איך וויל אנהייבן פיינט האבן דעם גוי

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3783 מאל

איך וויל אנהייבן פיינט האבן דעם גוי

שליחה דורך זר זהב »

קיהלע אידן ווילן אייביג זיין שיין צו דעם גוי, זיי ווילן זיי ווייזן אז איד איז נישט עפעס א צוריקגעשטאנענע נער. -- איך בין אויך פון די סארט. איך וויל נישט זיין אראפגעקוקט ביים גוי, נישט ווייל איך שעם זיך מיט מיין אידישקייט (קיהל), נאר ווייל איך בין אן אינטעליגענטער נארמאלער מענטש. וויליך נישט אז מיין בארד און פיאות זאל מיר אפזיגלען אלץ א צוריקגעשטאנענער וואס ווייסט נישט פון די וועלט צו זאגן.

און פונקט ווי איך האב א בויך דרייעניש ווען איך זעה א מוסילמענער מיט'ן גאנצן איסלאמיש'ן אנגעטועכטץ, און פיל איך אן אפשיי, אזוי קלער איך פיהלט דער גוי דאס זעלבע ווען ער זעהט מיר. און איך בין נישט מסכים דערצו! יא, קענסט זאגן אז איך האב מענטעל אישוס, ס'מעגליך.

ווען איך זעה א גרופע גויים לאכן מיר אין פנים אדער קוקן מיר אן מיט וואונדער ווילט זיך מיר צוגיין צו זיי און זיי זאגן איים סארי, איך בינישט פון די מיטל-אלטער, איך ווייס מער פון דיר יעדע נארישע פאליטיק פון אבאמא אדער ראמני, איך ווייס מער פון דיר וועגן מייקל דזשעקסאן, און איך וואטש מאוויס פונקט ווי דיר, איז וואס איז דאס געלעכטער? איך קען דאך אבער נישט צוגיין און רעדן אזוי אומגעלאדענט, איז וואס איז די עצה? די עצה איז אז איך גיי ווי ווייניגער ארויס אין פרעמדע פלעצער. איך וועל קיינמאל נישט פארן למשל חול המועד האלטן אין א פלאץ וואו מ'האט נאך קיינמאל נישט געזען א איד. ווייל איך וויל נישט ווערן דערנידערט "אומזוסט".

דאס מיינט נישט אז אין אונזער היימישער סיטי לאכט מען נישט פון דיר. דא פעיקען זיי עס. און כ'קען נישט צוקוקן וויאזוי 'עסקנים' וואס זענען פאניע בראטע מיט די גוישע באהערדע רעדן זיך איין אז זיי האבן אונז נישט פיינט במסתרים.

נעכטן שפעט ביינאכט ביניך געווען אין א גרויסן פאפולערן סופערמארקעט, ס'שוין געווען היבש ליידיג. יענער סטאר עמפלויד אסאך גויטע'לעך. ס'נישט געווען מער ארבעט, האבן זיך אפאר פון זיי פארזאמעלט ביי איין רעדזשיסטער. איך בין פונקט אריין פון א ווינקל און אדורך יענעם ראעדזשיסטער, זיי האבן מיר נישט געקענט זעהן קומען און וואס האב איך געהערט? איינער זאגט פאר די אנדערע those fuc** jews, און בום!!... זי האט מיר דערזעהן און זי איז שטיל געווארן, איך האב פארשטאנען אז זי האט זיך דערשראקן אבער איך האב נישט געקוקט און זיך געמאכט ווי איך האב נישט באמערקט. האט עס מיר נישט געטארט באדערן? ווייל איך בין פון דער עם הנבחר, און וואס ווייסט דען דער גוי? כ'טראכט צו מיר, באלד גיי איך באצאלן דארט און זי גייט מיר אזוי העפליך אויפנעמען און זאגן א 'גוט נייט' און איך ווי א נער וועל נאך צוריק שמייכלען. ווער באצאלט איר? נישט א איד? פארוואס האסטו פיינט א איד ווען א איד עמפלויט דיר?

איך מוז מסביר זיין פארוואס ס'באדערט מיר אזוי שטארק. פליז בעיר וויט מי. איך בין זייער זייער ווייט פון א "העיטער" איך האב נישט פיינט קיינעם בעיסט אויף זיין רעליגיע (אחוץ א מוסולמענער מיט'ן פולן גארב, וואס מאכט מיר פלעין זיך עקלען, איך האב אים אבער נישט פיינט אויב איז ער נישט קיין טעראריסט!) אדער אויף הויט קאליר, עטניסיטי, בעקגראונד עטס.

יענער גויטע האט מיט מיר גארנישט איינגעלייגט, זי איז א פארטריקאנער, א ברוינער. אויב זאל זי זיין אין א סכנה וואלט איך איר פרובירט צו ראטעווען. פארוואס האט זי מיר פיינט ווען איך האב ממש גארנישט קעגן איר?

ס'דא ביי אונדז אידן וואס האלטן אין איין אנרופן דעם אבאמא דער 'שווארצער', ס'ווייזט אויף גרויס טפשות. ביי מיר איז א ווייסער גארנישט קלוגער פון א שווארצן. איך בין נישט קיין ראסיסט און איך ווייס נישט וויזוי איינער קען זיין א ראסיסט, איי דזשאסט דאונט געט איט. איך האב גראדע זייער פערסאנעלי ליעב אבאמא.

כ'ווייס נישט ווי איך האלט דא. וואס מיר באדערט איז אז מ'האט מיר פיינט על לא דבר. און מיר באדערט נאך מער אז ס'דא אידן וואס פאלן פאר די פאלשע שמייכלען. ווען איך זאל ווען פיינט האבן יעדן איינעם וואס זעהט נישט אויס ווי מיר וואלט איך געהאט א בעסערן לעבן. דערפאר וואלט איך זייער שטארק געוואלט וואוינען אין א פלאץ וואו ס'נאר דא אידן. אדער זאל מיר איינער אויסלערנען וויאזוי ווערט מען א ראסיסט/Hater.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום זר זהב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט

דער אשכול פארמאגט 78 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר