רעפארט היינט אין פארווערטס
משפט פון פארדעכטיגטן באלעסטיקער, הרב וועבערמאן, הייבט זיך אןפון שרה־רחל שעכטער (ניו־יארק)
דינסטיג, דעם 30'סטן אקטאבער, וועט זיך אנהייבן דער משפט פון הרב נחמיה וועבערמאן, אַ 53־יאריקער קאנסולטאנט פאר תלמידים און תלמידות אין די סאטמערער ישיבות, וועלכער ווערט באשולדיקט אין ******* באלעסטיקן א חסיד'יש מיידל אין וויליאמסבורג, דרײ יאר לאנג.
וועבערמאַן איז אַרעסטירט געוואָרן אין פעברואַר 2011, נאך דעם ווי דאס מיידל האט דערציילט, אז ער איז געווען איר טעראפּעווט און האָט איר געצוואונגען, בעת דער קאנסולטיר־סעסיע, צו טאן סעקסועלע מעשים מיט אים. אנגעהויבן האָט זיך עס, ווען זי איז געווען 12 יאר אלט. לויט געוויסע קוואלן, האט וועבערמאן אויך באלעסטיקט אנדערע סאטמערע מיידלעך בעת זײן כלומר'שטער טעראפי.
זינט זײן ארעסט, האָט די סאטמערער קהלה, אונטער דער פירערשאפט פונעם רבי'ן, זלמן־לייב טייטלבוים, געשטיצט פעדאפילן, טענה'נדיג, אז ער איז אומשולדיק. א וואקסנדיקע צאל מענטשן, סײ פון דער חסידישער וועלט, סײ פון נישט־חסידישע קרײזן, האבן שוין עפענטליך אויסגעדריקט זייער פראטעסט קעגן דער סאַטמערער פאַרטיידיקונג פון וועבערמאן, און פאר-אכטאגן זונטיג האט אַ גרופע דעמאָנסטרירט פאר א הויז אין פלעטבוש, וואו עס איז פארגעקומען א בענעפיט לטובת דער סאטמערער קהילה. די גאסטגעבער, שימי לאקס און זײן פרוי, זענען ברייטהארציגע שטיצער פון די סאטמערער געזעלשאפטן, הגם זיי זענען אליין נישט קיין חסידים.
כאטש דער בענעפיט איז נישט געווען ספּעציפיש צו העלפן וועבערמאן, האט דער אָרגאַניזירער פון דער דעמאנסטראַציע, ירחמיאל לאפין — דער גרינדער פֿון Frum Follies, אַ בלאג וואס קריטיקירט שארף די סאטמערער שטיצע פון וועבערמאן — דערקלערט, אַז דאס איז געווען אַ גוטע געלעגנהייט צו לאזן די מנדבים וויסן, אַז די סאטמערער קהילה פארטיידיקט די סעקסועלע באלעסטיקער פון קינדער; בפרט, אַז דער עהרן־גאסט פונעם בענעפיט איז געווען נישט ווייניגער ווי דער רבי, זלמן־לייב טייטלבוים, אַליין.
דאָס איז נישט געווען די ערשטע דעמאָנסטראַציע קעגן דער סאטמערער פארטיידיקונג פון פעדאפילן. דעם פאַרגאַנגענעם מאי, האבן כמעט הונדערט מענטשן זיך באטייליקט אין אַ דעמאנסטראַציע פארן זאַל פֿון "קאנטינענטאל קעיטערערס", אין וויליאמסבורג, וואו עס איז פארגעקומען א בענעפיט, כדי צו זאמלען געלט לטובת וועבערמאנ'ס יוריד'ישע הוצאות. אַ סך פון די דעמאנסטראנטן האבן געטראגן שילדן מיט די ווערטער, "באשיצט די געליטענע, נישט די באלעסטיקער".
