א שפיצל-טיכל, שייטל, והמסתעף

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שווארצע זאקן אינדערוואכן איז א רבי'שע מלבוש לכתחילה, פונקט ווי די ריבסענע בעקישעס און סטראקעס. גארנישט מיט פרומקייט איינגעשטויסן.
ווילסט מיר זאגן מיט דעם אז גרעי שטרימפ איז אויך א רבי'ש (רעביצי'ניש) מלבוש, און האט גארנישט מיט פרומקייט?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
קליינע רעבעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך קליינע רעבעלע »

נישט אמת דע קורצע הויזן איז אינדערהיים געווען א חסידיש מלביש אזוי זענען געגאנגען דע חסידישע אידן אין גאליציע
גהערט האב איך ווייל טאקע אמאל זענען אלע אזוי געגאנגען אפילו להבדיל דער גוי
דא איז געבליבן נאר שבת ביי דע חסידישע אידן . ביי דע רעבישע אינדערוואכן אויך
בעסער פין מיר איז א פרימאק - ווייניגער ווי מיר איז א שייגעץ
באניצער אוואטאר
נס קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:56 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

שליחה דורך נס קאווע »

גרעי שטרימפ האב איך גיהערט אז ס' א ירושלימער מנהג

אגב ווייסט איינער וואו אין שו"ע אדער פוסקים שטייט הלכות צניעות פאר פרויען?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קליינע רעבעלע האט געשריבן:נישט אמת דע קורצע הויזן איז אינדערהיים געווען א חסידיש מלביש אזוי זענען געגאנגען דע חסידישע אידן אין גאליציע
גהערט האב איך ווייל טאקע אמאל זענען אלע אזוי געגאנגען אפילו להבדיל דער גוי
דא איז געבליבן נאר שבת ביי דע חסידישע אידן . ביי דע רעבישע אינדערוואכן אויך

אז "קליינע רעבעלע" מיט קורצע הויזן זאגט אזוי, מי אנכי אחרי המלך.

נס קאווע האט געשריבן:גרעי שטרימפ האב איך גיהערט אז ס' א ירושלימער מנהג

אבער קיינער אין ירושלים גייט נישט אזוי! אדער שווארץ אדער בעיזש (אן א סיעם).
וירח ה' את ריח הניחוח
קליגער איד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 12:55 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך קליגער איד »

מיין באבע ע"ה פלעגט אזוי צו גיין
אויב האט קיינער נישט קיין טענות אויף דיר, דאן געפינסטו זיך אין א בית הקברות!
באניצער אוואטאר
קליינע רעבעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך קליינע רעבעלע »

קליגער איד האט געשריבן:מיין באבע ע"ה פלעגט אזוי צו גיין

סקען זיין אז זי איז א גאליציאנער אפשטאמעדיגע
בעסער פין מיר איז א פרימאק - ווייניגער ווי מיר איז א שייגעץ
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

שמעקעדיג האט געשריבן:שווארצע זאקן אינדערוואכן איז א רבי'שע מלבוש לכתחילה, פונקט ווי די ריבסענע בעקישעס און סטראקעס. גארנישט מיט פרומקייט איינגעשטויסן.
ווילסט מיר זאגן מיט דעם אז גרעי שטרימפ איז אויך א רבי'ש (רעביצי'ניש) מלבוש, און האט גארנישט מיט פרומקייט?


האסט א טעות. אין פוילין /גאליציע איז מען געגאנגען מיט הויכע זאקן...
באניצער אוואטאר
קליינע רעבעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך קליינע רעבעלע »

איך ווער דא קליג
וואס איז א ערלויער שפיצעל?
בעסער פין מיר איז א פרימאק - ווייניגער ווי מיר איז א שייגעץ
אפריקאנער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 3:32 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך אפריקאנער »

איך האלט גראדע אויך אז א שפיצעל איז אסאך שענער ווי א שייטל. ובפרט א שפיצל מיט א טיכל (אויך נאר ארויפגעבינדענע שמאנצעס).

אבער איין זאך וואס איך קען נישט פארשטיין פון די שווארצע זאקן, אז אויב גייט מען נישט מיט צוויי זאקן איינס אויפן צווייטן איז עס ממש דורכזיכטיג. וואספארא פרומקייט ליגט אין די זאקן? מוחל טובות גיי אין געהעריגע זאקן איז עס כאטשיג נישט דורכזיכטיג.
קפנדריא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 558 מאל

שליחה דורך קפנדריא »

ביי אונז איז מען נישט מקפיד צו גיין צוגעדעקט, ווייל מיינע באבעס און מאמע גייען מיט א אפענע שייטל, אבער אויב זע איך איינער וואס די עלטערן גייען איבערגעדעקט און די קינדער גייען אויפגעדעקט קוקט עס אויס ווי א אפטריט פון מסורת האבות, ס'איז אפשר נישט קיין עבירה, אבער זיכער אוועקגערירט פון מסורה.

וועגן שפיצל, איז דאס נישט סאטמארער רב, דאס קומט פון צאנזער רב זי"ע, וואס האט געהאלטן אז פיאה נכרית איז אזוי ווי האר, און ס'איז א חידוש אז פיל פון זיינע אייניקלעך וואס די מענער גייען מיט שמונה בגדים נאך שענער ווי דער צאנזער זיידע, סטראקעס מיט קאלירפולע בעקישעס באלד ווי די עור תחש, און די פרויען גייען מיט שייטלעך כאוות נפשם / נפש בעליהם, והיא פלא!
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

אפריקאנער האט געשריבן:איך האלט גראדע אויך אז א שפיצעל איז אסאך שענער ווי א שייטל. ובפרט א שפיצל מיט א טיכל (אויך נאר ארויפגעבינדענע שמאנצעס).

אבער איין זאך וואס איך קען נישט פארשטיין פון די שווארצע זאקן, אז אויב גייט מען נישט מיט צוויי זאקן איינס אויפן צווייטן איז עס ממש דורכזיכטיג. וואספארא פרומקייט ליגט אין די זאקן? מוחל טובות גיי אין געהעריגע זאקן איז עס כאטשיג נישט דורכזיכטיג.


די "אזויגערופענע" פרומע טראגן איינס אויפן אנדערע?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

נישט אלע אבער ס'זענען פאראן אזעלכע וואס יא.
וירח ה' את ריח הניחוח
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

קפנדריא האט געשריבן:ביי אונז איז מען נישט מקפיד צו גיין צוגעדעקט, ווייל מיינע באבעס און מאמע גייען מיט א אפענע שייטל, אבער אויב זע איך איינער וואס די עלטערן גייען איבערגעדעקט און די קינדער גייען אויפגעדעקט קוקט עס אויס ווי א אפטריט פון מסורת האבות, ס'איז אפשר נישט קיין עבירה, אבער זיכער אוועקגערירט פון מסורה.

וועגן שפיצל, איז דאס נישט סאטמארער רב, דאס קומט פון צאנזער רב זי"ע, וואס האט געהאלטן אז פיאה נכרית איז אזוי ווי האר, און ס'איז א חידוש אז פיל פון זיינע אייניקלעך וואס די מענער גייען מיט שמונה בגדים נאך שענער ווי דער צאנזער זיידע, סטראקעס מיט קאלירפולע בעקישעס באלד ווי די עור תחש, און די פרויען גייען מיט שייטלעך כאוות נפשם / נפש בעליהם, והיא פלא!


בנוגע מסורה איז שוין אויסגעשמיסט געווארן אין אנדערע אשכולות וואס עס איז דער מסורה וואס מיר זענען מחוייב צוהאלטן, או באמת אויב איז עס אן הלכה'ידגע שאלה דאן דארף מען עס דורך טון אזוי ווי מ'טוט דורך א הלכה.

צו לבוש איז מער א הלכה'דיגע מסורה אדער מער געזעלשאפטליכער נארמע איז שוין אויך באהאנדלט געווארן אין אנדערע אשכולות. לויט ווי איך פארשטיי איז עס שתיים שהם אחת, איינס וואס איז גורם דאס צווייטע, דהיינו עס איז א נארמע וואס מאכט שפירן א יעדן וואס ווידערשפעניגט אין דעם אז ער איז פארפארענער. כנלע"ד
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

שמעקעדיג האט געשריבן:נישט אלע אבער ס'זענען פאראן אזעלכע וואס יא.


