הדד בן בדד האט געשריבן:קופערניקוס האט געשריבן:עס רעדט זיך נישט פון עלעקטעריק וואס מען קען פארשרייבן גענוי וויאזוי מען לערנט, עס רעדט זיך דאך פון מחשבה און לומדות, עס איז א וועלט פאר זיך, יעדער לויט וואס אים ציעט.
אין מחשבה איז דען שייך? איז דען שפתי חן א שוה לכל נפש? בכלל איז זייער שווער צוו מכבד זיין כלל ישראל צו לערנען שפתי חן ווען דער מחבר איז געווען אן איש פשוט, עס זענען דא גענוג גוטע ספרים, פארוואס זאל מען נישט ליבערשט לערנען עלי שור פון רבי שלמה וואלבע וועלכער גייט מדרגה לדרגה, און ער איז געווען גאר א קלוגער איד א תלמיד חכם און א צדיק?
שערי יושר אדער שב שמעתא? א שווערע שאלה. א מענטש איז נישט געבוירן מיט קיין אינסטרוקשענס, מען מוז אליין טרעפן די וועג אין אלעס, אריינגערעכנט אין לערנען
איך פרעג יא ווייל איך בין אן עם הארץ. איך וויל אבער אנהייבן לערנען, און פון דאס ביסל וואס איך האב געלערנט שפתי חן, כאטש דער מחבר איז געווען אן איש פשוט (לפי דבריך. איך האב אים נישט געקאנט) קוקט עס מיר אויס צו זיין שוה לכל נפש, פאר א בעגינער, וואס וויל לערנען חסידות. אדרבה, רעד: עלי שור פון ר' שלמה וואלבע איז אויף חסידות, אויב יא וועל איך עס קויפן.
איך וויל זיך אנטשולדיגן, איך מיין נישט חלילה אוועקצומאכן קיינעם, אויב שפתי חן איז אזוי גוט בעיניך, וויל איך עס נישט אוועקמאכן חלילה.
אין חסידות איז דא צען שטרעמונגען און מהלכים, ווי חב"ד, ברסלב, קאצק, איזביצא-רבי צדוק הכהן, און נאך.
עס איז דא חסידות וואס גרעניצט זיך מיט קבלה אזוי ווי בני יששכר און אסאך "היימישע" ספרים, אבער זענען פיל מיט דרוש און רמזים.
עס איז דא חסידות וואס איז געמישט מיט קבלה, אבער אן דרוש און רמזים, אזוי ווי ספרי חב"ד.
עס איז דא חסידות וואס פארמאגט אין זיך אסאך מענטשליכע פסיכאלאגיע, און אסאך חיזוק ווי ספרי איזביצא.
אןן עס זענען דא נאך צען מהלכים אין חסידות.
פאר א מתחיל קען זיין גוט ישמח ישראל, עס קען זיין גוט תניא מבוארת, עס קען זיין גוט שם משמואל, עס קען זיין גוט עלי שור פון רבי שלמה וואלבע, עס קען זיין גוט מכתב מאליהו וואס איז אן אריינפיר צו חסידות, עס קען זיין גוט אור גדליה פון רבי גדלי' שור, עס קען זיין גוט שפת אמת פאר ווער עס פארשטייט אים גוט. אבער עס איז שווער צו זאגן בכלליות. עס איז דא מענטשן וואס ווערן אנגעווארעמט און עקסיידעט פון א "ווארעמע ווארט", און עס איז דא וואס נאר א לאנגע לאגישע געביידע פון תניא רעדט צו זיי.
ואין הדבר תלוי אלא בך, ואין לך אדם שאין לו שעה ומקום וספר מיוחד