די וועלט איז רונדיג, אדער פלאך?

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

די וועלט איז רונדיג, אדער פלאך?

שליחה דורך יידל »

איך הייב דא אן א באשרייבונג איבער אן אינטערעסאנטע קאפיטעל אין די היסטאריע, אין וועלכע די פשוט'סטע יסוד אין וויסנשאפט - די פארעם פון די וועלט - איז געקומען אונטער א פראגע צייכן. איך האב אין אנהייב געפלאנט צו שרייבן בלויז איבער די חלק, וויאזוי מענטשן האבן געוואלט אויפווייזן אז קרום איז גראד און רונדיג איז פלאך, אבער נאכן דורכליינען און דורכטון די נושא, האט זיך עס ביי מיר פיל פארברייטערט איבער די גאנצע היסטאריע און וויסנשאפט וואס האט מיט די וועלטס פארעם. איך האב צעטיילט וואס כ'האב געשריבן אין אפאר קאפיטלעך, און איך לייג יעצט ארויף די ערשטע טייל, האפענטליך וועלן די קומענדיגע טיילן נאכפאלגן בקרוב, כפי מסת הפנאי.

איך וועל דא צולייגן לינקס צו די טיילן וועלכע וועלן נאכפאלגן, ווי נאר איך פאוסט זיי.
ערשטער טייל - מראש צורים אראנו
צווייטער טייל - קריסטענטום און וויסנשאפט (סייענס)

צוויי הערות במקום הקדמה:
לינקס: כדי נישט צו באמיטשענען דעם ליינער האב איך נישט געלייגט כמעט קיין לינקס, בלויז ביי די נעמען פון מענטשן האב איך געלייגט א לינק צו זייער וויקיפעדיע בלאט אין ענגליש אדער העברעאיש כדי מ'זאל האבן אן אהנונג פון וועם מ'רעדט, און נאך געציילטע פעלער ווי כ'האב געפילט אז מען וועט ווילן וויסן מער איבער וואס כ'שרייב.
בילדער: כ'האב געלייגט בילדער פון כמעט אלע מענטשן וועם כ'דערמאן (פארוואס? ווייל אזוי שמעקט מיר און אויך ווייל אזוי טוען די אויסגאבעס אנצופילן זייערע פעידזשס...), און אזוי אויך האב איך געלייגט בילדער פון זאכן וועלכע העלפן ארויס להבנת הענין כאשר עיניכים תיחזנה מישרים. אונטער די בילדער האב איך אין איטעליקס געשריבן די הסבר וואס מ'זעהט אין בילד.


[center]ערשטער טייל[/center]
[center]מראש צורים אראנו[/center]
[center]וויאזוי האט מען אמאל אנגעקוקט די וועלט? ווער און ווען איז געקומען צו די הכרה אז די וועלט איז א גלאבוס? וואס זענען געווען די הוכחות? ליינט מיט שפאנונג...[/center]

יעדער ווייסט אז אמאל פלעגט זיין די אנגענומענע מיינונג אז די וועלט איז פלאך. צו טענה'ן אז די וועלט איז רונדיג האט מען געדארפט זיין אן אויבערחכם, ווייל ווי-נישט-ווי האט מען נישט מער ווי געדארפט ארויסגיין אויף די גאס און זען מיט די אייגענע אויגן אז די וועלט איז טאקע פלאך. די מיטאס (myth) גייט, און אזוי 'ווייסט' יעדער איינער, אז ביז קריסטאפער קאלאמבוס איז נישט געפארן קיין אמעריקע, האט יעדער איינער געמיינט אז די וועלט איז פלאך און אז אויב וועט מען אריינפארן אינעם אקעאן וועט מען אראפפאלן פונעם ערד-פלאך. קאלומבוס האט אבער געהאלטן אז די וועלט איז רונדיג, און כדי אויפצווייזן אז ער ווייסט וואס ער רעדט האט ער אונטערגענומען א נסיעה ארום די וועלט און אזוי ארום האט ער אנדעקט אמעריקע. לאמיך ציטירן פון די ווערטער פון הידען המופלג "לכתחילה אריבער" פון אייוועלט ווי ער שרייבט אין אן אשכול מיטן קעפל "אנדעקט אמעריקע! "קריסטעפער קאלומבוס"":

לכתחילה אריבער האט געשריבן:אנדערשט ווי רוב וואס האבן נאך געמיינט אז די וועלט איז פלאך, האט "קריסטעפער קאלומבוס" געהאלטן אז די וועלט איז רונדעכיג, און וויבאלד די "גרויסקייט פון די וועלט" האט ער אינטערגעשאצט, האט ער געהאלטן אז מען קען אנקומען פון שפאניע וואס איז אויף די לינקע עק פון אייראפע, צו די לענדער פון אינדיע, כינע, יאפאן ועוד, וואס איז אויף די רעכטע עק פון אזיע, דורכ'ן ים, וויבאלד פון די קאנטינענט פון אמעריקע האט מען דאך אין יענע צייט נישט געוואוסט, האט ער געהאלטען אז די וואסער וואס פאנגט זיך אן ביי די גרעניץ פון שפאניע, גייט גראד צו די עק פון אזיע.


עד כאן וואס יעדער איינער 'ווייסט'. דאס איז אבער א מיטאס. קרוב צו צוויי טויזענט יאר בעפאר קאלאמבוס האט שוין כמעט קיינער שוין נישט געהאלטן אז די וועלט איז פלאך. דער אמת'ער אמת איז מען קען נישט וויסן וואס דער המון עם האט געהאלטן, פשוט ווייל די המון עם האט נישט ארויסגעגעבן קיין ביכער (אויב יא זענען זיי דאך נישט פון די המון עם...). אבער די עליטע, די חכמים, די עדיוקעטעד, האבן אן איבערוויגענדע רוב געהאלטן אז די וועלט איז א גלאבוס. און מיר ווייסן אויך ווער איז שולדיג אין דעם מיטאס, און וויאזוי עס איז געווארן פאפולער, אבער דאס איז נישט פאר יעצט. אפשר אלץ עפילאג וועל איך עס באשרייבן אין קורצן.

[center]בילד[/center]
[center]קריסטאפער קאלאמבוס[/center]

[center]בילד[/center]
[center]לכתחילה אריבער'ס אוועטער[/center]

(הערה בעלמא: איך מיין חלילה נישט אונטערצורייסן החכם המושלם והמופלג לכתחילה אריבער. אייגענטליך, אינעם ערשטן דרעפט פון דעם פאוסט האב איך אליינס געשריבן ווי פאלגנד: "יעדער ווייסט אז אמאל פלעגט זיין די אנגענומענע מיינונג אז די וועלט איז פלאך. דער ערשטער אויפצווייזן אז די וועלט איז רונדיג איז געווען קריסטאפער קאלאמבוס." אבער נאכן אנהייבן נאכזוכן די זאך בין איך סורפרייזט געווארן אז כ'האב געלעבעט אין א טעות. מיין צוצייכענען צו לכתחילה אריבער'ס ווערטער איז נאר אנצווייזן ווי שטארק די מיטאס איז פארשפרייט אז אפילו אזעלכע ידענים מופלגים ווי ער זענען זיך טועה.)

איז אויב נישט קאלאמבוס, ווער יא? לאמיר אלזא זען ווען איז די וועלט געקומען צום שכל איבער איר אייגענעם פארעם. די אור-אלטע בבליים און מצריים האבן אלע פארשטאנען פאר א פשטות אז די וועלט איז פלאך ווי א פאפן דעקל און די הימלען זענען איבערגעצויגן איבערן ערד ווי א שלאק. (וואס האבן די אידן געהאלטן? אויף דעם קוק שפעטער). ווי מ'זעט פון אלע זייערע געשרייבאכצער האבן זיי אנגעקוקט די וועלט ווי א דריי-סלייס קוכן. פון אויבן די הימל וואס איז ווי א שלאק אדער ווי א דאום, פון אינמיטן די וועלט, פלאך און רונדיג (ווי א האנט-מצה), און פון אונטען דער טיפער אפגרינד, ווי אלע נישט-גוטע (שדים, רוחות, מתים, אפגעטער און ווער ווייסט וואס נאך) געפונען זיך.

[center]בילד[/center]
[center]ווי איר קענט זען אויף דעם בילד, אויבן געפונט זיך די הימל (אדער הימלען בלשון רבים לויט טייל אור-אלטע טראדיציעס), אינדערמיט געפינט זיך דער פלאכער ערד, און אונטער דעם געפינט זיך די אפגרינד.[/center]

דער ערשטער חכם אויפצוקומען מיט די טעאריע אז די וועלט איז גאר רונדיג איז געווען דער באקאנטער גריכישער מאטעמאטיקער און פילאזאף פיטאגאראס (געלעבט בערך ג' ק"צ – ג' רס"ה אין די תקופה פון סוף בית המקדש הראשון). פיטאגאראס איז ברייט באקאנט פאר זיין "פיטאגארישער פרינציפ" וועלכע ווערט דערמאנט אין חז"ל (אן פיטאגאראס' נאמען) און דער ר"ש אין כלאים (פ"ה מ"ה) ברענגט עס אראפ בשם "חכמי המדות". לויט א לעגענדע איז ער גאר דער וואס איז אויפגעקומען מיטן ווארט "פילאזאפיע" וועלכער איז א צוזאם שטעל פון צוויי גריכישע ווערטער, פילא – ליבשאפט און זאפיע - חכמה.

[center]בילד[/center]
[center]פיטאגאראס[/center]

עס איז אינטערעסאנט צוצולייגן כבדרך אגב רעדנדיג פון פיטאגארס, אז דער איטאליענישער פילאזאף, טיאלאג, אסטראלאג און פאעט טאמאסא קאמפאנעלאהאט געשריבן בשם אמבראזיאס (אמבראזיאס איז געווען דער ארכי-בישאף פון מילאן, איטאליע) אז פיטאגאראס האט געשטאמט פון אידן און אז זיינע חכמות זענען אלע געקומען פון אידישע מקורות. פארשטייט זיך אז עס איז אוממעגליך דאס צו באשטעטיגן אדער אפפרעגן, עס איז אבער דאך אן אינטערעסאנטע קיריאז.

צוריק צו די וועלט'ס פארעם. מיינטס נישט אז פיטאגאראס האט געוויסט אז די וועלט איז רונדיג ווייל ער איז עפעס געווען קליגער ווי אלע חכמים אין זיין צייט. בכלל נישט. פיטאגאראס' סברא אז די וועלט איז רונדיג איז געווען באזירט אויף אן אינטערעסאנטע פילאזאפיע וועלכע האט געלויטעט אז די וועלט דארף לכאורה האבן די איידעלסטע, שלימות'דיקע פארעם וואס איז שייך. א גלאבוס איז לויט פיטאגאראס געווען די מערסט-געאייגענטע קאנדידאט פאר דעם פארעם, וויבאלד עס פארמאגט נישט קיין עק.

פיטאגאראס' סברא איז אבער בכלל נישט געווארן פאפולער. זיינע אייגענע תלמידים האבן ווייטער גע'טענה'ט אז זייער רבי איז נישט גערעכט און די וועלט איז א פלאכע דיסק (דאס הייסט רונדיג אבער פלאך, ווי א האנט מצה). למעשה אבער האט פיטאגאראס' שיטה אזויפיל אויפגעטון אז די חכמים פון יענע צייט האבן אנגעהויבן שפעקולירן אז מעגליך איז די וועלט נישט פלאך נאר רונדיג, כאטש רוב האבן עס טאקע אפגעווארפן.

דער בארימטער גריכישער חכם השלם (וועם די רמב"ם לויבט אויס ביזן הימל) אריסטו (געלעבט אין די צייטן פון חורבן בית ראשון) איז געווען דער ערשטער צו ברענגן קלארע הוכחות אז די וועלט איז רונדיג. די געדאנק אליינס אז די וועלט איז רונדיג האט אריסטו גע'ירש'נט פון זיין רבי'ן אפלאטון, און מעגליך אויך די הוכחות. אבער למעשה איז ער געווען דער ערשטער אראפצושרייבן מיט א קלארקייט הוכחות ברורות, און נישט סתם סברות, אז די וועלט איז יא א רונדיגע טאבע.

[center]בילד[/center]
[center]דער רבי, אפלטון[/center]

[center]בילד[/center]
[center]דער תלמיד המחכים את רבו, אריסטו[/center]

אריסטו'ס הוכחות זענען געווען גאר פשוט'ע. די ערשטע הוכחה וואס אריסטו האט געברענגט איז פון א ליקוי לבנה. ווען עס איז דא א ליקוי לבנה, קען מען זען די וועלט'ס שאטן אויף די לבנה און עס איז קלאר רונדיג. דאס אז די שאטן וואס מען זעט אויף די לבנה איז טאקע פון די וועלט איז געווען באזירט אויף וואס ער האט געהאט מקובל פון טעלס פון מילעטוס (געווען גראדע א רבי פון פיטאגאראס) וועלכער האט גע'טענה'ט (אזוי ווי עס איז טאקע דער פאקט) אז א ליקוי לבנה געשעהט ווען די וועלט שטעלט זיך צווישן די זון און די לבנה און די וועלט'ס שאטן שלאגט זיך אפ אויף די לבנה.

[center]בילד[/center]
[center]א ליקוי לבנה. מערקט דעם רינדיגן שאטן וואס די וועלט לאזט אויפן לבנה[/center]

די צווייטע הוכחה פון אריסטו איז געווען פון די שיפן וואס פארן אינעם אקעאן. ווען א שיף פארלאזט דעם בארטן פארט עס א לאנגע שטרעקע ביז עס ווערט פארשוואונדען אויפן האריזאנט. אריסטו האט אבער באמערקט אז די שיפן ווערן נישט פארשוואונדען אויף האריזאנט פון איין סעקונדע אויפן צווייטן נאר צוביסלעך. קודם ווערט די אונטערשטע ווענט פון די שיף פארשוואונדען. דערנאך ווערט די דעק פארשוואונדען. און צום לעצט ווערן די זעגלען פארשוואונדען. דאס האט געפירט אריסטו צום מסקנא אז די וועלט איז רונדיג, ווייל אויב איז עס פלאך וואלט דער גאנצער שיף געדארפט פארשוואונדען ווערן אויף איינמאל.