:o
yisroelotd
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך yisroelotd »

ראשעקאל האט געשריבן:
חכם מחוכם האט געשריבן:גיי זאג דאס פאר וויליאמסבורג, אז אלעס ווענדט זיך וואס טוט זיך אין הארץ

מעלות האט דעי חודש געהאקט אויף די איידיע אז די עיקר איז די הארץ

אזוי גאר?! ביטע שיק דעם שרייבער אפאר שטיקלעך נועם אלימלך, אדער פשוט די יסוד פונעם בעל שם טוב, אז ועתה ישראל מה ה' אלקיך שואל מעמך, איז ''ולדבקה בו'' וואס מיינט דאס אויב נישט הארץ? און וואס איז פשוט פשט אין רחמנא ליבא בעי? אלע תורות דערויף זענען זייער גוט, איך מיין אבער אז (בפרט ביי חסידים) אז יעדער גדול האט מסכים געווען צום פשוט פשט, וד''ל.
yisroelotd
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך yisroelotd »

קפנדריא האט געשריבן:ביי אונז איז מען נישט מקפיד צו גיין צוגעדעקט, ווייל מיינע באבעס און מאמע גייען מיט א אפענע שייטל, אבער אויב זע איך איינער וואס די עלטערן גייען איבערגעדעקט און די קינדער גייען אויפגעדעקט קוקט עס אויס ווי א אפטריט פון מסורת האבות, ס'איז אפשר נישט קיין עבירה, אבער זיכער אוועקגערירט פון מסורה.

וועגן שפיצל, איז דאס נישט סאטמארער רב, דאס קומט פון צאנזער רב זי"ע, וואס האט געהאלטן אז פיאה נכרית איז אזוי ווי האר, און ס'איז א חידוש אז פיל פון זיינע אייניקלעך וואס די מענער גייען מיט שמונה בגדים נאך שענער ווי דער צאנזער זיידע, סטראקעס מיט קאלירפולע בעקישעס באלד ווי די עור תחש, און די פרויען גייען מיט שייטלעך כאוות נפשם / נפש בעליהם, והיא פלא!

שמעתי, אז ווייטצענער רב ז''ל, וואס האט ווי באקאנט מקפיד געווען אויף דעם פסק פון דברי חיים עד כדאי מסירת נפש ממש, ער האט אלים מוותר געווען ביי שידוכים, אבי מען זאל גיין ''ווי דער צאנזער זיידע האט געוואלט'', האט כמאל זיך אויסגעדרוקט א שארף ווארט קעגן די צאנזער אייניקליך וואס אויפן סטראקעס זענען מקפיד, ייהרג ואל יעבור, אבער די פרויען האט מען געדארפט קוקן אפאר מאל צו זעהן אויב זיי גייען אייגענע האר, האט ער געזאגט אמאל: ''ביי זיי קענסטו זיין א גלח, אויב דו גייסט סטראקעס איז אלעס גוט''.
און ניין מיין נישט ער האט נישט פארלאנגט סטראקעס, ער פלעגט זיך אויסנעמען ביי יעדען שידוך 3 זאכען, א שפיצעל, סטראקעס און פעפטע הויזן, אבער די עיקר איז געווען די שפיצעל, וטעמיה, גאר פשוט, ער האט נישט געקענט משיג זיין ווי אזוי א צאנזער אייניקל קען גיין א שייטל ווען צאנזער רב שרייבט קלאר אז עס איז א איסור דאורייתא ''ולוקין עליו מן התורה''.
yisroelotd
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך yisroelotd »

שמעקעדיג האט געשריבן:שווארצע זאקן אינדערוואכן איז א רבי'שע מלבוש לכתחילה, פונקט ווי די ריבסענע בעקישעס און סטראקעס. גארנישט מיט פרומקייט איינגעשטויסן.
ווילסט מיר זאגן מיט דעם אז גרעי שטרימפ איז אויך א רבי'ש (רעביצי'ניש) מלבוש, און האט גארנישט מיט פרומקייט?

