א מעשה פאר שבת

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

א מעשה פאר שבת

שליחה דורך שמואל הלוי »

דא אין דעם אשכול וועלן די חשוב'ע חברים קענען ארויפשטעלן שיינע סיפורים צו פארציילן ביים שבת טיש פאר די קינדערלעך, און איך וועל טאקע זיין דער מתחיל.

אין די שטאט מעזשיבוזש האט געוואוינט א איד מיטן נאמען ר' פייבוש וואס איז געווען זייער פארדארבען מיט שלעכטע מעשים אן א שיעור...

ער האט געהאט עטליכע טעכטער חתונה צו מאכן אבער קיינער האט זיך נישט געוואלט משדך זיין מיט אים ווייל זיינע מעשים האבן גע'שם'ט אין די גאנצע שטאט אויך ארום די שטאט (כאטש ער האט אסאך געלט געהאט פון זיינע מעשים).

נו וואס טוט מען, האט ער זיך אויסגעקלערט איין עצה – ער האט גענומען א קלוגן מענטש און אים צוגעזאגט גוט צובאצאהלן ער זאל פארן ווייט פון מעזשיבוזש ווי מען ווייסט נישט פון זיינע שלעכטע מעשים און זאל אים אויסוועהלן א בחור טוב מיט אלע מעלות און ער זאל מיט שכל אלעס ערלעדיגן און דערצו האט ער עם מיטגעגעבן איין שיינע סכום געלט.

דער שליח (שדכן) איז געפארן ווייט אוועק און האט טאקע געטראפן איין פיינעם בחור מיט אסאך מעלות; תורה, יר"ש, חכמה, און א שיינער.

בקיצור ער האט אנגעטראגען דעם שידוך און ער האט זיי געזאגט זיי מוזן זיך נישט מטריח זיין ביז מעזשיבוזש נאר פארקערט זיי וועלן קומען אהער, דען ר"פ איז איין עושר, און אזוי איז געווארען דער שידוך – אויך די חתונה האט ער ערלעדיגט עס זאל נישט זיין דארט ווי מען קען ר"פ'ן.

נאך די חתונה האט זיך דער יונגערמאן באזעצט אין מעזשיבוזש, און ווי מענטשן האבען זיך מיט דעם יונגערמאן באקאנט געמאכט און מען האט אים געפרעגט ווער ער איז און וואס טוט ער דא, און ער האט געזאגט דאס ער איז געווארן ר"פ'ן'ס איידעם, האבן אים די מענטשען אויפגעקלערט ווי ער איז נעבעך אריינגעפאלן, און ער האט זיך שפעטער אליין אויך איבערצייגט...

האט ער געזאגט פאר זיין ווייב אזוי ווי איך האב געהערט די אלע זאכן פון דיין טאטן, אבער דו ביזט דאך נישט שולדיג אין דעם און דו ביזט דאך איין אשה יראת ד', אויב דו ביזט מסכים נישט צו האבען קיין שייכות מיט דיין טאטן קענען מיר ווייטער וואוינען צוזאמען.

זי האט דאס אלעס דורך געשמועסט מיט איר טאטן, האט ער געזאגט איך מיין דאך נאר ענקער טובה ע"כ בין איך מסכים צום תנאי.

וכמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה, אזוי האט זיך אפגעשפילט מיט אלע טעכטער זיינע, ביז ער האט זיי אלע חתונה געמאכט.

דער ר"פ האט זיך מיישב געווען אין די עלטערע יארען וואס וועט זיין מיט איהם נישט די וועלט [האט ער נישט] ווייל אלע זיינע קינדער האבן זיך געשיידט פון אים - און יענע וועלט [האט ער] אויך נישט... וואס וועט זיין דער תכלית?

איז ער אוועק געגאנגען צום הייליגן בעש"ט זצ"ל און זיך מתוודה געווען מיטן גאנצן הארץ על כל חטאיו, האט אים דער בעש"ט געזאגט אויב דו ווילסט באמת תשובה טוהן, דאן זעץ זיך אריין אין ביהמ"ד [און דו זאלסט] נישט אהיים גיין, דא וועט מען דיר געבן צו עסן און טרינקען, איין תנאי ברויכסטו איינהאלטען, נישט צו בעטן קיינמאהל נישט צו עסן און טרינקען.

כך הוה, ער האט געוואוינט אין ביהמ"ד, געזאגט תהלים וכדומה, מיטן גאנצן הארץ, און דער הויז בחור האט אים געברענגט צו עסן און טרינקען יעדן טאג.

איינמאהל האט מען נישט געברענגט קיין פרישטאג, ר"פ האט אוודאי נישט געבעטן, און מיטאג האט מען אויך נישט געברענגט, און אויך נישט קיין נאכטמאהל, עס איז איהם שווער אנגעקומען, האט ער געקלערט מארגן וועט מען זיכער ברענגען עם צו עסן. אבער אויך מארגן האט מען אים נישט געברענגט, ער האט שוין קוים כח געהאט, אבער ער האט בשום אופן נישט געוואלט בעטן צו עסן אזוי איז אריבער אויך דער צווייטער טאג.

דעם דריטן טאג צופרי איז ער שוין געווען ממש אן א כוח, שפעט נאכמיטאג קומט אריין דער הויז בחור און ברענגט אריין ברויט, און זאגט אים אוי ר"פ איך האב אינגאנצן פארגעסן פון אייך, וואשט אייך און גייט עסן, און האט אים אהין געגעבן דעם טעלער מיט ברויט און גייט זיך ארויס.

נו ר"פ וויל זיך גיין וואשן צו ברויט אבער ער האט קוים געהאט כח צו גיין ביז צום אמפער וואסער שווער און ביטער ציטערדיג גייט ער צו, והנה עס איז נישט דא קיין וואסער דארט, האט ער גיקלערט צו עסן אנע וואשן עס איז דאך ממש פקו"נ, אבער ער האט זיך געשטארקט ניין איך וועל נישט עסן אומגעוואשן, איז ער געגאנגען צו דעם ברין, שווער שווער... אבער ליידער די ברין האט אויסגעטריקנט.

ער האט שוין געזען זיין טויט פאר זיך, בעסער געזאגט ער האט שוין נישט געזען מחמת זיין שוואכקייט, האט ער זיך מיישב געווען ער וועט גיין צו די מקוה דארט איז דאך זיכער דא וואסער, עס איז אים שוין טונקל געווען פאר זיינע אויגן פון שוואכקייט, קוים קוים שלעפט ער זיך צו די מקוה – והנה די מקוה איז אויך אויסגעטריקענט...

האט ער געזאגט הויעך רבוש"ע איך זע דאך שוין דאס מיין תשובה איז איך זאל שטארבן פון הונגער, איך וועל מיך יעצט אריינווארפן אין די מקוה און דאס זאל זיין מיין כפרת עוונות, שמע ישראל וכו'.

פלוצלינג כאפט אים אן דער בעש"ט מיט די חברייא – און זאגט אים ר"פ שוין נעמט אביסל ברוינפן מיט לעקעך אין מויל, און אייער תשובה איז אנגענומען אין הימל.

אין תולדות יעקב יוסף פרשת בא איז ער מרמז אביסל פון די מעשה פון ר' פייבוש, יעו"ש.
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

שמואל הלוי האט געשריבן:דא אין דעם אשכול וועלן די חשוב'ע חברים קענען ארויפשטעלן שיינע סיפורים צו פארציילן ביים שבת טיש פאר די קינדערלעך, און איך וועל טאקע זיין דער מתחיל.

יישר כח ר שמאול פארען עפענען די אשכול איך האב שוין לאנג געטראכט צו עפענען אזאנס אבער לא אתי לידי, יישר כח ענד קיפ איט אפ
קליגער איד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 12:55 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך קליגער איד »

איך מיין שוין צייט אויפצופרישן די אשכול איך זיך אסאך מאל שבת א גוטע מעשה צו דערציילן ביי מיר אידערהיים.. ווער עס האט א גוטע אינטרעסאנטע מעשה איז מכובד ארויפצושטעלן
אויב האט קיינער נישט קיין טענות אויף דיר, דאן געפינסטו זיך אין א בית הקברות!
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

דאס איז מער א מעשה פאר עלטערע קינדער.

דער חוזה פין לובלין פלעגט דאווענען שפעט שחרית,
אמאהל האט אים א מתנגד געפרעגט פארוואס ער דאווענט אזוי שפעט?
האט ער גענטפערט ווייל ער דארף גיין הכנות, און פאר ער ענדיגט זיך צוגרייטן קען ער נישט דאווענען.
זאגט דער מתנגד, איך פארשטיי אז מען דארף זיך צוגרייטען, אבער אויב די הכנות נעמען אזוי לאנג, פארוואס שטייט איר נישט אויף אין מיטען די נאכט, און ענדיגט די הכנות אזוי איר זאגט זיין גרייט תיכף ומיד צום זמן תפילה?

האט דער חוזה גענטפערט אז ער האט א קלארע ראי' אז סיז נישטא קיין חיוב צומאכען הכנות פאר די זמן המצוה קומט אהן.
די וואך שטייט אין די פרשה וישכם אברהם בבוקר ויבקע עצי עולה.
לכאורה זריזין מקדימין למצוות, פארדעם איז ער אויף געשטאנען פרי. אבער פארוואס ויבקע עצי עולה הערשט אינדערפרי? דאס האט ער דאך געקענט טוהן ביינאכט? אלא מאי, היות די חיוב פין די עקידה איז הערשט געוועהן אינדערפרי, ממילא אלע הכנות זענען הערשט אויך אינדערפרי.
פארדעם, האט דער חוזה אויסגעפירט, מאכט מען די הכנות ערשט אין זמן תפילה.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
קליגער איד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 12:55 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך קליגער איד »

א חבר א קצב

געווען מיט יארן צוריק א גרויסער תלמיד חכם, וואס איז אויך געווען א חסיד און א גרויסע עניו. געזעסן און געלרנט טאג און נאכט, און כמעט נישט געהאט קיין שייכות מיט עולם הזה ענינים. ווען עס פלעגט איהם שווער זיין אין לערנען א געוויסע זאך פלעגט ער כסדר מאכן א שאלת חלום, און על פי רוב פלעגט מען איהם פון הימל ענטפערן אויף אלע זיינע שאלות.

איינמאל האט ער מחליט געווען צו פרעגן אין הימל נעבן וועמען ער וועט זיצן אין עולם הבא לאחר מאה ועשרים שנה. דאס צו פרעגן האט ער געמוזט פאסטן פיהל תעניתים ביז ער זאל געענטפערט ווערן פון הימל אויף דעם. ביז ס'איז געקומען די ריכטיגע צייט, און מ'האט איהם געענטפערט פון הימל אין חלום אינמיטן נאכט, אז פלוני הקצב וועט זיצן נעבן איהם אין גן עדן.

ער שטייט אויף אינדערפריא אן געדענקט דעם חלום, און ווערט זייער באזארגט, ווי קען דאס זיין אז ער זאל זיצן נעבן א פשוט'ע קצב אין גן עדן, ער קען דאך דעם קצב פאר גאר א פשוט'ע מענטש. ער האט געטראכט אפשר איז גאר געווען א געוויסע טעות אין דעם ענטפער, האט ער ווידער געפראוועט געוויסע תעניתים און ווייטער אנגעפרעגט בשאלת חלום אין הימל ווער עס וועט זיין זיין חבר נעבן וועמען ער וועט זיצן אין גן עדן? האט מען איהם געענטפערט, מ'האט דאך דיר שוין געזאגט איינמאל אז פלוני הקצב וועט זיין דיין חבר און זיצן נעבן דיר אין גן עדן!

ער שטייט ווייטער אויף אינדערפיא און נעמט זיך וויינען אויף דעם וואס זיין גן עדן וועט זיין נעבן א גאר פשוט'ע קצב. ער וויינט אזוי שטארק, ביז מ'האט איהם מודיע געווען פון הימל, "אויב דו וואלסט נישט געווען אזא גרויסער חסיד וואלט דיר געקומען מיתה אויף דעם וואס דו וויינסט וועגן דיין ארט אין גן עדן, פארוואס ווילסטו נישט זיצן נעבן דעם קצב, ווייסט דו דען ווער ער איז? ער האט געטאן אזעלכע מעשים טובים וואס קיין מענטש אין דער וועלט האט דאס נאך נישט געטאן, דעריבער איז זיין מעלה אין גן עדן גאר הויך, און דו האסט די זכיה צו קענען זיצן נעבן איהם.

ווי דער חסיד הערט די ווערטער איז ער בארוהיגט געווארן. אבער ער האט דאך געוואלט וויסן די גוטע זאכן וואס יענער קצב האט געטאן, וואס דעריבער האט ער זוכה געווען צו אזא הויכע ארט אין גן עדן. דער חסיד שטייט אויף אינדערפיא און לאזט זיך ארויס צו פלוני הקצב, ער וויל כאפען א שמועס מיט איהם און זעהן מיט וואס איז זיין גרויסקייט אזוי חשוב. ער טרעפט דעם קצב, וואס האט באמת אויסגעזעהן ווי א ריכטיגע קצב, מ'האט גארנישט געקענט באמערקען אויף איהם עקסטרע מער ווי אנדערע מענטשן. אבער דער חסיד גוט איהם שלום עליכם און זאגט צו איהם, איך וויל דו זאלסט מיר דערציילן אביסל וועגן דיין ארבייט און לעבן און דיינע מעשים טובים. דער קצב פארשטייט נישט וואס ער וויל פון איהם און זאגט, איך ארבעט זייער שווער א גאנצע טאג, און די געלט וואס איך לייז יעדן טאג, טוה איך האלב פון די געלט געבן פאר צדקה און די אנדערע האלב נעם איך פאר מיר און מיין פאמיליע אויף צו לעבן. רופט זיך אן דער חסיד און זאגט, עס קען נישט זיין אז וועגן דעם איז זיין מעלה אזוי גרויס, גענוג מענטשן געבן מער צדקה ווי איהם, נאר עס מוז זיין אז ער האט אמאהל געטאן א געוויסע זאך וואס פון הימל איז מען זייער צופרידן געווען וועגן דעם. און וועגן דעם האט ער אזא חשוב'ע ארט אין גן עדן.

דער קצב איז שטיל געבליבן פאר א צייט און נעמט זיך טראכטן וועגן א געוויסע גוטע זאך וואס ער האט געטאן. ער טראכט אזוי א לענגערע צייט ביז עס איז ארויף געקומען אויף זיין געדאנג א געוויסע מעשה וואס איז געשעהן מיט יארן צוריק. ער רופט זיך אן צום חסיד און זאגט, איך טו זיך דערמאנען א געוויסע זאך וואס איז געשעהן מיט מיר יארן צוריק, קען אפשר זיין אז דאס איז וואס איר מיינט. זאגט דער חסיד אדרבא דערציילט אונז דער זאך וועלן מיר זעהן אויב דאס איז דאס וואס מיר האבן געוואלט הערן.

דער קצב נעמט זיך דערציילן, אז מיט יארן לאנג צוריק, ווי איך בין געווען זייער פארנומען מיט מיין ארבעט, איז אננגעקומען אין מארק א גרופע גויים מיט געפאנגענע מענטשן צום פארקויפן אדער אויסגעלייזט ווערן. צווישן די געפאנגענע האב איך באמערקט א מיידל וואס וויינט זייער שטארק. איך האב זיך דערנענטערט צו איר און איר געפרעגט "מיין טאכטער! פארוואס וויינסטו און שרייסט אזוי שטארק"? האט זי מיר געענטפערט אז זי איז א אידישע מיידל, און האט זייער מורא אז זי זאל נישט אנקומען צו די גויים און זיי וועלן ח"ו איר שמד'ן איר מטמא זיין און איר ארויס נעמען פון כלל ישראל. איך וואלט זייער געוואלט אנקומען אין אידישע הענט וואס זענען רחמנים בני רחמנים איך זאל ווייטער קענען לעבן ווי א איד און נישט דארפן ביישטיין די שווערע נסיונות צווישן די טמא'נע גויים. ווי איך האב געהערט די ווערטער, האב איך איר געזאגט אז זי זאל ווארטן א וויילע ביז איך וועל איר אויסלייזן. איך בין גלייך געגאנגען צו איר געפאנגענער איר האר, און זיך געדינגען אויפן פרייז, ביז מ'איז אדורך געקומען אויף גאר א הויכע פרייז פאר מער געלט וואס איך האב פארמאגט, די איבריגע געלט האב איך צוזאם געבארגט און עס האט גענומען יארן לאנג ביז איך האב דאס אפגעצאלט פאר די בעלי חובות. אזוי האב איך איר אויסגעלייזט פון די גויים.

דעמאלט איז די מיידל אלט געווען 12 יאר, איך האב איר אריין געברענגט צו מיר אין שטוב, און זי האט געוואוינט ביי מיר, איך האב איר געקליידעט פון די בעסטע און די שענסטע, אזוי אויך איר געגעבן צום עסן פון די בעסטע און די געשמאקסטע, ביז זי האט זיך געשפירט ווי מיינ'ס א אייגענע קינד. ווען זי איז אונטערגעוואקסן, האב איך געהאט א זוהן וואס איז אלט געווען 21 יאר, האב איך מיין זוהן צוגערופן צו א זייט און גערעדט מיט איהם ווייכע רייד, ער זאל אננעמען מיין באגער וואס איך וויל רעדן מיט איהם. איך זאג איהם, מיין קינד איך בעט דיר נעם אן מיין עצה און טוה מיין באפעל און באגער וועט דיר זיין גוט אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט. זאגט מיין זוהן "טאטע! וואס דו ווילסט איך זאל טאן וועל איך טאן, און איך וועל זיך נישט קערן פון דעם אויף רעכטס אדער אויף לינקס". זאג איך פאר מיין זוהן, הער צו מיין געטרייע זוהן, איך וויל אז דו זאלסט חתונה האבן מיט די אידישע מיידל וואס איך האב אויסגעלייזט פון די גויים, און איר נעמען פאר א ווייב, [לאמיר נישט פארגעסן אז א עלענדע מיידל וואס קיינער ווייסט נישט פון וואו זי שטאמט, און נאך דערצו געווען געפאנגען ביי גויים, איז נישט אזוי גרינג צו טרעפן א שידוך] און איך וועל פאר אייך געבן די שענסטע און בעסטע קליידער און צירונגען פון די טייערסטע. מיין זוהן האט גלייך מסכים געווען און געזאגט אז ער איז גרייט אויף דעם. מיין הארץ האט זיך זייער געפרייט מיט זיין ענטפער, איך האב שנעל געלאזט רופן די בעסטע שניידערס פון שטאט, איך האב זיי אנגעזאגט זיי זאלן צוגרייטען די שענסטע קליידער פאר די חתן און כלה, אזוי האב איך צוגעגרייט אלצדונג וואס מ'דארף צוגרייטען פאר א יונג פאר פאלק וואס האבן חתונה, א שטוב צו וואוינען מיט מעיבעל, א.ד.ג.

שוין א וואך פאר די חתונה האט מען גענומען פראווען די סעודת עניים, יעדן נאכט סעודות פאר די ארעמעלייט פון נאנט און ווייט, ווי דער מנהג איז געווען אמאל. מ'האט געמאכט סעודות פאר די רייכע מענטשן אויך, און מ'האט געזעצט די ארעמע מענטשן צוויישן די רייכע זיי זאלן נישט ווערן פארשעמט, און יעדער איינער זאל זיך פירן ווי א מחותן ביי די סעודות. מ'האט געשטעלט די בעסטע און געשמאקסטע עסן, מ'האט געגעבן צו טרונקען די געשמאקסטע גאר אלטע וויין, יעדער איינער וואס איז געווען ביי די סעודות האט זיך אנגעגעסן און געטרונקען און איז ארויס פון דארט מיט א גוט הארץ און געבענטשט אלעמען פאר דעם.

ביי איינע פון די סעודות א נאכט בעפאר די חופה, ווי אלע מענטשן ארעמע און רייכע האבן געגעסן און געטרונקען און זיך געלאזט וואויל גיין, איז אבער געווען איין טיש וואס מ'האט דארט גארנישט געגעסן, אלע וואס זענען געזעסן ביי יענעם טיש האבן נישט צוגערירט צו די עסן און וויין וואס זענען געלעגן אויף יענעם טיש. איך גיי צו נענטער צו יענעם טיש זעהן פארוואס מ'עסט גארנישט פון די עסן וואס ליגן אויפן טיש. איך פרעג די מענטשן פאר וואס עסט איר נישט, אפשר האט איר געטראפן עפעס א פעלער אין די עסן אדער אין די וויין? זאגן זיי חס ושלום, מיר האבן נישט געזעהן קיין בעסערע עסן ווי די עסן אין אונזערע לעבן און געשמאקע . נאר וואס? דא ביים טיש - ווייזן זיי מיט דעם פינגער - זיצט א געוויסע אפגעריסענע ארעמאן און וויינט די גאנצע צייט, און נעמט אוועק פון אונז דעם אפעטיט פון צו עסן און טרונקען. ער קרעכצט און זיפצט די גאנצע צייט, מיר פראבירן רעדן צו איהם, אבער ער ענטפערט גארנישט.

דערציילט ווייטער דער קצב - האב איך צוגערופן דעם ארעמאן אין א זייט און איהם ארויסגערופן אינדרויסן פון דעם זאל ער זאל מיר דערציילן פאר וואס ער וויינט אזוי שטארק און זיפצט אן א אויפהער. אפשר קען איך איהם העלפען מיט דעם. ער איז מיר נאכגעגאנגען. און אינדרויסן האט ער אויפגעהערט פאר א וויילע צו וויינען. איך זאג צו איהם, מיין ברודער! פארוואס טוסט דו דאס פאר מיר און דו טוסט שטערן מיין שמחה דורך דיין געוויין און זיפצן ביים עסן? איך בעט דיר לאז מיר וויסן וואס עס קרענקט דיר אויפן הארץ, און טוה גארנישט פארהוילן פון מיר, אויב דו האסטו עפעס א חוב אויף מיר בין איך גרייט דאס אפצוצאלן, אויב דו ווילסט גאר אן הלואה בין איך אויך גרייט אויף דעם, דער עיקר זאלסט מיר אנטפלעקען וואס עס קרענקט דיר אזוי שטארק אויפן הארץ.

ענטפערט דער ארעמען און זאגט, נישט וואס דו ביזט מיר שולדיג אדער פארקערט, נישט וואס איך דארף אן הלואה וויין איך, נאר איך וויין וועגן די מיידל די כלה וואס גייט מארגן חתונה האבן מיט דיין זוהן. פרעג איך וואס האסטו צו וויינען וועגן די מיידל, דו קענסט דען די מיידל? ענטפערט ער מיר און זאגט ווייטער מיט א געוויין, די מיידל איז פון יענע און יענע שטאט, זי איז געווען מיין כלה און איך האב איר געהאלטן ביים חתונה האבן, אבער בעפאר די חתונה איז זי געפאנגען געווארן דורך רויבערס, ביז זי איז אנגעקומען דא צו דיר אין שטוב. און אויב דו גלייבסט נישט דא האסטו די תנאים וואס איז געשריבן געווארן צווישן מיר און איר. פרעגט איך ווייטער דעם ארעמאן אויב ער ווייסט פון א געוויסע סימן אין די כלה וואס אנדערע ווייסן נישט, האט ער מיר געגעבן א געוויסע סימן. איך האב גלייך געלאזט מ'זאל נאכקוקן אויב ס'איז אמת די סימנים וואס ער האט געזאגט.

ווי איך האב געזעהן אז זיינע ווערטער זיינען באמת ריכטיגע און אז ער איז באמת געווען איר חתן מיט עטליכע יאר צוריק, און וועגן דעם האט ער געוויינט צוקענדיג ווי זי האט חתונה מיט מיינעם א זוהן. האב איך איהם געזאגט אז ער זאל זיין בארואיגט און זאל צוווארטען ביז איך וועל איבער רעדן די זאך מיט מיין זוהן. דער ארעמאן איז געגאנגען אויף א זייט און געווארט ביז איך וועל זיך צוריקערן צו איהם.

דערווייל האב איך צוגערופן מיין זוהן צו א זייט און איהם געזאגט, מיין טייערע זוהן! דו האסט געטאן מיין ווילן דורך נעמען די מיידל פאר א כלה, אן צו וויסן ווער זי איז, ווייל דו האסט געוואלט טאן מיין רצון! יעצט וויל איך מיין זוהן זאלסט ווייטער טאן מיין רצון, ביזטו גרייט אויף דעם?! מיין זוהן ענטפערט מייט א שטאלץ אז ער איז גרייט אויף אלצדונג. אזוי ווי ער האט געהערט צו מיינע ווערטער ביז יעצט וועט ער צוהערן צו מיינע ווערטער ווייטער. און גארנישט טאן אקעגן מיין ווילן. ווי איך הער זיינע ווערטער, ווערט מיין הארץ פיל מיט פרייד, און איך זיך די פאסיגע ווערטער וואס ארויס צו זאגן פון מויל, איהם לאזן וויסן אז ער וועט זיך מוזן שיידן פון זיין כלה, ווייל זי איז שוין א כלה צו א צווייטן בעפאר זי איז אריינגעקומען אין אונזערע שטוב.

און נעם זיך זאגן פאר מיין זוהן "וויסן זאלסט מיין געטרייע זוהן, אז אלעס ווערט געפירט פון הימל, דיין כלה וואס האט געוואוינט ביי מיר אין שטוב איז נישט דיין באשערטע פון הימל, זי איז שוין געווען א כלה בעפאר זי איז אריינגעקומען אין אונזערע שטוב, און דא זענען אירע תנאים מיט וועמען זי איז געווען א כלה מיט עטליכע יאר צוריק בעפאר מ'האט איר געפאנגען. זי איז טאקע געפאנגען געווארן און איך האב איר אויסגעלייזט, אויב מיט דעם אלעמען איז זי נאך אלץ געבינדן צו איר ערשטן חתן דורך די תנאים. דעריבער מיין זוהן בעט איך דיר אז דו זאלסט מיט דיין גאנצן הארצן זיין באוויליגט אפלאזן די כלה כדי זי זאל קענען פרייערהייט צוריק גיין צו איר ערשטע חתן וואס מיר האבן יעצט געטראפן ווער דאס איז. און נישט נאר דאס, נאר אויך די אלע קליידער און צירונגען וואס מ'האט פאר איר צוגעגרייט זאל בלייבן ביי איר און איר מאן, און מיט דעם באשעפער'ס הילף וועל איך טרעפן פאר דיר א כלה וואס איז דיין באשערטע פון הימל.

מיין זוהן האט געהערט די ווערטער, האט ער זיך ווייטער אנגערופן און געזאגט, טייערע פאטער! איך האב געהערט דיינע רייד ביז יעצט וועל איך ווייטער הערן דיינע רייד, און נאך דערצו אז דער שידוך איז נישט מיינע באשערטע ווי קען איך אזא זאך צוריק האלטען, פארקערט ווי באלד די מיידל האט דאך נישט קיין עלטערן אזוי אויך דער חתן, לאמיר דא אויפן ארט זיי חתונה מאכן און שטעלן חופה, און נוצן די אלע קליידער און צירונגען וואס איז געווען צוגעגרייט פאר מיר, אזוי אויך די הויז מיט די מעיבל און אלע אנדערע זאכן וואס מ'האט צוגעגרייט פאר מיר זאל זיין פאר די פאר פאלק, דו ביזט דאך געווען ווי א פאטער צו איר, וועסטו ווייטער זיין א פאטער צו איר, און פאר מיר וועט שוין דער באשעפער זארגן.

ווי איך האב געהערט די ווערטער פון מיין זוהן האט דאס זייער דעפרייט מיין הארץ, און איך האב גלייך געלאזט רופן די כלה, און איר געלאזט וויסן אז איר ערשטע חתן געפונט זיך דא, דערווייל האבן מיר גענומען דעם ערשטן חתן און איהם ארומגעוואשען אנגעטאן שיינע נייע קליידער ווי א חתן דארף גיין אנגעטאן, און ווי זי האט איהם געזעהן האט זי גע'חלש'ט, מ'האט איר גלייך דערמינטערט, און זי האט זיך שטארק געפרייט זיך צו טרעפען מיט איהם. עס האט נישט גענומען קיין לאנגע צייט און ביז צוויי וואכן האט מען געשטעלט חופה וקידושין פאר די חתן און כלה, און זיי זענען געזעסן ביי מיר און שטוב און געוואוינט דארט פאר עטליכע יאר ווי אייגענע קינדער. מיט די צייט זענען זיי אוועק פון דאנען וואוינען אין א אנדערע שטאט, און מיר האבן שוין פאר א לענגערע צייט נישט געהערט פון זיי. אזוי אויך מיין זוהן האט גלייך נאך די מעשה געטראפן זיין באשערטע א כלה א מושלמת במעלות ובמידות טובות, און נאך דערצו א שווער א רייכער וואס האט זיך געלאזט קאסטן א שיינעם נדן פאר זיין טאכטער, און ב"ה איך זעה פיהל נחת פון מיין געטרייע זוהן. און זיינע קינדער.

ווי דער חסיד האט געהערט די גאנצע מעשה האט ער זיך אויפגעשטעלט און געזאגט, ברוך אתה ה' גלויבט, ביסטו באשעפער וואס דו האסטו מיר געגעבן אן ארט אין גן עדן נעבן אזא טייערע חשוב'ע איד.
אויב האט קיינער נישט קיין טענות אויף דיר, דאן געפינסטו זיך אין א בית הקברות!
עפל פאי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:13 am
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

שליחה דורך עפל פאי »

עס איז אמאל אריינגעקומען צום הייליגן מגיד פון מעזריטש זי"ע א איד פון ווילנא וואס איז געווען א מתנגד, ער האט נישט געגלייבט אין די חסידישע רבי'ס. ער איז אריין צום מגיד אים אויס צו פרובירן. ווי ער איז אריינגעקומען האט אים דער מגיד געזאגט: מיין קינד זאלסט וויסן אז נישט קיין רפואות היילן דעם קראנקן מענטש, נאר די דאקטוירים, ווייל מיט יעדן דאקטאר גייט מיט א מלאך, און מיט דעם גרעסטן דאקטאר גייט דער מלאך רפאל אליין. דער מתנגד האט גארנישט פארשטאנען וואס דער מגיד וויל מיט די ווערטער. ער קלערט ביי זיך, געלויבט השי"ת איך בין געזונט און דארף בכלל נישט קיין דאקטאר! ווי נאר ער איז אהיים געקומען, איז ער געווארן קראנק, קיינער האט נישט געוואוסט פון וואנען די קראנקהייט נעמט זיך. מען האט גענוצט אלע דאקטוירים, און קיינער האט אים נישט געקענט העלפן. אזוי ווייט אז ער האט שוין געהאלטען ביים שטארבן.
דער איד איז אבער געווען א גרויסער חשוב אין דער שטאט ווילנא, די גאנצע שטאט האט זיך געזארגט פאר זיין לעבן, אז מען האט געהערט אז ער איז שוין א גוסס איז דער גאנצע שטאט זיך צוזאמגעקומען און מ'איז געשטאנען נעבן זיין בעט. ווי זיי שטייען דארט הערן זיי, אז דער פרייסישער קעניג איז געקומען קיין ווילנא. האבן די מענטשן זיך באראטן צו בעטן דעם קעניג אז ער זאל זיי ערלויבן צו שיקן זיין לייב דאקטאר צו באזוכן דעם חולה, אפשר וועט דער דאקטאר קענען אים ראטעווען! פון די חשובי העיר זענען געגאנגען צום קעניג און בעטן רשות פאר דעם קעניג'ס דאקטאר, דאקטער גארדאן זאל קומען באזוכן דעם חולה.

דער קעניג האט זיי געגעבן די ערלויבעניש, זיי האבן געבעטן דעם דאקטאר אליין און ער איז מיט זיי געגאנגען אין שטוב פון דעם חולה. ער האט א קוק געגעבן אויף דעם חולה, איז ער בייז געווארן פאר וואס מען האט אים געבראכט צו א מענטש וואס האלט שוין ביים שטארבן. ער האט געזאגט: בין איך דען א באשעפער וואס קען מחיה מתים זיין? ער האט געוואלט ארויס גיין, אבער ער האט זיך נישט געקענט אדורך שטיפן דורך דעם גרויסן עולם וואס איז געווען דארט. עס גייט אריבער א פערטל שעה און דער דאקטאר גוט א קוק אויף דעם חולה זעט ער אז ער איז בעסער געווארן, זאגט ער אז עס קען מעגליך זיין אז א געוויסע רעצעפט וועט אים העלפן. האט ער געהייסן דער גאנצער עולם ארויס גיין, ער האט זיך געזעצט און האט אים נאכאמאל באטראכט, און האט אויף געשריבן איין רעצעפט און האט אוועק געשיקט אין דער אפטייק צו נעמען דעם רעצעפט. ער פארזוימט זיך נאך מער ביים חולה און ער זעט ווייטער אז דער חולה איז פיל בעסער געווארן, און דארף שוין יעצט א אנדערע רעצעפט. האט ער שנעל געשיקט א שליח אומקערן דעם ערשטן שליח, און האט אנגעשריבן א צווייטער רעצעפט.

ווי דער צווייטער שליח איז אוועק פון דארט, האט ער ווייטער געזען אז דער חולה ווערט נאך בעסער, האט ער געשריבן א אנדערע רעצעפט. בקיצור עס איז אזוי געווען עטליכע מאל, דער דאקטאר האט גאר נישט פארשטאנען וואס דאס איז, ער האט קיינמאל אזוינס נישט געזען. ווי ער שטייט און וואונדערט זיך אזוי, זעצט זיך אויף דער חולה און זאגט איך בעט אייך בלייבט דא מיט מיר נאך אביסל ווייל איר אליין היילט מיר און נישט די רעצעפטן. ווייל דער רבי האט מיר געזאגט אז מיט דעם גרעסטן דאקטאר גייט מיט דער מלאך רפאל אליין, קען מען געזונד ווערן אן רפואות. איך האב דעמאלט נישט געוואוסט וואס דער מגיד האט געמיינט מיט די ווערטער, און היינט זעה איך אז עס איז טאקע אזוי.

דער דאקטאר איז געווען א איד, אבער ווייט פון אידישקייט, ווי ער האט דאס געהערט האט ער אים געפרעגט ווער איז דער רבי? האט ער אים געזאגט אז דאס איז דער מעזריטשער מגיד. האט דער דאקטאר געזאגט אז ער קען דאס פארשטיין מוז ער זיין איין גרויסער צדיק. דערנאך איז דער דאקטאר אליין געפארן צום הייליגן מגיד. ווי ער איז אריינגעקומען צום מגיד, און באוואוסט איז אז דער מגיד איז געווען א קראנקער אויף די פיס. האט אים דער מגיד געזאגט, איר זאלט מיר אויסהיילן דעם גוף און איך וועל אייך אויסהיילן די נשמה. אזוי איז דער דאקטאר געווארן א בעל תשובה, און שפעטער פון די חשוב'סטע תלמידים פונעם הייליגן מגיד זי"ע.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

קליגער איד האט געשריבן:א חבר א קצב

א קלוגער איד גנב'עט?
שרייב כאטש צו אז דו האסט עס גענומען פון איי וועלט
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 54#p437854
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

עפל פאי האט געשריבן:עס איז אמאל אריינגעקומען צום הייליגן מגיד פון מעזריטש זי"ע א איד פון ווילנא וואס איז געווען א מתנגד, ער האט נישט געגלייבט אין די חסידישע רבי'ס. ער איז אריין צום מגיד אים אויס צו פרובירן. ווי ער איז אריינגעקומען האט אים דער מגיד געזאגט: מיין קינד זאלסט וויסן אז נישט קיין רפואות היילן דעם קראנקן מענטש, נאר די דאקטוירים, ווייל מיט יעדן דאקטאר גייט מיט א מלאך, און מיט דעם גרעסטן דאקטאר גייט דער מלאך רפאל אליין. דער מתנגד האט גארנישט פארשטאנען וואס דער מגיד וויל מיט די ווערטער. ער קלערט ביי זיך, געלויבט השי"ת איך בין געזונט און דארף בכלל נישט קיין דאקטאר! ווי נאר ער איז אהיים געקומען, איז ער געווארן קראנק, קיינער האט נישט געוואוסט פון וואנען די קראנקהייט נעמט זיך. מען האט גענוצט אלע דאקטוירים, און קיינער האט אים נישט געקענט העלפן. אזוי ווייט אז ער האט שוין געהאלטען ביים שטארבן.
דער איד איז אבער געווען א גרויסער חשוב אין דער שטאט ווילנא, די גאנצע שטאט האט זיך געזארגט פאר זיין לעבן, אז מען האט געהערט אז ער איז שוין א גוסס איז דער גאנצע שטאט זיך צוזאמגעקומען און מ'איז געשטאנען נעבן זיין בעט. ווי זיי שטייען דארט הערן זיי, אז דער פרייסישער קעניג איז געקומען קיין ווילנא. האבן די מענטשן זיך באראטן צו בעטן דעם קעניג אז ער זאל זיי ערלויבן צו שיקן זיין לייב דאקטאר צו באזוכן דעם חולה, אפשר וועט דער דאקטאר קענען אים ראטעווען! פון די חשובי העיר זענען געגאנגען צום קעניג און בעטן רשות פאר דעם קעניג'ס דאקטאר, דאקטער גארדאן זאל קומען באזוכן דעם חולה.

דער קעניג האט זיי געגעבן די ערלויבעניש, זיי האבן געבעטן דעם דאקטאר אליין און ער איז מיט זיי געגאנגען אין שטוב פון דעם חולה. ער האט א קוק געגעבן אויף דעם חולה, איז ער בייז געווארן פאר וואס מען האט אים געבראכט צו א מענטש וואס האלט שוין ביים שטארבן. ער האט געזאגט: בין איך דען א באשעפער וואס קען מחיה מתים זיין? ער האט געוואלט ארויס גיין, אבער ער האט זיך נישט געקענט אדורך שטיפן דורך דעם גרויסן עולם וואס איז געווען דארט. עס גייט אריבער א פערטל שעה און דער דאקטאר גוט א קוק אויף דעם חולה זעט ער אז ער איז בעסער געווארן, זאגט ער אז עס קען מעגליך זיין אז א געוויסע רעצעפט וועט אים העלפן. האט ער געהייסן דער גאנצער עולם ארויס גיין, ער האט זיך געזעצט און האט אים נאכאמאל באטראכט, און האט אויף געשריבן איין רעצעפט און האט אוועק געשיקט אין דער אפטייק צו נעמען דעם רעצעפט. ער פארזוימט זיך נאך מער ביים חולה און ער זעט ווייטער אז דער חולה איז פיל בעסער געווארן, און דארף שוין יעצט א אנדערע רעצעפט. האט ער שנעל געשיקט א שליח אומקערן דעם ערשטן שליח, און האט אנגעשריבן א צווייטער רעצעפט.

ווי דער צווייטער שליח איז אוועק פון דארט, האט ער ווייטער געזען אז דער חולה ווערט נאך בעסער, האט ער געשריבן א אנדערע רעצעפט. בקיצור עס איז אזוי געווען עטליכע מאל, דער דאקטאר האט גאר נישט פארשטאנען וואס דאס איז, ער האט קיינמאל אזוינס נישט געזען. ווי ער שטייט און וואונדערט זיך אזוי, זעצט זיך אויף דער חולה און זאגט איך בעט אייך בלייבט דא מיט מיר נאך אביסל ווייל איר אליין היילט מיר און נישט די רעצעפטן. ווייל דער רבי האט מיר געזאגט אז מיט דעם גרעסטן דאקטאר גייט מיט דער מלאך רפאל אליין, קען מען געזונד ווערן אן רפואות. איך האב דעמאלט נישט געוואוסט וואס דער מגיד האט געמיינט מיט די ווערטער, און היינט זעה איך אז עס איז טאקע אזוי.

דער דאקטאר איז געווען א איד, אבער ווייט פון אידישקייט, ווי ער האט דאס געהערט האט ער אים געפרעגט ווער איז דער רבי? האט ער אים געזאגט אז דאס איז דער מעזריטשער מגיד. האט דער דאקטאר געזאגט אז ער קען דאס פארשטיין מוז ער זיין איין גרויסער צדיק. דערנאך איז דער דאקטאר אליין געפארן צום הייליגן מגיד. ווי ער איז אריינגעקומען צום מגיד, און באוואוסט איז אז דער מגיד איז געווען א קראנקער אויף די פיס. האט אים דער מגיד געזאגט, איר זאלט מיר אויסהיילן דעם גוף און איך וועל אייך אויסהיילן די נשמה. אזוי איז דער דאקטאר געווארן א בעל תשובה, און שפעטער פון די חשוב'סטע תלמידים פונעם הייליגן מגיד זי"ע.

אויך דאס קומט פון איי וועלט
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 17#p432817
פארשפארט