דאס האבעך באקומען אויף אימעיל און הנאה געהאט, ווילעך מהנה זיין אנדערע:
אטעאיזם איז זייער א שטארק באנוצטע ווארט, אויך וואו עס קומט נישט אריין. ווער נאר עס גייט נישט אין שפאן און זאגט עפעס וואס געפעלט נישט דעם וואס נעבן אים, און דער לעצטער האט אים נישט וואס צו ענטפערן, דאן ווערט יענער שוין פארשריגען אלס אומגלויביגער.
מיר וועלן אנהויבן מיטן אומגלויביגער. יענער טענה'ט בכלל נישט מיט דיר פון גאט, ווייל לויט אים איז דאס בכלל נישט ווערט קיין דיסקוסיע, ווייל ער רעדט נישט פון קיין זאך וואס לויט אים איז בכלל נישט פארהאן. פון די סארט זיינען פארהאן גאר קנאפ, ווייל דער געווענליכער אטעאיסט פון וואס מיר ווייסן, האלטן אויך אז עס איז פארהאן עפעס העכערע כוחות.
עס איז אויך פארהאן די וואס נוצען אטעאיזם אלס אן ענטפער צו זייערע מעשים. די האבען נישט קיין קשיות אויף גאט, נאר זיי האבן גאר א תירוץ אויף אלעם וואס זיי טוען, און ווען מען האלט זיי פאר דאן שרייען זיי אז גאט, גאט, גאט און מען שאקעלט זיך אפ פון זיי, און דאס איז דער היימישער אטעאיסט פון וואס דער היימישער עולם ווייסט.
דאן איז פארהאן דער מיטגעמאכטער. אז דער באשעפער האט מיר אזוי און אזוי געטוהן, און ער העלפט מיר נישט ווען איך בעט אים, דאן בין איך (ח"ו) גערעגט אויף אים. פארוואס טוט ער דאס אלעס צו מיר? און נאכדעם וויל ער נאך אז איך זאל גלייבן אין אים? דער איז א גענצליך גלויביגער, ווייל ווען אלעס וועט גיין בערך ווי ער האט פארגעשריבן פאר גאט, דאן וועט ער אים נישט אויפהערן לויבן ווי גוט גאט איז.
דאן איז פארהאן דער וואס גייט אים בערך גוט אבער ער האט זאכן וואס ער וויל פארשטיין, און ווען ער קריגט דעם ריכטיגן ענטפער דאן איז ער אזוי כמעשה'דיג צופרידן און ער גייט זוכען א פרישן קושיא און ווען ער האט נישט קיין קושיא דאן וועט ער זיצן אין רעסטאראנען און עסן פיינע פליישן און טרינקען גוטע וויינען, ווייל בערך גייט אים אלעס גוט.
די ערגסטע זיינען די וואס קומען אויף מיט קרומע קושיות און ווילן נישט אין קיין פאל קריגן אן ענטפער דערויף, די וועלן דיר דעם קאפ פארדרייען מיט די קרומסטע און נארישסטע פראגן, אבער ווען מען וועט זיי פרובירן צו העלפן, דאן וועלן זיי זאגן "ענטפער מיר נישט", קלוגערע פון דיר האבן מיר נישט געקענט ענטפערן. די זענען פארוואגעלטע נשמות, וואס אין קיין פאל וועלן זיי נישט קענען זיין צופרידן, ווייל זיי ווילן ניטאמאל אז מען זאל זיי העלפן.
עס זיינען פארהאן די וואס האבען אמונה פשוטה און דאס לעבן זייערס גייט אוואו עס גייט, און מען רעגט זיך אויף די ארומיגע אנשטאט עס אויסגעבן אויף גאט. ווייל אני מאמין שטייט נאר אויף גאט און די ווייב און קינדער זיינען נישט גאט, אלזא אלעס וואס גייט מיר נישט גוט, האב איך סייווי אויף וועם אויסצוגעבן און איך בלייב גוט מיט גאט.
די מענטשן וואס האבן נישט אמונה פשוטה זיינען א פאלק פאר זיך. זיי גלייבן הונדערט פראצענט אז עס איז דא א גאט, אבער זיי ווילען נאך אלץ פארשטיין וויאזוי דער סיסטעם ארבעט. ער פרעגט קושיות, ווייל ער וויל ווייטער גלייבן, ער וויל פונקטליך פארשטיין די וואונדער פון די בריאה, ער וויל ווייטער ערקלערן פאר מענטשן ווי וואונדערליך גאט איז.