שווארצע זאקען האט מיט רבישקייט דאס וואס א שטריימעל האט... אמאל איז יעדער אזוי געגאנגען אפילו די גוים (דריי איבער א צווייטע דאלאר ביל און זאג מיר)עס איז נישט מער ווי דאס אז חסידים האבען נישט משנה געווען, די המון עם האט צוביסלעך געמוזט נאכלאזען, אבער די רבישע קינדער האבען סמך געהאלטען אבער אין פולין גאליציע האט עס אנגעהאלטען ביז די קריג, און נאך היינט גייט אין גור יעדער אזוי, און אין בעלזא איז אויך דא גאר א גרויסער עולם, בפרט און ירושלים וואס גייען אזוי, און יא, אפילו אין באבוב איז דא א עולם וואס גייט אזוי, בעיקר מיטל עידזש אידן, און עס ווערט מער און מער.
ווייס ווי שניי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 56
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך ווייס ווי שניי »

אין וומ"ס ווען מען גייט אויף די גאס איז פון יעדע 20 שייטלעך איין שפיצל; אין ק"י ווען מען גייט אויף די גאס איז פון יעדע 20 שפיצלעך איין שייטל.
עס גייט מיר אן ווי דער פאריעריגער שניי
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

yisroelotd האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:
חכם מחוכם האט געשריבן:גיי זאג דאס פאר וויליאמסבורג, אז אלעס ווענדט זיך וואס טוט זיך אין הארץ

מעלות האט די חודש געהאקט אויף די איידיע אז די עיקר איז די הארץ

אזוי גאר?! ביטע שיק דעם שרייבער אפאר שטיקלעך נועם אלימלך, אדער פשוט די יסוד פונעם בעל שם טוב, אז ועתה ישראל מה ה' אלקיך שואל מעמך, איז ''ולדבקה בו'' וואס מיינט דאס אויב נישט הארץ? און וואס איז פשוט פשט אין רחמנא ליבא בעי? אלע תורות דערויף זענען זייער גוט, איך מיין אבער אז (בפרט ביי חסידים) אז יעדער גדול האט מסכים געווען צום פשוט פשט, וד''ל.

איך האף אז דו פארשטייסט אז דו ביזט זיך טועה ביג טיים.
דער עיקר פון חסידות איז געווען אז די מצוות מעשיות וואס מען טוט זאל זיין בכוונה און מיט א דביקות,
אבער די היינטיגע "עיקר הלב" חברה ווילן מבטל זיין אלעס, מ'זאל גארנישט טון, קיין שמירת המצוות, ס'איז גענוג אז דו ביסט א יהודי אין דיין הארץ.
פארשטייסט דעם חילוק?
וירח ה' את ריח הניחוח
עפל פאי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:13 am
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

שליחה דורך עפל פאי »

כשמעקעדיג ועוד,

כ'זעה נישט די מעלות, ווייס איך נישט וואס זיי ברענגען ארויס, אבער ס'פארשטענדליך אז די חברה וואס זענען דוגל אין; "יהודי בלב" האבן נישט קיין פראבלעם מיט כל התורה כולה, העיקר שיש לך לב יהודי.
טון מיט הארץ און דער עיקר איז כוונת הלב, ביים מקיים זיין תו"מ, אטא דאס יא...
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

איז עס אמת אז פרויען מוזן גיין מיט 2 מלבושים? אויב יא ווי איז די מקור?
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

מ גפני האט געשריבן:איז עס אמת אז פרויען מוזן גיין מיט 2 מלבושים? אויב יא ווי איז די מקור?

זיי מסביר, וואס מיינסטו צו פרעגן.?
Under influence
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

מ גפני האט געשריבן:איז עס אמת אז פרויען מוזן גיין מיט 2 מלבושים? אויב יא ווי איז די מקור?

עס איז דא וואס פירען זיך אז פרויען זאלען אויך גיין מיט צווי צודעקס ווען זיי מאכען א ברכה, איך ווייס נישט אויב עס האט א מקור
פארשפארט