[center]בילד[/center]
[center]א שיף גייט איבער'ן האריזאנט, די אויבערשטע חלק איז נאך זעהבאר, די אונטערשטע חלק איז שוין נישט זעהבאר[/center]

די דריטע הוכחה זיינער איז געווען פון די שטערנס און זייער לאקאציע. אריסטו האט גע'טענה'ט אז ווען די וועלט איז ווען פלאך וואלטן מיר איבעראל געדארפט זען די זעלבע שטערנס. פארוואס? ווייל פונקט ווי ווען מיר זענען אין א גרויסן זאל, קענען מיר זען דעם גאנצן דאך פון אלע עקן פונעם זאל, אזוי וואלטן מיר ווען געדארפט זען די זעלבע הימל פון אלע פלעצער. דערווייל, ווי נאר מיר גייען אפאר מייל זעהן מיר א נייער הימל מיט הונדערטע נייע שטערנס וואס מען זעט נישט אפאר מייל ארויפצו. דאס, האט ער גע'טענה'ט, איז נאר מעגליך אויב די וועלט איז רונדיג, און ווען מ'גייט אפאר מייל זעט מען שוין א נייע חלק פון די הימל וואס מ'האט נישט געקענט זען פריער ווייל פריער איז מען געווען אוועקגעבויגן דערפון.

אלע גריכישע פילאזאפן האבן אנגענומען אריסטו'ס הוכחות, און פון אפלטון ביז ארכימעדעס האבן אלע פה אחד געשריבן אז די וועלט איז א גלאבוס. עס איז שווער צו וויסן וואס די המון עם האט געהאלטן, פשוט ווייל די המון עם האט נישט איבערגעלאזט קיין שריפטן פון וואו מ'קען זען וואס זיי האבן געהאלטן. עס איז גאנץ מעגליך אז די פשוטי העם האבן ווייטער געהאלטן אז די וועלט איז פלאך. אבער דאס ווייסן מיר זיכער אז פון אריסטו'ס צייטן און ווייטער, איז ביי די חכמי אוה"ע שוין בכלל נישט געווען קיין שמועס איבער וואס די פארעם פון די וועלט איז. די שמועס איז געווען איבער די סייז פון די וועלט, די ווייטקייט פונעם זון וכדומה. די אלע גריכישע חכמים וואס האבן פרובירט צו מעסטן די סייז פון די וועלט מיט פארשידענע חשבונות, למשל דורך מעסטן ווי שנעל די זון פארט פון איין פלאץ צום צווייטן און אזוי ווייטער, האבן אלע אריינגענומען דעם וועלט'ס פארעם – א גלאבוס – אין זייערע חשבונות.

נאך יארן וואס מען האט שטודירט, געמאסטן, אפגעפרעגט און פארראכטען, איז געקומען דער גריכישער גיאגראף, מאטעמאטיקעער און אסטראנאם קלאודיאוס תלמי (געלעבט אין די תקופה פון גלייך נאכן חורבן בית שני) און צוזאמגענומען און אויסגעארבעט אלע שיטות און חשבונות צו איין מעכטיגער, אויסגעארבעטע מהלך און האט דאס פובליצירט אין זיין גאר בארימטען בוך באוואוסט מיטן אראבישען נאמען "אלמאגעסט" (דער מעכטיגסטע). תלמי'ס שיטה איז באקאנט היינט צו טאגס אלס געאצענטריזם, וואס באדייט אז דאס לייגט די וועלט (געא אין גריכיש) אינמיטן (צענטר אין גריכיש) פון די גאנצע יקום, און די זון מיט אלע פלאנעטן און שטערנס דרייען זיך ארום איר. די סיבה פארוואס עס ווערט גערופן מיט דעם נאמען איז ווייל יארן שפעטער איז געקומען קופערניקוס און ער איז אויפגעקומען מיט א נייע מהלך אז די זון איז אינדערמיט און אלעס דרייט זיך ארום איר. אבער פארשטייט זיך אליינס אז תלמי'ס עיקר חידוש איז נישט געווען נאר די חלק אז אלעס דרייט זיך ארום די וועלט. זיינע חידושים זענען אויך באשטאנען פון די סייזעס פון אלע פלאנעטן, זייערע ארביטס (די וועג וויאזוי זיי דרייען זיך ארום די וועלט און ווי לאנג עס נעמט) און אזוי ווייטער און ווייטער מיט אלע דעטאלן.

[center]בילד[/center]
[center]תלמי דער אסטראנאם[/center]

[center]בילד[/center]
[center]תלמי'ס גיאצענטרישן שיטה, מיט דער רינדיגער וועלט אינדערמיט פונעם יקום[/center]

המשך יבוא אי"ה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יידל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

א הערליכער ארטיקל, עס איז שפאנענדע אינפארמאטיוו און אינטעליגענט. יש"כ.

איך וויל דא קאמענטירן לגבי די ערשטע צוויי באווייזן פון אריסטו אז דער וועלט איז רונדעכיג.

די ערשטע סברה אז דער שאטן פון דער וועלט זעט זיך אויף די לבנה געבויגן איז פאר מיין המון עם'דיגע אויגן נישט קיין באווייז כפשוטו, ווייל וויאזוי וואלט דען דער שאטן פון א פלאכע וועלט (רונדיג צו אפילו פיר קאנטיג) געדארפט אויסזען אויף דעם לבנה וואס איז א גלאוב?

ווידער דער צווייטער באווייז פון די שיפן אויפן ווייטן האריזאנט מוז אויך נישט זיין קיין ראיה, וויבאלד ס'איז פארצייטנס געווען אנגענומען -טאקע צוליב דער סיבה- אז דאס וואסער איז נידריגער ווי דער יבשה (אזוי ווי די גמרא ברענגט א ראיה פון דעם פסוק "יורדי הים באניות"; אויך ר' יונתן אייבשיץ וועלעכע האט שוין געוויסט פון דער רונדיגקייט פון דער וועלט שרייבט אז די וואסער איז נידריגער פונעם יבשה).
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

יידל, אז די פלאנסט צו שרייבן נאך ארטיקלען אויף זעם, אפשר וואלט געווען כדי אז די זאלסט מאכן א באזונדערע אשכול פאר הערות, אזוי וועט דער אשכול בלייבן ריין...
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

חאצקל האט געשריבן:די ערשטע סברה אז דער שאטן פון דער וועלט זעט זיך אויף די לבנה געבויגן איז פאר מיין המון עם'דיגע אויגן נישט קיין באווייז כפשוטו, ווייל וויאזוי וואלט דען דער שאטן פון א פלאכע וועלט (רונדיג צו אפילו פיר קאנטיג) געדארפט אויסזען אויף דעם לבנה וואס איז א גלאוב?

שיין א לייט אויף א מצה אדער פריזבי פון די זייט וועט די שאטן אויפן וואנט זיין א גראדע ליניע.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

א דאנק, יידל, פאר די אינטערעסאנטע אינפארמאציע. פון דא נעמט זיך אויך דער באקאנטער מיטאס אז חז"ל האבן שוין געוואוסט אז די וועלט איז רינדיג איידער די חכמי העולם, ווען באמת איז פונקט פארקערט. אפילו נאכדעם וואס אין די וויסנשאפטליכע וועלט האבן שוין אלע געהאלטן אז די וועלט איז רינדיג, זענען נאכאלס געווען געוויסע פון אונזערע חכמים וואס האבן געהאלטן אנדערש, אפילו נאכדעם וואס מען האט שוין אנטדעקט אמעריקע. אבער וואס דארפן מיר כאפן הייסע לאקשן? דו וועסט זיכער שרייבן וועגן דעם.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

חאצקל האט געשריבן:ווידער דער צווייטער באווייז פון די שיפן אויפן ווייטן האריזאנט מוז אויך נישט זיין קיין ראיה, וויבאלד ס'איז פארצייטנס געווען אנגענומען -טאקע צוליב דער סיבה- אז דאס וואסער איז נידריגער ווי דער יבשה (אזוי ווי די גמרא ברענגט א ראיה פון דעם פסוק "יורדי הים באניות"; אויך ר' יונתן אייבשיץ וועלעכע האט שוין געוויסט פון דער רונדיגקייט פון דער וועלט שרייבט אז די וואסער איז נידריגער פונעם יבשה).

אפילו אויב די וואסער איז נידריגער ווי דער יבשה, וואלט נאך אלץ די גאנצע שיף געדארפט פארשוואונדען ווערן אויף איינמאל און נישט צוביסלעך, נישט אזוי?

יאיר האט געשריבן:פון דא נעמט זיך אויך דער באקאנטער מיטאס אז חז"ל האבן שוין געוואוסט אז די וועלט איז רינדיג איידער די חכמי העולם, ווען באמת איז פונקט פארקערט. אפילו נאכדעם וואס אין די וויסנשאפטליכע וועלט האבן שוין אלע געהאלטן אז די וועלט איז רינדיג, זענען נאכאלס געווען געוויסע פון אונזערע חכמים וואס האבן געהאלטן אנדערש, אפילו נאכדעם וואס מען האט שוין אנטדעקט אמעריקע. אבער וואס דארפן מיר כאפן הייסע לאקשן? דו וועסט זיכער שרייבן וועגן דעם.

יא, לאמיר נישט כאפן קיין לאקשן...
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

Wow יידל! דו ביזט ריזיג! מ׳גיימיר אי״ה דורכליינען (בעסער געזאגט דורכלערנען...) בעיון רב, פאר יידל׳ס א שיעור טוט מען זיך אן דעם גארטל!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אשרינו אז מיר האבן אזא ידידי ווי ר' יידל דא אין שטיבל, דאס הייבט אונז אלע אויף דרגות רמות. נאך איין אזא שיעור פון ר' יידל קען מען לאזן צימעס און מאחורי בונטעווען, מיר האבן א ברייטן עלה תאנה, און מיר קענען מתפאר זיין מיט אזא חכם ומתון ווי ר' יידל
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

די וועלט איז רונדיג אדער פלאך? (צווייטער טייל)

שליחה דורך יידל »

[center]צווייטער טייל[/center]
[center]קריסטענטום און וויסנשאפט (סייענס)[/center]
[center]וויאזוי די קאטוילישע קירכע האט אנגענומען דעם פאקט אז דער וועלט איז רונדיג[/center]

איידער מיר גייען צום קומענדיגן קאפיטעל, ווי איך וועל באשרייבן די מענטשן וועלכע האבן אנגעהויבן לייקענען אז די וועלט איז א גלאבוס אין א צייט וואס קיינער האט נישט געהאט קיין הווא אמינא אז די וועלט איז פלאך, מוז איך א מאכן א שטיקל הקדמה איבער קריסטענטום און וויסנשאפט במשך די מיטל אלטער. (די מיטל-אלטער איז די יארן פון נאך די צוזאם פאל פון די רוימישע אימפעריע אין די 5'טע יאר-הונדער למס' ביז די רענאסאנעס וועלכע האט זיך אנגעהויבן אין די 15'טע יאר-הונדערט. דאס גייט בערך פון די אנהייב פון תקופת הגאונים ביז נאך די תקופה פון די ראשונים).

אין די ערשטע טייל האבן מיר גערעדט פון א מיטאס אז קריסטאפער קאלאמבוס איז געווען דער ערשטער צו אויפווייזן אז די וועלט איז רונדיג. ווי געשריבן איז דאס פאלש, און אין אמת'ן אריין איז אריסטו וועלכער האט געלעבט קרוב צו 2,000 יאר בעפאר קאלאמבוס געווען דער ערשטער אויפצואווייזן אז די וועלט איז א גלאבוס. דער מיטאס קומט אבער האנט ביי האנט מיט נאך א מיטאס. די צווייטע, איז נישט ממש פאלש, עס איז אבער דאך נישט אינגאנצן אמת. די צווייטע מיטאס איז אז די קריסטען וועלכע האבן געוועלטיגט איבער א חלק ניכר פון אייראפע במשך רוב פונעם מיטל-אלטער, זענען געווען שולדיג אין דעם אז מ'האט געגלייבט אין אזעלכע שטותים ווי א פלאכע וועלט. דאס איז פאלש, ווייל ווי ערווענט האט כמעט קיין איין אינטעלעקטואל נאך אריסטו נישט געגלייבט אז די וועלט איז פלאך.

למעשה אבער שטאמט די מיטאס פונעם פאקט אז די קריסטן האבן מצמצם געווען וויסנשאפט און אונטערגעלייגט פיסלעך פאר וויסנשאפטלער און פארשער. פארוואס און וויאזוי די קריסטן האבן דאס געטון איז א שטיקל אריכות און כדי דאס צו פארשטיין מוזן מיר אביסל כאפן אן איבערבליק אויף דעם מצב פון סייענס אין די מיטל אלטער און וויאזוי עס האט זיך אנטוויקלט במשך היסטאריע.

זייט די גריכן האבן אנגעהויבן דורש זיין חכמה, איז רעליגיע (טעאלאגיע. טעא מיינט "גאט" אין גריכיש, לאגיע - לערע. דאס הייסט די לערע פון גאט) און וואס מיר רופן היינט "סייענס", דאס הייסט די שטודיע פון די וועלט און איר נאטור, געגאנגען געקניפט און געבינדן היינט ביי היינט. א חכם (וועלכע איז ווי אויבן דערמאנט גערופן געווארן א "פילאזאף") איז געווען איינער וואס האט פארשטאנען סיי צו טעאלאגיע און סיי צו וויסנשאפט. די סיבה דערצו איז קאמפלעצירט, אבער בקיצור נמרץ איז עס ווי פאלגנד: די אור-אלטע בבליים, מצריים, פרסיים א.א.וו. האבן נישט געהאט קיין הסברים פאר ערדישע געשעענישן. עס איז זיי נישט איינגעפאלן אז אונטער יעדע נאטורליכע געשעעניש זענען דא געזעצן וועלכע זענען די אורזאך פון דעם געשעעניש. דעריבער האבן זיי אלעס אנגעקלעבט אין אבער-נאטורליכע כוחות, אדער אפגעטער. זיי האבן געגלייבט אז עס זענען דא מלחמות צווישן די אפגעטער, און ווען זיי האבן מורא געהאט האבן זיי מתפלל געווען צו די אפגעטער. שפעטער, ווען דער אידישער רעליגיע איז צושטאנד געקומען, איז צום ערשטן מאל פארשפרייט געווארן דעם געדאנק אז די אלע כוחות וואס זענען דא אין נאטור זענען נישט צעשפליטערטע כוחות, נאר אלעס קומט פון איין גאט. עס איז אבער נאך אלץ געווען פארשטענדליך אז אלעס ווערט געפירט דורך א העכערן כוח. שפעטער, ווען די גריכן זענען געקומען און אנגעהויבן מסדר זיין און פארשן דעם נאטור, האבן זיי נאך אלץ דאס געטון פונעם רעליגיעזן קוק-ווינקל. דאס איז געווען די סיבה אז ביי די גריכן איז די העכערע כוחות געגאנגען געקניפט און געבינדען מיט די ערדישע געשעענישן און די נאטור. די ווארט פילאזאפיע, וועלכע ווערט היינט באניצט אויסשליסליך נאר פאר מעטאפיזישע פארשונגען איז אייגענטליך דורך די גריכן (און אפילו שפעטער) געניצט געווארן סיי פאר מעטאפיזישע ענינים און סיי פאר סייענס/נאטור.

ווען קריסטענטום איז באשאפן געווארן דורך יאשקע'ס תלמידים, איז עס געווען א פארהלעלטנמעסיג קליינע רעליגיע, אייגענטליך נישט מער ווי א אידישע סעקטע. געציילטע הונדערט יאר שפעטער האט דער קייזער פון רוים דער גרויסער קאנסטאנטין באשטעטיגט קריסטענטום אלס א רעליגיע וואס מ'מעג פראקטיצירן אין רוים און אפאר צענדליג יאר דערנאך האט דער רוימישער קייזער טעאדוסיוס דער ערשטער געמאכט קריסטענטום פאר די איינציגסטע אויטאריזירטער רעליגיע אין רוים, אין גלייכצייטיג פארבאטן צו פראקטעצירן געצנדינעריי. דאס האט גורם געווען אז טויזענטע גויים האבן זיך אפגעלאזט (עכ"פ לפנים) פון געצנדינעריי און אנגענומען אויף זיך קריסטענטום און מאנאטעאיזם (מאנאטעאיזם הייסט די גלויבן אז עס איז דא א גאט אחד יחיד ומיוחד לאפוקי שתי רשויות), און האט עווענטואל צוגעפירט דערצו אז קריסטנטום איז געווארן די גרעסטע און מאכטפולסטע רעליגיע אין אייראפע.
דאס איז געווען די סיבה אז אינעם אייראפעאישן מיטל-אלטער, האט די קאטוילישע קירכע געהאט די פולשטענדיגע בעלות איבער וואס מען האט געלערנט אין די שולעס און אין די אוניווערזיטעטן. און פארשטייט זיך אז ווי לאנג דאס וואס מ'האט שטודירט אין די אוניווערזיטעטן האבן זיך נישט סותר געווען מיט וואס די קירכע האט געהאלטן, איז אלעס געווען פיין און וואויל. איינמאל אבער וואס מ'האט זיך סותר געווען מיט די קירכע איז געווען צרות. א קלאסישער ביישפיל צו דעם איז ניקאלאוס קופערניקוס.

[center]בילד[/center]
[center]קאנסטאנטין[/center]

ווי דערמאנט אין מיין פריערדיגע פאוסט, האט תלמי מסדר געווען א תורה שלימה איבער אסטראנאמיע וואס ווערט גערופן "געאצענטריזם". ניקאלאוס קופערניקוס איז אויפגעקומען מיט א נייע מהלך וועלכע רופט זיך העליאצענטריזם. העליא מיינט "די זון". צענטריזם מיינט ווי אויבן דערמאנט, "צענטער". ווי מען קען פארשטיין פון די נאמען אליינס איז קופערניקוס' חידוש געווען אז נישט די זון און אלע פלאנעטן דרייען זיך ארום די וועלט, נאר די וועלט צוזאמען מיט אלע פלאנעטן דרייען זיך ארום די זון און די זון שטייט גאר אינמיטן פון די וועלט. קופערניקוס האט אבער געוואוסט אז דאס אז אן "אפיקורס'ישער" מהלך. פארוואס אפיקורס'יש? ווייל פון די תורה איז קלאר משמע אין מער ווי איין פלאץ אז די וועלט איז אינמיטן פון די יקום און אז די זון דרייט זיך ארום די וועלט און נישט פארקערט. קופערניקוס האט אזוי מורא געהאט פארן קירכע אז זיין בוך וועלכע ער האט געשריבן איבער דעם נושא האט ער נישט פארעעפנטליכט. הערשט נאך וואס ער איז געשטארבן האט מען פארעפנטליכט דעם בוך, און פארשטייט זיך אז די קירכע האט תיכף פארבאטן צו ליינען דעם בוך. קופערניקוס שיטה איז נישט געווארן אויפגעכאפט ביז יארן שפעטער ווען דער אויסטרעפער פונעם טעלעסקאופ, גאליליאו גאלילי האט ארויסגעגעבן א בוך אין וועלכע ער האט זיך גאר שטארק אנגענומען פאר קופערניקוס. די קירכע (די אינקוויזיציע) האט געברויזט ווי א קעסל און פארארדענט גאליליאו צוריקצוציען פון זיינע אפיקורס'ישע מיינונגען. גאליליאו האט תיכף ומיד צוריקגעצויגן פון זיין מיינונג, אבער עס איז שוין געווען דערנאך, סיי פאר אים און סיי פאר די קירכע. די קירכע האט מורא געהאט אז ער מיינט עס נישט אמת'דיג האבן זיי אים איינגעשפארט אין הויז ארעסט כדי ער זאל נישט קענען פארשפרייטן זיינע "אפיקורסישע" דעות. לעמשה אבער איז עס געווען דערנאך פארן קירכע וויבאלד זיין בוך איז איבערגעדרוקט געווארן דורך א דרוקער אין האללאנד וועלכער איז נישט געווען אונטערגעווארפן אונטער די קירכע, און אזוי ארום איז העליאצענטריזם געווארן שטארק פארשפרייט אין אייראפע, צוויגענדיג די קירכע צו שלום מאכן מיטן מצב אז דער אמת איז נישט אויף זייער זייט און זיי האבן דעריבער באפרייט גאליליאו און אנגענומען די טעאריע אז די וועלט גייט ארום די זון און נישט פארקערט. דאס איז נאר איינס פון נאך פיל דוגמאות ווי דער קירכע האט דאמינירט וואס מ'זאל לערנען און וואס נישט. (עס איז געווען אין צייטשריפט ע"ה א הערליכער ארטיקל איבער קאפערניקוס אין זיין שיטה, אויב איינער קען לייגן א האנט דערויף און עס דא ארויפשטעלן מיט רשות ווערט ער פארבעטן דאס צו טון).

[center]בילד[/center]
[center]ניקאלאוס קאפערניקוס[/center]

[center]בילד[/center]
[center]גאליליאו גאלילי[/center]

[center]בילד[/center]
[center]קאפערניקוס' העליאצענטרישן שיטה, מיט דער זון אינדערמיט פונעם יקום[/center]

וויאזוי האט זיך די אונטערדריקונג אויפגעהערט? די קירכע'ס קאנטראל האט זיך אפגשטעלט ווען עס האט זיך אנגעהויבן די תקופה אין היסטאריע וועלכע רופט זיך די עפאכע פון ענלייטענמענט (אין אידיש: אויפקלערונג). עס האט זיך אנגעהויבן אין פראנקרייך און פון דארט איז עס אריבער צו אנדערע לענדער אין אייראפע. אין די אויפקלערונג'ס עפאכע האט מען זיך גענצליך אפגעריסן פון טראדיציאנאלע און רעליעגעזע וועגן פון טראכטן און מ'האט אלעס אנגעהויבן שטעלן אינעם כור הבחינה פון לאגיק. עס פארשטייט זיך אז א חלק פון די דענקער וועלכע האבן געפירט די מערכה פון אויפקלערונג האבן געזוכט ווי מער צו באשמיצן די קריסטן בפרט און רעליגיע בכלל כאילו דאס האט גורם געווען די חשכות און צוריקהאלט פון געהעריג שטודירן די וועלט און די נאטור, און עס איז דעריבער דעמאלטס באשאפן געווארן א נייע מציאות ווי אנשטאט גאט זאל שטיין אין צענטער פון די דיסקוסיע און רעליגיע מיט וויסנשאפט זאלן גיין האנט ביי האנט, איז געווארן א נייער מציאות ווי דער מענטש און זיין שכל זענען געווארן די געוועלטיגער איבער חכמה, און רעליגיע מיט וויסנשאפט זענען געווארן אויף מעסער-שטעך.

דאס איז די סיבה פארוואס דער מיטאס אז די רעליגעזע פאנאטיקער פונעם מיטל-אלטער זענען שולדיג אז מען האט זיך איינגערעדט פאר יארן לאנג אז די וועלט איז פלאך, איז געווען אזא גוט גייענדער מיטאס. די וויסנשאפטלער און די מאדערנע היסטאריקער האבן געקענט באשטיין אראפצולייגן א בילד ווי כאילו ביז די ענלייטמענט האט די וועלט געלעבט אין א חשכות אזש מ'האט געמאכט אזא טפשות'דיגן טעות צו זאגן אז די וועלט איז פלאך, און נאר די סעקולארע וויסנשאפטלער פון די ענלייטמענט עפאכע האבן געראטעוועט די וועלט פון איגנאראנץ און טפשות. עס איז גראדע אמת אז די קריסטן האבן געמאכט פראבלעמען פאר וויסנשאפט, אבער אין אונזער פאל – לגבי די שאלה צו די וועלט איז רונדיג אדער פלאך – איז עס בכלל נישט אמת, און עס איז קלאר אז רובא דרובא פון די קאטוילישע טעאלאגער, גלחים און דענקער האבן געהאלטן אז די וועלט איז א גלאבוס און דאס איז בכלל נישט קיין סתירה צו די תורה.

המשך יבוא אי"ה
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

פששש... כמעשהו בראשון כך מעשהו בשני, אבער דא הערט מען שוין אביסל סאציאלאגישע הסברים אויף דעם סיבה פארוואס רעליגיע איז געווארן אפגעשטעמפעלט אלץ א קעגנער פאר וויסנשאפט, און דאס הערט זיך אביסל סתירה'דיג צום גיסט פון דעם באשרייבעכץ אז דאס איז נאר א מיטאס.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

דבילה האט געשריבן:פששש... כמעשהו בראשון כך מעשהו בשני, אבער דא הערט מען שוין אביסל סאציאלאגישע הסברים אויף דעם סיבה פארוואס רעליגיע איז געווארן אפגעשטעמפעלט אלץ א קעגנער פאר וויסנשאפט, און דאס הערט זיך אביסל סתירה'דיג צום גיסט פון דעם באשרייבעכץ אז דאס איז נאר א מיטאס.

ריכטיג, ווייל בעת רעליגיע (עכ"פ קריסטענטום) איז באמת ווערד געווען צו ווערן אפגעשטעמפלט אלץ קעגנער צו וויסנשאפט, איז עס אין דעם ספעציפישן פאל פון פלאכע/רונדיגע ערד געווען נישט מער ווי א מיטאס. אין אנדערע ווערטער, צו זאגן אז די קירכע האט אלץ געהאלטן אז די וועלט איז פלאך און נאר קאלאמבוס האט באוויזן צו משכנע זיין די קירכע אז עס איז רונדיג, איז א מיטאס געבויעט אויף א אמת'ער געשעעניש.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

קופערניקוס האט געשריבן:אשרינו אז מיר האבן אזא ידידי ווי ר' יידל דא אין שטיבל, דאס הייבט אונז אלע אויף דרגות רמות. נאך איין אזא שיעור פון ר' יידל קען מען לאזן צימעס און מאחורי בונטעווען, מיר האבן א ברייטן עלה תאנה, און מיר קענען מתפאר זיין מיט אזא חכם ומתון ווי ר' יידל

ווער דארף יידל אז מיר האבן דא אונזער קופערניקוס אליין בכבודו ובעצמו :D
האדם לא נברא אלא להתענג
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יאיר האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן:אשרינו אז מיר האבן אזא ידידי ווי ר' יידל דא אין שטיבל, דאס הייבט אונז אלע אויף דרגות רמות. נאך איין אזא שיעור פון ר' יידל קען מען לאזן צימעס און מאחורי בונטעווען, מיר האבן א ברייטן עלה תאנה, און מיר קענען מתפאר זיין מיט אזא חכם ומתון ווי ר' יידל

ווער דארף יידל אז מיר האבן דא אונזער קופערניקוס אליין בכבודו ובעצמו :D



יישר כח נרך יאיר, אויף דיין קאמפלימענט, הלוואי זאל איך גרייכן צו ר' יידל'ס כפות רגליו, זיינע 2 און האלב טויזנט תגובות און זיינע הונדערטער טיפע מאמרים, זיין וועג פון שרייבן מיט א טעם און ברייטקייט און זיינע גאלדענע מדות, די וועסטו אים נישט זעהן זיך מתווכח זיין, דברי חכמים בנחת נשמעים.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

יידל האט געשריבן:זייט די גריכן האבן אנגעהויבן דורש זיין חכמה, איז רעליגיע (טעאלאגיע. טעא מיינט "גאט" אין גריכיש, לאגיע - לערע. דאס הייסט די לערע פון גאט) און וואס מיר רופן היינט "סייענס", דאס הייסט די שטודיע פון די וועלט און איר נאטור, געגאנגען געקניפט און געבינדן היינט ביי היינט. א חכם (וועלכע איז ווי אויבן דערמאנט גערופן געווארן א "פילאזאף") איז געווען איינער וואס האט פארשטאנען סיי צו טעאלאגיע און סיי צו וויסנשאפט. די סיבה דערצו איז קאמפלעצירט, אבער בקיצור נמרץ איז עס ווי פאלגנד: די אור-אלטע בבליים, מצריים, פרסיים א.א.וו. האבן נישט געהאט קיין הסברים פאר ערדישע געשעענישן. עס איז זיי נישט איינגעפאלן אז אונטער יעדע נאטורליכע געשעעניש זענען דא געזעצן וועלכע זענען די אורזאך פון דעם געשעעניש. דעריבער האבן זיי אלעס אנגעקלעבט אין אבער-נאטורליכע כוחות, אדער אפגעטער. זיי האבן געגלייבט אז עס זענען דא מלחמות צווישן די אפגעטער, און ווען זיי האבן מורא געהאט האבן זיי מתפלל געווען צו די אפגעטער. שפעטער, ווען דער אידישער רעליגיע איז צושטאנד געקומען, איז צום ערשטן מאל פארשפרייט געווארן דעם געדאנק אז די אלע כוחות וואס זענען דא אין נאטור זענען נישט צעשפליטערטע כוחות, נאר אלעס קומט פון איין גאט. עס איז אבער נאך אלץ געווען פארשטענדליך אז אלעס ווערט געפירט דורך א העכערן כוח. שפעטער, ווען די גריכן זענען געקומען און אנגעהויבן מסדר זיין און פארשן דעם נאטור, האבן זיי נאך אלץ דאס געטון פונעם רעליגיעזן קוק-ווינקל. דאס איז געווען די סיבה אז ביי די גריכן איז די העכערע כוחות געגאנגען געקניפט און געבינדען מיט די ערדישע געשעענישן און די נאטור. די ווארט פילאזאפיע, וועלכע ווערט היינט באניצט אויסשליסליך נאר פאר מעטאפיזישע פארשונגען איז אייגענטליך דורך די גריכן (און אפילו שפעטער) געניצט געווארן סיי פאר מעטאפיזישע ענינים און סיי פאר סייענס/נאטור.

דא איז וואס דער רמב"ם שרייבט אין א בריוו קעגן אסטראלאגיע:

דעו רבותי שכל אותם דברים של גזירת הכוכבים, שהם אומרים יארע כך ולא יארע כך, ומולדו של אדם ימשוך ויהי' כך ויארע לו כך ולא כך, כל אותם הדברים אינם דברי חכמה כלל אלא טפשות וכו', ומעולם לא נתעסק בענין זה ולא חיבר בו ספר אחד מחכמי יון שהם חכמים ודאי, ולא חיברו אותם בחיבוריהם, ולא עשו אותה הטעות שקראוהו חכמה כי אם חכמי הכשדים והכלדיים והמצריים והכנעניים, וזו היתה אמונתם ודתם באותן הימים, אבל חכמי יון והם הפילוסופים שחברו בחכמות ונתעסקו בכל חכמה השתדלו בראיות ברורות לבטל כל דבריהם שורש וענף, עכ"ל.

יידל האט געשריבן:קופערניקוס שיטה איז נישט געווארן אויפגעכאפט ביז יארן שפעטער ווען דער אויסטרעפער פונעם טעלעסקאופ, גאליליאו גאלילי האט ארויסגעגעבן א בוך אין וועלכע ער האט זיך גאר שטארק אנגענומען פאר קופערניקוס. די קירכע (די אינקוויזיציע) האט געברויזט ווי א קעסל און פארארדענט גאליליאו צוריקצוציען פון זיינע אפיקורס'ישע מיינונגען. גאליליאו האט תיכף ומיד צוריקגעצויגן פון זיין מיינונג, אבער עס איז שוין געווען דערנאך, סיי פאר אים און סיי פאר די קירכע. די קירכע האט מורא געהאט אז ער מיינט עס נישט אמת'דיג האבן זיי אים איינגעשפארט אין הויז ארעסט כדי ער זאל נישט קענען פארשפרייטן זיינע "אפיקורסישע" דעות.

א צוויי שעה'דיגע דאקיומענטערי אויף גאלילעאו, מיט א שטארק'ן דגוש אויף זיינע פראבלעמען מיט די קירכע.

[דא איז עס קלארער אבער עס מאכט פראבלעמן ביי מיר].
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

ייש"כ פאר די באלערנדע ווידעא.

ונבנתה העיר האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:זייט די גריכן האבן אנגעהויבן דורש זיין חכמה, איז רעליגיע (טעאלאגיע. טעא מיינט "גאט" אין גריכיש, לאגיע - לערע. דאס הייסט די לערע פון גאט) און וואס מיר רופן היינט "סייענס", דאס הייסט די שטודיע פון די וועלט און איר נאטור, געגאנגען געקניפט און געבינדן היינט ביי היינט. א חכם (וועלכע איז ווי אויבן דערמאנט גערופן געווארן א "פילאזאף") איז געווען איינער וואס האט פארשטאנען סיי צו טעאלאגיע און סיי צו וויסנשאפט. די סיבה דערצו איז קאמפלעצירט, אבער בקיצור נמרץ איז עס ווי פאלגנד: די אור-אלטע בבליים, מצריים, פרסיים א.א.וו. האבן נישט געהאט קיין הסברים פאר ערדישע געשעענישן. עס איז זיי נישט איינגעפאלן אז אונטער יעדע נאטורליכע געשעעניש זענען דא געזעצן וועלכע זענען די אורזאך פון דעם געשעעניש. דעריבער האבן זיי אלעס אנגעקלעבט אין אבער-נאטורליכע כוחות, אדער אפגעטער. זיי האבן געגלייבט אז עס זענען דא מלחמות צווישן די אפגעטער, און ווען זיי האבן מורא געהאט האבן זיי מתפלל געווען צו די אפגעטער. שפעטער, ווען דער אידישער רעליגיע איז צושטאנד געקומען, איז צום ערשטן מאל פארשפרייט געווארן דעם געדאנק אז די אלע כוחות וואס זענען דא אין נאטור זענען נישט צעשפליטערטע כוחות, נאר אלעס קומט פון איין גאט. עס איז אבער נאך אלץ געווען פארשטענדליך אז אלעס ווערט געפירט דורך א העכערן כוח. שפעטער, ווען די גריכן זענען געקומען און אנגעהויבן מסדר זיין און פארשן דעם נאטור, האבן זיי נאך אלץ דאס געטון פונעם רעליגיעזן קוק-ווינקל. דאס איז געווען די סיבה אז ביי די גריכן איז די העכערע כוחות געגאנגען געקניפט און געבינדען מיט די ערדישע געשעענישן און די נאטור. די ווארט פילאזאפיע, וועלכע ווערט היינט באניצט אויסשליסליך נאר פאר מעטאפיזישע פארשונגען איז אייגענטליך דורך די גריכן (און אפילו שפעטער) געניצט געווארן סיי פאר מעטאפיזישע ענינים און סיי פאר סייענס/נאטור.

דא איז וואס דער רמב"ם שרייבט אין א בריוו קעגן אסטראלאגיע:

דעו רבותי שכל אותם דברים של גזירת הכוכבים, שהם אומרים יארע כך ולא יארע כך, ומולדו של אדם ימשוך ויהי' כך ויארע לו כך ולא כך, כל אותם הדברים אינם דברי חכמה כלל אלא טפשות וכו', ומעולם לא נתעסק בענין זה ולא חיבר בו ספר אחד מחכמי יון שהם חכמים ודאי, ולא חיברו אותם בחיבוריהם, ולא עשו אותה הטעות שקראוהו חכמה כי אם חכמי הכשדים והכלדיים והמצריים והכנעניים, וזו היתה אמונתם ודתם באותן הימים, אבל חכמי יון והם הפילוסופים שחברו בחכמות ונתעסקו בכל חכמה השתדלו בראיות ברורות לבטל כל דבריהם שורש וענף, עכ"ל.

פארשטייט זיך אז די גריכן זענען געווען פיל מער פארגעשריטענער אין זייערע חכמות ווי די אור-אלטע כשדיים, מצריים, כלדיים און כנעניים, דאך אבער איז מעטאפיזיקס געווען א שטארקע חלק פון די גריכישע פילאזאפיע.
אגב, ס'בכלל נישט אזוי פשוט דאס וואס דער רמב"ם זאגט אז די גריכישע פילאזאפן האבן נישט אנגענומען אסטראלאגיע. זע צבי לאנגמאן'ס ארטיקל אויף דעם נושא.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פינטל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 11:26 pm
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך פינטל »

צוריק צו די וועלט'ס פארעם. מיינטס נישט אז פיטאגאראס האט געוויסט אז די וועלט איז רונדיג ווייל ער איז עפעס געווען קליגער ווי אלע חכמים אין זיין צייט. בכלל נישט. פיטאגאראס' סברא אז די וועלט איז רונדיג איז געווען באזירט אויף אן אינטערעסאנטע פילאזאפיע וועלכע האט געלויטעט אז די וועלט דארף לכאורה האבן די איידעלסטע, שלימות'דיקע פארעם וואס איז שייך. א גלאבוס איז לויט פיטאגאראס געווען די מערסט-געאייגענטע קאנדידאט פאר דעם פארעם, וויבאלד עס פארמאגט נישט קיין עק.

אינטרעסאנט צו באמערקן וואס ר' אברהם בו הרמב"ם שרייבט אין פרשת תרומה אויף די קרנות המזבח אז זיי זענען געעווען א רונדיגע פארם "מפני שהעיגול היא היפה שבין הצורות"
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

האבן די אור אלטע גריכן געהאלטן אז מ'קען ארום רינגלען די וועלט, אדער האבן זיי געהאלטן אז מיר ואווינען נאר אין דער אויבישטער זייט פון די וועלט?.

אויב האבן זיי געהאלטן אז מ'ואוינט אינעם גאנצן ארום דאן איז שווער צוויי זאכן:
1) וויאזוי האבן זיי ערקלערט דאס אז מ'פאלט נישט אראפ פון די וועלט.
2) פארוואס האבן די גריכן און די רוימער נישט פראבירט ארום צו רינגלען די וועלט טאמער האבן זיי געוואוסט אז עס איז רונדיג?

און בכלל וויאזוי האבן זיי ערקלערט דאס אז דער וועלט קוקט אויס גראד למראית העין?

אויב איז עס געווען אנגענומען אלס אזא דבר פשוט ביי די חכמי יון דאן פארוואס ווערט דער מאדעל נישט דערמאנט אין אונזערע מקורות (אויסער אין ספר הזהר), איבער הויפט ביי די וואס ברענגען נאך די ספרי היונים והערבים ווי דער רמב"ם וכדומה?

ביטע הרב יידל מאכט קלאר די זאכן און ווי אויך צו ברענגען א מאדעל פו א רונדיגע וועלט פון די יונים. ישר כח
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חאצקל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

חאצקל האט געשריבן:האבן די אור אלטע גריכן געהאלטן אז מ'קען ארום רינגלען די וועלט, אדער האבן זיי געהאלטן אז מיר ואווינען נאר אין דער אויבישטער זייט פון די וועלט?.

אויב האבן זיי געהאלטן אז מ'ואוינט אינעם גאנצן ארום דאן איז שווער צוויי זאכן:
1) וויאזוי האבן זיי ערקלערט דאס אז מ'פאלט נישט אראפ פון די וועלט.
2) פארוואס האבן די גריכן און די רוימער נישט פראבירט ארום צו רינגלען די וועלט טאמער האבן זיי געוואוסט אז עס איז רונדיג?

און בכלל וויאזוי האבן זיי ערקלערט דאס אז דער וועלט קוקט אויס גראד למראיץ העין?

אויב איז עס געווען אנגענומען אלס אזא דבר פשוט סיי די חכמי יון דאן פארוואס ווערט דער מאדעל נישט דערמאנט אין אונזערע מקורות (אויסער אין ספר הזהר), איבער הויפט ביי די וואס ברענגען נאך די ספרי היונים והערבים ווי דער רמב"ם וכדומה?

ביטע הרב יידל מאכט קלאר די זאכן און ווי אויך צו ברענגען א מאדעל פו א רונדיגע וועלט פון די יונים. ישר כח


כאטשיג יאנקל האט דיר הערליך געענטפערט קורץ און צום פונקט האט ער איבערגעלאזט פאר אסאך מקום להתגדר בו. אלע דיינע הערות דארפן ווערן ברייטער אויסגעשמועסט און איך האף אז איך וועל צוקומען בקרוב דערצו.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

וידום השמש - צייטשריפט ארטיקל איבער קאפערניקוס ושיטתו

שליחה דורך יידל »

יידל האט געשריבן:(עס איז געווען אין צייטשריפט ע"ה א הערליכער ארטיקל איבער קאפערניקוס אין זיין שיטה, אויב איינער קען לייגן א האנט דערויף און עס דא ארויפשטעלן מיט רשות ווערט ער פארבעטן דאס צו טון).


בשורה טובה! עס איז מיר געלונגען צו פארשאפן דעם באקאנטן לענדמארק ארטיקל איבער העליאצענטריזם ווערסוס גיאצענטריזם וואס איז ערשינען אין צייטשריפט מיט עטליכע יאר צוריק לכבוד דעם היסטארישן קידוש החמה געשעעניש.

לייענט און האט הנאה!


תשואת חן חן צום חשוב'ן חבר הרוצה בעילום שמו וועלכע האט דאס צוגעשיקט כדי לזכות את הרבים, און אן עקסטערן ייש"כ פאר געפילטע פיש פארן קומען צוהילף מיט טעכנישע דעטאלן.


[ATTACHMENT NOT AVAILABLE]
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

יאנקל האט געשריבן:בנוגע וויאזוי די וועלט האלט זיך זענען געווען פארשידענע טעאריעס, צווישן זיי איז באקאנט די טעאריע פארשפרייט אין אידיאנישע און כינעזישע מיטאלאגיעס איבער טשערפאכעס און העלפאנטן וועלכע האלטן די וועלט:

עס איז כדאי נאכצוזאגן אן אלטע מעשה בשם מורינו (דער אמת'ער) קארל סעיגען. א יונגער פראפעסאר האט פארגעלערנט א לעקציע פאר פשוט'ע מענטשן און האט ערקלערט די מאדעל פון די וועלט, ווען אן אלטע פרוי האט זיך אויפגעשטעלט און זיך אנגערופן, "דו רעדסט שטותים, די וועלט איז א פלאכע זאך וואס שטייט אויף א גרויסע טשוכעפאכע!"
"און אויף וואס שטייט די טושכעפאכע", פרעגט איר דער פראפעסאר.
די פרוי טראכט אריין.
"א גוטע שאלה, פראפעסאר, אבער זיי זענען אלע טשוכעפאכעס ביז אראפ!".
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

יישר כוח, יידל, פאר דער געוואלדיגער ארבעט. קומט זיך דיר זעק און פעק מיט לייקס.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

יאנקל האט געשריבן:א באקאנטע מעשה, נאר דאס אז ס'האט פאסירט מיט סעיגען ז"ל איז אן אורבאן לעגענדע. זע דא.

די מעשה פאסירט יעדן טאג. וויפיל מאל האסטו שוין געפרעגט א נארמאלע שאלה און באקומען אן ענטפער: "איך ווייס נישט, מיין באבע האט אזוי געטון און איר באבע האט אזוי געטון און מען טאר נישט משנה זיין." און וואג זיך נאר צו פרעגן פון וואו די ערשטע באבע האט עס גענומען. דערפאר האב איך אזוי ליב די מעשה, עס באצייכנט אזוי גוט די מענטאליטעט פון פונדאמענטאליסטן.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

דאכט זיך אז סטיוו האקינס, זאל האבן א רפואה שלימה בקרוב, אין זיין באקאנטן בוך "א קורצע היסטארי פון צייט," הייבט אן מיט די סעיגן אנעקדאט.

יישר כח, ר' יידל. באמת א געשמאק צו ליינען די זייער מסודר'דיגע רייד.
פארשפארט