זר זהב האט געשריבן:קיהלע אידן ווילן אייביג זיין שיין צו דעם גוי, זיי ווילן זיי ווייזן אז איד איז נישט עפעס א צוריקגעשטאנענע נער. -- איך בין אויך פון די סארט. איך וויל נישט זיין אראפגעקוקט ביים גוי, נישט ווייל איך שעם זיך מיט מיין אידישקייט (קיהל), נאר ווייל איך בין אן אינטעליגענטער נארמאלער מענטש. וויליך נישט אז מיין בארד און פיאות זאל מיר אפזיגלען אלץ א צוריקגעשטאנענער וואס ווייסט נישט פון די וועלט צו זאגן.
איך מיין אז אין די שורות האסטו שוין געזאגט אלעס.... דו ווילסט זיין פון די 'קיהלע' אידן, וואס ווי דו זאגסט שפעטער:
זר זהב האט געשריבן:ווען איך זעה א גרופע גויים לאכן מיר אין פנים אדער קוקן מיר אן מיט וואונדער ווילט זיך מיר צוגיין צו זיי און זיי זאגן איים סארי, איך בינישט פון די מיטל-אלטער, איך ווייס מער פון דיר יעדע נארישע פאליטיק פון אבאמא אדער ראמני, איך ווייס מער פון דיר וועגן מייקל דזשעקסאן, און איך וואטש מאוויס פונקט ווי דיר, איז וואס איז דאס געלעכטער?
אלזא, ר' זר. דיינע פראבעס צו זיין פון די 'קיהלע אידן' וועלן דיר קיין סאך נישט העלפן. געווען אסאך אזעלכע ווי דיר וואס האבן פרובירט אפטון פון זיך דעם 'אידישן פלעק' און האבן פרובירט זיך חבר'ן מיט די גויים, האבן זיך אנגעהויבן פירן אין זייערע וועגן, זיך אנגעטון ווי זיי, געלערנט אין די אוניווערסיטעטן, אבער ווען ס'איז געקומען די פאגראמען און די אנדערע רציחות וואס כלל ישראל האט געליטן דורכאויס די טויזענטער יארן גלות, זענען די אידן נישט געשוינט געווארן.
די שנאה פון עשו צו יעקב איז נישט קיין לאגישער, ס'מאכט נישט קיין סענס, און ממילא דארפסטו עס נישט זוכן צו פארענטפערן. קוק צוריק אין די היסטאריע פון דיינע זיידעס, וועסטו זען וויפיל זיי זענען גע'רודפ'ט געווארן על קידוש השם. זאג 'טענק יו' אז די ספאנישע גויטע וואס האט געזאגט א שרעקליך ווארט אויף דיר לייגט דיר נישט ארויף אויפן אויטא-דע-פע ווי איר זיידע האט געטון.
זר זהב האט געשריבן:איך מוז מסביר זיין פארוואס ס'באדערט מיר אזוי שטארק. פליז בעיר וויט מי. איך בין זייער זייער ווייט פון א "העיטער" איך האב נישט פיינט קיינעם בעיסט אויף זיין רעליגיע (אחוץ א מוסולמענער מיט'ן פולן גארב, וואס מאכט מיר פלעין זיך עקלען, איך האב אים אבער נישט פיינט אויב איז ער נישט קיין טעראריסט!) אדער אויף הויט קאליר, עטניסיטי, בעקגראונד עטס.
אשריך, ואשרי חלקך! ס'צייגט אז ביסט א איד, מזרע אברהם אבינו וואס ער פלעגט אויך נישט פיינט האבן גויים, ער פלעגט זיי גיבן עסן, ממש 'פאניא בראט', אדער ווי ר' יוחנן וואס די גמרא דערציילט אז ער פלעגט זאגן "היי" פאר יעדן גוי און ווי גמרא דערציילט אז אפילו פאר אן עלטערן גוי דארף מען האבן דרך ארץ.
מיר אידן דארפן נישט אפענטפערן שנאה מיט שנאה, ווייל מיר האבן אן אויסגעטראטענעם וועג פון זיך אראפלאזן דעם נאז אין גלות, מיר שמייכלען צום גוי וואס האסט אונז נישט ווייל מיר זענען שרעקליך באפריינדעט מיט אים - מיר ווייסן פיין אז זיינע זיידעס האבן געקוילעט אונזערע זיידעס (יא, כ'ווייס אז נישט יעדער איינער פון זיי...) און אז זיי גלייכן אונז נישט עפעס אויסערגעווענליך.