וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
א גוטע וואך
אין די צייט וואס אין ניו גערסי איז שוין ניינציג פראצענט צוריק געשטעלט מיט לעקטער, זענען הונדערטער לאנג איילענד איינוואוינער ארויסגעקומען פראטעסטירן פארענט פון די לעקטאריק הויפטקוואטיר. "וואו זענען די אקיופיי פראטעסטירער ווען מ'ברויך זיי?" פרעגט א אויפגעברויזטער פראטעסטירער. "יעצט זענען אונז זענען די ניין-און-ניינציג פראצענט" זאגט ער מיט פאטאס.
הונדערטער געלע בענדלעך זענען היינט ארויפגעהאנגען געווארן אויף די איינציגסטע בוים וואס שטייט ממש נעבן דעם ווארלד טרעיד סענטער, און האט דורך געלעבט די אטאקעס. דאס איז צום בעפארשטייערן 'וועטעראן-טאג'. די וועטעראנען פון ניו יארק וועלן אפהאלטן די צערעמאניע מיט א לויפן-פאראדע אויף 5טע עוועניו.
ווי וואסער שווימט ארויף אויפן בוימעל אויבערפלאך, איז פרייטאג ארויפגעשווימען בלומבערגס פריערדיגע פלענער מיטן אפהאלטן פון פארקויפן די קאלירטע סאודע. אין א סטעיטמענט האט בלומבערג די פרייטאג געמאלדן אז ס'וועט שטרענג פארבאטן ווערן פאר די וואס שטעלט צו עסן פאר די שעלטערס, צוצישטעלן טשולענט. "זינט קאלירטע סאודע איז א פארגאנגענהייט, האט די טשולענט באקומען א אנדערע טעם" זאגט א אנגעווייטאגטער. "ס'איז ווי איבערלאזן א הינטל אן א שטעטל".
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: "גוסטאו". מיטן זיך טרעפן מיט די טשולענט וואס איז א פארגאנגענהייט. עסט זיך אונזער טשולענט אויך אן קיין סאודע..

מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- טעפל
- חבר ותיק
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
- האט שוין געלייקט: 4610 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל
ס'האגעלט ראקעטס וכדומה אין די דרום שטעט אין ארץ ישראל נאך וואס די חמאס אדער ווייס איך ווער האט געשאסען א טיל נגד טנקים אויף א ג'יפ און ישראל האט צוריקגעפייערט..
און היינט האט די ישראלדיגע מיליטער צוריקגעפייערט קיין סוריא נאך וואס ס'איז אריינגעפלויגען קיין ארץ ישראל פון זייערע שיסערייען....דאס איז די ערשטע מאל זייט 1973...
און היינט האט די ישראלדיגע מיליטער צוריקגעפייערט קיין סוריא נאך וואס ס'איז אריינגעפלויגען קיין ארץ ישראל פון זייערע שיסערייען....דאס איז די ערשטע מאל זייט 1973...
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
נאך צוויי וואכן זיין פארמאכט, וועט די בעטערי טוננעל עפענען מארגן אינדערפרי איין ליניע פאר באסעס, דורכאויס די בייטאג שעות. קארס זענען נאכנישט אין באטראכט. קאומא זאגט אז דאס איז געווען די ערשטע פריאריטי געטוהן ווערן זינט סענדי. בלומבערג טראכט נאכנישט וואס די צווייטע איז אויפן ליסט. ליבערשט טראכט ער וועלכע עסן איז די קומענדיגע נישט געזונטע.
איינוואוינער אין לאנג איילענד האבן געפינען א 'עלעגעטאר' זיך דרייען אין די גאסן. דאס איז שוין די ניינטע געפינען צו ווערן אין דעם געגענט אין די לעצטע חודש. פאליציי האבן אונטערגענומען א אינוועסטיגעישאן געוואר ווערן ווער ס'שטייט אונטער די אלע ארויסגעלאזטע עלעגעטארס. "ס'איז אומלעגאל, און דער יעניגער וועט הארב באשטארפט ווערן".
א גאז סטאנציע אייגנטומער אין לאנג איילענד איז ארעסטירט געווארן נאכן ארויפריקן די פרייז פון די געז פאר כמעט א דוללער טייערער ווי די פרייז אויף די שילד. "ליטשי'ס (א מין פרוכט) איז שוין ביליגער" זאגט דער ליטשי'קער. "ערענסטע שריט וועט אונטערגענומען ווערן" פירט ער אויס "בארשט איז נישט קיין פערזשיך".
סענדי טויטע ארויף צו דריי-און-פערציג.
אריינקומענדע נייעס: א עקספלאשען אין אינדיענע האט אפגעווישט זעקס-און-דרייסיג הייזער.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: משה'ס מעקעניק. מיט אונזערע בעטערי'ס קען אייער קאר אויך פארן אנדערע טוננעלן. אן צוקומען צום באס ביים בעטערי.
איינוואוינער אין לאנג איילענד האבן געפינען א 'עלעגעטאר' זיך דרייען אין די גאסן. דאס איז שוין די ניינטע געפינען צו ווערן אין דעם געגענט אין די לעצטע חודש. פאליציי האבן אונטערגענומען א אינוועסטיגעישאן געוואר ווערן ווער ס'שטייט אונטער די אלע ארויסגעלאזטע עלעגעטארס. "ס'איז אומלעגאל, און דער יעניגער וועט הארב באשטארפט ווערן".
א גאז סטאנציע אייגנטומער אין לאנג איילענד איז ארעסטירט געווארן נאכן ארויפריקן די פרייז פון די געז פאר כמעט א דוללער טייערער ווי די פרייז אויף די שילד. "ליטשי'ס (א מין פרוכט) איז שוין ביליגער" זאגט דער ליטשי'קער. "ערענסטע שריט וועט אונטערגענומען ווערן" פירט ער אויס "בארשט איז נישט קיין פערזשיך".
סענדי טויטע ארויף צו דריי-און-פערציג.
אריינקומענדע נייעס: א עקספלאשען אין אינדיענע האט אפגעווישט זעקס-און-דרייסיג הייזער.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: משה'ס מעקעניק. מיט אונזערע בעטערי'ס קען אייער קאר אויך פארן אנדערע טוננעלן. אן צוקומען צום באס ביים בעטערי.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 167
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 12:55 pm
- האט שוין געלייקט: 57 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
א פרישע דורכבראך נאכן פארשטארבענעם סענדי, איז היינט אויסגערופן געווארן דורך גאווענער קאומא און ניו גערסי גאווענער קריסטי, אז די 'פעט' באנען וועלן מארגן פארטאגס צוריק גע'עפענט ווערן פארן פאבליק. די פעט באנען זענען פון די פארנומענסטע באנען. און ס'איז געווען פון די מערסט געשעדיגטע שינעס. די אונטערערדישע באנען אויף פערצן'טע עוועניו בלייבן דערווייל פארמאכט.
א ניו יארק פאליציי אפיציר איז ארעסטירט געווארן אין קווינס נאכן אפגעשטעלט ווערן זייענדיג אנגעטריקען. דאס איז די צווייטע אפיציר געכאפט ווערן דרייוון שיכור אין די לעצטע צוויי טאג. ביידע אין קווינס געגענט. די אפיצירן זאגן אז די מעיאר מאכט זיי שיכור, און ס'איז נישט זייער שולד. פונעם מעיארס אפיס הערט זיך אין א סטעיטמענט אז זייער וויין איז געווען מער פון זעכצן אונס.
די ליקלאן טאננעל בענקט זיך שוין צו די וואסער נאך וואס איטליכע פארוואונדערטע און געשעדיגטע אוטאס זענען ארויסגעפירט געווארן היינט. קנאפע צוויי שעה נאך א באס עקסידענט, האבן זיך אכט קארס צוזאם גענומען באנאזאם. אזש ס'האט זיך פארלאגט הצלה און פאליציישע הילף ארונטירן דעם געדרענג. "וואאאסעערר וואאססעעררר קום צוריק.." (בניגון) האט זיך געהערט מיט א ווידער-קול פונעם טאננעל.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'פעט-מארק' אונזערע געשעפטן זענען אפען פארן ברייטן פאבליק. די אונטערערדישע בעיסמענט בלייבן דערווייל נאר פאר סטארעדזש.
א ניו יארק פאליציי אפיציר איז ארעסטירט געווארן אין קווינס נאכן אפגעשטעלט ווערן זייענדיג אנגעטריקען. דאס איז די צווייטע אפיציר געכאפט ווערן דרייוון שיכור אין די לעצטע צוויי טאג. ביידע אין קווינס געגענט. די אפיצירן זאגן אז די מעיאר מאכט זיי שיכור, און ס'איז נישט זייער שולד. פונעם מעיארס אפיס הערט זיך אין א סטעיטמענט אז זייער וויין איז געווען מער פון זעכצן אונס.
די ליקלאן טאננעל בענקט זיך שוין צו די וואסער נאך וואס איטליכע פארוואונדערטע און געשעדיגטע אוטאס זענען ארויסגעפירט געווארן היינט. קנאפע צוויי שעה נאך א באס עקסידענט, האבן זיך אכט קארס צוזאם גענומען באנאזאם. אזש ס'האט זיך פארלאגט הצלה און פאליציישע הילף ארונטירן דעם געדרענג. "וואאאסעערר וואאססעעררר קום צוריק.." (בניגון) האט זיך געהערט מיט א ווידער-קול פונעם טאננעל.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'פעט-מארק' אונזערע געשעפטן זענען אפען פארן ברייטן פאבליק. די אונטערערדישע בעיסמענט בלייבן דערווייל נאר פאר סטארעדזש.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 56
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 2:40 pm
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1029
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
- האט שוין געלייקט: 1704 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
מאנכע קוקן איצט ווער ס'זענען די וואס האבן פארלוירן און פארדינט פונעם שטורעם. אבער גאר א גרויסע צאל באן רייזענדע ברויזן שטארק אויף דאס וואס זייערע חודש'ליכע מעטרא קארטלעך האבן נישט צוריק געגעבן זייער געלט, אין די צייט די קארטל איז אפגעלאפן, טראץ וואס באנען זענען נישט געפארן. "זעענדיג די לאנג איילענד רעיל-ראוד גיבט צוריק די געלט, פרובירט די מעטראפאליטען טראנספאטאציע אטאריטי ניטאמאל זיך פארענטפערן" זאגט א אויפגעברויזטער.
ניו יארק סיטי און סטעיט באאמטע האבן זיך פארזאמעלט אויפן טרעפ פונעם סיטי האלל רופן פאר נייע פארגעשריטענע שטים בודקעס. "די היינטיגע וועג פון אויספולן א פאפיר, איז געווען גוט אריינוועלן דעם פריץ אין דארף". הערט זיך פון די טרעפ. אויך בלומבערג האט זיך געלאזט הערן, מ'זאל צוריק גיין צו די פאריגע בודקעס מיטן פירהאנג. ווארום, דאס האט אים אריינגעוועלט. דאס האט ארויסגעברענגט א געלעכטער ביי די פארזאמעלטע "נו, דערפאר האט מען דאך עס געטוישט.."
נאכן זיך בארואיגן פון סענדי, ארבעטן די טריי-סטעיט אפישעלס אויף א פלאן אפצוהאלטן די וואסערן פון אנזייען נאכאמאל די שאדן ביי א שטורעם. די פלענער לויטן אריינשטעלן שטאנגען נעבן ברעג, דאס וועט אפהאלטן די כוואליעס פון ארויפקומען הויעך. קאומא זאגט אז דאס מיז ווערן ערענסט אין באטראכט, און אנהייבן דעם געבוי וואס פריער. צווישן די פארגעלייגטע פלענער איז, אז פון היינט און ווייטער לאזט מען נאר בויען בילדינגס נאר פון די צווייטע שטאק און ארויף..
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'טורן-סטייל מקוה טירן'. אונזערע קארטלעך וועלן נישט צוריקגעבן ס'געלט, אפגעזעהן די וואסער קומט ארויף אינעם בור.

- היימישער באניצער
- הודעות: 464
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 10:12 pm
- האט שוין געלייקט: 97 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל
צה"ל : יצאנו למלחמה נגד חמאס!
און די ישראלי'שע יונגען באנוצן זיך ווידער מיט א הייליג אויסדרוק אויף די מבצע - מבצע של חיסולים ממוקדים שמו : "עמוד ענן".
חוץ ג'עברי זענען נאך עטליכע טעראריסטן און הויכראנגיגע כאמאס מיטגליגער היינט אראפגערוימט געווארן.
כאמאס רעאגירט: החיסול הכרזה על מלחמה עם ישראל!!
און אז מען אטאקירט שוין...
האט די איי די עף היינט באהאגעלט א זאפאס פון פאדשער מיסילס אין א וועירהאוז אין די עזה פאס. די מיסילס ווערן גענוצט דורך חמאס אין קען גרייכן א ווייטקייט פון 75 קמ.
(קוואל: עדכוני הדרום)
און די ישראלי'שע יונגען באנוצן זיך ווידער מיט א הייליג אויסדרוק אויף די מבצע - מבצע של חיסולים ממוקדים שמו : "עמוד ענן".
חוץ ג'עברי זענען נאך עטליכע טעראריסטן און הויכראנגיגע כאמאס מיטגליגער היינט אראפגערוימט געווארן.
כאמאס רעאגירט: החיסול הכרזה על מלחמה עם ישראל!!
און אז מען אטאקירט שוין...
האט די איי די עף היינט באהאגעלט א זאפאס פון פאדשער מיסילס אין א וועירהאוז אין די עזה פאס. די מיסילס ווערן גענוצט דורך חמאס אין קען גרייכן א ווייטקייט פון 75 קמ.
(קוואל: עדכוני הדרום)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 56
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 2:40 pm
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
עימיצער אין פלארידע האט זיך גענומען דאס לעבן, ער האט נישט אויסגעהאלטן די אבאמא ריעלעקשאן. ער האט איבערגעלאזט א 2 ווערטער צוואה.
http://www.mediaite.com/print/florida-m ... a-in-will/

איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
איינוואוינער אין 'לידאו'-לאנג איילענד האבן זיך געהויבן די קול און ארויסגעקומען פראטעסטירן, נאך וואס ס'איז שוין זעכצן טאג זינט דעם שטורעם, און זיי זענען נאך אנע לעקטער און הייצונג. ס'ארגסטע איז דאס וואס די געגענט לאזט נישט אין אלגעמיין קיינע באניץ פון א דזשענארעטאר. "איך האב דא קליינע קינדער. און די פראסטן איז אומדערטרעגליך" זאגט א איינוואוינער. "בין לאדין איז שוין געווען פיל בעסער" זאגט א צווייטער. "ער האט נאר געהארגעט טויטע מענטשן. דא שטארבט מען לעבעדיגערהייט".
שווינדלערייען זענען פארגעקומען גאר אסאך אין די צייט פון די שטורעם. אויך האבן די שלעפער טראק'ס אויסגעניצט זייער צייט. די פאליס דעפארטמענט האט אנדעקט א גרופע פון אזעלכע שלעפערס וואס האבן אוועקגעשלעפט קארס פון פארפלייצטע געגענטער, און פארקויפן חלקים דערפון. א מערהייט ניו יארקע וועלן ענדערש באזייטיגן די שלעפערס מיט די ניו יארקע בוכשטאבן..
זיצן אין ליין פאר געז איז א צרה פאר די וואס די קארס האבן דורכגעלעבט דעם שטורעם. אבער זיצן אין א ענדלאזע ליין ביי די קאר רענטלס פון די וואס זייערע קארס זענען געגאנגען א גאנג ביים האריקעין קוקט שוין אויס גאר איבערגעטריבן. אבערוואס, א פערטל מיליאון קארס זענען אראפגעווישט געווארן פונעם ראוד נאכן האריקעין. "איך בין אריינגעקומען דא, נאר צו זעהן א ליסט מיט פונעף הונדערט בעפאר מיר". דרוקט זיך איינער אויס מיט זארג.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: בנימין שלעפער. לאזט אונז שלעפן אייערע קארס, וועלן מיר נישט ארום שלעפן מיטן שלעפן אנדערע שלעפעריי.
שווינדלערייען זענען פארגעקומען גאר אסאך אין די צייט פון די שטורעם. אויך האבן די שלעפער טראק'ס אויסגעניצט זייער צייט. די פאליס דעפארטמענט האט אנדעקט א גרופע פון אזעלכע שלעפערס וואס האבן אוועקגעשלעפט קארס פון פארפלייצטע געגענטער, און פארקויפן חלקים דערפון. א מערהייט ניו יארקע וועלן ענדערש באזייטיגן די שלעפערס מיט די ניו יארקע בוכשטאבן..
זיצן אין ליין פאר געז איז א צרה פאר די וואס די קארס האבן דורכגעלעבט דעם שטורעם. אבער זיצן אין א ענדלאזע ליין ביי די קאר רענטלס פון די וואס זייערע קארס זענען געגאנגען א גאנג ביים האריקעין קוקט שוין אויס גאר איבערגעטריבן. אבערוואס, א פערטל מיליאון קארס זענען אראפגעווישט געווארן פונעם ראוד נאכן האריקעין. "איך בין אריינגעקומען דא, נאר צו זעהן א ליסט מיט פונעף הונדערט בעפאר מיר". דרוקט זיך איינער אויס מיט זארג.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: בנימין שלעפער. לאזט אונז שלעפן אייערע קארס, וועלן מיר נישט ארום שלעפן מיטן שלעפן אנדערע שלעפעריי.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
טויזענטער יוניידעט עירליינס פאסאזשירן זענען געבליבן געשטראנדעט אין די ניו יארקע לופטפעלדער. נאך וואס די קאמפיוטער האט געמאכט פראבלעמען, זענען די רייזעס געבליבן שטיין צוויי שעה. "וואו איז געווען זייער בעקאפ סיסטעם? און די בעקאפ פאר די בעקאפ?!" האט א ביזנעסמאן געברויזט. א צווייטע מיטל מזרח אפשטאמיגער האט זיך אויסגעדריקט "נאכאמזל מ'איז נאכנישט ארויסגעפארן, איך וואלט געבליבן שטעקן אין די לופט"..
"איך בין שטאלץ מיט די ניו יארקע" האט זיך אבאמא אויסגעדריקט ביי זיין באזוך אין סטעטאן איילענד. "ניו יארקע זענען שטארקע מענטשן, און וועלן קיינמאל אויפגעבן. איך בין זיכער זיי וועלן זיך ארויסדרייען פון דעם קריזיס". דער פרעזידענט האט אויך באזוכט פאראקעוועי און פייער-איילענד. ווי אויך פאמיליעס וואס האבן פארלוירן מיטגליד ביים האריקעין. ס'וואלט געווען כדאי דער בירגערמייסטער זאל פליען קיין וואשינגטאן זאגן אז ער איז שטאלץ מיטן פרעזידענט. ווילאנג ער זיצט דארט שטייצעך..
נאך וואס איז ניו ג'ערסי האט זיך די דינסטאג געענדיגט די 'איווען-אדד' ליניעס ביי די גאז סטאנציעס, האט היינט דער קאמישאנער אין לאנג איילענד געמאלדן אז די ציפערן פאר געז וועט קומען צו א ענדע דעם שבת ביינאכט. אין ניו יארק האט בלומבערג די וואך געזאגט אז ער יאגט נישט צוריק שטעלן צום נארמאלן סדר. "איך זעה נישט וואס איז שלעכט מיט דעם סיסטעם". ס'איז ערווארטעט דעם איווען-אדד סיסטעם אריינצופארן קיין מענהעטען.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'עי-טו-זי' אינשורענס. מיר האבן א גרויסן אויסוואל מיט 'איווען' לייסענס פלעיטס. ממש יעדע צווייטע. קומט און כאפט.
"איך בין שטאלץ מיט די ניו יארקע" האט זיך אבאמא אויסגעדריקט ביי זיין באזוך אין סטעטאן איילענד. "ניו יארקע זענען שטארקע מענטשן, און וועלן קיינמאל אויפגעבן. איך בין זיכער זיי וועלן זיך ארויסדרייען פון דעם קריזיס". דער פרעזידענט האט אויך באזוכט פאראקעוועי און פייער-איילענד. ווי אויך פאמיליעס וואס האבן פארלוירן מיטגליד ביים האריקעין. ס'וואלט געווען כדאי דער בירגערמייסטער זאל פליען קיין וואשינגטאן זאגן אז ער איז שטאלץ מיטן פרעזידענט. ווילאנג ער זיצט דארט שטייצעך..
נאך וואס איז ניו ג'ערסי האט זיך די דינסטאג געענדיגט די 'איווען-אדד' ליניעס ביי די גאז סטאנציעס, האט היינט דער קאמישאנער אין לאנג איילענד געמאלדן אז די ציפערן פאר געז וועט קומען צו א ענדע דעם שבת ביינאכט. אין ניו יארק האט בלומבערג די וואך געזאגט אז ער יאגט נישט צוריק שטעלן צום נארמאלן סדר. "איך זעה נישט וואס איז שלעכט מיט דעם סיסטעם". ס'איז ערווארטעט דעם איווען-אדד סיסטעם אריינצופארן קיין מענהעטען.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'עי-טו-זי' אינשורענס. מיר האבן א גרויסן אויסוואל מיט 'איווען' לייסענס פלעיטס. ממש יעדע צווייטע. קומט און כאפט.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
א גוטע וואך
א אכט-און-זיבעציג יעריגע ארבעטער איז געשאסן צום טויט אין א קליידונג געשעפט אין ברוקלין. פאליציי האבן ארויסגעלייגט א צוויי-און-צוואנציג טויזענט דוללער באלוינונג נאך וואס זיי פארגלייכן די קוילן צו צוויי פריערדיגע שיסערייען, און אין אלע פעלער זענען געווען אין די אדרעסן דעם זעלבן ציפער 'אכט'. בלומבערג וועט פארלאנגען א שטרענגערע פארצעס נאך וואס די שיסעריי איז פארגעקומען אין א 'אדד' טאג.
שוין איבער דריי וואכן נאכן שטורעם. און יא, די הינט זענען שוין אויפגעלעזט געווארן. א צוואנציג-טויזענט פיס שעלטער איז היינט אנגעגרייט געווארן אין בעדפארד-סטייוועסענט געגענט פאר די הינט וואס זענען געבליבן אן א דאך איבערן קאפ נאך סענדי. דערווייל לויפן זיי ארום אין די שעלטערס מיט זייערע אייגנטומער ווי ס'פליען ראקעטן פון די שכינים. כ'מיין, די שכינים ברויזן. "צו זיך דרייען מיט הינט ברויכן אונז נישט דא קומען, מ'קען שוין בלייבן אויפן ארט וואו די הויז איז געשטאנען" שימפט איינער.
א רויבעריי איז פארגעקומען אין א 'טי מאובל' סעלפאון געשעפט אויף מורטל עוו. אין קלינטאן הילל. די רויבער האבן געבינדן דעם געשעפטס אייגנטומער, און אויסגעליידיגט די פאליצעס פון אלע געלעקסי דעם דריטן. בלעקבערי שלאגט אפ סיי וואספארא האנט דערין.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: פראנקפאטערס קלאודינג. אונזערע ניו יארקע געשעפטן וועלן בלייבן פארמאכט יעדע 'איווען' טאג. טראץ די הינט וועלן נויטיגן אין אן אנצוג נאכן שטורעם.