בחורים ביי חברים'ס חתונות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

אזויווי קאווע טרינקער האט געשריבען, איז נישטא קיין נארמאלער סיבה אז דער גאנצע ישיבה זאל פארען אויף רעדער ביי יעדער איינער'ס חתונה. זאלן די חברים גיין און שיין. סאיז נארישט צו טענה'ן אז מוייסט נישט ווער די חברים זענען, אויב איז טאקע אזוי איז דא אין דעם ישיבה אסאך אן ערנסטערער פראבלעם ווי גיין אויף חתונות. אוודאי זענען דא כל מיני מדרגות פון חבר'שאפט בפרט אין א ישיבה, דאך איז ביי יעדער נארמאלער גרויסע ישיבה זייער פשוט און קלאר ווער יא און ווער נישט.

און ממה נפשך, אויב איז א מצווה מאיזה סיבה שיהיה צו גיין צו יעדער'ס חתונה, איז זייט ווען איז מען מבטל א מצווה דאורייתא וועגן סדרי הישיבה? יא איר ליינט גוט, גיין צו א חברס חתונה איז א מצווה פונקט ווי הנחת תפילין, און נאכמער סווערט קלאר געפסקנט אז מאיז מבטל תלמוד תורה דערפאר.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

לעיקוואד האט געשריבן:און ממה נפשך, אויב איז א מצווה מאיזה סיבה שיהיה צו גיין צו יעדער'ס חתונה, איז זייט ווען איז מען מבטל א מצווה דאורייתא וועגן סדרי הישיבה? יא איר ליינט גוט, גיין צו א חברס חתונה איז א מצווה פונקט ווי הנחת תפילין, און נאכמער סווערט קלאר געפסקנט אז מאיז מבטל תלמוד תורה דערפאר.

איך וועל איבערשרייבן...
שעפטל האט געשריבן:אזוי צו אזוי, איך זעה נישט אז היינטיגע אהרונישע אינגעלייט וואס האבן געלערנט אין קרית יואל, זענען מיט א משהו אומצופרידענער ווי אנדערע וואס זענען ארויסגעקומען פון אנדערע ישיבות!!! און עפ"י רוב זענען זייערע חתונות נישט ווייניגער לעבעדיג ווי אנדערע חתונות!

יא יא אנפאנג איז עס שווער געווען פאר די חתנים, אבער היינט איז עס א דבר פשוט פאר א יעדע חתן וואס לערנט דארט, א שטייגער ווי א $1,200 דאלערדיגע שטריימל. און די זעלבע ווי רוב כלה'ס באקומען נישט קיין ברעסלעט און נאר א סי.זי. שטיינדל. געדענק! הכל לפי מנהג המקום...
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
מים חיים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

שליחה דורך מים חיים »

חכם מחוכם האט געשריבן:בחורים ביי חברים'ס חתונה אין פונקט ווי זאגן גיי נישט אריין אין ביהמ"ד ווייל ס'דא א ווייבער שוהל, געהערט אמאל א גוט ווארט, אז בעקעלע איז א מיאוס ווארט, ווייל אין א בעקעלע מאכט מען קעיק און א קעיק געט מען ביי א תנאים און ביי א תנאים איז דא א כלה,

א בעקעלע פאר זיך איז א מיאוס ווארט. וואס האט א בחור צו רעדן פון א בעקעלע, א ווארימע בעקעלע איז געמאכט צו גלעטן און צו קושן....
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

יאנקל האט געשריבן:
שעפטל האט געשריבן:מיין גאנצע עקספלענעישאן איז גארביטש?

איך בין דאנקבאר פאר דיין עקספלענעישאן, און איך האב דיר אפילו געלייקט, אבער ווי אנדערע האבן שוין באמערקט פארענטפערט עס גארנישט. א ישיבה טאר טאקע נישט פארן אויף רעדער פאר א חתונה (נישט פון א תלמיד הישיבה און נישט פון בן אדער נכד כ"ק הגה"ק שליט"א), אבער די עצה איז אז מ'זאל עס קאנטראלירן, און לאזן נאר 15-20 חברים גיין צו יעדער חתונה.
שעפטל האט געשריבן:יא יא אנפאנג איז עס שווער געווען פאר די חתנים, אבער היינט איז עס א דבר פשוט פאר א יעדע חתן וואס לערנט דארט, א שטייגער ווי א $1,200 דאלערדיגע שטריימל. און די זעלבע ווי רוב כלה'ס באקומען נישט קיין ברעסלעט און נאר א סי.זי. שטיינדל. געדענק! הכל לפי מנהג המקום...

