אסיפת הסברה "חנוך לנער"
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 41
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 1:05 am
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
אסאך מענטשן, ווייניג מענטשן. גוט גערעדט, נישט גוט גערעדט. גוטע קאמפיין, נישט גוטע קאמפיין.
אלעס פיין און וואויל. וואס זענען די רעזאלוציעס פון די אסיפה?
גייט מען יעצט עפעס טוישן, אדער מער נישט פארקויפן די אויסגאבעס?
און אז מען האט קיינעם נישט ספעציפיש דערמאנט, וועט מען דאך מער קיין צייטונג אין קיין געשעפט נישט טארן אריינברענגען. איז ווער וועט אינפארסירן דעם ניי געשאפענעם תקנה?
אלעס פיין און וואויל. וואס זענען די רעזאלוציעס פון די אסיפה?
גייט מען יעצט עפעס טוישן, אדער מער נישט פארקויפן די אויסגאבעס?
און אז מען האט קיינעם נישט ספעציפיש דערמאנט, וועט מען דאך מער קיין צייטונג אין קיין געשעפט נישט טארן אריינברענגען. איז ווער וועט אינפארסירן דעם ניי געשאפענעם תקנה?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 41
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 1:05 am
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
מ'קען שוין משלב זיין די צוויי גרויסע אסיפות...
פון אייוועלט:
פון אייוועלט:
קרעמער האט געשריבן:צום סוף פון די היינט נאכטיגע מעמד "חנוך לנער" וואס איז פארגעקומען אין זאל פון קאנטינענטל אין וויליאמסבורג מיט די באטייליגונג פון א ריזן ציבור בליעה"ר יראים ושלמים, האט דער רעדנער הרב יצחק אייזיק קרישעוויסקי איבערגעגעבן א שליחות וואס דער זוהן פון סקולענ'ער רבי שליט"א האט אים באאויפטראגט בשם זיין גרויסן טאטען, צו לאדענען אלע אנוועזנדע צום מעמד כינוס כללי וואס וועט אי"ה פארקומען (א' במדבר?), ער האט געזאגט אז דער סקולענער רבי האט געהייסן איבערגעבן אז א יעדע איד זאל זיך דארט געפונען.
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
געצל האט געשריבן:מ'קען שוין משלב זיין די צוויי גרויסע אסיפות...
אין די ימי הספירה איז דא צוויי מאל כ"ח לחודש, און ביידע מאל קומען פאר גרויסע אסיפות צו ראטעווען די יוגנט: כ"ח ניסן קעגן ליין מאטרעאל, און כ"ח אייר קעגן טעכנעלאגיע.
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
איך בין געווען מהחל ועד כלה סאיז געווען א פאר הינדרעט מיט די בחורים. לדעתי איז עס געווען היפש קינדעריש אין טאן מיט די אלע מנהלים און מגידי שיעור מיינען אז זיי רעדן פאר בחורים אין חדר. איינער מארקאוויטש איז געווען יו"ר בתוך הדברים פארציילט ער איבער א אינגל א רביש קינד וואס האט זיך ממש געציילעמט (יא אזוי האט ער געזאגט) דער עולם האט אליין געדארפט פארשטיין דאס האט דאס אינגל גענומען פון קול מבשר צו דער שטערן. אויך זאגט ער אז מענטשן פרעגן די קינדער האבן נישט וואס צו טוהן זאגט ער יא זאלן זיי גיין ליידיק אזוי וועט די תורה האבן פלאץ. (לא יאומן דער איז א מנהל און מחנך קינדער). פיקח גלאנץ פון פאפא זאגט אז ווען א קינד ליינט פון ביל געטס וועט ער קיינמאל און לעבן נישט זיין ציפרידן אויך ווען א קינד ליינט איבער א איד וואס האט געמאכט א סעודת הודאה ביי א קרוז שיף עקסידענט וואקסט אויף אז אויך ער וועט גיין אויף א קרוז שיף. הרב כ"ץ האט אנגעפירט א 1 מען פיליבאסטער א שעה אהאלב זאגנדיק חסידות מיט מעשיות מארקאוויטש האט געשטיפט צעטליך סהאט נישט געהאלפן. ר' קרישעווסקי האט געשריגן יעלות אז א שם משמואל געשריבן תרע"ד איז ממש תשע"ב. נאכדעם עפעס א 23 יעריגער קראלע מנהל וואס האט גערעדט דאס בעסטע פון זיי אלע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום בן תמליון, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
עס האט אויסגעקוקט ווי קול מבשר באדערט זיי זייער שטארק ווייל קינדער הערן צו צו אנדערע יעדן טאג אויסער זיי. למעשה אלעס בלייבט ביים אלטן הכל על מקומו.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 77
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 28, 2012 5:45 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
שמואל הלוי האט געשריבן:געצל האט געשריבן:מ'ען שוין משלב זיין די צוויי גרויסע אסיפות...
