שרייבער האט געשריבן:למעשה איך פארשטיי נישט די מענטשן וואס גייען נישט מיטן שטריימל אין שפיטאל צו אין געשעפטן (איך רעד פון די וואס זענען געווענליך יא מקפיד צו גיין מיט א היט/שטריימל), אמעריקא איז א פרי קאנטרי, און אויב מעג דער גוי גויטע גיין אנגעטון ווי א היפי, צו להבדיל דער מוסלמענער מיט זיין טורבאן, פארואס זאל איך נישט טארן גיין מיט מיין פעיר העט?
אודאי "מעגסטו" גיין.
איך זוך פשוט נישט צו זיין דיפערענט און ארויסרופן בייז-וואונדער.
דער גאנצער ענין פון גיין מיט א אידישן לבוש איז כדי אונז אפצושיידן פון די גויים און זיך שפירן אומבאקוועם אריינצוגיין צו א גוי'איש פלאץ.
אבער אז איך דארף שוין ממילא אריינגיין, איז נישטא קיין שום ענין אויסצוקוקן דיפערענט ווי די קראוד.
דער היפי גייט טאקע אנגעטון ווי א היפי, אבער יעדער נארמאלער קוקט אים אן ווי א.......
און איך דארף נישט דער גוי זאל מיר אזוי אנקוקן.
נישטא קיין שום פוינט דערין.
ס'נאריש צו טראכטן אז איינער פון די גויים "רעספעקטירט דאס".