תורה קאודס - אמת אדער נישט?
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
תורה קאודס - אמת אדער נישט?
אסאך איז שוין געשריבן געווארן איבער די באקאנטע תורה קאודס מיסודם של הרב ווייסמאנדעל זצ"ל. בעיני, זענען די תורה קאודס בבחינת רמז. גאר שיינע רמזים, פיל מאל ברענגן זיי צו זיסע זאכן, ולא גרע משאר מיני רמזי תורה. אבער פון שיינע רמזים ביז צו די "באווייז" אין וואס מען האט עס פארוואנדעלט? גאר א ווייטע מהלך. פאר די וואס לייענען המודיע - פאריגע וואך איז געווען אן ארטיקל אין די ענין אפטיילונג וועלכע האט גערעדט מיט א מאטעמאטישאן איבער די זיכערקייט און שטארקייט פון די תורה קאודס. מער ווי איין מענטש איז צו מיר צוגעקומען מיר פארציילען דערוועגן, זאגנדיג מיט התפעלות ווי אפילו אין אזא הסתר פנים האבן מיר ממש אפענע באווייזן אז תורה מן השמים הוא.
אבער... אין הצר שוה בנזק המלך. מען דארף דעם ארטיקל דעמאסקירן און ארונטערייסען וויפיל מען קען נאר. די סיבה פארוואס מען דארף ארונטערייסען אזא ארטיקל איז ווייל דאס קען צוברענגן צו א אפשוואכונג אין אמונה ח"ו. וויאזוי קען דאס זיין אזא פאראדאקס, וועט איר דאך אודאי פרעגן? גאר פשוט. א מענטש ליינט עס, און דרייט זיך דערנאך ארום מיט מחשבות אז "עכ"פ איין מעכטיגע באווייז אז משה אמת ותורתו אמת האב איך". דערנאך ווערט ער צומאל געוואויר אז דאס איז ווייט פון זיין א באווייז, מעכטיג זיכער נישט. און דאן ווערט ל"ע זיין אמונה אפגעשוואכט. איך האב אביסעלע אנגעהויבן שרייבן א מאמר אויף דעם, אבער דערנאך האב איך באמערקט אז נעכטן האט הרב יצחק אדלערשטיין שוין געשריבן וועגן דעם, און הרב דוד קאמינעצקי און הרב ישעי' קארלינסקי האבן אויך מצרף געווען חתימתם. בלייבט מיר נישט איבער נאר צו לינקען צו זיינע (זייערע) רייד, וישמע חכם ויוסיף לקח. Bible Codes: Response To a Misleading Hamodia Article

לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 267
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 3:06 pm
- האט שוין געלייקט: 77 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל
Re: תורה קאודס - אמת אדער נישט?
מ'קען אויך ארויסלערנען פון תורה קאודס ווערטער וואס זענען קעגן די תורה אליינס:
www.hofesh.org.il/religion_merchants/diloogim/skips.html
www.hofesh.org.il/religion_merchants/diloogim/skips.html
Re: תורה קאודס - אמת אדער נישט?
עס איז ליידער אן אפטע ערשיינונג אז אין די גרויס געיעג צו מאכזיר ביטשיווע זיין פארקויפט מען די חברה לאקשן, מען זאגט זיי אז די זוהר האט געוואוסט אז די וועלט איז רונדיג (אנשטאט זאגן אז דאס איז אביסל אומבאטעם'ט פאר אונז, ווייל עס געט וואפן פאר רבי יעקב עמדין און פאר די פריערדיגע גדולי דורו פון רבי משה דילאון וואס האבן געהאלטן אז רבי משה דילאון איז דער מחבר פון זוהר), מען זאגט זיי אז די חז"ל האבן געהאט די בעסטע מאטעמאטישע פארמולעס (מאכנדיג א שווייג פון די "הודו חכמי ישראל לחכמי אומות העולם וכו') און די מורא'דיגע חכמה פון "דבש היוצא מדבורים טהור" און דאס איז ממש נפלא ווייל עפעס א פראפאסער האט טאקע געשריבן ענדליך........... און אזוי ווייטער, און די תורה קאודס איז איינער פון די זאכן.
משה אמת ותורתו אמת, און לאמיר נישט אריינמישן קיין שקר עס צו פרואוון.

- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
Re: תורה קאודס - אמת אדער נישט?
ס'איז דא דריי תנאים אין די מהלך פון ר' מיכאל בער זצ"ל.
1) עס מוז זיין די זעלבע מאס אותיות צווישן איין דילוג און די אנדערע.
2) די נומבער דארף עפעס האבן א שייכות מיט די ווארט וואס מען טרעפט.
3) די פלאץ ווי מען טרעפט די ווארט, דארף האבן א שייכות מיט די ווארט וואס מען טרעפט.
1) עס מוז זיין די זעלבע מאס אותיות צווישן איין דילוג און די אנדערע.
2) די נומבער דארף עפעס האבן א שייכות מיט די ווארט וואס מען טרעפט.
3) די פלאץ ווי מען טרעפט די ווארט, דארף האבן א שייכות מיט די ווארט וואס מען טרעפט.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
Re: תורה קאודס - אמת אדער נישט?
שמואל הלוי האט געשריבן:ס'איז דא דריי תנאים אין די מהלך פון ר' מיכאל בער זצ"ל.
1) עס מוז זיין די זעלבע מאס אותיות צווישן איין דילוג און די אנדערע.
2) די נומבער דארף עפעס האבן א שייכות מיט די ווארט וואס מען טרעפט.
3) די פלאץ ווי מען טרעפט די ווארט, דארף האבן א שייכות מיט די ווארט וואס מען טרעפט.
דוכט זיך מיר אז ר' מיכאל בער האט קיינמאל פון דעם נישט געמאכט א "הוכחה" אז די תורה איז מסיני. דאס איז געווען פאר אים אזא פרפראות לחכמה, פונקט ווי ראשי תיבות אין גימטריאות. צו קען מען דען נישט טרעפן גימטריאות פארקערט ווי תורה אין די תורה גופא. אודאי יא. צו מיינט דאס אז די תורה איז חלילה...? אודאי נישט! אויף דעם איז געזאגט געווארן צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם. און וועגן דעם בין איך בכלל נישט נתפעל פון וואס קול גדול האט אויבן געברענגט פון א פרייען סייט אז מקען אויך "טרעפען" כופרישע קאודס אין די תורה. מ'קען אויך טרעפן (ליין: מאכן) כופרישע ראשי תיבות אין די תורה. דאס איז אלעס סך הכל פרפראות לחכמה, און אוזי דארפן מיר זיך צו איר מתייחס זיין.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- אךשמח
- היימישער באניצער
- הודעות: 362
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
- האט שוין געלייקט: 48 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל
Re: תורה קאודס - אמת אדער נישט?
ווען די נושא פון תורה קאודס שפרינגט ארויף, קען איך נישט פארגעסן פון א חשובן איד וואס האט מיט א פופצן יאר צוריק, אום שבת צופרי ביי די קאווע ארומגערעדט איבער די קאודס מיט אזא מין אייפער און עקסטאז, אז ס'האט אויסגעזען אז מ'האט געכאפט דעם ריכטיגן מיטל איבערצוצייגן די גאנצע וועלט אז אונזער תורה איז תורת אמת און מן השמים. ער האט טאקע צוגעגעבן אז מען האלט עס נאך אינמיטן שטודירן און אז ס'קען גאר זיין אז אין זייער ניו טעסטאמענט איז אויך דא אזא זאך ווי קאודס, אבער אין יענע מינוטן איז ער געווען מלא התפעלות.
יארן האבן זיך גערוקט מיט א שנעלקייט, און היינט איז דער איד אן אפענער אפיקורוס, און איז באוואוסט מיט זיין אפלאכן פון די גאנצע אידישע רעליגיע רח"ל.
נישט אז די תורה קאודס האבן אים געברענגט אז זיין אמונה און אידישער פונק איז אים פארלאשן געווארן, אבער זעט נישט אויס אז ס'האט צוגעהאלפן...

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 32
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 18 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
די תורה קאודס האבען א מוראדיגע פראבלעם ווען מען וויל דאס ניצען אלס הוכחה צח תורה משמים, נעמליך, אז להבדיל די מוסלמענער טענה'ן די זעלבע אינעם קוראן, אין די קריסטען און די ברית החדשה.
שמעתי, אז רבי מיכאל בער, האט דאס דירעקט נאר גענוצט אלס פרפראות לחכמה נישט אלס הוכחה צו תורה משמים, אויף וואס ער האט געזאגט מען דארף נישט קיין הוכחות.
שמעתי, אז רבי מיכאל בער, האט דאס דירעקט נאר גענוצט אלס פרפראות לחכמה נישט אלס הוכחה צו תורה משמים, אויף וואס ער האט געזאגט מען דארף נישט קיין הוכחות.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 32
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 18 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
דא האט איר בשם הרב זמיר כהן:
"כל מאורע שקורה מוצפן בתורה בדילוגי אותיות. כך ניתן למצוא צפנים בקשת רחבה של נושאים - החל מ-26 צמחים המוצפנים כולם בסיפור גן עדן, המשך במחלות כמו איידס, סכרת ואינסולין, וכלה באירועים היסטוריים - השואה, מלחמת המפרץ ורצח רבין, ואישים בעם ישראל, דוגמת דוד המלך, אסתר המלכה, הרמב"ם, רש"י ועוד".
מבחינה הסתברותית זה יכול לקרות בכל ספר, לא?
"פרופ' ריפס מהמחלקה למתמטיקה באוניברסיטה העברית מציין שאף על פי שבכל ספר המכיל מספר רב של אותיות ניתן למצוא ממצאים שונים, אין ספר שהממצאים שבו עונים למבחנים המדעיים המובהקים מלבד התנ"ך".

האדם לא נברא אלא להתענג
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
שמואל הלוי האט געשריבן:ס'איז דא דריי תנאים אין די מהלך פון ר' מיכאל בער זצ"ל.
1) עס מוז זיין די זעלבע מאס אותיות צווישן איין דילוג און די אנדערע.
2) די נומבער דארף עפעס האבן א שייכות מיט די ווארט וואס מען טרעפט.
3) די פלאץ ווי מען טרעפט די ווארט, דארף האבן א שייכות מיט די ווארט וואס מען טרעפט.
1) געבויט אויף וואס? אויב איז אן אייניגע דילוג אן הוכחה, פארוואס נישט אן אומאייניגע? וואס איז די לאגיק אונטער דעם?
2) דאס איז זייער פארנעפעלט. ווער מאכט אפ וואס ס'מיינט שייכות?
3) וואס דעפינירט "די פלאץ"? וויפיל ארום דעם? און נאכאמאל, וואס קוואליפיצירט פאר שייכות?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
ירא שמים האט געשריבן:קען איינער זאגן וואס זענען די בווייזן אויף יא און וואס אויף נישט.
איך האב שוין עטליכע מאל געהאט בדעה, צו צונעמען דעם ענין פון א ריין מאטעמאטישע סטאטיסטיקעל קוק-ווינקל, אבער לא עלתה בידי מחמת חוסר הפנאי, אויב איז דא אן אינטערעסע דערין, וועל איך זיך אפשר מאכן צייט.
אבער אין קורצן, עס איז דא פארשידענע שיטות, עטליכע פון זיי זענען זייער נאריש און קינדעריש, וואס מיט אביסל מאטעמאטיק זעהט מען אז עס איז גארנישט מוכיח, אבער עס איז פארהאן מער א מאטעמאטיש באזירטע מעטאד, וואס פאדערט אביסל א גרעסערע אריכות, אבער די עקסייטמענט איז דארטן אסאך שוואכער, און די נבואות זענען היבש קלענער.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
עס ווענד זיך אויך אסך וואס דו ריפסט תורה קאודס
טייל קריטעקירער ניצען זייער א ברייטע דעפעניציע - דאס געט זיי די מעגליכקייט צו צו ווארפען א סנא-מען
און דו ריסערטש וואס [tag]פארוואס?[/tag] האט געברענגט ניצן זיי די אויסגעברייטע דעפעניציע און דאך קימען זיי אן צו די מסקנה:

[left]We conclude that the proximity of ELS with related meanings in the book of Geneses is NOT due to chance.[/left]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום הקטן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
אויף די קוראַן און אויף יעדע ביכעל קען מען פונקט אזוי מאכן קאודס פון נבואה.
א זייטיגע שאלה האב איך אייביג געהאט צו די מענטשען וואס גלייבן דערינען אויב איז עס אמת פארוואס רעדט קיינער נישט פון דעם פאר קאמפיוטער צייטן? נישט די חז״ל נישט די זוהר נישט די ראשונים נישט רש׳״י נישט דער רמב״ם נישט דער אוחה״ק נישט דער אבן עזרא נישט דער חתם סופר נישט ר׳ שמשון רפאל הירש, קיינער נישט!,

Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
הקטן האט געשריבן:עס ווענד זיך אויך אסך וואס דו ריפסט תורה קאודס
טייל קריטעקירער ניצען זייער א ברייטע דעפעניציע - דאס געט זיי די מעגליכקייט צו צו ווארפען א סנא-מען
און דו ריסערטש וואס [tag]פארוואס?[/tag] האט געברענגט ניצן זיי די אויסגעברייטע דעפעניציע און דאך קימען זיי אן צו די מסקנה:[left]We conclude that the proximity of ELS with related meanings in the book of Geneses is NOT due to chance.[/left]
נו, זייער ווארט איז נישט דאס לעצטע, אולי בבוא הזמן, וועלן מיר האבן צייט עס צונעמען צו קליינע פיצלעך, און פראבירן זעהן אויב זייער מסקנא איז טאקע ריכטיג.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 201
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 8:42 pm
- האט שוין געלייקט: 177 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל
Re: תורה קאודס - אמת אדער נישט?
דער בחור האט א שיינע שיעור ווי ער צולייגט די נושא
ער איז היבש א געלערענטער אבער דוכט זיך אז ער איז נישט א מאמין.
[url]m.youtube.com/?app=m&persist_app=1#/watch?v=8fd9TWhN_SM[/url]
I can't believe I just said that...
ער איז היבש א געלערענטער אבער דוכט זיך אז ער איז נישט א מאמין.
[url]m.youtube.com/?app=m&persist_app=1#/watch?v=8fd9TWhN_SM[/url]
I can't believe I just said that...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
chaims האט געשריבן:דער בחור האט א שיינע שיעור ווי ער צולייגט די נושא
ער איז היבש א געלערענטער אבער דוכט זיך אז ער איז נישט א מאמין.
אט אזוי...
I can't believe I just said that...
דוכט זיך מיר אז דער רעדנער (משה שנפלד) איז א באקאנטער אקטיוויסט צווישן די יוצאים בשאלה אין ארץ ישראל.