שירי אהבה פון רבותינו הראשונים ז"ל

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שירי אהבה פון רבותינו הראשונים ז"ל

שליחה דורך בן תמליון »

אין אייוועלט האב איך אנומעלט געזען אראפגעבראכט דעם פאלגענדן שיר פון ר' שלמה אבן גבירול:

שָׁלוֹם לְךָ, דּוֹדִי הַצַּח וְהָאַדְמוֹן,
שָׁלוֹם לְךָ מֵאֵת רַקָּה כְמוֹ רִמּוֹן,
לִקְרַאת אֲחוֹתְךָ רוּץ, צֵא נָא לְהוֹשִׁיעָהּ
וּצְלַח כְּבֶן יִשָׁי רַבַּת בְּנֵי עַמּוֹן"
"מַה לָּךְ יָפֵה פִיָּה , כִּי תְעוֹרְרִי אַהֲבָה
וּתְצַלְצְלִי קוֹלֵךְ כַּמְעִיל בְּקוֹל פַּעֲמוֹן?
הָעֵת אֲשֶׁר תַּחְפּוֹץ אַהֲבָה - אֲחִישֶׁנָּה
עִתָּהּ, וְעָלַיִךְ אֵרֵד כְּטַל חֶרְמוֹן

אפשר ווייס איינער דעם מקור און ווי איך קען זען דעם ארגינאל?
דאס ברענגט מיר צו וואונדערן איבער די אלע שירי אהבה פון אונזערע ראשונים וואס די היינטיקע באהאלטן פון אונז. לויט ווי איך הער איז דא א גאנצער חיבור פון ר' יהודא הלוי פון אזאנע שירים גיי זוך זיי אין ביהמ"ד. קען איינער מעתיק זיין דא אדער ווי איך דען זיי זעהן אנליין? איך וואלט געווען דאנקבאר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בן תמליון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
נפתלי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 226
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 25, 2012 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך נפתלי »

בן תמליון האט געשריבן: אפשר ווייס איינער דעם מקור און ווי איך קען זען דעם ארגינאל?

אפשר אין מוזעאם קענסטו זעהן דעם ארגינעל, פרעג יידל
על המחיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 341
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

שליחה דורך על המחיה »

שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

על המחיה האט געשריבן:שירי ר' יהודה הלוי


א דאנק. ווי שיין און הייליק.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

שלום (לבן) [לך] דודי איז אן אלטע באקאנטע פיוט.
דא קענסטו עס הערן וויאזוי מ'זינגט עס (דער מחבר פונעם לחן ווערט אנגעגעבן אלס מוחמד וואהבי פון אלג'יר, איך בין נייגעריג צו ער איז געווען א גוי). שטייט דארט אויך איבער דעם ניגון ווי פאלגנד "השיר מצוי כמעט בכל עדות ישראל השונות - אצל יהודי מרוקו הוא מופיע בשירת הבקשות של שבת וירא, ואצל יהודי בבל בסדר השירים לליל הושענא רבה".

אט איז א מער מאדערנע ווערסיע פון מאיר בנאי:

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=D3vuNqUOeb8[/youtube]
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

כא'געליינט אפאר ריוויואס אויף עמעזאן און נישט געקענט ארויסנאשן וואס זיין קאנקלוזשען איז. זאגט ער אז האמאסעקסואליטי איז OK ע"פ תורה?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

פון ר' ידעה הפניני (וואס לויט מאנכע איז ער דער מחבר פון מבחר הפנינים) איז דא א ספר "אוהב הנשים", וואס ער האט ארויס געגעבן קעגן דעם ספר "מנחת יהודה שונא הנשים" וואס אין ליכט פון דעם ספר איז אויך ארויס געקומען דער ספר עמנואל (שירי אהבה) וואס ווערט דערמאנט אין ש"ע הלכות שבת אז מ'זאל עס נישט ליינען
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

חאצקל האט געשריבן:פון ר' ידעה הפניני (וואס לויט מאנכע איז ער דער מחבר פון מבחר הפנינים) איז דא א ספר "אוהב הנשים", וואס ער האט ארויס געגעבן קעגן דעם ספר "מנחת יהודה שונא הנשים" וואס אין ליכט פון דעם ספר איז אויך ארויס געקומען דער ספר עמנואל (שירי אהבה) וואס ווערט דערמאנט אין ש"ע הלכות שבת אז מ'זאל עס נישט ליינען


קענט איר עלאבארירן ביטע? זעט אויס אינטערסאנט. וואס איז דאס ספר שונא הנשים?
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

פארגעסט נישט פון שיר השירים
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך אוהב דעת »

דא http://www.michtavim.com/Seforim/MBShapiroFrankfurt.pdf ברענגט דר מארק שעפירא די סיבה מהאט נישט געוואלט אויפנעמען רב אין פראנקפארט הרב רפאל ברויער א אייניקעל לפין ש ר הירש, ווייל ער האט איבערגעטיישט שיר השירים על פי פשטת קען מיר איינער טרעפן די פירש ? 
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך אוהב דעת »

אוהב דעת האט געשריבן:דא http://www.michtavim.com/Seforim/MBShapiroFrankfurt.pdf ברענגט דר מארק שעפירא אויף דף ל footnote 13 ,די סיבה מהאט נישט געוואלט אויפנעמען רב אין פראנקפארט הרב רפאל ברויער א אייניקעל פין ש ר הירש, ווייל ער האט איבערגעטיישט שיר השירים על פי פשטת קען מיר איינער טרעפן די פירש ? 
און בכלל איז דא היינט איינער וואס שרייבט love songs אין אידיש ?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער ערשטער אידישער קדוש, פאר הקדוש רבי יהודא סאמעט, רבי חזקי קאלמנוביץ און אנדערע קדושים, איז געווען הקדוש דעהאן, ער האט געשריבן האמאסעקסואלישע לידער.
אין די בוך הקדוש דהאן, וואס משי זהב האט ארויסגעגעבן (באותו שעה קנאי היה) ברענגט ער א בריוו פון רבי אהרן פישער איבער די גרויסקייט פון דעהאן, און ער שרייבט דארטן אז חלילה לומר אז דהאן טויג נישט ווייל ער שדרייבט האמאסעקסואלע שירי אהבה, נאר, פונקט ווי די ראשונים האבן געשריבן שירי אהבה, און זיי מיינען עס נישט חלילה, נאר זיי שרייבן דדים און מיינען גמרא, שרייבן יפת תואר און מיינען שכינה הקדושה וכו', די זעלבע מיט הקדוש דעהאן.
בדרך אגב, רבי אהרן פישער איז געווען א גאר אינטערסאנטע מענטש, און ער האט געגעבן א נאמען זיין זון רבי ישראל יעקב פישער, דער שפעטער'דיגער גאון ראב"ד העדה החרדית, א נאמען נאך הקדוש ישראל יעקב דעהאן
אוי, מי יתן לנו תמורתו
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך אוהב דעת »

ווי קען מען דאס זען ?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אוהב דעת האט געשריבן:ווי קען מען דאס זען ?

ווי קען מען זען וואס?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

מען טאר נישט אויסלאזן די וואונדערבארע שירים פון דעם מייסטערהאפטיגן משורר, למדן, און מיניסטער רבי שמואל הנגיד. א גרויס חלק פון זיינע פאעטן קאנצענטרירן זיך אויף טרינקען וויין, וואס ווערן גערופן שירי יין. פאלגענד איז א ביישפיל:

קח מצביה דמי ענב באקדחה
ברה, כמו אש בתוך ברד מלקחה.
בעלת שפתות כחוט שני, וחך לה כיין
הטוב, ופיה כגופתה מרקחה.
מדם חללים קצה ידה מאדם,
לכן חציה כאודם ומחציתה בדולחה

אין דעם פירוש איז ערקלערט אז צביה מיינט די מיידל וואס סערווירט די וויין. זי האלט די וויין אין א גלאזערנע בעכער וואס זעט אויס ווי פייער אין וואסער אזוי ווי ברד, און ווי אירע רויט באשמירטע נעגל אויף איר ווייסע הויט פון די פינגערס.

נאך א גאו'נישן פיוט, וואו ער לייגט אראפ דעם מצב ביים זיך אנווארעמען מיט א גלעזל וויין אינמיטן די ווינטערדיגע פרעסטן:
מת אב ומת אלול ומת חומם / גם נאסף תשרי ומת עמם,
באו ימי הקור, והתירוש / אדם וקולו בכלי דמם
לכן, ידידי, סוב אלי רעים/ כל איש ואיש יעש אשר זמם!
אמרו: חזה עבים בהגשימם / ושמע שמי מרום בהרעימם
וראה כפור ולשון מדורה – זה / ירד וזה יעל ויתרומם.
קומה, שתה בכוס ושוב ושתה / בכד ובליל וגם יומם!

פאר א גרונטליכער פירוש אויף דעם פיוט זעט דא.

נאך איין איבערגעזעצטע פיוט אויף ענגליש פון א טרונק וויין אין בית היין אין די שפעטע נאכט שעות, איך האב נישט געקענט טרעפן די אריגינעלע ווערסיע אויף לשון הקודש:


Come out and see the morning light

Like a scarlet thread in the East.

Make haste, give me a cup,

Before the dawn starts to rise,

Of spiced pomegranate juice

From the perfumed hand of a girl,

Who will sing songs. My soul

Revives and then dies.
האדם לא נברא אלא להתענג
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וואס קופרניקוס האט דערמאנט אויפן שפיץ גאפל (מעסער?..) וועגן דר. דה-האן

אין די אלגעמיינע גאס איז איז ער פארהייליגט ביי די געי געמיינדע אלץ א קדוש מעונה, זיינס א poem איז prominent איינגעקריצט אינעם homomonument אין אמסטערדאם, ס'דא אפילו (נישט נאר תמהוני) וואס פארבינדען זיין טראגישע סוף צו זיין נטייה מינית, מנחם פרידמן (אין חברה ודת) דערמאנט אויך די השערה.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

בן תמליון האט געשריבן:אין אייוועלט האב איך אנומעלט געזען אראפגעבראכט דעם פאלגענדן שיר פון ר' שלמה אבן גבירול:

שָׁלוֹם לְךָ, דּוֹדִי הַצַּח וְהָאַדְמוֹן,
שָׁלוֹם לְךָ מֵאֵת רַקָּה כְמוֹ רִמּוֹן,
לִקְרַאת אֲחוֹתְךָ רוּץ, צֵא נָא לְהוֹשִׁיעָהּ
וּצְלַח כְּבֶן יִשָׁי רַבַּת בְּנֵי עַמּוֹן"
"מַה לָּךְ יָפֵה פִיָּה , כִּי תְעוֹרְרִי אַהֲבָה
וּתְצַלְצְלִי קוֹלֵךְ כַּמְעִיל בְּקוֹל פַּעֲמוֹן?
הָעֵת אֲשֶׁר תַּחְפּוֹץ אַהֲבָה - אֲחִישֶׁנָּה
עִתָּהּ, וְעָלַיִךְ אֵרֵד כְּטַל חֶרְמוֹן

אפשר ווייס איינער דעם מקור און ווי איך קען זען דעם ארגינאל?
דאס ברענגט מיר צו וואונדערן איבער די אלע שירי אהבה פון אונזערע ראשונים וואס די היינטיקע באהאלטן פון אונז. לויט ווי איך הער איז דא א גאנצער חיבור פון ר' יהודא הלוי פון אזאנע שירים גיי זוך זיי אין ביהמ"ד. קען איינער מעתיק זיין דא אדער ווי איך דען זיי זעהן אנליין? איך וואלט געווען דאנקבאר.

דא קענסטו עס הערן אין א לעבעדיגע כורדישע מקאם געזינגען דורך גו' אמאר ז"ל.
עס איז דא דארט נאך 12 נוסחאות אויף די ניגון.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך מורינו הרב »

יאנקל האט געשריבן:ספר עמנואל אויף היברו בוקס.
[/url]


איז פאראן ערגעץ א היינטיגע דרוק, וואו מען קען זען קלארער?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אז ס'שמעקט דיר דעם מחברת עמנואל וואלט כדאי געווען אז זאלסט אויך כאפן א בליק אויף עמנואל הרומי'ס פארגייער דער תחכמוני פון יהודה אלחריזי, דער וואס האט קודם מתרגם געווען די ספרי הרמב"ם ביז דער רמב"ם האט אים געשיקט ווייטער (זייער אן אומבאלומפערטע ארבייט געמאכט, נאך ערגער ווי אבן תבון). אין עמנואל'ס שיר איבער גן עדן און גיהנום איז ער מקדים אז דעם השראה האט ער באקומען פון אל חריזי.
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך מורינו הרב »

ס'געפעלט מיר דער אויסדריק פון עמנואל

'ושני דדיה כדתן ואבירם נצבים'

לאל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יעצט פארשטייסטו שוין פארוואס דער בית יוסף האט עס גע'אסר'ט?

ס'דא אפילו וואס שאצן אז דווקא דעם איסור האט אים געמאכט אזוי popular און באשטייערט צו זיין איבערלעבן.
פארשפארט