בחורים ביי חברים'ס חתונות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

די הנהלת הישיבה האבן פרובירט צו פארענטפערן אז וויבאלד די בחורים האבן אלע יארן געלערנט און פארברענגט צוזאמען מיטן חתן ממילא וויל מען זייער שטארק גיין אויף די חתונה משמח זיין, דער רבי האט אבער נישט נאכגעלאזט פרעגנדיג: וואס האט איינס מיטן צווייטן?!

איך ווייס נישט וועלכע רב/י מ'רעדט דא.
אבער נישט צו פארשטיין די שייכות דארף מען זיין א שוטה!

אפשר זאלן בחורים נישט מעגן קומען צום רבי'ן חנוכה-לעכט-צינדען. און ווען די רבי וועט פרעגן "וואו זענען די בחורים ווען איך צינד לעכט?" זאל די הנהלה ענטפערען "וואס פארא שייכות האבן די צוויי זאכן?".
Under influence
קליגער איד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 12:55 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך קליגער איד »

קאווע טרינקער האט געשריבן:
די הנהלת הישיבה האבן פרובירט צו פארענטפערן אז וויבאלד די בחורים האבן אלע יארן געלערנט און פארברענגט צוזאמען מיטן חתן ממילא וויל מען זייער שטארק גיין אויף די חתונה משמח זיין, דער רבי האט אבער נישט נאכגעלאזט פרעגנדיג: וואס האט איינס מיטן צווייטן?!

איך ווייס נישט וועלכע רב/י מ'רעדט דא.
אבער נישט צו פארשטיין די שייכות דארף מען זיין א שוטה!

אפשר זאלן בחורים נישט מעגן קומען צום רבי'ן חנוכה-לעכט-צינדען. און ווען די רבי וועט פרעגן "וואו זענען די בחורים ווען איך צינד לעכט?" זאל די הנהלה ענטפערען "וואס פארא שייכות האבן די צוויי זאכן?".

חנוכה וואלטן די בחורים סייווינישט געלערענט אנשטאט צו קומען צום רעבינס טיש וואלטן זיי געשפילט קארטן
אויב האט קיינער נישט קיין טענות אויף דיר, דאן געפינסטו זיך אין א בית הקברות!
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

די תכלית פון תורה איז צו זיין א מענטש!
אז מ'לערנט און מ'נעמט נישט א טייל אין א חבר'ס חתונה, יום אפריונו, דאן חבל על הזמן?
Under influence
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

אויב מענטשליכקייט איז די אישו. פארוואס באטייליגן זיך נישט בחורים ביי די סעודת החתונה?

ביי מיידלעך עסן געווענליך מיט די חברטעס פון די כלה.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

you are right
males have some rights too
Under influence
ווייס ווי שניי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 56
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך ווייס ווי שניי »

מהר"א האט נעכטן ביי די פתיחה דרשה שטארק ארום גערעד פון די תקנה פון גיין צו חברים'ס חתונה
עס גייט מיר אן ווי דער פאריעריגער שניי
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ווייס ווי שניי האט געשריבן:מהר"א האט נעכטן ביי די פתיחה דרשה שטארק ארום גערעד פון די תקנה פון גיין צו חברים'ס חתונה

יא איך האלט אויך אזוי
ס'איז זייער וויכטיג (און פשוט נארמאל) אז בחורים זאלן גיין צו חברים'ס חתונה. (איך ווייס נאר נישט פארוואס מ'דארף מאכן א "תקנה" פון דעם)
Under influence
באניצער אוואטאר
חכם מחוכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 184
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

שליחה דורך חכם מחוכם »

בחורים ביי חברים'ס חתונה אין פונקט ווי זאגן גיי נישט אריין אין ביהמ"ד ווייל ס'דא א ווייבער שוהל, געהערט אמאל א גוט ווארט, אז בעקעלע איז א מיאוס ווארט, ווייל אין א בעקעלע מאכט מען קעיק און א קעיק געט מען ביי א תנאים און ביי א תנאים איז דא א כלה,
ווייס ווי שניי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 56
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך ווייס ווי שניי »

קאווע טרינקער האט געשריבן:
ווייס ווי שניי האט געשריבן:מהר"א האט נעכטן ביי די פתיחה דרשה שטארק ארום גערעד פון די תקנה פון גיין צו חברים'ס חתונה

יא איך האלט אויך אזוי
ס'איז זייער וויכטיג (און פשוט נארמאל) אז בחורים זאלן גיין צו חברים'ס חתונה. (איך ווייס נאר נישט פארוואס מ'דארף מאכן א "תקנה" פון דעם)

איך האב געמיינט אז דו ביסט קליגער
עס גייט מיר אן ווי דער פאריעריגער שניי
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ווייס ווי שניי האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:
ווייס ווי שניי האט געשריבן:מהר"א האט נעכטן ביי די פתיחה דרשה שטארק ארום גערעד פון די תקנה פון גיין צו חברים'ס חתונה

יא איך האלט אויך אזוי
ס'איז זייער וויכטיג (און פשוט נארמאל) אז בחורים זאלן גיין צו חברים'ס חתונה. (איך ווייס נאר נישט פארוואס מ'דארף מאכן א "תקנה" פון דעם)

איך האב געמיינט אז דו ביסט קליגער

כ'האב געמיינט אז מה..... איז קלוג.
ח"ו כ'מיין נישט דא צו מאכן צימעס.
אבער ס'רעגט מיר פשוט וויאזוי די משוגעת גייט אן מפתיחה לפתיחה
Under influence
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

חכם מחוכם האט געשריבן:בחורים ביי חברים'ס חתונה אין פונקט ווי זאגן גיי נישט אריין אין ביהמ"ד ווייל ס'דא א ווייבער שוהל, געהערט אמאל א גוט ווארט, אז בעקעלע איז א מיאוס ווארט, ווייל אין א בעקעלע מאכט מען קעיק און א קעיק געט מען ביי א תנאים און ביי א תנאים איז דא א כלה,

ויש מחמירים שלא לומר "לכה דודי" מפני שכתוב שם "כמשוש חתן על כלה"
Under influence
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

קאווע טרינקער האט געשריבן:
ווייס ווי שניי האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:
ווייס ווי שניי האט געשריבן:מהר"א האט נעכטן ביי די פתיחה דרשה שטארק ארום גערעד פון די תקנה פון גיין צו חברים'ס חתונה

יא איך האלט אויך אזוי
ס'איז זייער וויכטיג (און פשוט נארמאל) אז בחורים זאלן גיין צו חברים'ס חתונה. (איך ווייס נאר נישט פארוואס מ'דארף מאכן א "תקנה" פון דעם)

איך האב געמיינט אז דו ביסט קליגער

כ'האב געמיינט אז מה..... איז קלוג.
ח"ו כ'מיין נישט דא צו מאכן צימעס.
אבער ס'רעגט מיר פשוט וויאזוי די משוגעת גייט אן מפתיחה לפתיחה


וואס איז די משוגעת? אז ער אינפארסט א תקנה פון רבי׳ן זצ״ל

ווען איינער האלט אנדערש פון דיר איז ער נאכנשט משוגע
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

וואס איז די משוגעת? אז ער אינפארסט א תקנה פון רבי׳ן זצ״ל

ווען איינער האלט אנדערש פון דיר איז ער נאכנשט משוגע

כ'האב נישט געזאגט אז מישהו איז משוגע.
די משוגעת איז:
א) נניח די רבי ז"ל האט גע'אסר'ט, אבער קען זיין לויט די היינטיגע מצב איז אנדערשט (נו! שגץ, די רבי האט געהאט א ווייטע בליק)
ב) נניח אז מ'קען נישט זאגן בפירוש להיפך פון רבי'ן, דארף מען אבער נישט אינפארסירן דעם געזעץ.
ג) אין חכמה ואין תבונה נגד ה', - השתתפות ביי חבר'ס שמחה איז דוחה אלעס.
ד) מהיכי תיתי אז די רבי האט געמאכט אזא תקנה, אפשר איז עס פון ר' נתן יוסף, און הלכה היא בידוע שיש גדולים ממנו בחכמה ובמנין, און מ'קען דאס משנה זיין.
ה) יתכן אז די רבי איז געווען קעגען השתתפות ביי חתונות, ווייל ער איז געווען אינטערן רושם פון די געמישטע חתונות אין שטאט סאטמאר, עיין במכתבים דברי יואל, א שארפע בריוו.

(און אז מ'רעדט שוין, הערץ פרענקל האט געשריבן אין "עמי" אז ווען סאטמער'ע רבי איז געקומען אין אמעריקה האט זיך אויפגעהערט די געמישטע חתונות - והוא פלא, שהרי בסאטמאר גופא לא היה בידו וכו'.)
Under influence
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

[quote="היסטאריקער"][quote="אוי טאטי"], און בחורים ביי חתונות ו ואס דער רבי איז געקומען א פרייטאג אין ישיבה ספעציעל צו מכריז זיין די תקנה, איז בטל ומבוטל
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

קאווע טרינקער האט געשריבן:
וואס איז די משוגעת? אז ער אינפארסט א תקנה פון רבי׳ן זצ״ל

ווען איינער האלט אנדערש פון דיר איז ער נאכנשט משוגע

כ'האב נישט געזאגט אז מישהו איז משוגע.
די משוגעת איז:
א) נניח די רבי ז"ל האט גע'אסר'ט, אבער קען זיין לויט די היינטיגע מצב איז אנדערשט (נו! שגץ, די רבי האט געהאט א ווייטע בליק)
ב) נניח אז מ'קען נישט זאגן בפירוש להיפך פון רבי'ן, דארף מען אבער נישט אינפארסירן דעם געזעץ.
ג) אין חכמה ואין תבונה נגד ה', - השתתפות ביי חבר'ס שמחה איז דוחה אלעס.
ד) מהיכי תיתי אז די רבי האט געמאכט אזא תקנה, אפשר איז עס פון ר' נתן יוסף, און הלכה היא בידוע שיש גדולים ממנו בחכמה ובמנין, און מ'קען דאס משנה זיין.
ה) יתכן אז די רבי איז געווען קעגען השתתפות ביי חתונות, ווייל ער איז געווען אינטערן רושם פון די געמישטע חתונות אין שטאט סאטמאר, עיין במכתבים דברי יואל, א שארפע בריוו.

(און אז מ'רעדט שוין, הערץ פרענקל האט געשריבן אין "עמי" אז ווען סאטמער'ע רבי איז געקומען אין אמעריקה האט זיך אויפגעהערט די געמישטע חתונות - והוא פלא, שהרי בסאטמאר גופא לא היה בידו וכו'.)

ויש חולקין
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

אלס איינער וואס האט געלערנט אין די גרויסע מאנרא ישיבה אין די צייטן ווען מ'איז נאך געגאנגן צו חתונות (אויך געווען דעמאלטס שלא ברשות....) וועל איך אביסעלע אראפלייגן וויאזוי א חתונה סיזען האט אויסגעקוקט:

איך וועל אנהייבן פון ראש חודש כסלו...:

מ'איז אויפגעשטאנען געהעריג (געווענדליך נאך פארטאגס אלס אנפאנג זמן...) אלעס איז געגאנגן כשורה ביז 5:00 נאכמיטאג. 5:00 האט מען זיך שוין גענומען גרייטן צום גרויסן חתונה פון דעם בחור וואס איך האב קוים אויסגעטוישט צוויי ווערטער אין אונזערע צוויי יאר מ'האמער געלערנט אין ישיבה, נאר אז "יעדער" פארט צו די חתונה, וואס האב איך צו זיכן אין ישיבה?? נאכדערצו ווען מ'האט געוויסט אז ס'גייט זיין א "ראק-ענד-ראל" חתונה...
מ'איז אראפגעגאנגן צו מרדכי שעהר קאר. סקאנימאנק, פון דארטן איז געפארן די נצח חתונה באס (יאפ! פון ישיבה איז עס קיינמאל נישט געפארן ווייל ס'איז נישט געווען אפיציעל..) מ'איז געפארן אן קיין עסן פאר אנדערהאלבן שעה און מ'איז אנגעקומען קיין וויליאמסבורג איז מען געוואר געווארן אז דער חתן איז נאך ניטאמאל אריינגעקומען... די וויליאמסבורגע בחורים זענען טייל אהיימגעגאנגן און א טייל האבן ארומגעהאנגן מיט די אנדערע בחורים ביז מ'האט באקומען די ביפ (נאך קיין סעלפאון'ס נישט געווען...) אז מ'קען שוין גיין צום זאל.
מ'האצעך אויסגעהאפקעט פאר אפאר שעה און מ'האצעך פארשוויצטערהייט ארויפגעזעצט אויפן באס, ויחנו למאנדרא הבירה.
מ'איז אנגעקומען כמעט צווייע ביינאכט אין ישיבה און קיין פארטאגס איז שוין די נעקסטע טאג נישט געווען.
ר' מאיר לעזער (ווער ס'ווייסט ווער דאס איז) האט אויפגעוועקט צו זמן קר"ש און מ'האצעך היפש שנעל צוריקגעלייגט, מ'איז אויפגעשטאנען ווען מ'האט געשפירט אז מ'איז שוין אויסגעשלאפן און מ'איז געניג אויסגערועט אז מ'זאל קענען ביינאכט פריש טאנצן....
די שאוערס אין ישיבה האבן שוין נישט דעמאלטס געארבייט, סאו מ'איז אראפגעגאנגן קיין גארפילד (גרויסע שוהל) פאר א מקוה/שאוער און מ'האט שוין דארט געדאווענט.
נאכן דאווענען א סטאפ ביי פת שחרית טרעקל פאר פרישטאג, און אנדערע ביים שאפינג סענטער.

בקיצור אזוי אויף צוועלעווע איינסע איז אלעס שוין געווען מסודר, און צווייע איז שוין געווען לאנטש.... פינף אזייגער האט זיך פריש אנגעהויבן די צוגרייטונגן (און יעצט פאנג פריש אן צו ליינען דעם ארטיקל פאר ווייטערדיגע באריכטן איבער נאך פינעווע....)

יעצט פארשטיי מען שוין וואס ס'איז אלע יארן געגאנגן אין לעבן איינצופירן די "חתונה תקנות"????

יא מ'האט אלע יארן פרובירט! איך געדענק נאך די פתיחה דרשות פונעם ברך משה זצ"ל ובנו -להבחל"ח- די רב (היינט רבי) און ראש ישיבה שליט"א. דעס וואס שרייבער האט שוין דא געשריבן איז געווען מער ווי איינמאל! ס'איז נאר פריש ארויפגעקומען אלס א שטארקע התעוררות -ווי שרייבער האט שוין דא דערמאנט- ווען מו"ר הגאון האמיתי רבי זעליג שפילמאן ז"ל איז אוועק אינמיטן די מצוה טאנץ פון זיין טאכטער, האט זיך מו"ר הגאון הצדיק ר' יונה פילאפף זצ"ל אויפגעשטעלט און געבעטן מ'זאל איינצוימען די "גיין אויף חתונות" און פון דארט און ווייטער איז אלעס היסטארי.

די פאקט אז ערשטע קאזין'ס און חברים נאך די חתונה טאנצן היינט גאר לעבעדיג ביי די חתונה, נעמט נישט אוועק די פרייד פונעם חתן. און חתונות זענען ב"ה זייער לעבעדיג אזוי אויך. די איינציגסטע גרויסע חילוק האט זיך נאר אויסגעשטעלט, אז אנשטאט מ'האט אמאל געטאנצן ביז אינדערנאכט אריין, טאמער א מחותן זעהט אז די טאנצן ווערט שוואכער, שטעלט ער זיך אינגאנצן צו צו די "סאטמאר'ע חתונה תקנות" און ער ענדיגט טאנצן 11:00 צו אפילו אפאר מינוט שפעטער.

זאלן אלע שמחות זיין בשלימות! און מ'זאל נאר זיין פרייליך!
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

זייער שיין באשריבן.
די פראבלעם הייבט זיך אן מיט דעם וואס דו זאגסט אז מ'איז געפארן צו חתונה'ת נישט צו "חברים".
Under influence
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

קאווע טרינקער האט געשריבן:זייער שיין באשריבן.
די פראבלעם הייבט זיך אן מיט דעם וואס דו זאגסט אז מ'איז געפארן צו חתונה'ת נישט צו "חברים".

אין ישיבה פלעגט זיך ארומדרייען א שפריך-ווארט "נישט וועם דו מיינסט אז ס'איז דיין חבר איז טאקע דיינס און ס'גייט אויך פארקערט...." די פאקט איז געווען אז אמאל האסטו געמיינט אז דו "מוזסט" פארן צו יענעם אבער ווען דו ביזסט אנגעקומען האט זיך דער חתן דערמאנט סוף חתונה אז ער האט נאכנישט געטאנצן מיט דיר... פון די אנדערע זייט, אמאל האסטו באשלאסן, 'גענוג געווען' איך האב שוין נישט קיין כח היינט אריינצופארן, איך האב עניוועיס כמעט נישט געהאט מיט יענעם, אבער דער חתן האט אפילו געוויסט אז דו ביזסט נישט דארט געווען... פארשטייסט די אישו?
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

איך ווייס נישט וואס די גאנצע דין ודברים דא.
ס'איז נישט דא קיין הסבר המתקבל על הלב פארוואס א חבר זאל נישט קענען זיך באטייליגן ביי זיין חבר'ס חתונה.
עד כאן.
כ'האב נישט וואס מוסיף צו זיין.
Under influence
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

מיין גאנצע עקספלענעישאן איז גארביטש?
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

שעפטל האט געשריבן:מיין גאנצע עקספלענעישאן איז גארביטש?



נאר פאר איינעם וואס וויל הערן און פארשטיין
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

אפאר קליינע קשיות צו דיר קאווע טרינקער און איך מיין איך בין מיט דיר פערטיג...

א) האסטו געלערנט אין א גרויסע ישיבה צו נישט?
ב) וויפיל בחורים האבן געלערנט אין דיין יארגאנג?
ג) 1) ביזסטו געווען א גאר גוטע בחור - וואס דעמאלטס לאמיר זאגן וואלסטו נאר געגאנגן צו חתונות פון גוטע און עוורידזש בחורים.. 2) צו ביזסט גאר געווען א קילער באם - וואס דעמאלטס לאמיר זאגן וואלסטו נאר געגאנגן צו חתונות פון באמעס און עוורידזש בחורים.. 3) צו ביזסט געווען א עוורידזש בחור, וואס דעמאלטס ביזסטן געגאנגן צו יעדעם...
ד) אויב ביזסטו שוין געווען אביסל עלטער איז שוין צוגעקומען אינגערע נייע חברים אויך.

אזוי צו אזוי, איך זעה נישט אז היינטיגע אהרונישע אינגעלייט וואס האבן געלערנט אין קרית יואל, זענען מיט א משהו אומצופרידענער ווי אנדערע וואס זענען ארויסגעקומען פון אנדערע ישיבות!!! און עפ"י רוב זענען זייערע חתונות נישט ווייניגער לעבעדיג ווי אנדערע חתונות!

יא יא אנפאנג איז עס שווער געווען פאר די חתנים, אבער היינט איז עס א דבר פשוט פאר א יעדע חתן וואס לערנט דארט, א שטייגער ווי א $1,200 דאלערדיגע שטריימל. און די זעלבע ווי רוב כלה'ס באקומען נישט קיין ברעסלעט און נאר א סי.זי. שטיינדל. געדענק! הכל לפי מנהג המקום...
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

היסטאריקער האט געשריבן:
שעפטל האט געשריבן:מיין גאנצע עקספלענעישאן איז גארביטש?



נאר פאר איינעם וואס וויל הערן און פארשטיין

וואס וויל? צו וויל נישט...?
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
פארשפארט