דאס אז מ'געוואוינט זיך צו מיינט נאך נישט אז ס'איז נישט רשעות. טויזנטער יונגעלייט זענען העכסט-צופרידענע און כאפן ניטאמאל אז מ'האט זיי אריינגענארט מיט א ווייב וואס שטימט מער ווי א שניר פאר זייערע עלטערן ווי א ווייב פאר זיי.

ווי איך האב פריער געשריבן, קיינעם שטערט נישט אז בחורים עסן נישט מיט די סעודת החתונה. ווייל עס איז נישט איינגעפירט.

א מיידל וואס די חברטעס קומען נישט צו די סעודת החתונה איז א רחמנות...

אלעס האט מיט וואס די סדר איז
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מים חיים האט געשריבן:
חכם מחוכם האט געשריבן:בחורים ביי חברים'ס חתונה אין פונקט ווי זאגן גיי נישט אריין אין ביהמ"ד ווייל ס'דא א ווייבער שוהל, געהערט אמאל א גוט ווארט, אז בעקעלע איז א מיאוס ווארט, ווייל אין א בעקעלע מאכט מען קעיק און א קעיק געט מען ביי א תנאים און ביי א תנאים איז דא א כלה,

א בעקעלע פאר זיך איז א מיאוס ווארט. וואס האט א בחור צו רעדן פון א בעקעלע, א ווארימע בעקעלע איז געמאכט צו גלעטן און צו קושן....


און טאקע וועגן דעם האבן די פרומע געטוישט דעם ווערטל צו א "טאפ" אנשטאט א "בעקעלע".
וירח ה' את ריח הניחוח
מים חיים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

שליחה דורך מים חיים »

שמעקעדיג האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:
חכם מחוכם האט געשריבן:בחורים ביי חברים'ס חתונה אין פונקט ווי זאגן גיי נישט אריין אין ביהמ"ד ווייל ס'דא א ווייבער שוהל, געהערט אמאל א גוט ווארט, אז בעקעלע איז א מיאוס ווארט, ווייל אין א בעקעלע מאכט מען קעיק און א קעיק געט מען ביי א תנאים און ביי א תנאים איז דא א כלה,

א בעקעלע פאר זיך איז א מיאוס ווארט. וואס האט א בחור צו רעדן פון א בעקעלע, א ווארימע בעקעלע איז געמאכט צו גלעטן און צו קושן....


און טאקע וועגן דעם האבן די פרומע געטוישט דעם ווערטל צו א "טאפ" אנשטאט א "בעקעלע".

ווי שעמט זיך נישט א בחור צו רעדן וועגן א טאפ, דאס איז דאך די לבוש וואס נשים גייען אויף די אויבערשטע העלפט גוף, רח"ל, א טאפ קען זיין שמאל געפאסט, און קלעבעדיגע סחורה. א טאפ קען נאך זיין ערגער ווי א בעקעלע....
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

שעפטל האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:און ממה נפשך, אויב איז א מצווה מאיזה סיבה שיהיה צו גיין צו יעדער'ס חתונה, איז זייט ווען איז מען מבטל א מצווה דאורייתא וועגן סדרי הישיבה? יא איר ליינט גוט, גיין צו א חברס חתונה איז א מצווה פונקט ווי הנחת תפילין, און נאכמער סווערט קלאר געפסקנט אז מאיז מבטל תלמוד תורה דערפאר.

איך וועל איבערשרייבן...
שעפטל האט געשריבן:אזוי צו אזוי, איך זעה נישט אז היינטיגע אהרונישע אינגעלייט וואס האבן געלערנט אין קרית יואל, זענען מיט א משהו אומצופרידענער ווי אנדערע וואס זענען ארויסגעקומען פון אנדערע ישיבות!!! און עפ"י רוב זענען זייערע חתונות נישט ווייניגער לעבעדיג ווי אנדערע חתונות!

יא יא אנפאנג איז עס שווער געווען פאר די חתנים, אבער היינט איז עס א דבר פשוט פאר א יעדע חתן וואס לערנט דארט, א שטייגער ווי א $1,200 דאלערדיגע שטריימל. און די זעלבע ווי רוב כלה'ס באקומען נישט קיין ברעסלעט און נאר א סי.זי. שטיינדל. געדענק! הכל לפי מנהג המקום...

קודם, איך בין טאקע נישט געווען ביי אלע חתונות, אבער באופן כללי איז גענוג צו זאגן אז דאס וואס דו שרייבט אין רויט איז א שקר גמור.
צוויייטענס, די נושא דא איז בכלל נישט צו די חתונה איז לעבעדיג אדער נישט, דאס וואס חברים גיין איז נישט ווייל מהאט מורא אז נעבאך סוועלן נישט זיין גענוג טאנצערס ביי די חתונה [אויף דעם וואלט אפשר געהאלפן דער תו"א רבי'ס "חברה משמחים" אויך]. די נושא איז אז אויב א חבר האט חתונה איז א מצווה און מענטשליכקייט אז די חברים זיינע זאלן קומען זיך מיטפרייען. איך פארשטיי נישט ווי א ישיבה קען מחנך זיין בחורים קעגן אזא פשוטע נקודה פון מענטשליכקייט וואס אפילו א גוי פארשטייט אז א חבר האט חתונה ברויך מען זיך גיין מיטפרייען, כל שכן אז סאיז א בפירושער מצווה וואס חז"ל האבן מוראדיג מפליג געווען אין דעם און זיי האבן נישט געגעבן א שיעור ווי לעבעדיג די חתונה זאל זיין. נאר געזאגט אז סאיז א מצווה זיך משתתף זיין אין שמחת חתן וכלה.
I have a dream
Martin Luther King ~
עפל פאי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:13 am
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

שליחה דורך עפל פאי »

יאנקל האט געשריבן:טויזנטער יונגעלייט זענען העכסט-צופרידענע און כאפן ניטאמאל אז מ'האט זיי אריינגענארט מיט א ווייב וואס שטימט מער ווי א שניר פאר זייערע עלטערן ווי א ווייב פאר זיי.

נו וועם ארט דאס? אויב זיי זענען צופרידן איז דאך עס יא גוט פאר זיי
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

לעיקוואד האט געשריבן:
שעפטל האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:און ממה נפשך, אויב איז א מצווה מאיזה סיבה שיהיה צו גיין צו יעדער'ס חתונה, איז זייט ווען איז מען מבטל א מצווה דאורייתא וועגן סדרי הישיבה? יא איר ליינט גוט, גיין צו א חברס חתונה איז א מצווה פונקט ווי הנחת תפילין, און נאכמער סווערט קלאר געפסקנט אז מאיז מבטל תלמוד תורה דערפאר.

איך וועל איבערשרייבן...
שעפטל האט געשריבן:אזוי צו אזוי, איך זעה נישט אז היינטיגע אהרונישע אינגעלייט וואס האבן געלערנט אין קרית יואל, זענען מיט א משהו אומצופרידענער ווי אנדערע וואס זענען ארויסגעקומען פון אנדערע ישיבות!!! און עפ"י רוב זענען זייערע חתונות נישט ווייניגער לעבעדיג ווי אנדערע חתונות!

יא יא אנפאנג איז עס שווער געווען פאר די חתנים, אבער היינט איז עס א דבר פשוט פאר א יעדע חתן וואס לערנט דארט, א שטייגער ווי א $1,200 דאלערדיגע שטריימל. און די זעלבע ווי רוב כלה'ס באקומען נישט קיין ברעסלעט און נאר א סי.זי. שטיינדל. געדענק! הכל לפי מנהג המקום...

קודם, איך בין טאקע נישט געווען ביי אלע חתונות, אבער באופן כללי איז גענוג צו זאגן אז דאס וואס דו שרייבט אין רויט איז א שקר גמור.

וואס זאל איך דיר יעצט ענטפערן???? ביי די חתונות ווי איך בין געווען האב איך געזעהן ווי איך שרייב. און יא אונז קאזין'ס האבן מיר זיך גענומען הייבן די פיס, און נישט נאר זיצן אינדערזייט.
לעיקוואד האט געשריבן:צוויייטענס, די נושא דא איז בכלל נישט צו די חתונה איז לעבעדיג אדער נישט, דאס וואס חברים גיין איז נישט ווייל מהאט מורא אז נעבאך סוועלן נישט זיין גענוג טאנצערס ביי די חתונה [אויף דעם וואלט אפשר געהאלפן דער תו"א רבי'ס "חברה משמחים" אויך]. די נושא איז אז אויב א חבר האט חתונה איז א מצווה און מענטשליכקייט אז די חברים זיינע זאלן קומען זיך מיטפרייען. איך פארשטיי נישט ווי א ישיבה קען מחנך זיין בחורים קעגן אזא פשוטע נקודה פון מענטשליכקייט וואס אפילו א גוי פארשטייט אז א חבר האט חתונה ברויך מען זיך גיין מיטפרייען, כל שכן אז סאיז א בפירושער מצווה וואס חז"ל האבן מוראדיג מפליג געווען אין דעם און זיי האבן נישט געגעבן א שיעור ווי לעבעדיג די חתונה זאל זיין. נאר געזאגט אז סאיז א מצווה זיך משתתף זיין אין שמחת חתן וכלה.

אין קר"י ישיבה האט מען טאקע געמאכט אז מוצ"ש א וואך צוויי פארן באווארפן טאנצן די בחורים פארן חתן, אזוי האט מען געשאסן צוויי פייגלעך, איינס מ'ווייזט ארויס די פרייד פארן חתן דעמאלטס, און צווייטענס די בחורים אליינס קענען זיך אביסעלע אויסגעבן,
יעצט איבער די דברי חז"ל, איך גלייב שווער איז די חז"ל האבן געמיינט אז ס'זאל ממש גיין אויפן חשבון אז א ישיבה זאל זיין צופארן
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

איך וועל נישט איינרועהן ביז די תקנת סדום וועט פארגעסען נעקר ווערן מן העולם.
אז די ישיבה פון מיין בחור'ל וועט נישט לאזן זיינע חברים זיך מיטפרייען מיט אים ביום חתונתו, שיק איך מיין זוהן צו YU, דארט איז דא דאס פאלגענדע פסק (און מ'זעהט פון דעם כמה שקדו חכמי ישראל במצות שמחת חתן וכלה - והדברים פשוטים, אלא מפני שהשוטים קלקלו צריכין לחזק את הפשוט):
בייגעלייגטע פיילס
20130602_115046.jpg
20130602_115046.jpg (19.46 KiB) געזען געווארן 1874 מאל
Under influence
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

קאווע טרינקער האט געשריבן:איך וועל נישט איינרועהן ביז די תקנת סדום וועט פארגעסען נעקר ווערן מן העולם.
אז די ישיבה פון מיין בחור'ל וועט נישט לאזן זיינע חברים זיך מיטפרייען מיט אים ביום חתונתו, שיק איך מיין זוהן צו YU, דארט איז דא דאס פאלגענדע פסק (און מ'זעהט פון דעם כמה שקדו חכמי ישראל במצות שמחת חתן וכלה - והדברים פשוטים, אלא מפני שהשוטים קלקלו צריכין לחזק את הפשוט):


זיך אזוי אויסצודריקען אויף א רבן של ישראל {בעל דברי יואל זצ"ל} א קדוש וטהור, קומט נישט פון חכמה.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אין חכמה ואין..... נגד ה'.
זיך מיטפרייען מיט א חבר'ס שמחה איז דרך ארץ קדמה לתורה.
תקנות אהער תקנות אהין. ס'העלפט נישט גארנישט.
ס'פונקט ווי מ'מאכט א תקנה אז מ'טאר נישט ניצען אן עירוב.
Under influence
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

נו, דער רבי זי"ע האט אונז דאך אויסגעלערנט אז מטאר נישט גלייבען קיין מעשיות וואס שטומען נישט מיט הלכה ומסורת ישראל. איז אוודאי נישט קיין ספק אז מטאר נישט גלייבען אז ער זאל האבען ח"ו געמאכט אזא רשעותדיגע תקנת סדום אז מזאל זיך נישט מיטפרייען מיט א חבר'ס חתונה, מוז זיין אז דאס האט נתן יוסף אויסגעטראכט בשם דער רבי'ן ולהד"ם.
I have a dream
Martin Luther King ~
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

און אפילו אויב יא, אויף בעסער צו ווערן איז אייביג שייך....
Under influence
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

לעיקוואד האט געשריבן:נו, דער רבי זי"ע האט אונז דאך אויסגעלערנט אז מטאר נישט גלייבען קיין מעשיות וואס שטומען נישט מיט הלכה ומסורת ישראל.

ווארסט קומט צו ווארסט, קען מען אלץ זאגן אז די טרויעריג בארימטע "תלמיד טועה" כתבו.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

איך מיין אז חסידישער בחורים פלעגען קיינמאל נישט גיין אויף חתונות, ווייל חתונות אמאהל האבען לאו דוקא געהאט א מחיצה.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

און דערפאר, אויב וויל מען אסר'ן בחורים ביי חתונות, מוז מען אראפ נעמען די מחיצות. אז נישט איז מען א כסיל בחושך הולך.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

עס איז דא פלענטי חתונות וואס דער מחיצה ווערט צוריקט אין מיטען טאנצען. הגם עס איז טאקע דא די פרומע נשמות וואס קוקען כסדר און פאררעכטען עס.......
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איחוד פעלד האט געשריבן:איך מיין אז חסידישער בחורים פלעגען קיינמאל נישט גיין אויף חתונות, ווייל חתונות אמאהל האבען לאו דוקא געהאט א מחיצה.

און חסידישע יודען פלעגן דען חתונה האבען? אתמהה.
I have a dream
Martin Luther King ~
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

שיק איך מיין זוהן צו YU
Dont you belong already to yu
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

לעיקוואד האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:איך מיין אז חסידישער בחורים פלעגען קיינמאל נישט גיין אויף חתונות, ווייל חתונות אמאהל האבען לאו דוקא געהאט א מחיצה.

און חסידישע יודען פלעגן דען חתונה האבען? אתמהה.


גערעכט, זיי האבן טאקע נישט, און פארדעם איז דא אזויפיל מעשיות פין קינדערלאזער מענטשען.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
Shiala
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 101
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 30, 2012 11:30 pm
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

שליחה דורך Shiala »

וואו איז דיר די דיסלייק קנעפל ווען מען ברויך אים?

גיין צו א חתונה פון א חבר איז אן אנגענומענער זאך אין די וועלט, א פארשטענליכע זאך ביי יעדע חתונה געהאטע אינגערמאן און רוב זענען מחמיר צו גיין ווען א חבר מאכט חתונה אויך, פאר וואס זעהט מען דא אזויפיל חכמים וואס וואלטן איבערגעדרייט א וועלט צו גיין צו זייערע חברים'ס שמחות, געפארן א דריי פערטל שעה, און זיי וואלטן געווען באליידיגט ווען מען קומט נישט צו זייערס אבער וויבאלד עס איז שוין נישט נוגע צו זיי פארשטייען זיי נישט וואס א בחור זוכט ביי זיין חבר'ס שמחה, דיר בחור האט זייער ליב זיין חבר און ער גארט זיך מיטצופרייען, איז ער נישט קיין מענטש? איז זיין חבר'ס שמחה ווייניגער וויכטיג ווי דיינס?

נומער צוויי: "סיז פונקט אזוי פרייליך" שתי תשובות בדבר (כאפ מיר נישט ביים ווארט עס איז מער ווי צוויי) איך בין פונעם אינגערען דור און איך האב געהאט די פלעדזור פון לערנען און א גרויסע ישיבה מיט 50 + עידז חתונות א נאר און אפטמאל גיין צו חתונות מיט 50 + חברים, אנפאנג יאר איז יעדער געגאנגען שפעטער האט זיך עס געוואנדן אין וויפיל חברים אדער חטיפים דיר בחור האט געהאט, איך בין געווען ביי בערך 100 חתונות אין די דריי יאר וואס איך האב פארברענגט דארטן, נישט נאר האט מען דערקענט אז עס איז -א חברים מען האט דערקענט א חילוק ווען עס איז נאר געווען 30 חברים צו עס איז געווען 40 מען האט דערקענט די אפוועזנהייט פון 10 חברים די חתן האט עס געדענקט און די לעבעדיגקייט פון די חתונה איז געווען אינגאנצן אנדערע דאס איז איין תשובה, תשובה ב: דו ביסט נישט דער חתן, ער דערקענט יא די חילוק הוא ראיה ער געדענקט צו איך בין דארטן געווען און ער וויל מיך דארטן, זיין טאטע ספענדט 20 אלפים פאר די נאכט ווייל עס איז א מצוה 'אים' משמח צו זיין, אים נישט דיר, ער דערקענט די חילוק צווישן א וועד וואס טאנצט אים צו משמח זיין און זיין נאנטער חבר וואס כאפט אים אן און פריידט זיך מיטן גאנצן הארץ לכבודו, יא עס איז דא חתנים וואס האבן זייער ליב זייער פאמיליע אבער נעם אין אכט ער שפענדט פיר און צוואנציג שטונדן פינעף יאר מיט זיינע חברים די נאנטקייט האט אחד מאלף מיט זיין פאמיליע, תשובה ג: (יא עס איז דא דריי נישט שתי) דיר מאכט עס נישט קיין חילוק אבער וואס איז מיטן חבר'ס געפילן אים מאכט א גרויסע חילוק צווישן א מזל טוב ביים באווארפן און זיך מיטפרייען בעצם היום.

א דריטע טענה וואס איינער האט דערמאנט און איך וויל ענטפערן קעגן די אנגענומענע כללים פון זיך נישט טענה'ן מיט געוויסע מענטשן.....


פארוואס איז עס זיין פרייליכסטע טאג פון לעבן אויב ער קען ניטאמאל די מענטש וואס דארף אים מאכן אזוי פרייליך?
די געדאנק אז א חתונה איז די פרייליכסטע טאג קומט פון די קולטור וואס לאזט א מענטש זיין צוזאמען מיט זיין ארוסה פאר א לענגערע צייט ביז ער גארט שוין זייער שטארק חתונה צו האבן מיט איר, און דאן איז די חתונה טאקע די גליקליכסטע טאג אין זיין לעבן. אבער פאר חסידישע בחורים? פארוואס פונקטליך איז די טאג די פרייליכסטע טאג אין זיין לעבן? עד כאן די טענה.

פארוואס האסטו געפרעגט? א: ער שטעלט דא אויף א אידישע שטוב מקיים א גרויסע מצוה וואס איז קיום העולם דאס איז די תורה'דיגע סיבה. ב: ער האפט דא צו געפינען אמת'ע ליבשאפט פאר די רימעינדער פון זיינע יארן סאו פארוואס זאל עס נישט זיין א פרייליכע טאג דזאוסט אימעגין איי עז א פוירסט דעיט מען איז אנגעצויגן אבער סופער עקסייטעד. ג: ער וויל עס זאל זיין די פרייליכסטע טאג אין זיין לעבן און עס קומט זיך אים. ד: אויב האט ער א סוקעספול מעררידז וועט ער צוריקטראכטן צו דעים טאג יעדן טאג און דאנקן דעם בורא. ה: ווייל איט דזאוסט איז. ו: איך קאן נישט שרייבן דא.

טענה ד: סדר הישיבה וועט חלילה צושטערט ווערן.....
א: תנאים ואמוראים האבן מבטל געווען זייער צייט וואס איז געווען מער ווערט וואו כל הון דעלמא פאר די מצוה, דא רעדו מען פון בחורים וואס לערנען אן עוורידז ווייניגער ווי דריי שעה די וואס לערנען מער זענען שוין די מתמידים וואס זענען שוין מיטן קאווע פארטאגס צו זיי זענען יא געווען ביי די חתונה צו נישט, די אנדערע חברים וועלן קומען אביסל שפעט די נעקסט דעי? נו איך האב געפרעעגט ג-ט און ער זאגט אז עס גייט אים בכלל ניקס אן און אז אביי צוויי שעה לערנען וואס ער האט מבטל געווען פאר שמחת חתן איז מער ווערט געווען. ב: אנטשטאט טאנצן צו אסר'ן אלע חברים קען מען מאכן לימיטס יעדער פארשטייט אז נישט אלע 250 חברים דארפן זיין ביי די חתונה נאר די 50 וואס זענען געווען נאנט צו אים, און די אמת איז אז אפילו אין גרויסע ישיבות גייען נישט מער ווי 30-40 בחורים צו די עוורידז חתונה, די ערשטע פינעף איז נאך יא דא א גרויסע טוירנאוט אבער נאכדעם דראפט עס צו פארשטענדליכע נומערן. ג: נאך א תקנה וואס מען קען מאכן ווען מען טראכט ווען מער פאר די וואוילזיין פון די בחורים איז אז מען זאל ענדיגן טאנצן 11:30 דאכט זיך מיר אז עס איז טאקע איינגעפירט אזוי אין איינער פון די ישיבות

א טענה וואס איך האב געזען ריפיטעד איז אז די מנהלים האבען סיכער עס גוט דורכגעטראכט און אפגעמאכט אז אזוי איז גוט מיז זיין אז זיי האבן דורכגערעדט אלע טענות דערקעגן די תקנה און געקומען צום בעסטן החלטה...

אמונה פשוטה אין מענטשן איז אנטקעגן די אידישע רעליגיע אפילו ווען ער מאכט א מופת גלייבט מען אים נאכנישט ווילאנג מען ווייסט נישט אז ער איז ערליך, דיר קריסט פלעגט גלייבן אז אלעס וואס דיר פויבסט זאגט איז מן השמים און איז זיכער גוט, מיר אידן גלייבן נישט, און אז מען זעהט דא פארשטענדליכע מענטשן וואס פארשטייען נישט וואס איז ראנג מיט די תקנה ווייל זיי האבן שוין פארגעסן די טעם פון זיין א חתן אדער א בחור האט דרך די זעלבע געקענט געזען צו די מנהלים זיי זענען נישט סענסעטיוו צום בחור'ס ניד זיך אויסצוטשוכענען און זיך מיטפרייען מיט זיין חבר ביום צהלתו דזאוסט לייק מאסט אוו יו פיין גייס ארענט, די תקנות איז געמאכט געווארן 'לתקנות הישיבה' נישט דער בחור וואס דעים מנהל גייט קנאפ אן ווייל ער וואלט אים שוין לאנג געטראסקעט אנע רחמנות אים גייט נאר אן די ישיבה די נאמען די כבוד אלעס באט די בחורים איינער טראכט נישט פון זייערע ווייטאגן פאר מען מאכט נאך א תקנה זיי מער צו באגרעניצן און מער איינפעמפערן אז זיי זאלן חס ושלום נישט קיינמאל אויפוואקסן צו די ריעל וועלט, וויזוי זאגט יענער 'דיסקרימינאציע אנטקעגן אידישע בחורים סע גענוג'

אקעי די רבי...... איך בין א פלאם פייערדיגן חסיד פון רבינו איך קאן אלע זיינע ספרים בעל פה און איך פרוביר צו גיין אין זיינע דרכים אבער א תקנה וואס איז געמאכט געווארן 40 יער צוריק איז ביי נישט רילייעבל ווייל עס איז קיינמאל געווארן אראפגעשריבן אין פנקס הישיבה און מען ווייסט נישט ווער איז געשטאנען אינטערן תקנה און וואס זענען די מצבים וואס האבן צוגעברענגט דערצי סאו ברענג מיר נישט קיין מעשיות פון פערציג יאר צוריק קוק אויפן יעצטיגן מצב ענטפער די טענות און סטאפ שרייען די רבי די רבי אגאנצן טאג ווייל עס איז קארני, ער איז נישט געווען א ג-ט און ווען ער הארט ווי מענטש פארשוועכן זיין לעגעסי מיט אויסנוצן זיינע ווערטער פאר זייער אגענדע טוהט אים עס זייער ווייל און די מענטשן זענען עתיד ליתן את הדין פארן אים מצער זיין.....
“Just because I'm on a different path doesn't mean I'm lost.”
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

Shiala האט געשריבן:אקעי די רבי...... איך בין א פלאם פייערדיגן חסיד פון רבינו איך קאן אלע זיינע ספרים בעל פה און איך פרוביר צו גיין אין זיינע דרכים אבער א תקנה וואס איז געמאכט געווארן 40 יער צוריק איז ביי נישט רילייעבל ווייל עס איז קיינמאל געווארן אראפגעשריבן אין פנקס הישיבה און מען ווייסט נישט ווער איז געשטאנען אינטערן תקנה און וואס זענען די מצבים וואס האבן צוגעברענגט דערצי סאו ברענג מיר נישט קיין מעשיות פון פערציג יאר צוריק קוק אויפן יעצטיגן מצב ענטפער די טענות און סטאפ שרייען די רבי די רבי אגאנצן טאג ווייל עס איז קארני, ער איז נישט געווען א ג-ט און ווען ער הארט ווי מענטש פארשוועכן זיין לעגעסי מיט אויסנוצן זיינע ווערטער פאר זייער אגענדע טוהט אים עס זייער ווייל און די מענטשן זענען עתיד ליתן את הדין פארן אים מצער זיין.....


לפי״ז קען מען דאס זאגן אויף די אלע אנדערע תקנות וואס זענען מקובל בע״פ ווי למשל עירוב (להיש אומרים) יוניפארמס וואס זענן נאר איש מפי איש?, משא״כ חתונות האט ער געזאגט ברבים ביי א דרשה אין ישיבה
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
פארשפארט