אין די ימי הספירה איז דא צוויי מאל כ"ח לחודש, און ביידע מאל קומען פאר גרויסע אסיפות צו ראטעווען די יוגנט: כ"ח ניסן קעגן ליין מאטרעאל, און כ"ח אייר קעגן טעכנעלאגיע.
שכוח פאר דיין שיינעם געדאנק, עס איז גוטע רעיון נאכצוזאגן ביים שבת טיש.
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
בן תמליון האט געשריבן:למעשה אלעס בלייבט ביים אלטן הכל על מקומו.
ליצנות אחד דוחה מאה תוכחות
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 86
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:53 pm
- האט שוין געלייקט: 25 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
בן תמליון האט געשריבן:איך בין געווען מהחל ועד כלה סאיז געווען א פאר הינדרעט מיט די בחורים
דזשאסט פאר די רעקארד, ס'איז געווען אנגעגרייט צוועלעף הונדרעט בענקלעך
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 86
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:53 pm
- האט שוין געלייקט: 25 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
אוי טאטי האט געשריבן:אשריך וויליאמסבורג! אשריך רבני העיר! אשריך מנהלי המוסדות! אשריך בעלי מחנכים! אשריך העסקנים!
עס איז נישט דא קיין ווערטער צו באשרייבן די הערליכע אסיפת חינוך ״חנוך לנער״ וואס קומט פאר אין די יעצטיגע מינוטען אין די עיר הקודש וויליאמסבורג! ווי צענדליגע עלטערן וואס זוכן צו געבן א ערליכע חינוך פאר די קינדערלעך קומען זוך צוזאם אונטער איין דאך און שעפן זיך אן מיט חיזוק און הדרכה פון די רבנים הגאונים שליטא.
אבער איין זאך וואס מיז ארויסגעברענגט ווערן די אמתדיגקייט פון די אסיפה אז עס איז נישט דערמאנט געווארן קיין איין איינציג ווארט אנטקעגן די שטערן!!!!!
יא! עס איז זיכער אז די הצלחה פונעם אסיפה איז געווען נאר און דעם זכות אז מען האט נישט געזוכט אונטערצוברענגען יענעמס פרנסה!
אשריך וויליאמסבורג אז מען האט דערלעבט!
קאט די קרעפ, קול מבשר איז עפעס נישט יענעמס פרנסה?
סתם נאכגעבאבעלט שטותים מיט הבלים
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
הדד בן בדד האט געשריבן:
בד"וו, איך זעה נישט וואס מען האט צו זיין באזארגט איבער דעם אסיפה היינט נאכט, אויב איז דער שטערן דער ציהל דאן גייט עס אויפטאהן פונקט אזוי פיל ווי דער איסור, און אויב מיינט מען באמת ערנסט און מען גייט טאקע מעורר זיין איבער "אלע" נישט כשר'ע אויסגאבעס און נייעס ברענגער, דאן איז דאך עס א חשוב'ע זאך ותחזיקנה ידיהם.
דאס האב איך געשריבן נעכטן אין אנדערן אשכול. און איך גלייב אז די בעלי בתים פון דער שטערן האלטן אויך אזוי. למעשה זעהט אויס אז די עסקנים פון דעם חנוך לנער האבן יא געוואלט עפעס אויפטאהן מיט זייער ארבעט, און זיי האבן טאקע געטאהן צו דער זאך און מעורר געווען אויף אלעס, נישט געקליבן דעם מיט וועם זיי זענען גוט און דאס מעג מען און דאס אנדערע נישט. לאמיר האפן זיי זאלן האבן אויפגעטאהן.
תחזיקנה ידיהם.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
איינער מארקאוויטש איז געווען יו"ר בתוך הדברים פארציילט ער איבער א אינגל א רביש קינד וואס האט זיך ממש געציילעמט (יא אזוי האט ער געזאגט)
ס'איז גראדע אמת. כ'ווייס במה דברים אמורים. יענער בחור האט געטענהט אז די שטערן האט אים געעפענט די אויגן.
אבער לדעתי - אפילו ס'איז אמת - איז די שטערן כשר כבתחילה. ווארום, מיר האט די חתן-טישער געעפענט די אויגן, און אין פוצה פה ומצפצף..
Under influence
- האט קאפ
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 103
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 12, 2012 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 19 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
איז דא איינער וועלכע איז געווען ביים אסיפה נעכטען און קען אראפגעבן טרוקענע פאקטן מיט ציטאטן פון די דרשות מיט א ניכטערן בליק
אן דעי בייסיגע צינישקייט און ליצנות כדי איך זאל קענען הערן במה דברים אמורים?

- הערשל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 65
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 18, 2012 6:36 pm
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
קאווע טרינקער האט געשריבן:איינער מארקאוויטש איז געווען יו"ר בתוך הדברים פארציילט ער איבער א אינגל א רביש קינד וואס האט זיך ממש געציילעמט (יא אזוי האט ער געזאגט)
ס'איז גראדע אמת. כ'ווייס במה דברים אמורים. יענער בחור האט געטענהט אז די שטערן האט אים געעפענט די אויגן.
אבער לדעתי - אפילו ס'איז אמת - איז די שטערן כשר כבתחילה. ווארום, מיר האט די חתן-טישער געעפענט די אויגן, און אין פוצה פה ומצפצף..
דו ווייסט דאך יא... יונגל אדער בחור?
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
קאווע טרינקער האט געשריבן:איינער מארקאוויטש איז געווען יו"ר בתוך הדברים פארציילט ער איבער א אינגל א רביש קינד וואס האט זיך ממש געציילעמט (יא אזוי האט ער געזאגט)
ס'איז גראדע אמת. כ'ווייס במה דברים אמורים. יענער בחור האט געטענהט אז די שטערן האט אים געעפענט די אויגן.
אבער לדעתי - אפילו ס'איז אמת - איז די שטערן כשר כבתחילה. ווארום, מיר האט די חתן-טישער געעפענט די אויגן, און אין פוצה פה ומצפצף..
וואס? ג'עפענט די אויגן אז יוזל איז משיח אדער סאן אוו סעם אז ער האט זיך ממש ג'צלמט ווי די גלחים מיר פלעגן ליינען אין די (כשרע) מעשה ביכלעך?? יוא וויי איז מיר אזאלכע הבלים צו נאכזאגן אפילו.
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
איך בין נישט געווען, ממילא קען איך נישט איבערגעבן טרוקענע פאקטן. אבער א ווארט וויל איך צולייגן צו וואס איך האב פריער געשריבן.
מאנכע פרייען זיך דא אז דער זאל איז געווען פיל, איבערגעפילט. איינער האט אפילו באריכטעט אז עס זענען געווען צוגעגרייט צוועלף הונדערט בענקלעך.
נניח אז דאס איז אלעס אמת, און נניח אז עס זענען געווען נאר פיר הונדערט בחורים און אכט הונדערט זענען געווען אינגעלייט און בעלי בתים. לאמיר זיך מאכן א חשבון. אין וויליאמסבורג וואוינען עלעף טויזענט משפחות. אכט הונדערט מענטשן פון עלעף טויזענט איז בערך זיבן פראצענט. איר הערט? זיבן פראצענט, זיבן מענטשן פון יעדע הונדערט. פאר א חסידות ווי סקווירא אדער פאפא אדער וויזניץ וואלט אזא נומער געווען זייער שיין, ווייל דאס איז פופציג אדער זיבעציג פראצענט פון זייער עולם, אבער פאר אזא שטאט ווי וויליאמסבורג, צאמצוברענגען אזא מספר מענטשן (אין בין הזמנים...) איז דאכצעך גאר א קליינער הצלחה.
