
אבער איך וויל נישט כאפן און אנהייבן מיט די ביאגראפיע פונעם שטאט זעלבסט נאך פאר אידן זענען בכלל אהערגעקומען.
אויף דערווייל איז דאס גענוג, און לאמיר געבן א קוק וואס טוט זיך אין אנדערע אשכולות און איך געב רשות פאר יעדן וואס וויל עפעס צושטעלן דא אז מען קען מיר אויסכאפן...

- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
Re: וויליאמסבורג. איר היסטאריע און צוקונפט
וויליאמסבורג א מחי' דא .....
ביים קלויזענברגען הייסע טרערען,
טיפע קרעכצען ביי דעם סקווירא'ן,
און די סטאלענע מיט געשרייען,
און סאטמאר האט מען נאכנישט אנגעפאנגען,
ערשט איז מען אין מקוה געגאנגען,
און ביי די וויזניצ'ע טרינקט מען שוין לחיים...
אוי וויליאמסבורג! מיין הארץ בענקט צו אזא וויליאמסבורג... הגם איך בין שוין פונעם יונגען גענעראציע וואס האט בכלל נישט זוכה געווען צו קענען אזא וויליאמסבורג, דאך איז זי מלא כסופים...
כ'מיין דער ניגון איז דער בעסטער שטיקעל היסטאריע אריינגעקוועטשט אין די עטליכע שירות פון גראמען -פארפאסט דורך הרה"ח ר' יו"ט ערליך- אויב איינער וויל וויסען ווי אזוי אלט וומסב"ג (אלט אין צייט, נישט אלט אין פלאץ) האט אויסגעקוקט, און וואס זי איז היינט, נעמט אייך די פאר שורות גראמען אין שפאצירט ארום ניי וומסב"ג דערמיט (אזוי וואו פריער, מיין איך דא ניי אין צייט), גלייבט'ס מיר איר וועט איר פאר קיין געלט נישט געפונען...
בלויז פארען זינגען דעם ניגון אין וומסב"ג קענט איר פארשטיינערט ווערען...
יא יא וויליאמסבורג, הלוואי ווען מ'קען דיין אלטען גלאנץ צירוק ברענגען...
אבער ווער נישט צובראכען און געפאלען ביי דיר, ווייל סוכ"ס ביזטו נאך פון די שענסטע וואס איז דא, עס האט מיר סך הכל אנגעכאפט א בענקשאפט צו א וויליאמסבורג וואס איך האב קיינמאל נישט געקענט...

ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
Re: וויליאמסבורג. איר היסטאריע און צוקונפט
וויליאמסבורג אין איר גלאררייכע תקופה וועט קיינמאל נישט צוריקקערן. ווער געדענקט נאך ווען אגודת ישראל האט געהאט זייער שיינעם שול אויף בעדפארד, ווען צעהלים האט נאך אפערירט זייער נשים מקוה, ווען תורה ודעת איז נאך געווען אין וויליאמסבורג.
מען פארציילט: א איד האט אנגעטראפן סאטמארער רב זצ"ל ווען ער איז ארויס זיין ערשטע שבת אין וויליאמסבורג מיט א שטריימל אויף די גאס, האט דער איד זיך אנגערופן "סאטמערער רב, איר מאכט אונז קאליע אמעריקע!". האט סאטמערער רב געענטפערט: "איך האב עס נאכנישט קאליע געמאכט, אבער איך וועל עס נאך קאליע מאכן". לא ארכו ימים ונתקיים הבטחתו של אותו צדיק.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יידל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- chasid
- ידיד השטיבל
- הודעות: 244
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
- האט שוין געלייקט: 146 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
Re: וויליאמסבורג. איר היסטאריע און צוקונפט
יידל האט געשריבן:מען פארציילט: א איד האט אנגעטראפן סאטמארער רב זצ"ל ווען ער איז ארויס זיין ערשטע שבת אין וויליאמסבורג מיט א שטריימל אויף די גאס, האט דער איד זיך אנגערופן "סאטמערער רב, איר מאכט אונז קאליע אמעריקע!". האט סאטמערער רב געענטפערט: "איך האב עס נאכנישט קאליע געמאכט, אבער איך וועל עס נאך קאליע מאכן". לא ארכו ימים ונתקיימו הבטחתו של אותו צדיק.
דמים תרתי משמע...
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 247
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2012 3:23 pm
- האט שוין געלייקט: 48 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל
Re: וויליאמסבורג. איר היסטאריע און צוקונפט
עס איז כדי צוכאפען אמאל א שמועס מיט איינער פון די זקני חסידי מלאכים ווי צום ביישפיל ר' זאנוויל גערטנער'ס ע"ה קינדער אדער ר' משה וועבערמאן נ"י וכדו' זיי זענען ווילאמסבורגער געבוירענער און האבן אסאך צו דערציילען
http://amzn.to/1SLdXKv
ווען איר קויפט אויף עמעזאן דריקט די לינק אויבען און איינוועגס העלפט ארויס א משפחה פון קינדער
ווען איר קויפט אויף עמעזאן דריקט די לינק אויבען און איינוועגס העלפט ארויס א משפחה פון קינדער
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
Re: וויליאמסבורג. איר היסטאריע און צוקונפט
יידל האט געשריבן:מען פארציילט: א איד האט אנגעטראפן סאטמארער רב זצ"ל ווען ער איז ארויס זיין ערשטע שבת אין וויליאמסבורג מיט א שטריימל אויף די גאס, האט דער איד זיך אנגערופן "סאטמערער רב, איר מאכט אונז קאליע אמעריקע!". האט סאטמערער רב געענטפערט: "איך האב עס נאכנישט קאליע געמאכט, אבער איך וועל עס נאך קאליע מאכן". לא ארכו ימים ונתקיים הבטחתו של אותו צדיק.
wowoowo
אזא אויפטו?
שטעלט דיך פאר מיר וואלטן קיין שטריימעל נישט געגאנגען?
רחמנא לישבזן ולא יעלה על הדעת חללללללללללללללילה
Under influence
וויליאמסבורג איז א אידישע שטאט ווי די מאיאריטעט ווערט געפירט ביי די נאז פון א קליינע גרופע סיקריקיס וואס שטעלן דעם טאן. א שטאט ווי נישט ווייניגער יונגעלייט קוקן מואוויס, האבן אומגעפילטערטע אינטערנעט, אדער קוקן אויף ווייבער ווי אין בארא פארק-פלעטבוש, אבער ווייניגער יונגעלייט גייען אן הוט און רעקל.
וויליאמסבורג איז א שטאט (אפשר ירושלים אויך אין געוויסע בחינה) וואס קאכט און לעבט מיט מערכות וואס גייט קיינעם נישט עכט אן, א רויך אן פייער.
ווילימסבורג איז א שטאט ווי איינער קען אנפירקלען די גאנצע שטאט מיט ספרעי פעינט וואס רעגט אויף די גאנצע שטאט אבער קיינער וועט אים נישט אפשטעלן.
וויליאמסבורג איז די שטאט ווי עס איז די גרעסטע דיפערענץ צווישן מענטשן וואס טראגן מיט די עירוב אין טאש אדער בגלוי..
וויליאמסבורג, וועקט אייך אויף!

- שלמה המלך
- ידיד ותיק
- הודעות: 802
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל
אוויא געברענגט אויווען די נאסטלאגיע וואס אונזער ר' יונטעל האט אריינגעלייגט אינעם ניגון וויליאמסבורג.... אבער עס גיט א שטיקל בילד וויזוי ס'האט אמאל אויסגעקוקט, און 'זיין' בליק דערויף אלץ סטאלינער חסיד און זיך מפרנס פון זיין א שפילער אויף א קארדיען ביי שמחות (וואס מ'איז נאך געזעצן בימים ההם ביי די לעידיס.. און ער מיט פארמאכטע אויגן)
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
מייקעל סעוועדזש זאגט אז אין זיינע צייטן -60 יאר צוריק- פלעגט וויליאמסבורג שטינקען.
