יעצט אז ראמני האט געוואונען!... וואס ווייטער?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

יעצט אז ראמני האט געוואונען!... וואס ווייטער?

שליחה דורך שרייבער »

קרעדיט: זאלץ וואסער@אייוועלט


יעצט אז מיר האבן מיט ראמני אלס דער צוקונפטיגער פרעזידענט פון די יונייטעד סטעיט'ס בלייבט אונז נאר איבער צו זעהן און שמועסן וואס צו ערווארטן פון דעם פרעזידענט עלעקט.

אה! לאמיר אנהייבן! די ערשטע זאך איז דאך די עקאנאמיע. דאס מיינט אז הודו לד' פון היינט אין ווייטער וועט:
מקוה געלט זיין נאר 1.50
געז גייט אראפ גיין צו 2.50 א גאלאן
מילך גייט צוריקגיין צו די עפאכע פאר די גענודלטע קיען
און ברויט גייט צוריק צו די עפאכע פון פאר די אייער פראבלעמען.
בלובערי'ס וועלן ווערן צוריק ביליג באלד ווי בלעקבערי'ס וכו'.

דאס איז די ערשטע זאך וואס מיר האבן אויפגעטוהן מיט א ראמני געווינס.

והשנית: איז די שטייערן פראבלעם אין אמעריקע

פון היינט אין ווייטער, (איך מיין פון יאנואר דעם 20סטן נאך די אינאגוראציע פון דעם נייעם פרעזידענט) וועט שטייערן אראפגיין צו 9 פראצענט פלעט פאר יעדעם.

סעיל'ס טעקס וועט ווערן פארבאטן, און איינער וואס וויל דוקא צאלן סעילס טעקס וועט עס מוזן טון אין טשיינע.

מ'וועט טיילן אומזיסט טעקס ריטוירן געלט, אפילו עס איז נישטא בכלל קיין טעקס אין ערשטן פלאץ.

דיוס און מעמבערשיפ אין אלע קהלות וועט אראפגיין צו 100 דאללער א יאר פער משפחה.

טאלל ביי די בריקן און טונעלן וועלן זיין פארבאטן, און די וואס האבן איזי פעס וועלן יעדע'ס מאל באקומען א קוואדער ביים דורכפארן. און אין די HOV ליניע וועט מען באקומען 50 סענט.


וואס נאך? די אויסערן פאליטיק!

יעצט אז מיר האבן א ריכטיגן קאנסערוואטיוו (?) אין אפיס, קען מען זיין זיכער אז:

די יו ען וועט ערנסטער נעמען די איראנער קריזיס, און נעקסטע וואך אנגעהויבן וועלן די באמבע זוכער זיך ווידער אראפלאזן אויף איראן און מאכן ריכטיגע חקירות צו זעהן ווי מ'האלט מיט זייערע נוקלעארע טרוימינגען.

מ'קען זיין זיכער אז יעצט וועט שוין די מדינה האבן א געהעריגן שלום מיט די פאלאסטינער.

אסאד וועט מארגן רעזיגנירן פון אמט

מובאראק וועט לכאורה ווערן פארדאנירט אין מצרים

און רב גראסס קומט אהיים פון קובא

אסטרייכער קומט אהיים פון באלאני לאנד.

בקיצור. מיר זענען ב"ה אנגעקומען צום זה היום קיונו לו, און מיר דארפן אלע דאנקען דעם אייבערשטן פאר די גרויסע חסדים אז ער האט געראטעוועט אונזערע דורות, און נישט צוגעלאזט אז דער הויכע"ר שווארצער זאל אונז פארפירן ווייטער.... וואס זאגסטו?.... איך הער נישט?..... ווער? נישט געוואונען? ווער האט נישט געוואונען? (איין מינוט אייוועלט! איך קום שוין צוריק!)

זאגט מיר דא איינער אז דער ראמני האט באמת נישט געוואונען. שוין! טעות לעולם חוזר! לאמיך איבערקוקן די ליסט און זעהן וואס מ'גייט דערלייגן.... מממממממ ..... איך זעה נישט עפעס סיריעס. איך מיין אונז וועל מיר ווייטער אנגיין מיטן לעבן, און בעטן דעם אייבערשטן פאר שלום מלכות, און נישט פירן די וועלטס דאגות.

איך קום אריין אין א ביהמ"ד היינט און איך הער ווי א אינגערמאן דרוקט זיך אויס עפעס לשונות ווי איינער וואס האט פארלוירן זיין גאנצע האפענונג נעכטן נאכט. און איך וואונדער מיך צו מיר אליינס. וואס איז געשען מיט אונזער דור? ווען האבן אידישע קינדער אנגעהויבן אזוי צו פארכישוף'ט ווערן אין א פרעזידענט קאמפיין?

יא איך ווייס! עס איז "טאלק שוי" און אנדערע מער וויזשועל שאו'ס וואס איז היינט די טאן געבער אין די בתי מדרשים. מ'ברענגט אריין דעם גאנצן גוי, אזוי ווי ער שטייט אין גייט אין ביהמ"ד אריין. עס איז א בושה און א חרפה.

איך הער א אינגערמאן רעדן מיט גאנצע הסברים פארוואס אבאמא האט נישט קיין טשענס, און ער ברענגט נאמבער'ס פאקטן און פיגור'ס, און נאכדעם הער איך א צווייטן אויף די אנדערע זייט, איבערזאגן דעם זעלבן דרשה ווארט ביי ווארט, און איך וויל וויסן ווי האבן עס ביידע אזוי פונקטליך געהערט אדער געליינט? אדער געזעהן?

טייערע פריינט, עס איז צייט צו בארואיגן די זארגן איבער די אמעריקאנע פאליטיק, עס וועט נישט העלפן קיין ראמני אדער אבאמא ווייל לב מלכים ושרים ביד ד' נישט קיין חילוק ווער עס איז ביים שטייסל. און אויב רעדט איר זיך איין איין מינוטקעלע אז אויב א צווייטער וואלט געווען פרעזידענט וואלטן מיר נישט געווען אזוי טיעף באגראבן (איך מיין נישט "מיר" איך מיין אמעריקע, ווייל איך אליינס בין ווייט נישט באגראבן, איך האב א שיעור יעדן טאג, איך האב ב"ה פרנסה, און איך האב אייגענע פאליטיק ביי אונז אין ביהמ"ד) דאס איז אן אבסאלוטער דמיון.

די גרעסטע פראבלעם איז נאך אז יעדער ווייסט אז עס איז דמיון ע"ג דמיון און יעדער ווייסט אז אין יעדן אלעקשאן סייקל ווערן געדרש'ט די זעלבע דרשות, דער וואס איז דערין זאגט מיר דארפן צייט, דער וואס איז פון דרויסן זאגט מיר דארפן א טויש, און ווען מ'פאלט דורך אינגרויסן איז דער דורכגעפאלנער ביזי געבן פוילע תירוצים, און דער אפאזיציע זיצט און פארפירט ווי די וועלט עקט זיך ווען.

לאמיר געדענקן אז מיר זענען אידן בני אברהם יצחק ויעקב, און אויף איין פרעזידענט ווארטן מיר! אויפן מלך המשיח! און ביז אהין זענען מיר מתפלל פאר דעם שלום מלכות און אז אידן זאלן ח"ו נישט געשעדיגט ווערן דורך די אקאנאמיע אדער אויסערן פאליטיק וכו'.

זייט מיר אלע געזונט און אנטשולדיגט מיר פארן נעמען א שטעלונג אין פאליטיק, אבער עס טוט מיר וויי שריי איך...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

גוט, פיינע סחורה!
דער איז ממש מדברת מתוך גרוני......
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט