האט איר אויסגעפונען מיין ניק?

הילף, עצות און טיפס
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

האט איר אויסגעפונען מיין ניק?

שליחה דורך טאמבל סאס »

איז אזוי, איך ווייס אז איר מיינט אוואדאי אז איך ווייס שוין גענוי וואס איך וויל שרייבן, און וויאזוי איך וויל עס אויסשטעלן, ס'איז שוין מסודר ביי מיר די סדר הדברים, און זיכער האב איך שוין עפעס פארשלאג, וויאזוי צו טרעפן א לעזונג דערצו.
זאג איך ענק ניין! איך ווייס בערך מיין פראבלעם, און איך האב בערך ארויס די סיבות פארוואס ס'קען אויך זיין אז מיין אשכול וועט אויפטוהן ווי דער פאריעריגער שניי . נאכאלץ האב איך מחליט געווען איך מוז אנהויבן שרייבן און זיך אויסרעדן מיט ענק.

יעצט, די ערשטע זאך וואס איך האב קלאר און דייטליך, באשלאסן איז איך הייב אן טייפן, און גיי אויף קיין פאל צוריק איבער א ווארט אדער א שורה וואס איך האב געשריבן כדי עס צו פארמעקן, אדער אויסבעסערן ווייל דאס איז וואס מאכט מיר קראנק, און נעמט מיר אוועק דעם גאנצן אפעטיט פון שרייבן יעדעס מאל - נאך איידער איך ענדיג אפילו מיין ארטיקל.
ווייל וויפיל איך קען שוין יא שרייבן, האב איך אבער נאך פיהל א גרעסער פראבלעם אז די זיץ פלייש מיינער פארמאגט אן א שיעור נאדלען און איך קען נישט צולאנג מאריך ימים זיין אויף א בענקל מיט א קיבאורד. איינמאל כ'באמערק אז דער ארטיקל צושרייבן נעמט שוין לענגער ווי א דריי פערטל שעה א שעה, קראך איך.
קודם הערט אויס
אקעי. ובכן. ס'הערשט א שטארקע פראבלעם. ווי יעדער ווייסט האב איך שוין א שיין ביסל געשריבן דא אין קאווע, און פארשטייט זיך אייך אויך מיטגעטיילט אסאך מאל מיט פריוואטע ענינים אין יעדן נושא. אזוי ווי אסאך אנדערע מיטגלידער דא ביינונז.

נאכדעם, איז דא נאך א וויכטיגע נקודה וואס ענק דארפן זיין באוואוסטזיניג דערצו. איך קען דא ניק'ס וואס לעבן און אטעמען פון ארומגיין נאשן ווער איז דער און ווער איז יענער. פארשטענדליך אז זיי זאגן אייביג צו און שווערן זיך ביים באבנ'ס שירצל אז די נעמען וועלן בלייבן אין געהיים און זייערע פיסקער פארשלאסן. ס'קען פשוט נישט זיין מער פארזיכער אפי' אין אוועל אפיס. אבער אז עמיצער האט א רייץ געוואויר צו ווערן ווער איז דער און ווער איז יענער, מוז ער פארשטייט זיך האבן ניק'ס אויף אקשן. מיט וואס צו האנדעלן און עקסטשעינדזשן. און אז ער איז נאך א גוטע שרייבער אדער כיטרע שלעכטע צינגל נאך אויך, וועט ער לייכטער מאכן די דזשאב און ארויסציען פון שרייבער זייער ניק.

נאכדעם זענען דא אזעלכע וואס וועלן סוירטשן, זוכן, צושטעלן, און אלע מיטלען אנווענדן צו קענען פארגלייכן פאקטן, אדער שריפט און שפראך, קרייז, חסידות, און געגנט. און אזוי בערך ארויסהאבן א בילד וואספארא סארט כאראקטער מען רעדט. אנקניפן באציהונגען. פארשלאגן ארבעט, אדער חברותא. כהנה וכהנה. און אזוי יענעם ארייננארן אין זאק.
איז בעצם ליגט עס אין אייערע הענט. אויב ביסטו א שרייבער און ס'איז דיר אומבאקוועם עמיצער זאל וויסן דיין ניק, איז פארשטענדליך די בעסטע געווער, און אינשורנס אנטקעגן די אלע, אז דו זאגסט "קיינעם" נישט אויס דיין ניק.
און ווען איך זאג קיינעם, מיין איך אפילו נישט א פאטריקאנער גוי אין אידיש. און ווען ער האט זיך פארפאטשקעט איז עס שוין כמעט אינגאנצן זיין פראבלעם. כ'זאג נישט. דער וואס האט אים אנגעדרייט איז זיך ווערט זיין געלט, אבער מען דארף זיין זייער געהיטן. גדרים וסייגים. נישט טשעטן. אפ' פריוואטע הודעות פארמיידן וכו' וכו'. (ס'מוז נישט זיין אז וואס שאץ מאץ זאגט וועט געשען. ס'גארנישט. ביי חתן כלה איז ער אויך מגזים. )

און נאך א פוינט. ב"ה איך קען זאגן מיטן פולן מויל. "כ'האב נאך קיינעם נישט געזאגט מיין ניק, און ע"פ דרך הטבע ווייסט קיינער נישט (פון די געווענליכע מיטגלידער) אויף הונדערט פראצענט ווער איך בין, אלעס ארום איז השערות און הנחות, אבער נישט אויף זיכער, ווייל זיכער איז נאר ווען איך זאג יענעם.) נאר וואס דען, איך בין נישט אזוי באקאנט מיטן טעכנישן חלק פון סייט. און ס'קען זיין למשל אז די מנהלים האבן וועגן אויסצוגעפינען א איי פי אדרעס, און אזוי ארום פארגלייכן מענטשן, ניק'ס, אדרעסן, ערטער. און נאכמער, לאמיר רעדן פון די אלע וואס שטעלן זיך פאר, און ס'קען זיין אז זיי האבן גוט גע'געסט.

איז דא למשל אזעלכע וואס וועלן זאגן. נע. ס'גייט מיך נישט אן, ווילאנג לאמיר זאגן, קיין שרייבער אדער לייענער ווייסט נישט הונדערט פראצענט, און דעם מנהל/אחראי טראסט איך במילא, - גייט מיך נישט אן אז זיי ווייסן, אדער האבן כמעט צוגעטראפן. (ווייל אסאך מאל ווילן שרייבער טאקע אז מ'זאל זיך פארשטעלן, אבער נישט וויסן אויף הונדערט פראצענט. אזוי ווי יענער וואס זונדיגט כדי מ'זאל רעדן)

אבער איך למשל, אויב ווייס איך אז עמיצער ווייסט אדער שטעלט זיך פאר ווער איך בין, טויש איך גלייך א ניק. איך ווארט נישט אויף קיין כבוד.
איז גיין זאגן און אויסשרייען בראש כל חוצות "העלאוי! ווער עס ווייסט מיין ניק זאל מיר קומען זאגן" ווייס איך איז אויסגעווארפן, ווייל שוטה, דאס איז דאך די דזשאוק, "איך ווייס ווער דו ביסט, און דו רעדסט זיך איין ביסט אנאנים, שרייבסט ווייטער דיינע צרות/נסיונות/און שוואכקייטן, און איך האלט מיך אונטער יעדן טאג ווען איך זע דיך אין ביהמ"ד טרונקן קאווע און נאכזאגן א תורה פאר דיין שכן. ווער ווייסט אפשר וועל איך נאך איין טאג אפרעדן אפאר שידוכים פאר דיינע ווייסע צעפ אינדערהיים".
ואם תמצי לומר, אז איך זאל שוין יעצט טוישן מיין ניק, איז אויך שווער, ווייל נאכן אפשרייבן א עבר, יעדער האט שוין א בילד איבער מיר, די לייענער האבן שוין באשטימט אין וואספארא קאטעגאריע זיי לייגן מיר. כ'האב שוין פענ'ס, שונאים, פארעהרער, און פאראכטער, יעצט איז שוין אסאך שווערער צו טוישן ניק. און כ'וואלט עס נישט געטוהן נאר אויב ווייס איך אז עמיצער קען מיין ניק.

דו פרעגסט וואס דו וועסט האבן דערפון אז דו וועסט פארציילן אז דו קענסט מיר? איך ווייס וואס. אז דו וועסט קענען ווייטער הנאה האבן פון מיינע שרייבעריי! און א איד וועט קענען בעסער שלאפן ביינאכט.
בקיצור עטס כאפט'ס שוין מיין דילעמא? איך וואונדער מיר אויב ס'איז שייך א אופן וואס איינער זאל אפמאכן, ווייסטו וואס, איך טו תשובה, ס'איז נישט שלעכט אז איך קען יענעמ'ס ניק און יענער ווייסט נישט דערפון, איך גיי שוין פארציילן פאר יענעם און יענעם אחראי, און דער "אחראי" וועט מפיץ זיין פארן מדובר אין אישי "ר' איד, איינער ווייסט דיין ניק! איך וויל נישט זאגן ווער, ווייל ס'איז נישט יענעמ'ס שולד, (איינער האט אים געזאגט, אדער זיין מחשבה נאר אים נישט, זיין געסס קוקט אים אויס צו זיין מער אין די הויכע פראצענט נומערן. און אפילו ער איז יא שולדיג, האט ער א דין פון מודה ע"פ עצמו) און ממילה גיי שאף דיר א צווייטע ניק..

וואס זאגט דער עולם דערצו? בקיצור, א באמבע טרעט! אז איינער פיהלט ער קען דעם שרייבער זאל ער זאגן פאר עפעס א באשטימטע אחראי, און יענער זאל תיכף איינמעלדן דעם שרייבער, צדיק'ל אויב ביסטו דער און דער, און ס'איז דיר אומבאקוועם, זאלסטו טוישן דיין ניק. און אפילו אויב וועט ער נישט טוישן וועט נאכאלץ נישט זיין קיין ראיה למשל, אז ער איז נישט יענער ווייל אולי האט ער נישט קיין פראבלעם דערמיט, אדער אזוי ווי כ'האב געזאגט, ער האט קיינעם קיינמאל געזאגט, ממילא ווייסט ער אז ס'איז נישט הונדערט פראצענט, און מיט דעם איז ער גענוג צופרידן.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

א שטארקער רעיון באמת! אבער איך בין נישט אינטערעסירט צו וויסן דיין ניק, איך וויל וויסן דיין נאמען...
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

כ'מיין דאך דאס.
גראדע כאפ איך מיר יעצט אז אין אנהויב פלעג איך באקומען אסאך מער אישי'ס . און נאך א שטיק צייט האט זיך עס אלל אף א סאדען געסטאפט.
ס'איז געווען פונקט הארט נאך וואס עפעס א געלער פעיגער האט מיר גערודפ'ט אין אישי איך זאל אים זאגן ווער איך בין, והראתי לו אחורי
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

אה
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
איינשרייבן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך איינשרייבן »

מען ברויך איינפירן אז מען זאל קענען בעטן די פירער אז זיי זאלען לויז טוישן ניק אין איבערלייגן די לייקס אבער די תגובות וועט בלייבן אויפן אלטען ניק מען דארף עפעס מאכען
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

דו האלטסט דאך נאך ביי דריי, (מאל געלייקט) אוואו יאגסטעך?
און דעמאלטס וועלן די פיקחים פרעגן. "רבי, איך מעג וויסן פארוואס ער האט אזויפיל לייקס?"
זר'לע קוק צוריק.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איך האלט נאך אינמיטן אויסגעפינען ווער איך בין. איך האב מארגן אן אפוינטמענט ביי א פרישן טעראפיסט. מיינסט איך האב צייט צו דיר?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

טאמבל סאס האט געשריבן:
ס'איז געווען פונקט הארט נאך וואס עפעס א געלער פעיגער האט מיר גערודפ'ט אין אישי איך זאל אים זאגן ווער איך בין, והראתי לו אחורי

אויף א וועבקעם?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

חלילה. כ'מיין צוזאגן, כ'האב אים געשיקט לופטערן.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

כאנישט געוויסט אז א וועבקעם גייט אריין בגדר חלילה, אבער גוט צו וויסען אויב איך דארף אמאל א שטיפ זיך צו גיין ליפטערן עליך דיר קומען דרייען א קאפ.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

טאמבעל סאס, איך כאפ נישט פינקטליך וואס די ווילסט. קענסט זאגן בקיצור אין איין שורה וואס דיין פראבלעם איז, און מיט וואס איך קען דיר העלפען בעז"ה?
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

ראשעקאל האט געשריבן:טאמבעל סאס, איך כאפ נישט פינקטליך וואס די ווילסט. קענסט זאגן בקיצור אין איין שורה וואס דיין פראבלעם איז, און מיט וואס איך קען דיר העלפען בעז"ה?

איך פרעיג די זעלבע זאך, זאג און איין ווארט וואס דו ווילסט נישט אזא לאנגע מגילה
יישר כח
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

איך קוק דיר אויס ווי א טעיפרעקארדער? פיר מענטשן האבן פארשטאנען וואס כאב געזאגט. און כאב געשריבן א לאנגס און א ברייטס און ענק פארשטייען נישט? נו אז ענק פארשטייען נישט פלעגט מיין רבי זאגן איז עס מסתם נישט געמאכט פאר אייך
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

ווילסט נישט זאגען איז נישט מ'וועט טין וואס די באבע האט געטין ווען זי האט נישט פארשטאנען
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

טאמבי טייערער, כ'וועל דיר זאגן דעם אמת אז איך האב זיך אויך געדארפט מוטשענען צו פארשטיין פונקליך ווי די צילסט ,נאר מען דארף דאך אמאל אויסשארפן דעם קעפעלע עס זאל נישט ווערן פארדשאוועט האביך מיך אנגעשטרענגט צו ליינען עד הסוף.

אבער פיל דיך נישט געטראפן, אז 2 מחשובי העדה בעטן דיר פאר א קיצור הלכות גילוי שטעל עס זיי צו.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

אז אויב למשל געפינט איינער אויס דיין ניק, אדער ער איז חושד ווער דו ביסט, זאל ער קענען גיין זאגן פאר א געוויסע אחראי (געשטעלט דערויף) זאל דיך איבערגעבן אז ער טראכט אדער ווייסט אז דו ביסט זרח פאפקארנאוויטש, און דו דאוונסט אין פאפא קידוש זאל, און ממילא אויב ווילסטו נישט אז עמיצער זאל וויסן אדער זיך פארשטעלן אזאנס. האסטו איין ברירה צו טוישן ניק. פשוט און גראד.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

יעצט רעדסטו! כאפ איך שוין, דו בעיטסט עפעס פון די הנהלה נישט פון די מעמבערס. רייט?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א דאנק פאר'ן מסביר'ן. פארוואס דארף איינער זיין ממונה אויף דעם?? בעט פשוט יעדעם אז אויב מ'מיינט אז מ'ווייסט ווער א ניק איז זאל מען עס מעדלען פאר א מנהל וואס זאל אים מעלדען, און שוין..
פארשפארט