http://youtu.be/LovojR3znVg?t=14m40s
http://youtu.be/LovojR3znVg?t=14m40s
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 184
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:51 am
- האט שוין געלייקט: 145 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל
יעדע שטאט האט טאקע די אייגענע מעלות און חסרונות, אבער ווי די וועלט זאגט "א גאסט אויף א ווייל זעט א מייל", געסט פון די גאנצע וועלט זאגען אז מ'זעט נישט אזא שטאט אין די גאנצע וועלט, נאר פרומע אידען, ס'איז א מורא'דיגע חן, (חוץ פאר די וואס דער זאך קרענקט זיי נעבעך..) און אין וויליאמסבורג איז נישט דא די זעלבע צאל אומגעפילטערטע אינטערנעט ווי די אנדערע שטעט וואס דו האסט אנגעכאפט, אבסאלוטלי נישט! (איך ווייס ניט אין וועלכע ביהמ"ד דו דרייסט זיך און מיט וועמען דו טרעפסט זיך, אבער די שטאט אין זשענערעל, איז פיל ריינער אין די אלע זאכען ווי די אנדערע שטעט), אין ווילי זעט מען מער אינגעלייט מיט אראפגעבויגענע קעפ אויף די גאס און אין געשעפטען, די בתי מדרשים קוקען אויך אוס אנדערש, פארפאלען, ס'איז א היימישערע פרומערע שטאט.. דו פאקטא..
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
אויב איז די מעלה פון ווילאמסבורג אז עס איז א היימישע פרומע שטאט (געגנט), דאן דארף מען אודאי דערמאנען די צוויי קאנאדישע שטעטלאך קרית טאהש און אודאי און אודאי קרית רימאנאוו דלב טהור אין סענטאגעט וועלעכע זענען ביידע פיל פרומער און ריינער פון ווילאמסבורג (איך פארגלייך נישט די ביידע שטעטלאך, אבער הצד השוה אז אין פרומקייט זענען זיי מער ווי אין וויליאמסבורג).
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 2
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 9:06 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
שלום עליכם טייערע אידן.
איך דארף ארויסברענגען מיין פרייד צו זען אז ענדליך איז ארויסגעוואקסן אזא שיין אידיש פלאץ וואס גייט שוין אן א לענגערע צייט, וואו ערליכע אידן קענען זיך צונויפקומען און אויסשמועסן מיט א רואיגקייט און געשמאק, ברודערליך און פריינטליך אין דעם היימישן אידישן שפראך, אן דעם וואס מען זאל דארפן ציטערן אז עס וועט געמעקט ווערן, און דערמיט וועט הארעוואניע פון שעות ארבעט אפגעווישט ווערן.
איך בין נישט קיין נייער אינעם אידישן אינטערנעט מארק, און פלעג אסאך שרייבן אמאל, אבער נאכן איינזען אז די היימישע זייטלעך אויפן פרייען אינטערנעט איז איינגעצוימט געווארן, האב איך זיך דערפון אפגעשאקלט, אבער דאך לייען איך וואס מען שרייבט דא און דארט.
זיך דרייענדיג דא, האב איך געטראפן אסאך נושאים וואס מען האט שוין דורכגעשמועסט, אויסגעאקערט, און פעטש זענען געפלויגן אויף אלע זייטן, בימים ההם, אין די ערשטע צייטן פון דעם אידישן אינטערנעט, האב איך געקלערט אז אמאל איז א שאד די צייט איבערצוקייען די זעלבע וואס מען האט שוין דאן געגעסן, און צוגעבן א לינק צום נושא וועט העלפן פאר דעם פרישן דור פון אידישע שרייבער.
אט זע איך אז די נושא פון וויליאמסבורג איז אויפגעשווימען אהער, און יארן צוריק האט מען דעם נושא אויסגערעדט לארכה ולרחבה, און עס איז אינטערעסאנט צו הערן וואס די דעמאלטדיגע קאנאנען האבן דאן אנגעדרייט.