איך גלייב, אז ווען עס וואלט נישט געווען אזא מיאוסע מערכע קעגן איין געוויסע אויסגאבע, נאר ערליכע עסקנים וואלטן סתם אזוי צאמגענומען דעם ציבור פון "גאנץ וויליאמסבורג" פאר התעוררות אויף חיזוק הדת, וואלטן זיי גרינג געקענט אנפולן דעם ארמארי, (לפחות דעם קלענערן זאל). נאר אצינד, ווייל מען שטייט אונטער דעם שאטן פון א נישט תורה'דיגע מערכה, וועלכער יעדער בר בי רב דחד יומא האט געקענט זעהן אז מען מיינט אינגאנצן נישט דעם רבונו של עולם דא, נאר אייגענע אינטערעסן, ממילא האט דער ציבור זיך אפגעשאקלט דערפון, און דעריבער איז דער טוירנאוט געווען זיבן פראצענט, אנשטאט זיבעציג, ווי עס וואלט ווען באמת געדארפט צו זיין ביי אזא סארט כינוס.
אבער נאך דעם אלעם דארף מען נאך אלץ באדאנקען די עסקנים וועלכע האבן לפחות פארשטאנען צו ראטעווען כבוד שמים אין די לעצטע מינוט און נישט פארפירט דעם כינוס פאר פערזענליכע אינטערעסן נאר האבן זיך געהאלטן צו שטארקע פרינציפן מעורר זיין קעגן אלעמען גלייך, אז קינדער דארפן אזעלכע זאכן נישט ליינען. פינטל. און זאל דער אויבערשטער זיי געבן אסאך סייעתא דשמיא זיי זאלן קענען אויפטוהן נאר גוטס.
נ.ב. נאכן זעהן אלעס וואס מען האט ארויסגעשטעלט נעכטן ביים עקספאו, קום איך צו די מסקנה, אז פאר קינדער איז טאקע דא וואס צו ליינען, אבער פאר ערוואקסענע, אדער גרעסערע מיידלעך, איז טאקע נישט דא עפעס וואס צו ליינען אויסער דעם שטערן-שפאקטיוו.

- גדעון
- היימישער באניצער
- הודעות: 513
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:55 am
- האט שוין געלייקט: 284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
- איך האב געזעהן ביים מעמד א פאטאגראפירער. פרוביר צו זיין אינטער די "איינפלוס פון עפעס" ווען די בילדער וועלן צושפרייט ווערן,
- סאיז מעגליך אז מהאט אנגעפאנגן מיט 1200 בענקלעך (איך ווייס נישט פון ווי יענער נעמט זיין נומער) - אבער מהאט געהאלטן אין איין צוזאמריקן דעם עולם אין צילייגן נאך בענקלעך, דאס איז שוין אויסער דעם וואס א גרויסע עולם האט געמיזט בלייבן שטיין, אזוי אויך איז נישט יעדער געווען ביי די גאנצע מעמד, אסאך זענען געקומען און געגאנגען.
- עס איז געווען זייער ווייניג בחורים אין זאל, און די עסקנים האבן אויך געארבייט א גאנצן צייט אז די בחורים זאלן אויפשטיין און איבערגעבן די בענקלעך פאר די יונגעלייט ובעה"ב
- דו ביסט מורא'דיג אראפצולייגן פינקטליך וויפעל מענטשן ס'איז דארט געווען אן דארט זיין.. געוואלדיג
- אפשר זאגסטו מיר ווען איז געווען דאס לעצטע מאל וואס מהאט ציזאמגעשטעלט אזוי פיהל מענטשן פון אלע קרייזן בלויז פאר דרשות? פרוביר דיך צו דערמאנען.
- מהאט טאקע נאר גערעדט פון די שעדליכע ליין מאטריאל פאר די קינדער
- סאיז מעגליך אז מהאט אנגעפאנגן מיט 1200 בענקלעך (איך ווייס נישט פון ווי יענער נעמט זיין נומער) - אבער מהאט געהאלטן אין איין צוזאמריקן דעם עולם אין צילייגן נאך בענקלעך, דאס איז שוין אויסער דעם וואס א גרויסע עולם האט געמיזט בלייבן שטיין, אזוי אויך איז נישט יעדער געווען ביי די גאנצע מעמד, אסאך זענען געקומען און געגאנגען.
- עס איז געווען זייער ווייניג בחורים אין זאל, און די עסקנים האבן אויך געארבייט א גאנצן צייט אז די בחורים זאלן אויפשטיין און איבערגעבן די בענקלעך פאר די יונגעלייט ובעה"ב
- דו ביסט מורא'דיג אראפצולייגן פינקטליך וויפעל מענטשן ס'איז דארט געווען אן דארט זיין.. געוואלדיג
- אפשר זאגסטו מיר ווען איז געווען דאס לעצטע מאל וואס מהאט ציזאמגעשטעלט אזוי פיהל מענטשן פון אלע קרייזן בלויז פאר דרשות? פרוביר דיך צו דערמאנען.
- מהאט טאקע נאר גערעדט פון די שעדליכע ליין מאטריאל פאר די קינדער
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
גדעון האט געשריבן:- איך האב געזעהן ביים מעמד א פאטאגראפירער. פרוביר צו זיין אינטער די "איינפלוס פון עפעס" ווען די בילדער וועלן צושפרייט ווערן,
- סאיז מעגליך אז מהאט אנגעפאנגן מיט 1200 בענקלעך (איך ווייס נישט פון ווי יענער נעמט זיין נומער) - אבער מהאט געהאלטן אין איין צוזאמריקן דעם עולם אין צילייגן נאך בענקלעך, דאס איז שוין אויסער דעם וואס א גרויסע עולם האט געמיזט בלייבן שטיין, אזוי אויך איז נישט יעדער געווען ביי די גאנצע מעמד, אסאך זענען געקומען און געגאנגען.
- עס איז געווען זייער ווייניג בחורים אין זאל, און די עסקנים האבן אויך געארבייט א גאנצן צייט אז די בחורים זאלן אויפשטיין און איבערגעבן די בענקלעך פאר די יונגעלייט ובעה"ב
- דו ביסט מורא'דיג אראפצולייגן פינקטליך וויפעל מענטשן ס'איז דארט געווען אן דארט זיין.. געוואלדיג
- אפשר זאגסטו מיר ווען איז געווען דאס לעצטע מאל וואס מהאט ציזאמגעשטעלט אזוי פיהל מענטשן פון אלע קרייזן בלויז פאר דרשות? פרוביר דיך צו דערמאנען.
- מהאט טאקע נאר גערעדט פון די שעדליכע ליין מאטריאל פאר די קינדער
סאיז געווען לכה"פ 30% בחורים איך האב מיר ארומגעדרייט אגאנצן צייט. די ערשטע 2 שעה איז געווען היפש ליידיקע בענקלעך שפעטער איז אויך געווען ליידיקע בענקלעך פאר א נויט.
- האט קאפ
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 103
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 12, 2012 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 19 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
בן תמליון האט זיך די ליכט פון דיין אוועטאר אויסגעלאשן? אז דו קענסט נאר זעהן אלעס שווארץ!!!!!!!!!!!!???????????????????????
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1108
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
- האט שוין געלייקט: 110 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
כבון דארט געוועהן כמעט ביזען סוף
געוועהן 1200 מענטשען = = שקר!!!!!! סאיז אפשר געווען קוים די העלפט פין דעם
בכלל איז ביי אינז אייביג די סדר צי שרייבען טויזענטער אין צענדליגע טויזענער פארוואס נישט סקאסט נישט קיין געלט
איך וואלט געשאצט אויף 160 אינגעלייט אין ערוואקסענע אין 300 בחורים
אבער סאיז נאך אלס דא עטליכע מאל אזויסאך ליינער פין די שטערען אין ווילאמסבורג

"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
- שמואל שלום שלמה
- ידיד השטיבל
- הודעות: 179
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 10:14 pm
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
הדד בן בדד האט געשריבן:איך בין נישט געווען, ממילא קען איך נישט איבערגעבן טרוקענע פאקטן. אבער א ווארט וויל איך צולייגן צו וואס איך האב פריער געשריבן.
מאנכע פרייען זיך דא אז דער זאל איז געווען פיל, איבערגעפילט. איינער האט אפילו באריכטעט אז עס זענען געווען צוגעגרייט צוועלף הונדערט בענקלעך.
נניח אז דאס איז אלעס אמת, און נניח אז עס זענען געווען נאר פיר הונדערט בחורים און אכט הונדערט זענען געווען אינגעלייט און בעלי בתים. לאמיר זיך מאכן א חשבון. אין וויליאמסבורג וואוינען עלעף טויזענט משפחות. אכט הונדערט מענטשן פון עלעף טויזענט איז בערך זיבן פראצענט. איר הערט? זיבן פראצענט, זיבן מענטשן פון יעדע הונדערט. פאר א חסידות ווי סקווירא אדער פאפא אדער וויזניץ וואלט אזא נומער געווען זייער שיין, ווייל דאס איז פופציג אדער זיבעציג פראצענט פון זייער עולם, אבער פאר אזא שטאט ווי וויליאמסבורג, צאמצוברענגען אזא מספר מענטשן (אין בין הזמנים...) איז דאכצעך גאר א קליינער הצלחה.
איך גלייב, אז ווען עס וואלט נישט געווען אזא מיאוסע מערכע קעגן איין געוויסע אויסגאבע, נאר ערליכע עסקנים וואלטן סתם אזוי צאמגענומען דעם ציבור פון "גאנץ וויליאמסבורג" פאר התעוררות אויף חיזוק הדת, וואלטן זיי גרינג געקענט אנפולן דעם ארמארי, (לפחות דעם קלענערן זאל). נאר אצינד, ווייל מען שטייט אונטער דעם שאטן פון א נישט תורה'דיגע מערכה, וועלכער יעדער בר בי רב דחד יומא האט געקענט זעהן אז מען מיינט אינגאנצן נישט דעם רבונו של עולם דא, נאר אייגענע אינטערעסן, ממילא האט דער ציבור זיך אפגעשאקלט דערפון, און דעריבער איז דער טוירנאוט געווען זיבן פראצענט, אנשטאט זיבעציג, ווי עס וואלט ווען באמת געדארפט צו זיין ביי אזא סארט כינוס.
אבער נאך דעם אלעם דארף מען נאך אלץ באדאנקען די עסקנים וועלכע האבן לפחות פארשטאנען צו ראטעווען כבוד שמים אין די לעצטע מינוט און נישט פארפירט דעם כינוס פאר פערזענליכע אינטערעסן נאר האבן זיך געהאלטן צו שטארקע פרינציפן מעורר זיין קעגן אלעמען גלייך, אז קינדער דארפן אזעלכע זאכן נישט ליינען. פינטל. און זאל דער אויבערשטער זיי געבן אסאך סייעתא דשמיא זיי זאלן קענען אויפטוהן נאר גוטס.
נ.ב. נאכן זעהן אלעס וואס מען האט ארויסגעשטעלט נעכטן ביים עקספאו, קום איך צו די מסקנה, אז פאר קינדער איז טאקע דא וואס צו ליינען, אבער פאר ערוואקסענע, אדער גרעסערע מיידלעך, איז טאקע נישט דא עפעס וואס צו ליינען אויסער דעם שטערן-שפאקטיוו.
אוי הדד זאגסטו גוט. ירבו כמותך בקאווע שטיבל!
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 10
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 1:56 pm
- האט שוין געלייקט: 44 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל