חידות אויף חומש

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך ווייס אז יצחק איז געוועהן 37 ביי די עקידה און רבקה איז געוועהן 3 ביי איר חתונה. מתסמא האסטו עפעס מער צו זאגן , יא?
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

וירא איז ר"ת א'לע י'ודן ו'וערן ר'בי'ס

אליו איז ר"ת אלע י'ודן ו'וערן ל'ערנער'ס

אלוני איז ר"ת א'לע י'ודן ו'וילן נ'אר ל'ע'רנען

ממרא איז ר"ת א'לע ר'בי'ס מ'יינען מ'שיח
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

שוין, האביך שוין עפעס געלערנט היינט
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

זר זהב האט געשריבן:שוין, האביך שוין עפעס געלערנט היינט

פארגעס נישט צו זאגן ברוך שם דריי מאל.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

סופר ומונה האט געשריבן:עס וואלט געווען אינטערעסאנט דורכצושמועסן פראגעס אויף דעם חומש, וואס אין אלגעמיין מיינט מען אז די תירוצים זענען פשוט, אבער פארמאגן באמת אנדערע שיטות און מיינונגען.

ווי אלט איז יצחק געווען ביי דער עקידה, און ווי אלט איז רבקה געווען ווען זי האט חתונה געהאט מיט יצחקן?

עס איז דא א סאך אנדערע שיטות אין דעם. עפעס געדענקט זיך אן אבן עזרא בנוגע רבקה'ס גיל.
ווען מען גיט מיר ביי די זיבען און דרייסיג א מיידעל פין דריי, וואלט איך געזאגט מוחל טובות.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דו מיינסט טאקע אז יצחק האט איר געדארפט אריינבינדען אין א קאר סיעט?..
א דריי יעריג מיידל וואס האט שוין געקענט אליינס שעפן וואסער פונעם ברונעם פאר זיך און פאר די קעמלעך, און לאדענען געסט און ענטפערן "מעטשור" און מענטשליך אויף די שאלות פונעם גאסט, מוז זיין איז געווען אנדערש ווי די 3 יעריגע דאליס וואס דו און איך קענען...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
חכם מחוכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 184
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

שליחה דורך חכם מחוכם »

דאס איז נישט קיין חידה, אבער איין אינטערסאנטע קשיא, שטייט דער גרויסער צדיק אברהם, און בעהט זיך ביים רבוש"ע ער זאל נישט אומברענגען די 5 שטעט, שוין ס'ארבעט נישט אויף פינעף בעהט ער אויף פיהר, אבי עפעס זאל אפגעראטעוועט ווערן, למעשה זאגט אים דער באשעפער, ניין, היות ס'נישט דא גענוג צדיקים העט מען מוזן איבערדרייען די שטעט, ואברהם שב למקומו, שפעטער אין פרשה ווען מ'איז געגאנגען ראטעווען לוט - פארגעס נישט פון וועם מ'רעדט דא, פון א פוסטער יונגאטש, וואס איז געווארן אויפגעוואקסן ביים גדול הדור און נועם המדות און מלומד בנסיונות, און ער האט זיך גארנישט אפגעלערענט, נאר, "ויסע לוט מקדם" -, שטייט דארט אז ער האט געבעטן: לבלתי הפכי, דריי נישט איבער דעם שטאט צוער, איך וויל אהין גיין וואוינען, דער מלאך זאגט אים, אוקעי, געפויעלט. וואס טוט זיך דא?? וואסי פשט אברהם בעהט זיך איין, און גארנישט, נאר ווען לוט דערמאנט א ווארט, האט מען עס אים באלד נאכגעגעבן.

דרך אגב: אפשר איז כדאי מ'זאל עפענען אן אשכול אויף שאלות אין חומש-רש"י (אויב איז נאכנישט דא)
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

שטייט שוין אין רשי אויף פסוק וישמע לקול הנער, אז די תפלה פין חולה אליין איז קרובה להיענות. והוא הדין כאן, אברהם האט נישט דארט געוואוינט, משא"כ לוט.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
חכם מחוכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 184
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

שליחה דורך חכם מחוכם »

איחוד פעלד האט געשריבן:שטייט שוין אין רשי אויף פסוק וישמע לקול הנער, אז די תפלה פין חולה אליין איז קרובה להיענות. והוא הדין כאן, אברהם האט נישט דארט געוואוינט, משא"כ לוט.

פיינעם תירוץ, כ'האב הנאה
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

און איך האב א קשיא, שטייט דא א ישמעאל וואס איז א פרא אדם, און וועט פייניגן אידן לכל אורך הגלות, ימח שמם. און די מלאכים ווילן אים דער'פטר'ן, זאגט ה', ניין, "באשר הוא שם", ווי אזוי איז ער יעצט? יעצט איז ער א צדיק? דאן מוז מען אים דן זיין אלס זיין יעצטיגן מצב.
א פלא עצום, אז ביי אונז אידן, ביי א סורר ומורה, זאגט מען פונקט פארקערט, ימות זכאי, מען קוקט יא אויף שפעטער...
וואס איז פשט דערפון?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

סופר ומונה האט געשריבן:ווי אלט איז יצחק געווען ביי דער עקידה, און ווי אלט איז רבקה געווען ווען זי האט חתונה געהאט מיט יצחקן?

עס איז באקאנט די גמרא אין יבמות וואס זאגט אז רבקה איז אלט געווען 12 יאר. תוספות דארט אויפן פלאץ זאגט שוין טאקע אז די גמרא מיט די מדרש וואס רש"י ברענגט זענען מדרשים חולקות. די גמרא (12 יאר) לכאורה נעמט פרעצעדענץ איבער די מדרש וואס רש"י ברענגט (3 יאר) ווייל מיר פסק'נען א הלכה למעשה פון די דרש אז רבקה איז שוין געווען א נערה, און די דרש איז נישט גילטיג אויב נעמט מען אן אז רבקה איז נאר געווען 3 יאר.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
קליינע רעבעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך קליינע רעבעלע »

שמעקעדיג האט געשריבן:און איך האב א קשיא, שטייט דא א ישמעאל וואס איז א פרא אדם, און וועט פייניגן אידן לכל אורך הגלות, ימח שמם. און די מלאכים ווילן אים דער'פטר'ן, זאגט ה', ניין, "באשר הוא שם", ווי אזוי איז ער יעצט? יעצט איז ער א צדיק? דאן מוז מען אים דן זיין אלס זיין יעצטיגן מצב.
א פלא עצום, אז ביי אונז אידן, ביי א סורר ומורה, זאגט מען פונקט פארקערט, ימות זכאי, מען קוקט יא אויף שפעטער...
וואס איז פשט דערפון?


פינק פארקערט דע סיבה פארוואס מען הייסט הארגענען דיעם סורר ומרה איז נישט ווייל מען שטראפט אים אויף שפעטער דע אייבישטער וויל זיין טובה זאגט ער ימות זכאי ואל ימית חייב ראטעוועט אים ווען דע עבירות זענען קליין נישט שפעטער ווען ער וועט דארפען באקימען סאך גרעסערע עונשים
משא"כ ביי דע אוה"ע קיקט ער טאקע נאר אויף יעצט אבער דעי מעלה פין ימית זכאי ואל ימית חייב האבען זיי נישט
בעסער פין מיר איז א פרימאק - ווייניגער ווי מיר איז א שייגעץ
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

קליינע רעבעלע האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:און איך האב א קשיא, שטייט דא א ישמעאל וואס איז א פרא אדם, און וועט פייניגן אידן לכל אורך הגלות, ימח שמם. און די מלאכים ווילן אים דער'פטר'ן, זאגט ה', ניין, "באשר הוא שם", ווי אזוי איז ער יעצט? יעצט איז ער א צדיק? דאן מוז מען אים דן זיין אלס זיין יעצטיגן מצב.
א פלא עצום, אז ביי אונז אידן, ביי א סורר ומורה, זאגט מען פונקט פארקערט, ימות זכאי, מען קוקט יא אויף שפעטער...
וואס איז פשט דערפון?


פינק פארקערט דע סיבה פארוואס מען הייסט הארגענען דיעם סורר ומרה איז נישט ווייל מען שטראפט אים אויף שפעטער דע אייבישטער וויל זיין טובה זאגט ער ימות זכאי ואל ימית חייב ראטעוועט אים ווען דע עבירות זענען קליין נישט שפעטער ווען ער וועט דארפען באקימען סאך גרעסערע עונשים
משא"כ ביי דע אוה"ע קיקט ער טאקע נאר אויף יעצט אבער דעי מעלה פין ימית זכאי ואל ימית חייב האבען זיי נישט


כ'הער, בקיצור דאס אז ישמעאל איז געבליבען לעבען איז געוועהן א עונש, לאידך גיסא דאס אז מען הרג'ט א בן סורר ומורה איז א זכות.
אוי וויי. משה קאפויער. מיט אזעלכע זכותים ווער דארף עונשים.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
קליינע רעבעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך קליינע רעבעלע »

דע מאלכים האבען געטענעט אז מען זאל אים שוין באשטראפען ווייל און א צייט ארים וועט ער טשעפענען דע אידן
האט דע אייבישטער געזאגט איך שטאראף נישט אויף להבא נאר באשר הוא שם
משא"כ ביי סורר ומורר שטראפט מען אים נישט אויף להבא נאר מען ראטעוועט אים פין א שטראף
בעסער פין מיר איז א פרימאק - ווייניגער ווי מיר איז א שייגעץ
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אין די קדמונים איז דא פארשידנע תירוצים, גלייכע און קרומע, די פשוט'ע תירוץ שרייבן זיי אז ישמעאל האט למעשה באותו זמן גארנישט חוטא געווען איז נישט יושר אים בכלל מעניש צו זיין, מה שאין כן בן סורר ומורה האלט שוין נאך גניבה אויף זייער אן אויפרייסערישע צורה מיט א פריקת עול אויף אזא אופן וואס גייט זיך זיכער נישט דא אפשטעלן און קיין גרויסע תכלית איז שוין נישט צו ערווארטן, איז אויב שוין מעניש זיין זאל שוין דער עונש אויך דינען אויף למען ישמעו ויראו.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

חכם מחוכם האט געשריבן:דאס איז נישט קיין חידה, אבער איין אינטערסאנטע קשיא, שטייט דער גרויסער צדיק אברהם, און בעהט זיך ביים רבוש"ע ער זאל נישט אומברענגען די 5 שטעט, שוין ס'ארבעט נישט אויף פינעף בעהט ער אויף פיהר, אבי עפעס זאל אפגעראטעוועט ווערן, למעשה זאגט אים דער באשעפער, ניין, היות ס'נישט דא גענוג צדיקים העט מען מוזן איבערדרייען די שטעט, ואברהם שב למקומו, שפעטער אין פרשה ווען מ'איז געגאנגען ראטעווען לוט - פארגעס נישט פון וועם מ'רעדט דא, פון א פוסטער יונגאטש, וואס איז געווארן אויפגעוואקסן ביים גדול הדור און נועם המדות און מלומד בנסיונות, און ער האט זיך גארנישט אפגעלערענט, נאר, "ויסע לוט מקדם" -, שטייט דארט אז ער האט געבעטן: לבלתי הפכי, דריי נישט איבער דעם שטאט צוער, איך וויל אהין גיין וואוינען, דער מלאך זאגט אים, אוקעי, געפויעלט. וואס טוט זיך דא?? וואסי פשט אברהם בעהט זיך איין, און גארנישט, נאר ווען לוט דערמאנט א ווארט, האט מען עס אים באלד נאכגעגעבן

פון דא נעמט זיך אז ווען מ'דארף פועל'ן א ישועה איז אנשטאט זאגן תהילים, געבן צדקה, תשובה טוהן, וכו', לויפט מען זיך אויסבעטען ביי עפעס א לוט, וכן עמא דבר.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:אין די קדמונים איז דא פארשידנע תירוצים, גלייכע און קרומע, די פשוט'ע תירוץ שרייבן זיי אז ישמעאל האט למעשה באותו זמן גארנישט חוטא געווען איז נישט יושר אים בכלל מעניש צו זיין, מה שאין כן בן סורר ומורה האלט שוין נאך גניבה אויף זייער אן אויפרייסערישע צורה מיט א פריקת עול אויף אזא אופן וואס גייט זיך זיכער נישט דא אפשטעלן און קיין גרויסע תכלית איז שוין נישט צו ערווארטן, איז אויב שוין מעניש זיין זאל שוין דער עונש אויך דינען אויף למען ישמעו ויראו.

לויט דעם איז שווער צו פארשטיין דעם אויסדרוק "ימות זכאי".
חוץ אויב מען נעמט אן אז א קטן איז נאך נישט חייב בעונשין, ממילא הייסט ער נאך זכאי.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מ'רעדט נישט פון קיין קטן, איש כתיבא בפרשה, נאר זכאי מיינט מאותו עונש, דאס הייסט אז א צווייטער וואלט אויף זיינע חטאים נישט באקומען קיין סקילה, ניטאמאל קיין חנק.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אויב רעדט מען נישט פון קיין קטן, דאן וואס מיינט ותפשו אותו אביו ואמו, איננו שומע בקולינו וגו', ביי א גדול איז דאך דאס נישט שייך אינגאנצן.
(מיר פארקריכן פונעם ענין)
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

האסט כנראה לפי שעה פארזעהן אן אפענע רש"י אין קידושין ל' ע"א ד"ה משיתסר, וז"ל "בשעה שעוד ידך תקיפה עליו (על בנך) הוי זהיר ללמדו תוכחות ואיזה זמנו משיתסר ועד עשרים ותרתין".
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יא, כ'האב עס פארזעהן (נישט נאר לפי שעה..)
יישר כח פארן אויפמערקזאם מאכן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
חכם מחוכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 184
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

שליחה דורך חכם מחוכם »

סופר ומונה האט געשריבן:וַיָּ֨רָץ לָבָ֧ן אֶל־הָאִ֛ישׁ הַח֖וּצָה אֶל־הָעָֽיִן׃
פארוואס איז לבן געלאפן צו דעם מענטש וועלכער איז געקומען טרעפן א ווייב פאר יצחקן?

נישט וועגן די געלט??, העי פשוט רש"י
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

שטעל דיך פאר איינער קומט צו דיר פלוצלינג, ברענגט דיר א נייע לעקסעס קאר, א אויסגעצאלטע גרויסע נייע הויז, א טשעק פון 2 מילאן דאלאר, בתנאי אז די געזעגנסטעך היינט מיט דיין קליינע טאכטער אויף לעולם ועד, אז זי זאל חתונה האבן מיט א 40 יעריגער מענטש, דאס האט אליעזר געטאן
ווייטער יעקב האט נעבעך ביטער געוויינט פון ער איז אנגעקומען קיין חרן, מיט גארנישט, ווייל ער האט געוויסט אן געלט איז קיין חתונה ניט, ער האט זיך געמוזט פארשקלאפן פאר דעם קליפה לבן פאר 14 יאר,
פארשפארט