איך האב נאך אסאך צו שרייבן, דאס איז נאר אויפן שפיץ גאפל.
(אלע פון די אויבען געשריבענע, אויסער דער מיט די אמונה פשוטה, הייסען אטעאיסטען אין אונזער געמיינדע)
אונזערע אפיקורסים
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
אין די ערשטע פערעגרעף שרייבט ער וואס ער גייט שרייבען. אז די נאמען אטעאיסט איז זייער גרינג ביי אונז צו ארויפלייגען אויף אנדערע מענטשן אפי' ווען עס קומט נישט אריין.
נאר די צווייטע פערעגרעף זענען די עכטע אפיקורסים אבער ביי אונז איז נישט דא כמעט אזאנע.
סע קען זיין אז ער האט נישט גענוג קלאר געשריבען ווייל ער האט נישט געלייגט אין פאבליק?
נאר די צווייטע פערעגרעף זענען די עכטע אפיקורסים אבער ביי אונז איז נישט דא כמעט אזאנע.
סע קען זיין אז ער האט נישט גענוג קלאר געשריבען ווייל ער האט נישט געלייגט אין פאבליק?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
ידען האט געשריבן:עס זיינען פארהאן די וואס האבען אמונה פשוטה און דאס לעבן זייערס גייט אוואו עס גייט, און מען רעגט זיך אויף די ארומיגע אנשטאט עס אויסגעבן אויף גאט. ווייל אני מאמין שטייט נאר אויף גאט און די ווייב און קינדער זיינען נישט גאט, אלזא אלעס וואס גייט מיר נישט גוט, האב איך סייווי אויף וועם אויסצוגעבן און איך בלייב גוט מיט גאט.
דאס האט מיר געמאכט טראכטן און שמייכלען.
אוי איז דאס שפיציג און אין פינטל אריינגעשניטן.
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 832
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 9
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 3:48 pm
- האט שוין געלייקט: 10 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
...און דערנאך איז דא דער צומישטער טיפ, דער סארט וואס קומט אריין אין ק"ש און וויל פארשטיין וואס דער אנדערער שרייבט אבער טרעפט זיך אין אן אלפאבעטן זופ פון געדאנקען אריינגעלייגט אין קוים אויסגעקארגטע אותיות.
הודיעני נא את דרכיך, ווייל כ'פארשטיי נישט בין ימינו לשמאלו וואס דער מחבר פון די סארט מערכת האטעאיסטן האט געוואלט. ...און וואוהין איז די קאץ געקומען איבער די פיינע וויינען און די פליישיגע מאלצייטן אין די רעסטוראנען?
הודיעני נא את דרכיך, ווייל כ'פארשטיי נישט בין ימינו לשמאלו וואס דער מחבר פון די סארט מערכת האטעאיסטן האט געוואלט. ...און וואוהין איז די קאץ געקומען איבער די פיינע וויינען און די פליישיגע מאלצייטן אין די רעסטוראנען?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 832
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
ר' אביגדור מיללער פלעגט זאגן
יעדער מענטש האט אין זיך א קליין אפיקורוס'ל
דאס הייסט א מענטש קען האבן קשיות אויף זאכן, וואס דארף ווען זיין קלאר ביי אים
און דער מענטש מעג זיכן תירוצין און הסברים אויף די זאכן וואס שטערן אים
און הלוואי וואלטן די רבנים און קלוגע לייט אוועק געגעבן זייער צייט צו רעדן פון די כפירה'דיגע נושא
וואס הייסט אמונה, און מציאות ה' ואחדות ה', וואלטן ווען אסאך אידן געהאט א ריינע קלארע אמונה
און אזוי אויך וואלטן פילע נישט אוועק געפאלן, אדער זייערע קינדער, ווייל זיי וואלטן געלעבט מיט וואס זיי גלייבן, און געשפירט א שטארקן יסוד אין זייער דת.
און אפי' ח"ו זייערע תאוות וואלטן זיי געשלעפט אראפ צווארפן פון זיך דעם עול התורה והמצוות, וואלטן זיי נאך אלץ געדענקט דעם גוטן טעם און צוריק געקומען בבא מועד.
יעצט איז אזוי, קשיות מאכט זיך ביי יעדן, לאמיר זיך נישט נער'ן נאר ביי אונז איז דער סיסטעם, אז ווען איינער זאל שוין יא זאגן זיין מיינונג הויעך,
וועט מען זיך באלד שטעלן טענה'ן מיט אים, אז די זאגסט יא, זאג איך ניין, און אפי' די זעלבע קשיא שטערט פאר דעם מתרצן,
ווייל אז מען טאר נישט פרעגן, מיינט דאס אויטאמאטיש אז איך פארשטיי עס,
און אז די פארשטייסט נישט, ביסטו אן אפיקורוס צו אן אויפגעקלערטער
און פיל מאל פילט מען זיך מוראדיג שטארק מיט די אמונה און מען פילט זיך ווי א מוראדיגער מאמין.
ווייל איך האב דאך היינט אנגעשריגן איינעם אז ער איז אן אפיקורוס, פארן פרעגן עפעס וואס דרוקט מיר, און ב"ה איך האב עס פארענטפערט מיט דעם וואס איך יענעם אנגעשירגן.
אבער ווי קומט דאס אויף דעם אויבער פלאך ווען מען וויל טון עפעס א גניבה, אין די ביזנעס אדער בין אדם לחבירו, פארלירט מען פלוצלוג אינגאנצן די גאר שטארקע אמונה אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און יעדע זאך איז אנגעשריבן, וואס דאס אלעס איז דער גורם ווייל מען זאגט אז מען גלייבט און באמת הייבט מען נישט אן צו וויסן אפי' וואס מען דארף גלייבן און ווי אזוי מען גלייבט
נאר ווען איינער וויל עפעס פארשטיין, דאן שרייט אלע אידעלעך אינאיינעם "כופר"
יתר ממה שכתכבתי לפניכם יש כאן, ועוד חזון למועד כי אין העת בידי

דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
איך האב בערך פארשטאנען אבער איך וויס נישט פונקט וועמען מיינט מעו דא מיט די אלע דוגמאות.
דאס מערסטע איז מיר געפאלען דער שטיקל
ווער איז א גרעסערע מאמין, דער וואס איז ברוגז אויף גאט אדער דער וואס בייזערט זיך אויף די וייב ?
דאס מערסטע איז מיר געפאלען דער שטיקל
ידען האט געשריבן:עס זיינען פארהאן די וואס האבען אמונה פשוטה און דאס לעבן זייערס גייט אוואו עס גייט, און מען רעגט זיך אויף די ארומיגע אנשטאט עס אויסגעבן אויף גאט. ווייל אני מאמין שטייט נאר אויף גאט און די ווייב און קינדער זיינען נישט גאט, אלזא אלעס וואס גייט מיר נישט גוט, האב איך סייווי אויף וועם אויסצוגעבן און איך בלייב גוט מיט גאט.
ווער איז א גרעסערע מאמין, דער וואס איז ברוגז אויף גאט אדער דער וואס בייזערט זיך אויף די וייב ?
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
לעיקוואד האט געשריבן:איך האב בערך פארשטאנען אבער איך וויס נישט פונקט וועמען מיינט מעו דא מיט די אלע דוגמאות.
דאס מערסטע איז מיר געפאלען דער שטיקלידען האט געשריבן:עס זיינען פארהאן די וואס האבען אמונה פשוטה און דאס לעבן זייערס גייט אוואו עס גייט, און מען רעגט זיך אויף די ארומיגע אנשטאט עס אויסגעבן אויף גאט. ווייל אני מאמין שטייט נאר אויף גאט און די ווייב און קינדער זיינען נישט גאט, אלזא אלעס וואס גייט מיר נישט גוט, האב איך סייווי אויף וועם אויסצוגעבן און איך בלייב גוט מיט גאט.
ווער איז א גרעסערע מאמין, דער וואס איז ברוגז אויף גאט אדער דער וואס בייזערט זיך אויף די וייב ?
דער וואס בייזערט זיך אויף זיין ווייב איז לאוו דוקא א גרעסערער מאמין ווייל אויב ר'איז ברויגז אויף ג-ט קען ער גארנישט טון אויסער עסן א טריפה'נעם טשיזבורגער ביום כיפורים שחל להיות בשבת. אה. נאך א זאך. טראגן מיט'ן עירוב. כ'ווייס נישט אויב ג-ט וועט זיין אויפגערעגט. אבער שפיגל וועט עס זיכער ארויסנעמען פון די כלים.