שטעלט זיך די פראַגע: ווי אַזוי האָט וועבערמאַן געהאַט צוטריט צו אַ יונג מיידל אין אַ געזעלשאַפֿט, וווּ די מענער און פֿרויען זענען אַזוי שטרענג אָפּגעטיילט? הגם די פּרטים זענען נאָך נישט קלאָר, און וועלן מסתּמא ערשט אַנטפּלעקט ווערן במשך פֿונעם מישפּט, דערציילט לאָפּין, אַז וועבערמאַן איז אַ הצלחהדיקער געשעפֿטסמאַן, וועלכער דינט שוין זעקס יאָר לאַנג אויפֿן סאַטמערער וועד־הצניעות (צניעות־קאָמיטעט), און דאָס האָט אים דערלויבט נישט בלויז צו האָבן אַ צוטריט צום מיידל, אָבער אויך די מעגלעכקייט אַרויסצופּרעסן געלט בײַ איר משפּחה, כּדי מע זאָל פֿאַרשווײַגן די כּלומרשטיקע "אויסגעלאַסנקייט" פֿון זייער טאָכטער.
"דער וועד־הצניעות האָט געהערט, אַז זי איז אַ ׳נישט־געראָטן׳ מיידל," שרײַבט לאָפּין. "אפֿשר איז עס, ווײַל זי האָט גערעדט מיט ייִנגלעך? אפֿשר זענען אירע קליידער געווען צו מאָדערן, אָדער זי האָט געפֿרעגט צו פֿיל קשיות? די סיבה איז נישט וויכטיק. דער עיקר איז, דער וועד־הצניעות איז געווען גרייט איר צו העלפֿן — פֿאַר אַ היפּשער סומע געלט, פֿאַרשטייט זיך. אויב נישט, וואָלט דאָס מיידל דאָך באַקומען דעם שם פֿון אַן ׳אויסוווּרף׳ אָדער אַ ׳שיקסע׳. אין אַזאַ פֿאַל, וואָלט קיין לײַטישע משפּחה זי נישט געלאָזט חתונה האָבן מיט זייערע זין."
דער איינציקער אויסוועג פֿאַר איר משפּחה איז געווען צו געפֿינען אַ "תּורה־טעראַפּעווט", וואָס קען זי פֿאַרוואַנדלען אין אַ "גוט" מיידל, האָט די שול־אַדמיניסטראַציע געעצהט. וכּך־הווה. ווי עס שרײַבט הרבֿ יעקבֿ האָראָוויץ (אַן אָנגעזעענער פֿאַרטיידיקער פֿון קינדער, וועלכע זענען ******* באַלעסטיקט געוואָרן) אין זײַן אינטערנעץ־אַרטיקל, What Went Terribly Wrong (ווי אַזוי דער ענין איז אַזוי שטאַרק פֿאַרדאָרבן געוואָרן), האָט די אַדמיניסטראַציע דעמאָלט אַרײַנגערופֿן וועבערמאַן, אַ חשובֿער מיטגליד פֿונעם ועד־הצניעות, ווי איר טעראַפּעווט, כאָטש קיין ליצענץ דערפֿאַר האָט וועבערמאַן בכלל נישט געהאַט.
"נישט געקוקט אויף דער געוויינטלעכער שטרענגער אָפּטיילונג פֿון מענער און פֿרויען, האָט מען במשך פֿון די יאָרן דערלויבט וועבערמאַן צו האָבן אַ צוטריט צו דעם מיידל, אָן שום אויפֿזיכט," שרײַבט הרבֿ האָראָוויץ. "ער האָט זיך געטראָפֿן מיט איר פּריוואַט — אָפֿט מאָל אין אַ ביוראָ אָדער דירה מיט אַ שלאָפֿצימער — און דערבײַ עובֿר געווען אויף אַלע סטאַנדאַרטן פֿון ייִחוד און צניעות.
"אַחוץ די אַלע אומדערטרעגלעכע פֿאַקטן, איז לעצטנס קלאָר געוואָרן, אַז דאָס מיידל איז נישט געווען די איינציקע," האָט האָראָוויץ צוגעגעבן. "זינט וועבערמאַנס אַרעסט, האָב איך פּערזענלעך זיך פֿאַרבונדן מיט די משפּחות פֿון פֿיר אַנדערע מיידלעך, וועמען ער האָט ******* באַלעסטיקט. זיי האָבן אָבער מורא צו פֿאַרעפֿנטלעכן דעם פֿאַקט."
לאָפּין האַלט, אַז די אינסטיטוציע פֿונעם וועד־הצניעות איז הײַנט אין גאַנצן קאָרומפּירט געוואָרן. "מסתּמא מיינט איר, אַז דאָס איז ווי דער וועד פֿון אַמאָל. דעמאָלט פֿלעגן די מיטגלידער פֿונעם וועד, בײַם הערן וועגן פֿאַלן פֿון ********* אויסגעלאַסנקייט, וואָרענען די פֿרוי אָדער דעם מאַן זיך צו פֿירן ׳לײַטיש׳, און אויב דאָס האָט נישט געהאָלפֿן, האָט מען עפֿנטלעך געמאָלדן וועגן זייער אויפֿפֿיר, כּדי זיי צו פֿאַרשעמען, אָדער (אין פֿאַל פֿון אַ מאַן), אים גוט אָנגעשלאָגן." הײַנט אָבער, באַטאָנט לאָפּין, דינט דער וועד ווי אַ מיטל אַרויסצודריקן געלט פֿון דער משפּחה פֿונעם "נישט־לײַטיש" מיידל אָדער בחור, כּלומרשט צו העלפֿן ראַטעווען דעם שם פֿון דער משפּחה.
די אַקטיוויסטן קעגן דער ********* באַלעסטיקונג פֿון קינדער קוקן אַרויס אויפֿן מישפּט פֿון וועבערמאַן און האַלטן, אַז יעדע עפֿנטלעכע דעמאָנסטראַציע קעגן דער פֿאַרטיידיקונג פֿון וועבערמאַן און אַנדערע פּעדאָפֿילן קאָן העלפֿן ענדערן דעם צוגאַנג פֿון מענטשן — אויב נישט פֿון די סאַטמערער פֿירער, איז כאָטש פֿון זײַנע פֿינאַנציעלע שטיצער מחוץ דער סאַטמערער קהילה.
דער בענעפֿיט פֿאַראַכטאָגן זונטיק איז טאַקע געווען אַ פֿאַל פֿון דעם דאָזיקן פֿאַרשפּרייטן פֿענאָמען, וווּ אַ נישט־חסידיש פּאָרפֿאָלק זאַמלט געלט לטובֿת חסידישע אינסטיטוציעס. "בדרך־כּלל, פֿליסט דאָס געלט אין דער פֿרומער וועלט בלויז אין איין ריכטונג — פֿון לינקס אויף רעכטס," האָט לאָפּין דערקלערט. מיט אַנדערע ווערטער, די מאָדערן־פֿרומע ייִדן וועלן פֿינאַנציעל שטיצן די חסידישע אינסטיטוציעס, כאָטש די חסידים וועלן קיין מאָל נישט שטיצן קיין נישט־חסידישע געזעלשאַפֿטן.
"ישיבֿה־אוניווערסיטעט וועט נישט באַקומען קיין פּעני פֿון דער חסידישער וועלט, אָבער די חסידים באַקומען יאָ געלט פֿון נישט־חסידישע ייִדן אין די ׳פֿײַוו טאַונס׳," האָט לאָפּין געבראַכט ווי אַ בײַשפּיל. די "פֿײַוו טאַונס" איז אַ ראַיאָן פֿון פֿינף פֿאַרמעגלעכע שטעטלעך אין לאָנג־אײַלאַנד, אַרײַנגערעכנט סידערהורסט און וווּדמיר, וווּ עס וווינען הײַנט אַ גרויסע צאָל פֿרומע משפּחות.
אַ סך פֿון אָט די שטיצער קומען אַליין פֿון "היימישע" [=חסידישע] משפּחות, אָבער האָבן זיך "אַרויפֿגעאַרבעט", געוואָרן דאָקטוירים אָדער אַדוואָקאַטן און געקויפֿט עלעגאַנטע הײַזער מחוץ דער חסידישער קהילה. פֿון דעסטוועגן, האָבן זיי נאָך אַלץ ענגע פֿאַרבינדונגען מיט דער חסידישער וועלט, און דערפֿאַר ווערן זיי אָפֿט ברייטהאַרציקע שטיצער פֿון חסידישע אינסטיטוציעס.
"מיר האַלטן, אַז די פּאָטענציעלע מנדבֿים מחוץ דער סאַטמערער קהילה וואָלטן געוואָלט וויסן וועגן די פּראָבלעמען אין דער סאַטמערער געזעלשאַפֿט," האָט לאָפּין באַטאָנט. "אַזוי וועלן זיי אפֿשר אַליין איבערקלערן זייער באַשלוס זיי צו געבן אַזוינע ברייטהאַרציקע מתּנות."