גערעכט איז גערעכט!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

גערעכט איז גערעכט!

שליחה דורך משה געציל »

פאלגענד איז א שמועס וואס איך האב אינטערגעהערט צווישן צוויי אידן. זרח- א אינגערמאן אין די פערציגערס וואס איז געווענדליך זייער גוט אויסגעקאכט אין די נייעס. דוד- אומגעפער זעכציג, האט א שטארקע מיינונג אויף א יעדע נושא און איז אייביג גערעכט.

שבת אינדערפרי אין מקוה

זרח: דוד! האסט געהערט אז עס קומט א שטורעם?
דוד: ניין, וואס הייסט? ווי האסטו געהערט?
זרח: זאג מיר נישט האסט גארנישט געהערט... שוין זייט מיטוואך זענען זיי פארנומען דערמיט.
דוד: ווער איז דאס זיי?
זרח: די מידיא, די צייטונגן, (די קאר...), ווער נישט? די אלע וואס פארשטיין אביסעל צום וועטער סיסטעם זאגן אז עס קומט אזאנס וואס די שטאט האט נאך קיינמאל בעפאר נישט געזען!
דוד: טוה מיר א טובה... די חברה זיכען וואס צו רעדן זיי האקן סתם אין קאפ אריין...
זרח: יא דוד אייביג קומסטו מיט די תורות... וואס זאל איך דיר זאגן... הלוואי זאלסטו זיין גערעכט...

זונטאג אינדערפרי

זרח: נא דוד, מיינסט נאך אלטס אז עס איז חלומות?
דוד: פארוואס מיינסטו אז יעצט מיין איך שוין אז עס איז ערענסט?
זרח: וואס הייסט אפילו דער קאלמעבאסער רעדט שוין דערפון!
דוד: אויך מיר א נייער משוגעת אין מיינע צייטן איז נישט געווען קיין -וואו אזוי רופסטו עס נאר?- קאמעבאסער... מען האט קיינמאל נישט געוואוסט פון די שטורעמעס, זייטשעט אזוי גוט זאג פאר דעם קאלמעבסערן אז ער ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט זיך...

זונטאג נאכט נאך מעריב

זרח: נא דוד וואזשעט זאגסטו יעצט? שפירסט די ווינטען וואס באזשעוונען אינדרויסן?
דוד: זאג נאר יונגערמאנטשיק ווען ביסטו געבוירן? דאס טייטשט ווינטען? שוין! היינטיגע יונגעלייט... פון אביסל פרישע לופט ווערן זיי אויך אינגאנצען פארלוירן!
זרח: אנטשולדיגט׳ס ר׳ דודעניא זיסער, אבער די ווייסט אז זיי זאגן אז די ווינטען אינדרויסן פארן מיט א שנעלקייט פון קנאפע דרייסיג מייל א שעה?
דוד: איך האב דיר שוין געזאגט איינמאל און איך וויל נישט איבער חזר׳ן מיינע ווערטער א יעדע פינף מינוט, זיי האבן ליב צו מאכן א בראטעל פון יעדע נארישקייט, דארפסט פארשטיין ווען עס איז נישט דא קיין נייעס האבן זיי נישט פון וואס צו רעדן, און ווען זיי האבן נישט פון וואס צו רעדן מאכן זיי נישט קיין געלט...
זרח: אוי דוד... וואס זאל איך דיר זאגן הלוואי זאלסטו זיין טויזענט פראצענט גערעכט (אזוי ווי אלעמאל)...

מאנטאג נאכט

שא שטיל אין ביהמ״ד קוים א מנין מעריב...

דינסטאג אינדערפרי

זרח: זעט אויס דוד אז דאס איינמאל פאר א טויש, זענען דיינע זיסע פראדיקציעס צערינען ווי א זייפן בלאז...
דוד: וואס הייסט? וואס איז געווען?
זרח: זאג מיר נישט אז דו מיינסט עס ערנסט! אויף דיין בלאק אליינט׳ס האב איך היינט אפגעציילט לכה״פ דריי אויסגעריסענע ביימער...
דוד: נו... זיי ממשיך...
זרח: דו דארפסט נאך א המשך??? דאס אליינט׳ס איז נישט גענוג?!
דוד: שוין... ס׳איז מיר גוט אפאר ביימער זענען אראפגעפאלן און ער ווערט מיר אינגאנצן אויס מענטש... (מ״ג: בערך אזוי אויס מענטש ווי דו ביזט געווארן ווען א קליינטשיגער שטערן איז דיר אראפגעפאלן סוכות פונעם ווינט...)
זרח: ווייסט וואס? קום אהער איין מינוט -איך האב דיר לכתחלה עס נישט געוואלט ווייזען ווייל איך האב דיר נישט געוואלט אזוי שטארק אנטוישן- כאפ א בליק דא אויף מיין טעלעפאן... קענסט דעם בעטערי טאננעל???... קוק דעם בילד...פארפלייצט ביז אויבן! זעסט דא אין לאנג איילענד? דאס איז אמאל געווען א שיין הייזקעלע? דער גאנצער דאך איז אראפ!!!...
דוד: דו האסט געכאפט דעם בילד?
זרח: ביזט אינגאנצען פון קאפ געפאלן?! מען קען דאך ניטאמאל אנקומען אהין! א שטיק וואסער אלעס!!!
דוד: ווער דען האט דאס געכאפט?
זרח: וואס הייסט די מידיא! זיין ברענגן כסדר פרישע בילדער.
דוד: ווייטער מיט דיין מידיא! איך האב דיר שוין געזאגט דעם מידיא קען מען אויף גארנישט גלייבן! וואס ווילסטו? שוין א וואך צייט וואס זיי זענען פארנומען אנשרעקן דעם מענטשהייט זאלן זיי פלוצלינג ארויס קומען און אנערקענען אין די עפענטליכקייט אז עס גארנישט געווען? די אלע בילדער זענען שוין געמאכט געווארן בעפאר און זענען פאלטשע מעשה׳ס! ווי אזוי קענען זיי בכלל צו קומען דארט? האסט דאך אליינט׳ס געזאגט אז מען קען דאך נישט צוקומען פאר קיין געלט! הא?
זרח: ווייסט וואס איך וועל דיר זאגן ר׳ דוד? איר זענט הונדרעט פראצענט גערעכט... האטס מיר און זייטס מיר! פארשטאנען?!
עד כאן תוכן השמועס...

נאך דעם שמועס האב איך שוין אנגעפאנגן טראכטן ערנסט צו אפשר איז אונזער פראפעסאר יא גערעכט...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

סע גוט... אין וועכע מקוה גייסטע...

:לאךהויך:
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

מ'קען דא זעהן "דוד", קוק ביי 0:21
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
קליגער איד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 12:55 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך קליגער איד »

ביסט מעכטיג משה געיציל
אויב האט קיינער נישט קיין טענות אויף דיר, דאן געפינסטו זיך אין א בית הקברות!
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איך האלט מיט ר' דוד.
נישט אלעס וואס שטייט אין צייטונג דארף מען גלייבן. און די זעלבע וויסנשאפטליכער וואס זאגן אז סגעווען א הרויקעין זאגן אויך אז סדא דייניסארס אן די וועלט איז ביליאנען יאר אלט און אז מציצה בפה איז א סכנה, מן הסתם איז די גאנצע זאך געווען א בלבול צו קענען אויסלעשן פאר ערליכע יודען די לעקטער אפאר טעג מזאל נישט קענען דאווענען מעריב מיט מנין.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

און די אלע בילדער וואס סאיז דא, איז דא קלארע ראיות אז דאס אלס איז געפעלשט. נאך בשעתן אנגעבליכן שטורעם האבן זיך געדרייט בילדערוואס די מפרסמים האבן שוין דעמאלטס מודה געווען אז סאיז לא היה ולא נברא, איז וואס זאל מען יעצט גלייבען וואס זיי פארציילען?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

זר זהב האט געשריבן:סע גוט... אין וועכע מקוה גייסטע...

:לאךהויך:

וואו מען קראצט זיך די פיס... נא גא פיגער...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

לעיקוואד האט געשריבן:און די אלע בילדער וואס סאיז דא, איז דא קלארע ראיות אז דאס אלס איז געפעלשט. נאך בשעתן אנגעבליכן שטורעם האבן זיך געדרייט בילדערוואס די מפרסמים האבן שוין דעמאלטס מודה געווען אז סאיז לא היה ולא נברא, איז וואס זאל מען יעצט גלייבען וואס זיי פארציילען?

דא האט אונזער ראשעקאל זאל וואקסן גרויס (פאר דעם האט ער דאך אויסגעקליבן דעם נאמען, ניין?), אויך צו געברענגט א בילד וואס די איראנע פרעסע האט אראפ געברענגט וואס האט גארנישט מיטן האריקען צו טאן.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
פארשפארט