פרעזידענט קאמפיין 2012

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

אויב טרונקסטע חלב עכו"ם וועסטע אויטאמאטיש וואוטען פאר אבאמא. ס'וועט זיין מצוה גוררת
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אויב נעמסטע קיינמאל נישט קיין ב. קאנטראל וועסטע אויטאמאטיש וואוטן פאר ראמני צוליב מצוה גוררת.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איך נעם נישט. און מיין ווייב וואוט נישט
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

יעצט זע איך אז חוץ "ובחרת בחיים" איז דא נאך אן ארגעניזאציע מיטן זעלבן ציל, "והייתם קדושים".
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יידל האט געשריבן:יעצט זע איך אז חוץ "ובחרת בחיים" איז דא נאך אן ארגעניזאציע מיטן זעלבן ציל, "והייתם קדושים".




"מחנייך קדוש"
להגנת גדרי הקדושה וזיכוי הרבים


אט, זעסטו איך האב יעצט די מינוט געגרינדעט א דריטע ארגענאזאציע
די ווייסטו נישט אז צו גרינדן אן ארגענאזאציע דארף מען נישט מער ווי א תנ"ך - פאר א גוטע מליצה'דיגע נאמען און א קאמפיוטער צו מאכן א צעטיל.
בדרך אגב, ראמני שטיצט אסאך גויאישע זאכן ליידער, ומפי השמועה אינדארסירט ער שטארק די מארמאנישע רעליגיע, דעריבער איז מער כדי צו וועלן פאר איינעם פון די קלענערע קאנדידאטן למשל "רי רענט איז טו דעם היי" אדער אנדערע, וואס זענען ערליכער.
Accountant
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:18 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל

שליחה דורך Accountant »

זר זהב האט געשריבן:שקויעך--- דאס איז מיין פראדיקשען

http://www.cnn.com/election/2012/ecalcu ... RD,WAD,CAD


קען מיר איינער מסביר זיין וואס דא גייט פאר? ס'איז נישטא איין פאול וואס גיבט אהייאו פאר ראמני, קיין איינס! אבאמא איז פאראויס פון ראמני אין יעדע פאול וואס ס'איז גענומען געווארן די לעצטע וואך, חוץ אין איינס (רעסמיאסען) ווי זיי זענען גלייך אויף גלייך. ווי אזוי קען דא איינער פאראויס זאגען אז ראמני גייט מאכן אהייאו? ס'מאכט נישט קיין סענעס. גלייבט טאקע דער עולם דא די רעפאבליקן ספין אז אלע פאולסטערס האבן זיך צוזאם גענומען און מען קאכט די נומערן פאר אבאמא? כ'מיין, אומן לא מרע אומנותיה, פאולסטערס זענען אין די ביזנעס פון האבן ריכטיגע נומערן, אויב זיי פאלן דורך גייען זיי ארויס פון ביזנעס גאנץ שנעל.

לאמיר גיין א טראפעלע ווייטער, אבאמא האט 201 זיכערע עלעקטארלס. יעצט לאמיר געבן א קוק וואס ס'טוט זיך אין די אזויגערופענע בעטאל-גראונד סטעיטס:
אהייאו (18) – אבאמא, עיין לעיל. ווען 9 פאולס געבן עס פאר איינעם און איין פאול איז גלייך אויף גלייך, מיין איך אז מען קען רואיג זאגן אז די 9 זענען גערעכט.
האלטן מיר ביי 219.

פעסילוויניע (20) – ווידער די זעלבע מעשה, אין אלע פואלס פון די לעצטע וואך איז אבאמא פאראויס מיט 3 פארצענט אדער מער, א חוץ איינס ווי ער איז גלייך אויף גלייך מיט ראמני, מ'קען רואיג זאגן אז אבאמא האט עס אין טאש (וואס דארפט איר מער? ראמני קאמפיינט נישט דארט, און נישט ווייל ער מאכט א טעות, זיינע יועצים ווייסען נאך אזוי גוט וואס ס'טוט זיך ווי אונז קאווע שטיבל'רס)
האלטן מיר ביי 239

נעוואדא (6) – אין אלע פואלס פון די לעצטע וואך איז אבאמא פאראויס.
האלטן מיר ביי 245.

נוי העמפשאר (4) - ווידער די זעלבע מעשה, אין אלע פואלס פון די לעצטע וואך איז אבאמא פאראויס, א חוץ איינס ווי ער איז גלייך אויף גלייך מיט ראמני.
האלטן מיר ביי 249.

וויסקאנסען (10) - ווידער די זעלבע מעשה, אין אלע פואלס פון די לעצטע וואך איז אבאמא פאראויס, א חוץ איינס ווי ער איז גלייך אויף גלייך מיט ראמני.
האלטן מיר ביי 259.

אבאמא דארף נאך 12 צו געווינען.

לאמיר א קוק טאן וואס ס'טוט זיך אין די איבעריגע סטעיטס.
מישיגען (16) – אבאמא איז פאראויס אין 4 פאולס מיט 3 אדער מער, א חוץ איינס ווי ראמני איז פאראויס מיט איינס. כ'מיין אז ס'איז רעכט צו זאגען אז אבאמא האט מער ווי א 50 פארצענט שאנס דאס צו געווינען.
אויב געווינט ער מישיגען געווינט ער די עלעקשאנס.

אויב פארלירט ער מישיגען
אייווע (6) – אין 4 פאולס איז אבאמא פאראויס מיט 2 ביז 6 פונקטן, אין 2 פאולס איז ראמני פאראויס מיט 1 פונקט. ס'לאזט זיך זאגען אז אבאמא האט מער שאנסן דאס צו געווינען ווי ראמני.
קאלעראדא (9) – אין 3 פאולס איז אבאמא פאראויס מיט 2 אדער 3 פונקטן, אין 2 פאולס איז ראמני פאראויס מיט 1 אדער 3 פונקטן. אבאמא האט עט ליעסט א 50 פארצענט שאנס דאס צו געווינען.
אויב געווינט ער אייווע מיט קאלעראדא, געווינט ער די עלעקשאנס אפילו ער פארלירט מישיגען.
אויב געווינט ער מישיגען, אייווע, און קאלעראדא, קען ער פארלירן אהייאו און נאך אלץ געווינן די עלעקשאנס!

און מ'האמיר נאכנישט גערעדט פון ווערדשיניע (13) וואס איז א ריכטיגער טאס אפ סטעיט, ס'איז דא פאולס אויף ביידע זייטן, פלארידע (29) ווי ראמני איז פאראויס אין רוב פאולס, און נארט קעראליינע (15) ווי ראמני איז פאראויס אין 3 פאולס מיט 5 ביז 8 פונקטן, און גלייך אויף גלייך אין צוויי.
אבאמא האט אזא שאנס צו געווינען נארט קעראליינע ווי ראמני פענסעלוועניע, און ער האט מער שאנסן צו געווינען פלארידע ווי ראמני אהייאו!

עכ"פ, ווען מען קוקט אויף די נומערן האט עס אבאמא. אויב דארף איר לייגן געלט אויף איינע פון די צוויי, זאלט איר עס לייגן אויף אבאמא. ווען ס'איז ווען צוויי בילדונגס און איר דארפט באשלוסען צווישן ביידע, ווייסט איר אליין וואס איר וואלט געקויפט. אנטשולדיגט פארן אייך פארכומערן דעם טאג, אבער אלץ איינער וואס זיצט אויף נאמבערס א גאנצן טאג, קען איך נישט פארשטיין ווי אזוי מענטשן קענען זיין אזוי נעאיוו. אדרבה, אויב בין איך נישט גערעכט, זייטס מיר מסביר, אבער ביטע, נישט מיט קיין פארטייאישע חלומות.
The information provided here is for informational purposes only, it is not intended to substitute for obtaining accounting, tax or financial advice from a professional accountant. It does not constitute an accountant-client relationship. I do not warrant that the information is error-free.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

גיי צוריק צו '08 און קוק ווי שלעכט די פאולס זענען געווען, און ווייז מיר אן איין פאול קאמפעני וואס איז ארויס פון ביזנעס!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

sunbar האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:פון דראדזש

SEX SCANDAL TO HIT CAMPAIGN... DEVELOPING...


נא?


אפשר מיינט מען די בילד וואס האט נארוואס ארום קורסירט: :lol: :lol:
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

און ביזט ראנג מיט די פאולס אין אהייא. נעכטן איז ארויס א פאול אין אהייא פון א אהייא צייטונג וואס ווייזט אז אבאמא איז אהעד מיט 15 ביי די וואס האבן שוין געשטימט.. אבער ראמני איז אהעד מיט 11 ביי די וואס שטימען דינסטיג... איבעמארגן גייען שטימען 5 מאל אזויפיל מענטשן פון וויפיל ס'האבן געשטימט פריה. יעצט מאך דו דעם חשבון.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
Accountant
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:18 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל

שליחה דורך Accountant »

זר זהב האט געשריבן:גיי צוריק צו '08 און קוק ווי שלעכט די פאולס זענען געווען, און ווייז מיר אן איין פאול קאמפעני וואס איז ארויס פון ביזנעס!


איר געדענקט נאך זאגבי? ער גייט נאך אן אבער קיינער נוצט אים נישט, ער איז געווען צופיל מאל ראנג.

רבי זר, לויט ווי איך פארשטיי, האלטסטו אז אלע פאולס זענען בייעסד פאר די דעמעקראטן, צו האסטו באווייזן דערויף? סתם ווייל מ'גלייכט נישט די נומערן מיינט נישט אז ס'איז נישט אמת. אדרבה, גיי צוריק צו 2008, אין רוב סטעיטס איז אבאמא אונטערגעשאצט געווארן!

כ'האב נישט געזעהן דעם אהייאו פאול וואס די האסט אנגעצייכנט. אויב ס'איז אמת, וועט ראמני געווינען אהייאו מיט 213,325 וואטס אדער מער. דער חשבון איז פשוט, אין 2008 האבן אין אהייאו געשטימט 5,773,777 מענטשן, לאמיר זאגן אז די זעלבע צאל מענטשן וועלן שטימען היי יאר (ס'וועט לכאורה זיין מער ווייל די פופאלאציע וואקסט, אבער כ'וועל ארבעטן מיט די 2008 נומבערס ווייל דאס איז וואס ס'איז דא), היי יאר האבן שוין געשטימט 1,622,272 מענטשן. אויב האט אבאמא געווינען %15 מיינט דאס אז ער האט א נעט אויבערהאנט פון 243,341 פריע שטימען. בלייבט איבער 4,151,505 פאר היינט, מארגן, אין דינסטאג. אויב ראמני געווינט מיט %11 פארצענט וועט ער האבן א נעט אויבערהאנט פון 456,666 שפעטע שטימען. הכל בכל וועט ראמני האבן א נעט 213,325 שטימען! אדער איבער 3 א האלב פארצענט. (פארשטייט זיך אז די נומערן דא זענען נישט פונקטלעך ממילא זענען די קאלקעלאציעס אויך נישט פונקטלעך)
קענסט אפשר לייגן א לינק צו דעם פאול?
The information provided here is for informational purposes only, it is not intended to substitute for obtaining accounting, tax or financial advice from a professional accountant. It does not constitute an accountant-client relationship. I do not warrant that the information is error-free.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

מיינע באווייזן דערויף איז זייער פשוט. זיי פרעגן אויס סאך מער דעמאקראטן ווי רעפובליקאנער. און טאקע אין '08 האבן כמעט אלע אונטערגעשאצט אבאמא אין מערערע שטאטן,, און היינט שאצן זיי אונטער ראמני'ן.

דא איז יענער פאול

http://www.dispatch.com/content/stories ... ss-up.html
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
Accountant
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:18 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל

שליחה דורך Accountant »

זר זהב האט געשריבן:מיינע באווייזן דערויף איז זייער פשוט. זיי פרעגן אויס סאך מער דעמאקראטן ווי רעפובליקאנער. און טאקע אין '08 האבן כמעט אלע אונטערגעשאצט אבאמא אין מערערע שטאטן,, און היינט שאצן זיי אונטער ראמני'ן.

דא איז יענער פאול

http://www.dispatch.com/content/stories ... ss-up.html


שכוח פארן לינק- לויט זיי, גייען %40 וואטן פאר אילעקשאן דעי, און אבאמא האט א %15 אויבערהאנט. זעכציג פארצענט פלאנען צו וואטן דינסטאג און ראמני האט א %11 אויבער האנט. אם כנים הדברים, גייט דא זיין זייער זייער א שמאלער אויסגאנג און ראמני גייט עס געווינען מיט 34,643 וואטס.
נעמט 5,773,777 און ציטיילט עס 40/60, קומט אויס 2,309,511 פריע וואטס און 3,464,266 שפעטע וואטס. אויב אבאמא האט א %15 אויבערהאנט ביי די פריע וואטס, גייט ער האבן א נעט אויבערהאנט פון 346,427 פריע שטימען, אויב ראמני האט א %11 אויבערהאנט ביי די שפעטע וואטס גייט ער האבן אן אויבערהאנט פון 381,069 שפעטע שטימען. הכל בכל גייט ראמני האבן א נעט געווינס פון 34,643 אדער %006 !
דאס איז מיט די נומבערס וואס מיר האבן, אויב וועלן מער מענטשן ארויסגיין שטימן ווי 2008 דעמאלס וועט ראמני האבן א גרעסערע אויבערהאנט. אבער נעמט אינאכט, אבאמא האט זיין %15 שטימען אין טאש, ס'איז שוין געשטימט. משא"כ ראמני דארף נאך זיכער מאכן אז זיינע מעטשען זאלן נאך ארויסגיין און אז זיי זאלן נישט טוישן זייער מיינונג, ס'איז צו א קליינע אויבערהאנט אז די זאלסט זיין זיכער אז ראמני גייט געווינען. און פארגעס נישט, דאס איז נאר איין פאול און האט די סטעיט ממש גלייך אויף גלייך!

לגבי דיין טענה אז מען פרעגט אויס מער דעמאקראטן, לויט ווי גאלאפ שרייבט, נעמען זיי בכלל נישט אין חשבון אין זייער מאדאלען וויפל פון יעדע פארטיי אויסצופרעגן! זיי פרעגן די אויסגעפרעגטע צו וועלעכע פארטיי זיי באלאנגן. דאס הייסט אזוי, מענטשן טוישן זייער מיינונג, בערך %20 מענטשן טאנצן אויף ביידע חתונות, אמאל ריפן זיי זיך אינדיפענדענטס, אמאל דעמאקראטן און אמאל רעפובליקאנער, ס'ווענדט זיך ווי אזוי די ווינט בלאזט. ממילא, ווען די ווינט איז פאר אבאמא, און זיי באשלוסן אז זיי גייען וואטן פאר אבאמא, רופן זיי זיך דעמאקראטן. בקיצור, וואספארא פארטיי מען געהער, איז נישט קיין חלק פונעם מאדעל, ס'איז א חלק פון פראגעס וואס מען פרעגט אויס! כ'וועל נעמען גאלאפ ביים ווארט, זיי זענען די עקספערטן אין פאולינג.
The information provided here is for informational purposes only, it is not intended to substitute for obtaining accounting, tax or financial advice from a professional accountant. It does not constitute an accountant-client relationship. I do not warrant that the information is error-free.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

יא יא, און גאלאפ האט ראמני 5 פוינטס אהער נעשענעלי! און ס'נישט מסתבר איז ראמני זאל אזוי שטארק געווינען די פאפולערע וואוטס און פארלירן די עלעקטאראל וואטוס!

און וואו ביזטע געווען ביז יעצט... ביזט אייזן. 2 טעג פאר די וואהלן ריקסטעזיך אן?.. אשאד!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
Accountant
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:18 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל

שליחה דורך Accountant »

זר זהב האט געשריבן:יא יא, און גאלאפ האט ראמני 5 פוינטס אהער נעשענעלי! און ס'נישט מסתבר איז ראמני זאל אזוי שטארק געווינען די פאפולערע וואוטס און פארלירן די עלעקטאראל וואטוס!

און וואו ביזטע געווען ביז יעצט... ביזט אייזן. 2 טעג פאר די וואהלן ריקסטעזיך אן?.. אשאד!


שכוח, איך בלאש...

גערעכט, אבער ס'איז א וואך אלט, כ'מיין אז זיי קומען מארגען ארויס מיט א נייע פאול, וראה מה יהיה נומערותיו.

איך האב מיך אויך זייער שטארק געוואונדערט ווי אזוי ס'מעגליך אז ראמני שטייט פאראויס נעשענאל און אבאמא אין די סווינג סטעיטס, ס'איז זייער אונטערסאנט. מיין טעארי איז, און ס'איז נאר א טעארי קענסט מחולק זיין, אז אין די בעטאל גראונד סטעיטס רוקן זיך נישט קיין מיינונגן אזוי שנעל. דארטן קען אבאמא שלאפן ביי א דיבעיט און מייינונגן טוישן זיך נישט, גאנץ פשוט, ווען מיר האבן נאכנישט געוויסט אז ס'איז דא א קאמפיין, איז שוין אויסגעשווענדעט געווארן אין אהייאו צענדליגער מיליאנען דאלארן, יעדער איינער ווייסט שוין פונקטלעך וויפל ביליאנען פאד סטעמפס ער גייט באקומען ווען אבאמא געווינט און וויפל דזשאבס ער גייט באקומען ווען ראמני געווינט. מיינונגען טוישן זיך שוין נישט. ווי אבאמא האט געכאפט זיין ריק איז אין נ"י, טעקסקס, קאליפארניע, וכו' דארטן ווי מען האט נאך קיינמאל נישט קאמפיינט. פלוצלינג ווערן מענטשן געוואר אז ס'איז דא א מענטש, ראמני, וואס ווייסט ווי אזוי צו פירן א ביזנעס און ווייסט אפילו ווי אזוי צו טוישן א מיינונג, מענטשן זענען געווארן אימפרעסט. דארטן האבן זיך מיינונגען געטוישט, אבער דארטן מאכט עס נישט אויס! קענסט זעהן ווי נאנט פענסעלוועניא איז געווארן, אבער פלארידע און אהייאו שטייען ווי מיליאן חדשים צוריק, ממש אן קיין שינו. כנלפע"ד.
The information provided here is for informational purposes only, it is not intended to substitute for obtaining accounting, tax or financial advice from a professional accountant. It does not constitute an accountant-client relationship. I do not warrant that the information is error-free.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

Tuesday will be a "Black-Out" in the White House
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

פלארידע איז געווען אבאמא'ס פאר ראמני'ס ערשטן דעבאטע
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
Accountant
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:18 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל

שליחה דורך Accountant »

זר זהב האט געשריבן:פלארידע איז געווען אבאמא'ס פאר ראמני'ס ערשטן דעבאטע


פלארידע איז אייביג געווען גלייך אויף גלייך, איין פאול האט עס געגעבן פאר אבאמא און איין פאול פאר ראמני. ס'איז געווען א צוויי וואכן, נאך די קאווענשאנס, וואס אבאמא איז געווען פאראויס אין יעדן פאול. לכאורה א. רעזאלטאט פון ביל קלינטאן'ס דרשה. אבער פאר א גאנץ יאר זענען זיי געווען אייניג.
The information provided here is for informational purposes only, it is not intended to substitute for obtaining accounting, tax or financial advice from a professional accountant. It does not constitute an accountant-client relationship. I do not warrant that the information is error-free.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

א מעגליכקייט צו פארלענגערן וואטינג אויף א נאך א טאג, צוליב דעם האריקעין.
http://www.vosizneias.com/116485/2012/1 ... -of-voting
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
קליינע רעבעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך קליינע רעבעלע »

ס'קען נישט געשען!
בעסער פין מיר איז א פרימאק - ווייניגער ווי מיר איז א שייגעץ
באניצער אוואטאר
smart
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 625
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך smart »

the only black out we want is barack obama!!!
א גוטן טאג אייך!
שטערן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 106
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:04 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך שטערן »

טאג בעפאר די וואלן
RASMUSSEN: R 49% O 48%
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

מסביר דעם עלעטאראל קאלעדזש

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=8V_AbIzBTYQ[/youtube]
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
Accountant
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:18 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל

א תמצית פון די סענאט פארמעסטן

שליחה דורך Accountant »

אין א יאר וואס ס'האט לכתחילה אויסגעזעהן ווי די רופאבליקאנער וועלן האבן א גוט יאר און זיי וועלן איבערנעמן דעם סענאט, שטעלט זיך ארויס אז זיי קענען גאר פארלירן א נעט זיץ אדער צוויי!
די נומערן זענען געווען מעכטיג פאר די רופאבליקאנער. 33 זיצן זענען אין פארמעסט, 10 זענען אין די רופאבליקאנע האנט און 23 אין דעמעקראטישע האנט. דאס אליין גיבט לכאורה פאר די רופאבליקאנער א גרעסערער שאנס צו געווינען מער ווי די דעמעקראטן, גאנץ פשוט, די דעמעקראטן דארפן דיפענדן אסאך מער זיצן. אבער ס'האט נאך אויסגעזעהן בעסער, אסאך דעמעקראטישע זיצן זענען געווען אין בעטאל-גראונד און אין רעפובליקאנע גענויגטע סטעיטס, משא"כ די רעפובליקאנע זיצן זענען כמעט אלע געווען אין רעפובליקאנע גענויגטע שטאטן, נאר צוויי זענען געווען אין דעמעקראטישע גענויגטע שטאטן.
אבער ווי ס'שטעלט זיך ארויס, אז שלעכטע מזל, די טי פארטי, און זיך נישט קענען האלטן דאס מויל, האט כמעט ווי פארזיכערט אז אלע חלומות בלייבן חלומות. לאמיר א קוק טוהן ווי זאכן האלטן א טאג פאר מען גייט שטימען:

די רופאבליקאנער האבן יעצט 47 זיצן, און די דעמעקראטן האבן 53. כדי צו געווינען דעם סענאט דארפן די רופאבליקאנער געווינען א נעט 3 אדער 4 זיצן, ווענדט זיך ווער ס'געווינט דעם פרעזידענט אמט.
צוויי זיצן וועלן זיך זיכער טוישן, מעין און נאברעסקא. מעין גייט פון רופאבליקאנער צו די דעמעקראטישע האנט (אן אינדיפענדענט גייט עס געווינען, אבער ס'הייסט אז ער גייט שטימען מיט די דעמעקראטן) און נאברעסקא גייט פון דעמעקראטן צו רופאבליקאנער.
האלטן מיר ווייטער ביים א'. 53-47

די רופאבליקאנער האבן 44 פארזיכערטע זיצן און די דעמעקראטן האבן 45 פארזיכערטע.

די דעמעקראטן האבן זיצן אין די סווינג סטעיטס פלארידע, אהייאו, פענסילוועניע, אין און מיזורי א רופאבליקאנער גענויגטע סטעיט. אלע פאולס געבן די פיר סטעיטס פאר די דעמעקראטן , די מיזורי זיץ איז ממש א מתנה, די רופאבליקאנער האבן דאס געדארפט געווינען ביז זייער קאנדידאט האט געמאכט א קאנטרעווערשאל סטעיטמענט.
האלט מען ביי 49 דעמעקראטן און 44 רופאבליקאנער

נארט דיקאטע (ד) – אלע פאולס געבן עס פאר די רופאבליקאנער.
האלטן מיר ביי 49 45.

וויסקאנען (ד) – אלע פאולס געבן עס פאר די דעמעקראטן, איין פאול האט עס גלייך אויף גלייך. מקען רואיג זאגן אז ס'בלייבט אין זייער הענט.
האלטן מיר ביי 50 דעמעקראטישע זיצן. אויב אבאמא געווינט, בלייבן די דעמעקראטן מיטן סענאט אפילו זיי פארלירען אלע איבעריגע זיצן.

נעוואדע (ר) – אלע פאולס געבן עס פאר די רופאבליקאנער, איין פאול האט עס גלייך אויף גלייך. לכאורה בלייבט עס ביי די רופאבליקאנער (איך זאג לכאורה, ווייל אין 2010 ווען די רופאבליקאנער האבן געהאט דאס בעסטע יאר אין א לאנגע צייט, האט עס הערי ריעד געמאכט, און נאכמער די פאולס האבן עס געגעבן פאר די רופאבליקאנער מיט 1 ביז 4 פונקטן, למעשה האט ער עס געמאכט מיט איבער 5.5 פונקטן! די דעמעקראטן האבן דארט א גראונד געים איינס אין די וועלט, ווי אויך זעהט אויס אז אבאמא געווינט דעם סטעיט וואס וועט העלפן פאר די דעמעקראטן. אבער נאך אלעם איז ריעד דער מאדזשאריטי לידער און מענטשן פארשטייען וואס ס'מיינט פאר די סטעיט, ווי אויך איז געלאפן קעגן אים א שוואכע קאנדידאט, און דער היינטיגער קאנדידאט איז דער אינקאמבענט. ממילא איז שווער א ראיה צו ברענגן פון 2010. איך וועל גלייבן די פאולס און עס לאזן ביי די רופאבליקאנער)
האלטן מיר ביי 50 46

מעסעטשושעס (ר) – 4 פאולס געבן עס פאר די דעמעקראטן מיט 4 ביז 7 פונקטן, איין פאול גיבט עס פאר די רופאבליקאנער מיט איין פונקט, אין איין פאול איז עס גלייך אויף גלייך. ס'איז כמעט זיכער א דעמעקראטישע געווינס, בפרט ווען אבאמא גייט שטארק געווינען דעם דעמעקראטן גענויגטן סטעיט.
האלטן מיר בי 51 46

אינדיענא (ר) – ס'איז נאר דא צווי פאולס און ביידע געבן עס פאר די דעמעקראטן, פון 3 ביז 11 פונקטן. נאך א זיץ ווי א נערישער זאץ האט אפגעהארגעט א כמעט זיכערער געווינס.
האלטן מיר ביי 52 46

ווירדזשיניע (ד) – 5 פאולס געבן עס פאר דעמעקראטן מיט 2 ביז 7 פונקטן, צוויי פאולס געבן עס פאר די רופאבליקאנער מיט 2 ביז 5 פונקטן, איין פאול האט עס גלייך אויף גלייך. ס'ווענדט זיך אסאך ווער ס'געווינט די סטעיט, אבאמא אדער ראמני.

מאנטענע (ד) – צווי פאולס געבן עס פאר די דעמעקראטן מיט 1 אדער 2 פונקטן, איין פאול געבט עס פאר די רופאבליקאנער מיט 4 פונקטן. ס'איז א רופאבליקאנער גענויגטע סטעיט מיט א דעמעקראטישען אינקאמבעט. א ריכטיגער טאס-אפ.

סך הכל: די דעמעקראטן האבן לכאורה 52 זיכערע זיצן און די רופאבליקאנער 46. צוויי זיצן קען מען נישט פאראויסזאגן. דאס מיינט אז די דעמעקראטן קענען גאר צוגעווינען א זיץ! (אדער צוויי, אויב אין נעוואדע שפילט זיך איבער 2010 נאכאמאל).
The information provided here is for informational purposes only, it is not intended to substitute for obtaining accounting, tax or financial advice from a professional accountant. It does not constitute an accountant-client relationship. I do not warrant that the information is error-free.
פארשפארט