חאצקל האט געשריבן:ווען די ספרדישע אידן זענען אנגעקומען קיין מזרח אייראפע איז פוילין געווען א שטיקל אימפעריע פון וועלעכע ליטא איז אויך געווען א טייל. ממילא ווען מ'האט אמאל געזאגט פוילין האט עס געמיינט אויך ליטא (זעה די מעשה מיט ר' שאול וואהל וועלעכע האט געואוינט אין בריסק אין דארט געווארן פון די מקורבים למלכות פוילן און לויט די לעגענדע אויך געווארן פוילישער קעניג פאר איין נאכט).
יישר כח.
בדרך אגב, אז מען רעדט פין ייחוס. פארוואס ווייסט מען אזוי ווייניג פין ייחוס צו זאגען. אוודאי ווייסט יעדער אז זיי שטאמען פין דוד המלך און ר' יוחנן הסנדלר, אבער אמתער ייחוס ווייסט מען באמת גאר ווייניג. ווען היינט געדענקט יעדער לכה"פ דעם זיידע וואס איז געקומען פין איירופא, מיט זיין זיידע אדער עלטער זיידע, אבער קיין סאך מער געדענקט מען נישט, נאר אז עס איז מקובל אז מען איז אן אייניקעל פין דער אדער יענער בעל מחבר.
איז פשט אז פאר די מלחמה האט מען נישט קיין סאך געקימערט זיך וועגען דעם און מען האט נישט געהאלטען קיין ייחוס בריוו?
למשל קיינער היינט ווייסט נישט צו ער איז פין די גולי שפאניע, ווען דאס איז זיכער אז זיי האבען זיך אויס געמישט צווישען דער געוועהנליכער באפעלקערונג, קיינער ווייסט נישט בן אחר בן מער ווי אפאהר דורות, אפילו די רביס ווייסען אויך נישט קיין סאך מער.
די אלע ייחוס בריוולעך וואס מען דריקט היינט זענען פיל מיט קבלות און מען היפט איבער גאנצע דורות אויף א מאהל.
אויב אונז אלע שטאמען מיר פין פיר פרויען ווי געברענגט פריער, און די פיר פרויען זענען אויך געוועהן משפחה, קומט אויס אז מיר שטאמען אלע פין א קליינע פרעקשען פין א שבט פין אידישקייט. ווען דער בני יששכר האט געזאגט אז ער ווייסט אז ער שטאמט פין שבט יששכר, איז לא ימלט אז לכל הפחות נאך גאר אסאך משפחות זאלען אויך שטאמען פין דארט, איז פארוואס איז ער געוועהן דער איינציגסטער וואס האט געוויסט. חוץ טאמער האט ער געוויסט דורך רוח הקודש.
למשל אסאך פין די יוצאי שפאניע זענען אוודאי געוועהן מיוחסים אייניקלעך פין רמב"ן רשב"א טור וכו', פארוואס האט מען אזעלכע זאכען נישט איבער געגעבען מדור לדור, איז עס טאקע נישט געוועהן אינטרעסאנט אמאהל? מינדערוויכטיג?