לויט די כללי היודיש וואלט זיך מער געפאסט צו שרייבן אינטער און נישט אונטער. למשל, 'אונטערן' בריק דרייט זיך א קעצל. וואלט נישט ענדערש געפאסט אינטערן בריק, ווייל די קעצל איז אינטער עפעס.
מ'זעהט אז געוויסע שרייבערס שרייבן מיט א 'וואו' און אנדערע שרייבן מיט א 'יוד'. די ריכטיגע שרייבערס ניצן די 'וואו' מיין שאלה איז פארוואס.
אונטער - אינטער - ארונטער
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
Re: אונטער - אינטער - ארונטער
"אונטער" איז דער ענגלישער UNDER. דעריבער זאגט מען "אונטער'ן באנק" און "אונטער'ן וואסער", פונקט ווי מען שרייבט "אונטן" און נישט "אינטן", ריכטיג?
"אינטער" איז אבער בכלל נישט "הינטערשטעליג" (פון א באזונדערע ווארט "הינטער" וואס מיינט BEHIND, ווי "הינטערוויילעכץ") און איז אויך א ווארט וואס ווערט גענוצט אלס דעם ענגלישן INTER, ווי "אינטערנאציאנאל", "אינטערקאנטינענטעל" און טאקע דאהי אינעם "אינטערנעט".

(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
Re: אונטער - אינטער - ארונטער
ווידער "ארונטער" מיינט עפעס ווי "ארונטערגעקראכן", אדער א קלארערן ביישפיל, "ער האט אים געגעבן איינס פון ארונטער".
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 310
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 10:22 pm
- האט שוין געלייקט: 24 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל
Re: אונטער - אינטער - ארונטער
ווי געזאגט, איך ווייס ווען מען ניצט וואס. מיין שאלה איז נאר פארוואס טאקע? אויב לויטעט די כלל אז 'און' שטייט פאר דבר ושתפו. און 'אין' שטייט פאר עפעס וואס ליגט אין א חפץ. דאן איז אונטער ווען עפעס ליגט אונטער עפעס וואלט מען געדארפט שרייבן 'אינטער'. נישט אזוי?
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
Re: אונטער - אינטער - ארונטער
ברוין האט געשריבן:ווי געזאגט, איך ווייס ווען מען ניצט וואס. מיין שאלה איז נאר פארוואס טאקע? אויב לויטעט די כלל אז 'און' שטייט פאר דבר ושתפו. און 'אין' שטייט פאר עפעס וואס ליגט אין א חפץ. דאן איז אונטער ווען עפעס ליגט אונטער עפעס וואלט מען געדארפט שרייבן 'אינטער'. נישט אזוי?
ווער זאגט אז "אונטער" האט עפעס מיט "און"? אדער אז "אינטער" האט עפעס מיט "אין".
בכלל, פון דיין שאלה האט אויסגעקוקט ווי דו פארשטייסט אז מען שרייבט אדער אונטער מיט א ו' אדער מיט א י'. אבער אויב יעצט ווייסטו שוין אז ביידע זענען ריכטיג, נאר זיי זענען אנדערע ווערטער, איז דאך נישט אזוי שווער, ווייל דער "אינטער" איז פשוט ווי דעם INTER, און מען דארף נישט פארשן יעצט אויב יענער INTER קומט פון IN (אפילו מיט א תורה קען עס דא אביסל שטימען ווייל דער "אינטער" איז געווענליכע א "קאנעקטער", סאו קען עס אפשר האבן עפעס במקור מיט "IN")
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu