Life Insurance
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
Life Insurance
איך געדענק נישט אויב מע האט שוין גערעט דא פון לייף אינשורנס, וועלעך יעצט שרייבען און פרעגען וועגען דעם.
איך בין א אינגערמאן. א פאר יאר נאך מיין חתונה. כאב שוין ב“ה מער ווי איין קינד און כאב נישט קיין לייף אינשורענס פאליסי און מיין חבר וואס איז א בראקער מאכט מיך משוגע אז איך מיז מיך מאכען א פאליסי.
איך האב שוין מיך א סאך מאל געטענהעט מיט איהם אז איך פלאן נאך ניש צו שטארבען אבער ער דערציילט מיך אלץ שרעקעדיגע מעשיות פון מענטשען וואס זענען געשטארבען אינג און זייער משפחה איז געבליבען אויפען וואסער.
וואס זאגט עץ?
דארף מען אדער מוז מען קויפען א פאליסי?
און אויך זאגט ער מיר וועגען לייף אינשורענס וואס מע קען ניצען אזוי ווי אינוועסטמענטס.
איך וויל הערען וואס אנדערע ווייסען און אזוי וועלעך וויסען אויב ער נארט מיך נישט אריין.

פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
- קליינע רעבעלע
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 140
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:10 pm
- האט שוין געלייקט: 14 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
סע א גוטע איידיע צו מאכען אויף מיין ווייב אויך, אבער איך קוק בעיקר אויף א פאליסי פאר א אינוועסטמענט.
נאר דעיס ציעט מיך.
איך וויל אוועק לייגען א דאללער צוויי, אז איך זאל קענען חתונה מאכען מיין קינד גרינגערהייט.
פון וויפיל געלט מיין ווייב מאכט און איך קעמען נישט קיין סאך אוועק לייגען אבער מיין חבר איז גערעכט אז מע דארף זיך אנשטרענגען אביסעל כדי מע זאל קענען חתונה מאכען אן מע זאל דארפען גיין שנארען.
נאר דעיס ציעט מיך.
איך וויל אוועק לייגען א דאללער צוויי, אז איך זאל קענען חתונה מאכען מיין קינד גרינגערהייט.
פון וויפיל געלט מיין ווייב מאכט און איך קעמען נישט קיין סאך אוועק לייגען אבער מיין חבר איז גערעכט אז מע דארף זיך אנשטרענגען אביסעל כדי מע זאל קענען חתונה מאכען אן מע זאל דארפען גיין שנארען.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
אויב דו קענסט זיך עס ערלויבן, איז נישט קיין שום ספק אז עס לוינט.
דארפסט נאר זיכער מאכן איינצוצאלן די גאנצע צייט, בערך לכה"פ 5 יאר, אז נישט גייט די גאנצע געלט פארלוירן.
ליידער רוב היימישע יונגעלייט קענען נישט עפפארדן די עקסטערע פאר דאלער פאר א אינוועטמענט אינשורעס.
(אדער צאלט מען עס פארן האנדא אודיסי)
"ערבים" איז אויך א גוטע מיטל פאר די מעוטי היכולת, און מ'איז שוין מקיים אינאיינוועגס די מצוה פון צדקה.

וירח ה' את ריח הניחוח
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
"ווילעך"? וואספארא ווארט איז דאס? (איך מיין נישט די ספעלינג)
איך האב אויך "געוואלט" האבן א דזשאב און קענען צאלן גרינג (ווער וויל נישט?)
און לכבוד דעם האב איך ליידער פארלוירן אין אזא פאליסי עטליכע אלפים!
קודם זאלסטו האבן א דזשאב, און דעם חבר דיינעם וואס טרעט דיר אויף די הינער אויגן און פארלאנגט א פאליסי, זאג אים ער זאל (נישט) צוריקקומען אין 8 חדשים.

- דבילה
- ידיד ותיק
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
- האט שוין געלייקט: 1091 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
ערבים איז א פראבלעמאטישע זאך ווי שוין ערווענט פון הרב יעקב הורוביץ שליט"א פון מאנסי. א טערם לייף אינשורענס איז בדר"כ היבש ביליגער און באמת פארזיכערט אן רייך מאכן עטליכע "עסקנים" אויפ'ן וועג. פארוואס מענטשן האבן נישט טערם פארשטיי 'ך נישט בכלל. ס'קאסט נישט קיין סאך און אויב דארף איינער אביסעלע מאטיוואציע זאל ער כאפן א בליק ווי ס'זעט אויס ביי די אלמנות און יתומים נעבעך אין שטוב ווען זיי דארפן זיך בעטן פאר מוצא'ס פון דעם און יענעם. אויב ס'נאר דא עפעס געלט אין שטוב איז אן אנדער מצב. און ווער רעדט נאך פון די בושות און חרפות פאר די אומבאהאלפענע משפחות פון די גרויזאמע קאמפיינס וואס ווערן געמאכט "לטובת" די יתומים זיי חתונה צו מאכן אדער אויף צו רעכטן די שטוב.
לייף אינשורענס פאר אינוועסטמענט איז אינגאנצן אן אנדערע מסכתא. ס'האט מיט דיין ווייב און קינדער גארנישט. אויב דאס איז די בעסטע אינוועסטמענט פאר דיר אדער נישט ווייס כ'נישט, פון דאס ביסל וואס כ'האב געהערט איז דאס אפשר פון די שוואכסטע אופנים צו אינוועסטירן געלט פאר ריוח, קיין חילוק פאר חיי שעה צו חיי עולם. נאר וואס יא? עפעס רעדן די לייף אינשורענס אגענטורן כאילו דער אינוועסטמענט איז נישט א פראבלעם צו האלטן אפילו מיט אלע שטאטישע פראגראמען וכדומה. גיי ווייס. וואס א לייף אינשורענס אגענט 'עט טון נאר דיר צו פארקויפן א פאליסי האט נישט א גבול.
לייף אינשורענס פאר אינוועסטמענט איז אינגאנצן אן אנדערע מסכתא. ס'האט מיט דיין ווייב און קינדער גארנישט. אויב דאס איז די בעסטע אינוועסטמענט פאר דיר אדער נישט ווייס כ'נישט, פון דאס ביסל וואס כ'האב געהערט איז דאס אפשר פון די שוואכסטע אופנים צו אינוועסטירן געלט פאר ריוח, קיין חילוק פאר חיי שעה צו חיי עולם. נאר וואס יא? עפעס רעדן די לייף אינשורענס אגענטורן כאילו דער אינוועסטמענט איז נישט א פראבלעם צו האלטן אפילו מיט אלע שטאטישע פראגראמען וכדומה. גיי ווייס. וואס א לייף אינשורענס אגענט 'עט טון נאר דיר צו פארקויפן א פאליסי האט נישט א גבול.
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:"ווילעך"? וואספארא ווארט איז דאס? (איך מיין נישט די ספעלינג)
איך האב אויך "געוואלט" האבן א דזשאב און קענען צאלן גרינג (ווער וויל נישט?)
און לכבוד דעם האב איך ליידער פארלוירן אין אזא פאליסי עטליכע אלפים!
קודם זאלסטו האבן א דזשאב, און דעם חבר דיינעם וואס טרעט דיר אויף די הינער אויגן און פארלאנגט א פאליסי, זאג אים ער זאל (נישט) צוריקקומען אין 8 חדשים.
פארלוירען עטליכע אלפים?
אוי וויי איז מיר
וואס איז געשען?
האסט פשוט אויפגעהערט צו באצאלען?
איך האב פרנסה ב“ה אויפען מינוט און מסתם בעיקר ווייל מיין ווייב ארבעט נאך, און אויב זי וועט אויפהערען וועל איך מיך מוזען נעמען געהעריג זיכען א בעסערע זשאב וואס איך טוה יעצט (איך ארבעט יעצט ביי א זשאב וואס איך מאך עכט זייער ווייניג געלט, אבער סע א באקוועמע ארבעט) אבער איך קאווער מיך צום סוף.
איך האב געטראכט אז סוף יאר באקומט מען אביסעל אריין פון די טעקס רעטורען, אן יענע געלט ווילעך אוועק לייגען.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
דבילה האט געשריבן:לייף אינשורענס פאר אינוועסטמענט איז אינגאנצן אן אנדערע מסכתא. ס'האט מיט דיין ווייב און קינדער גארנישט. אויב דאס איז די בעסטע אינוועסטמענט פאר דיר אדער נישט ווייס כ'נישט, פון דאס ביסל וואס כ'האב געהערט איז דאס אפשר פון די שוואכסטע אופנים צו אינוועסטירן געלט פאר ריוח, קיין חילוק פאר חיי שעה צו חיי עולם. נאר וואס יא? עפעס רעדן די לייף אינשורענס אגענטורן כאילו דער אינוועסטמענט איז נישט א פראבלעם צו האלטן אפילו מיט אלע שטאטישע פראגראמען וכדומה. גיי ווייס. וואס א לייף אינשורענס אגענט 'עט טון נאר דיר צו פארקויפן א פאליסי האט נישט א גבול.
א מחלקת צווישען שמעקעדיג און דבילה...
שמעקעדיג זאגט אז אפי' אז ער האט פארלוירען א פאר אלפים, אבער אויב איינער ווייסט אז ער וועט זעכער קענען באצאלען פאר פינעף יאר, איז זעכער א גוטע זאך אז ער זאל קויפען אזא פאליסי.
דבילה מאכט אוועק א לייף אינשורענס אאלץ א אינוועסטמענט.
וואס איז א בעסערע אינוועסטמענט אז מע זאל קענען בלייבען מיט פוד סטעמפס?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
- דבילה
- ידיד ותיק
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
- האט שוין געלייקט: 1091 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
ידען האט געשריבן:דבילה האט געשריבן:לייף אינשורענס פאר אינוועסטמענט איז אינגאנצן אן אנדערע מסכתא. ס'האט מיט דיין ווייב און קינדער גארנישט. אויב דאס איז די בעסטע אינוועסטמענט פאר דיר אדער נישט ווייס כ'נישט, פון דאס ביסל וואס כ'האב געהערט איז דאס אפשר פון די שוואכסטע אופנים צו אינוועסטירן געלט פאר ריוח, קיין חילוק פאר חיי שעה צו חיי עולם. נאר וואס יא? עפעס רעדן די לייף אינשורענס אגענטורן כאילו דער אינוועסטמענט איז נישט א פראבלעם צו האלטן אפילו מיט אלע שטאטישע פראגראמען וכדומה. גיי ווייס. וואס א לייף אינשורענס אגענט 'עט טון נאר דיר צו פארקויפן א פאליסי האט נישט א גבול.
א מחלקת צווישען שמעקעדיג און דבילה...
שמעקעדיג זאגט אז אפי' אז ער האט פארלוירען א פאר אלפים, אבער אויב איינער ווייסט אז ער וועט זעכער קענען באצאלען פאר פינעף יאר, איז זעכער א גוטע זאך אז ער זאל קויפען אזא פאליסי.
דבילה מאכט אוועק א לייף אינשורענס אאלץ א אינוועסטמענט.
וואס איז א בעסערע אינוועסטמענט אז מע זאל קענען בלייבען מיט פוד סטעמפס?
מיושעל פאנדס אויף די קינדער'ס נעמען מיט א קאסטאדיען וואס איז נישט די טאטע אדער מאמע.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
די אלע אינוועסטמענטס ווען עס קומט חתונה מאכען די קינדער זענען ווערט א מכה.
מען דארף היינט צו טאג האבען בערך פיפציג אלפים חתונה מאכען א קינד.
לייג אוועק געלט צען יאר טויזענט דאלאר א חודש איז דער קאפיטאל בערך הונדרעט טויזענט דאלאר. לאמיר זאגען אז די אינוועסטמענט מאכט עס דאבאל. צוויי מאות.
איז עס גענוג פאר צוויי קינדער. פארוואס? פארגעס נישט אינפלעישאן. אין צען יאר פין היינט גייט חתונה מאכען קאסטען בערך א מאה א קינד.
א קיצור איטס עי לאסט קעיס. אדער ווערסטו א גביר, אדער גייסטו ארום בארגען שנארען אזוי ווי רוב כלל ישראל.

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
איחוד פעלד האט געשריבן:פארגעס נישט אינפלעישאן. אין צען יאר פין היינט גייט חתונה מאכען קאסטען בערך א מאה א קינד.
העי ,העי... דו פליסט צו שנעל.
אין צען יאר, א "מאה" א קינד? פאוואליע! עס פליט נישט אזוי שנעל.
דאס איז שוין חוץ המעשה אז מען ארבעט אראפצוברענגען די פרייזן דורך חתונה מאלס און תקנות.
אבער בכלל איז עס נישט נאריש, איך ווייס פון מענטשן וועלכע האבן יא אינוועסטעד אין א חתונה פאליסי און האבן זיך עווענטועל מחי' געווען, עכ"פ למחצה לשליש ולרביע.
וירח ה' את ריח הניחוח
- בונם
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 31
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2012 1:15 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל
איך בין נישט קיין לייף אינשורענס מעקלער, אבער ווען איך האב געהאט מיינע אגענטן-נאכלויפער, האב איך זיך שטארק פאראינטערעסירט און נאכגעקוקט און דעריבער האף איך אז איך וועל דיר קענען העלפן.
עס איז נישט גרינג צו עצה'ן אין א פאל וואס מען האט נישט די פאקטן פאר זיך, נעמליך, די צאל יארן און וויפיל קינדער מען האט, דיין געזונט צושטאנד, וואס די אלע זאכן זענען וויכטיג צו וויסן כדי צו פירן צו די ריכטיגע באשלוסן, אבער בככליות איז פאר א היימיש חסידיש איד יא רעקאמענדירט צו אוועקלייגן אביסל געלט אין א "האל לייף פאליסי" און דאס האט כמה מעלות מיט זיך.
דאס ערשטע איז וויכטיג צו וויסן אז מען מוז האבן א שטארקע טראסט אין דעם אגענט, ווייל ווי יעדער סעילסמאן וועט ער אויך קוקן און שטופן די אינשורענס וואס ער קען מאכן א גרעסערער קאמישאן, און דעריבער איז טאקע וויכטיג און קלוג צו נאכגיין די פאקטן איידער מען שלעפט ארויס דאס בינטל גרינס און מען שפארט זיך איין אין א פיל יאריגן קאנטראקט.
לייף אינשורענס פאר זיך איז א וויכטיגע זאך בעיקר אין די פריע יארן פון לעבן, דאס הייסט די יארן וואס אויב א מענטש פארלאזט די וועלט חלילה, קען איבערלאזן א שטוב מיט קינדער וואס ברענגען נאכנישט אליינס אריין פרנסה אין שטוב. איינמאל מען האט זיי שוין חתונה געמאכט, דארף מען נישט קיין ערנסטע פאליסי. און א געווענליכע פאליסי (גערופן טורם לייף אינשורענס) קאסט פיל פיל ביליגער ווי די "אינוועסטמענט לייף אינשורענס".
לאמיר גיין צו די לייף אינשורענס אינוועסטמענט און וואס עס איז כדאי אז זאלסט אריינקוקן דערין.
עס איז פאראן לייף אינשורענס וואס גייען מיט מיוטשועל פאנדס, וואס דאס איז לכאורה נישט געאייגנט אין רוב פעלער, ווייל עס איז זייער אומזיכער און איך האב שוין זעלבסט דערלייגט ביי דעם.
דאס בעסטע איז די א.ג. "האל לייף אינשורענס" וואס דארט געבן זיי א מער באשטימטע און אקוראטע חשבון וויפיל דו וועסט אין די ענדע זען פון דיין געלט, און דער אגענט וועט דיר קענען ארויספרינטן א שיינע אילוסטראציע פונקטליך וויפיל עס וועט וואקסן אין לויף פון דעם פאליסי.
אוודאי איז עס נישט קיין הונדערט פראצענטיגע רעטורן, ווי דער אגענט וועט דיר אויך מודה זיין, אבער עס איז היסטאריש גאנץ פונקטליך.
ווען דו ווייסט וויפיל געלט דו ביסט גרייט אוועקצולייגן און וויפיל דו ביסט זיכער אז דו וועסט האבן יעדעס יאר, דאן נעם א פאליסי וואס וועט דיר געבן לייף אינשורענס פאר א דריטל פון דעם סכום, און די איבעריגע צוויי דריטל זאלסטו אריינגיסן אינעם פאליסי, און דאס וועט גיין סיי אויף די עצם אינוועסטמענט, און סיי עס וועט אויך דעם לייף אינשורענס זעלבסט גרעסער מאכן.
למשל, דו ווילסט אוועקלייגן פינף טויזנט דאלער א יאר, זאלסטו זאגן דעם אגענט אז דו ווילסט קויפן לייף אינשורענס פאר צוויי אלפים א יאר, און ער זאל דיר געבן א פאליסי וואס דו זאלסט אין דעם קענען אריינגיסן נאך דריי אלפים (נישט אלע פאליסיס קען מען צולייגן מער וויפיל עס האט לכתחילה געקאסט).
איך האף אז איך בין גענוג קלאר. איך האב געוואלט טון א גוטע זאך מיט די צוגעקומענע שעה און ארויסהעלפן א צווייטן איד, אבער עס איז שוין זייער שפעט, און אויב עס איז נאך שווער, פרעג אן און מען וועט פראבירן צו העלפן וואס מעגליך.
דא האסטו עטליכע לינקס איבער די נושא, און אויך איבער די מחלוקת צווישן פארשידענע פינאנציעלע מומחים וואס זענען נישט איינשטימיג אויב עס לוינט זיך יא אדער נישט צו אינוועסטן אין לייף אינשורענס. געדענק אבער אז דאס איז געזאגט פאר געווענליכע פונעם פאלק, אבער נישט פאר די וואס ווילן באהאלטן זייערע נכסים.
דער האלט זייער דערפון, די מעלות און חסרונות פון לייף אינשורענס אינוועסטמענט, אכט סיבות צו פארמיידן, און פיר סיבות צו אינוועסטירן דערין און ליין דא, און דא.

“Strong minds discuss ideas, average minds discuss events, weak minds discuss people”
Socrates ―
Socrates ―
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 384
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל
אלע, אן קיין יוצא מן הכלל, אינשורענס קאמפעניס זענען דא דיך צי אויס-סאקען דריי. פאר א מענטש צו האבן א עדזש מיט זיין פאליסי, אויב עס איז נישט קיין בעסיק טוירם לייף אינשורענס, דארף ער זיין א מעטעמאטישען.
די גאנצע יונעווערסעל/האול לייף אינשורענס איז א אחיזת עניים וואס אויפן בעסטן אופן וועסטו פארדינען 4/5 פראצענט אויף דיין געלט. כמעט קיינמאל.
א נארמאלע מענטש האט בעסערס וואס צו טון מיט זייט געלט ווי עס אריין שטעלן אויף ריסק מיט זייער שענענאגענס. א קאנטראקט וואס איז אזוי געדריוועלט און מיסטעריש, מסתם קוים איינס פון הונדערט עידזשענטס האבן עס ארויס. פון די פובליק, כמעט קיינער ווייסט נישט וואס ער האט געקויפט און די מעקעניקס פון פאליסיס ווי די פירמעס זענען ברצותו מאריך און ברצותו מקצר.
עס איז א פאמפ ענד דאמפ. אזוי ווי פרעה. יעדע שטיקט צייט גייט נאך א "גאר גוטע טראסטבארע" אינשורענס קאמפאני באנענעס מיט זייערע קליענטן. מיט געקינצעלטע שטיק אין מספר.
קויפט טורם אינשורענס. אינוועסט אייער געלט ערגעץ אנדערש. פונקט ווי איר אינוועסט נישט מיט אקאונט וועליוס ביי אייער קאר אינשורענס אינוועסט נישט מיט גארדיען פיינענשאל.
די גאנצע יונעווערסעל/האול לייף אינשורענס איז א אחיזת עניים וואס אויפן בעסטן אופן וועסטו פארדינען 4/5 פראצענט אויף דיין געלט. כמעט קיינמאל.
א נארמאלע מענטש האט בעסערס וואס צו טון מיט זייט געלט ווי עס אריין שטעלן אויף ריסק מיט זייער שענענאגענס. א קאנטראקט וואס איז אזוי געדריוועלט און מיסטעריש, מסתם קוים איינס פון הונדערט עידזשענטס האבן עס ארויס. פון די פובליק, כמעט קיינער ווייסט נישט וואס ער האט געקויפט און די מעקעניקס פון פאליסיס ווי די פירמעס זענען ברצותו מאריך און ברצותו מקצר.
עס איז א פאמפ ענד דאמפ. אזוי ווי פרעה. יעדע שטיקט צייט גייט נאך א "גאר גוטע טראסטבארע" אינשורענס קאמפאני באנענעס מיט זייערע קליענטן. מיט געקינצעלטע שטיק אין מספר.
קויפט טורם אינשורענס. אינוועסט אייער געלט ערגעץ אנדערש. פונקט ווי איר אינוועסט נישט מיט אקאונט וועליוס ביי אייער קאר אינשורענס אינוועסט נישט מיט גארדיען פיינענשאל.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
אדרבה, זאג, וואו יא? וואו וואלסטו אינוועסטירט דיינע געלט?
איך מיין אז עס קומט יא צו סוכ"ס מער ווי 4/5 פראצענט (כ'האב נישט די נומבערס אין פראנט פון מיר), און פארגעסט נישט אז דו דארפסט גארנישט טון, זיי טוען אלע אינוועסטמענט פאר דיר, דאס איז אויך עפעס ווערד.
אודאי מיינען זיי זיך, לכבוד עצמם הם דורשים, זיי קומען נישט לשם מצוה, זיי זוכן צו מאכן א שיינע פרנסה דערפון, אבער דאס איז א בחינה פון "זה נהנה וזה נהנה".
איך מיין אז BFG איז גאר טראסטבאר היינט-צוטאגס. זיי וועלן "נישט" זוכן דיר אריינצודרייען א פאליסי וואס לוינט זיך פאר זיי. זיי גיבן דיר אלע אפציעס און זענען דיר מסביר די מעלות און חסרונות פון יעדע, און דו קענסט אויסוועלן וועלכע דו ווילסט, טראץ דעם וואס זיי וועלן פארדינען ווייניגער דורך דיין טשויס.
איך מיין אז עס קומט יא צו סוכ"ס מער ווי 4/5 פראצענט (כ'האב נישט די נומבערס אין פראנט פון מיר), און פארגעסט נישט אז דו דארפסט גארנישט טון, זיי טוען אלע אינוועסטמענט פאר דיר, דאס איז אויך עפעס ווערד.
אודאי מיינען זיי זיך, לכבוד עצמם הם דורשים, זיי קומען נישט לשם מצוה, זיי זוכן צו מאכן א שיינע פרנסה דערפון, אבער דאס איז א בחינה פון "זה נהנה וזה נהנה".
איך מיין אז BFG איז גאר טראסטבאר היינט-צוטאגס. זיי וועלן "נישט" זוכן דיר אריינצודרייען א פאליסי וואס לוינט זיך פאר זיי. זיי גיבן דיר אלע אפציעס און זענען דיר מסביר די מעלות און חסרונות פון יעדע, און דו קענסט אויסוועלן וועלכע דו ווילסט, טראץ דעם וואס זיי וועלן פארדינען ווייניגער דורך דיין טשויס.
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 384
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל
סאיז זייער נאריש צוזאגן אז אימיצער וואס פארדינט אין טאש 50-100 פערצענט פון דיין ערשטע פרומיום איז באגלייבט און זיכט דיין גוטס. אפשר איז עס בוחר הרע במיעוטו, אבער זיכער נישט באגלייבט.
טראכט אריין וואס די רעדסט. סאיז נישט מסבר אל האוזן. די אינדעסטריע איז געבויט ווי א רעלידזשען מיט א ברעין וואשינג סיסטעם.
ווי יא? 4/5 פערצענט איז נישט אזוי סאך. ווען 30 יאריגע סטעיט באנדס צאלט 3 פערצענט טעקס פריי, ציוואס גיין אין בעט מיט די גרעסטע פארדרייעטע אינדעסטריע. אדרבא, נעם דיין פאליסי אין האנט, ליין עס אביסל, אלע פראדוקטען זענען דיזיינט דיך צוצימישען מיט שאק לעפסעס סאיז נישט ווערט די פאר עקסטערע דאלער.
ווילסט קאנסערוועטיוו ריטארנס פון 4/5 פארצענט קויף טריפעל עי באנד pools, ריעל עסטעיט אא"ו
ווילסט אביסל מער שפקלירען קויף מיוטשעל פאנדס, קענסט כאטש מאכן דא דארט גרויסע ריטארנס.
ווילסט געמבלען שפיעל די מארקעט.
אינוועסט נישט מיט א אינדעסטריע וואס טיילט אוועק אזוינע גראבע קאמישענס. זיי מוזן אויף עפעס א וועג צוריק מאכן זייער געלט.
They are out to get you.
א שיינע עד פאר בי. עף. דזשי. זאלסט מיך אנטשולדיגען, אבער דאס באלאנגט אין צימעס. ווייל דא טאר איך נישט אויסגיסען די קיתון של שופכים אויף די בעלי בתים הידועם לשמצה.
טראכט אריין וואס די רעדסט. סאיז נישט מסבר אל האוזן. די אינדעסטריע איז געבויט ווי א רעלידזשען מיט א ברעין וואשינג סיסטעם.
ווי יא? 4/5 פערצענט איז נישט אזוי סאך. ווען 30 יאריגע סטעיט באנדס צאלט 3 פערצענט טעקס פריי, ציוואס גיין אין בעט מיט די גרעסטע פארדרייעטע אינדעסטריע. אדרבא, נעם דיין פאליסי אין האנט, ליין עס אביסל, אלע פראדוקטען זענען דיזיינט דיך צוצימישען מיט שאק לעפסעס סאיז נישט ווערט די פאר עקסטערע דאלער.
ווילסט קאנסערוועטיוו ריטארנס פון 4/5 פארצענט קויף טריפעל עי באנד pools, ריעל עסטעיט אא"ו
ווילסט אביסל מער שפקלירען קויף מיוטשעל פאנדס, קענסט כאטש מאכן דא דארט גרויסע ריטארנס.
ווילסט געמבלען שפיעל די מארקעט.
אינוועסט נישט מיט א אינדעסטריע וואס טיילט אוועק אזוינע גראבע קאמישענס. זיי מוזן אויף עפעס א וועג צוריק מאכן זייער געלט.
They are out to get you.
א שיינע עד פאר בי. עף. דזשי. זאלסט מיך אנטשולדיגען, אבער דאס באלאנגט אין צימעס. ווייל דא טאר איך נישט אויסגיסען די קיתון של שופכים אויף די בעלי בתים הידועם לשמצה.
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
ישר כח פאר יעדער וואס שרייבט דא אזוי שיין און ספעציעל פאר בונם וואס האט אוועק געגעבען זיין עקסטערע שעה צו העלפען, און אויך פאר די אנדערע וואס געבען אוועק זייער א סאך אנדערע שעות צו העלפען.
מע האלט יעצט אז דבילה און פערינא האלטען נישט פון אזא אינוועסטמענט, און שמעקעדיג און בונם האלטען יא.
איך האב א פאר שאלות פאר פערינא.
וואס הייסט זיי זענען דא מיך אויסצוסאקען?
יעדע ביזנעס וויל מאכען געלט. ניין?
און ביי לייף אינשורענס האבעך געהערט אז זיי מאכען זייער אסאך געלט פון לעפסט פאליסיס, וואס מענטשען קענען נישט באצאלען און דארט מאכען זיי געלט. סע ארבעט אויף דעם חשבון.
איך וויל וויסען אויב סע דא איינער וואס איז שוין אביסעל עלטער ווי אונז אינגערלייט, אדער האט איינעם וואס ער קען פרעגען. אויב מע האט אמאל געהאט אזא פאליסי און עס יא באצאלט, אויב ער האט צוריק געמאכט די געלט?
4 5 פראצענט איז נישט אזוי שלעכט , פאר איינער וואס קען נישט מאכען געהעריגע אינווענמענטס ווייל ער וויל נישט מע זאל איהם אפהאקען פון די גאווערמענט פראגרעמס.
אזוי מיין איך. אדרבה איך בין נאך פאר קויפען די אינשורענס. קענסט מיך נאך ראטעווען...
מע האלט יעצט אז דבילה און פערינא האלטען נישט פון אזא אינוועסטמענט, און שמעקעדיג און בונם האלטען יא.
איך האב א פאר שאלות פאר פערינא.
וואס הייסט זיי זענען דא מיך אויסצוסאקען?
יעדע ביזנעס וויל מאכען געלט. ניין?
און ביי לייף אינשורענס האבעך געהערט אז זיי מאכען זייער אסאך געלט פון לעפסט פאליסיס, וואס מענטשען קענען נישט באצאלען און דארט מאכען זיי געלט. סע ארבעט אויף דעם חשבון.
איך וויל וויסען אויב סע דא איינער וואס איז שוין אביסעל עלטער ווי אונז אינגערלייט, אדער האט איינעם וואס ער קען פרעגען. אויב מע האט אמאל געהאט אזא פאליסי און עס יא באצאלט, אויב ער האט צוריק געמאכט די געלט?
4 5 פראצענט איז נישט אזוי שלעכט , פאר איינער וואס קען נישט מאכען געהעריגע אינווענמענטס ווייל ער וויל נישט מע זאל איהם אפהאקען פון די גאווערמענט פראגרעמס.
אזוי מיין איך. אדרבה איך בין נאך פאר קויפען די אינשורענס. קענסט מיך נאך ראטעווען...
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
איך זעה יעצט א אשכול וועגען אינוועסטמענטס
viewtopic.php?f=25&t=735
אפשר זאלעך טאקע קויפען א טעקסי מעדעליאן?
viewtopic.php?f=25&t=735
אפשר זאלעך טאקע קויפען א טעקסי מעדעליאן?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 384
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל
זאג ידען, וויפיל געלט זיכסטו צו באהאלטן פון די גאווערמענט? אימיצער האט דעסיידעד אז ווען מפארשטעקט עס מיט א אינשורענס קאמפעני גייט עס די איי. אר. עס. אודיטער נישט טרעפען? ווי זיצט יעצט דיין געלט? וויאזוי גייסטו אריין לייגען אין דיין פאליסי אדער שפעטער ארויס נעמען פון זיי ווען די דארפסט עס? קענסט עס נישט שיקען צום גמ"ח מיזט עס ארויס נעמען אויף דיין נאמען.
אז די האסט א מאה'לע, קויף דיר א שטיקעל קרקע לייג עס אויף א
עלעלסי, אדער א טראסט, ווי דיין נאנטער באגלייבטער איז א סיינער, אין קעיש די רענט אין טאש אריין. ווען די וועסט דיך אויסגראדן קענסט אי. זי. קעיר נעמען דערפון.
נישט אז די זאלסט עס חס ושלום טאן. אבער עס איז די זעלבע געדאנקען גאנג..
די זאלסט נישט אינוועסטן מיט א קאמפעני וואס זוכט דיין שלעכטס. קויף טורם אינשורענס צו פארזיכערן דיין פאמיליע.
אינוועסט ערגעץ אנדערש.
אז די האסט א מאה'לע, קויף דיר א שטיקעל קרקע לייג עס אויף א
עלעלסי, אדער א טראסט, ווי דיין נאנטער באגלייבטער איז א סיינער, אין קעיש די רענט אין טאש אריין. ווען די וועסט דיך אויסגראדן קענסט אי. זי. קעיר נעמען דערפון.
נישט אז די זאלסט עס חס ושלום טאן. אבער עס איז די זעלבע געדאנקען גאנג..
די זאלסט נישט אינוועסטן מיט א קאמפעני וואס זוכט דיין שלעכטס. קויף טורם אינשורענס צו פארזיכערן דיין פאמיליע.
אינוועסט ערגעץ אנדערש.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 384
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל
ניין, נישט יעדע פירמע וויל דיין שלעכטס. מ'מעג וועלען פארדינען אבער די חברה ווילן זאלסט אלעס פארלירן. א עקעלדיגע געדאנק. וועסט אלץ דארפן קוקן איבער דיין פלייצע, זעען ווי מ'וויל דיך כאפען אין מאכען פאטאש פון דיר.
מילא אז צאלסט טערם פרימיום אין די שטארבסט נישט, שוין ס'קומט זיך זיי פאר אינשארען דיין ריסק. אבער אינוועסטען מיט זיי?? חס ושלום. חס ושלום. לויף אוועק שנעל יעצט לויף לויף.
איינע פון די גרויסע טאלקינג פוינטס וואס די יונגע ראצער עידזשענטס וועט דיר זאגן איז, א, טורם אינשורענס? ביזט נאריש? וואס, די צאלסט פאר גארנישט?!?!?
ווען די הערסט דעס זאלסטו וויסען אדער איז די עידזשענט א כיטרע מעניפילעיטער אדער א שוטה. דיעל נישט מיט אים.