מצוה טאנץ

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2864 מאל

מצוה טאנץ

שליחה דורך שעפטל »

ווי איינגעפירט ביי די חסידישע עולם, איז נאכן אפטאנצן פאר אפאר שעה ביי די חתונה זעצט זיך יעדער אראפ און הערט זיך צו צו אפאר גוטע ווערטער פון א בדחן, צו גראמער ווי מ'רופט זיי

זיצענדיג יעצט דא ביי א מצוה טאנץ און איך ווער נערוועז פון די צייט-אויסציען, כ'האב גאנץ קנאפע נערווען צו די לויה פונעם בדחן האבעך געטראכט עס אויסצושמועסן און זעהן ווער האט אנגעהויבן וואס..

דער מלך הבדחנים (אזאזש אז יונגע ראצער רופן אים נאך אלס "מיין רבי אין בדחנות"...) איז געווען א דורכגעווייקטער חסידישער איד ר' חיים מענדל מערמעלשטיין ז"ל, אבער ווי מיין טאטע געט מיר איבער האט ער בכלל נישט געטוהן וואס די היינטיגע טוען. ער פלעגט שיין גראמען און זאגן אפאר זיסע ווערטלעך און מ'איז אהיים פרייליך. ווען מ'הערט א טעיפ פון ר' חיים מענדל זעהט מען אז די גאנצע מצוה טאנץ איז געווען א שמחה'דיגע און א פרייליכע מאמענט, נישט איין טרויעריגע און זויערע וויינעדיגע עפיזאד.
ר' חיים מענדל איז אוועק תשמ"ו און ליגט אין וויזשניצער ביה"ח אין מאנסי.
איבערגעלאזט א זון ר' אברהם יצחק דוד, מנהל אין ת"ת וויזשניץ- בארא פארק

די נעקסטער וואס איך ווייס איז ר' שלמה יענקל געלבמאן פון קר"י (בעמ"ח מושיען של ישראל), ער פלעגט זיין באקאנט מיט זיינע ווערטלעך און גראמען [געווענדליך געזינגן די זעלבע צוויי דריי ניגונים...] ער פלעגט עולה זיין על שלחן מלכים און אסאך געגראמט ביי די שמחות לבית סאטמאר.

איך מיין ערשט נאכדעם האט זיך אנגעהויבן דאס געשלעפאכץ און געוויינערייען ביי די מצוה טאנץ.

כ'דענק בדחנים ווי:
ר' שרגא בלומענבערג,
ר' אליעזר יקיר ברוין
וואס האבן ביידע אראפגעלייגט הערליכע דזשאבס (איך וואלט געזאגט אז אלס "גראמער" איז נאך יקיר ס'בעסטע!)

נאכדעם איז געקומען די ברעיק-טרו בעולם הבדחנות וואס איז אביסל אריבער אין עולם הנגינה...

ערשט די היינטיגער מלך... ר' פנחס מרדכי וועבער, וואס ער האט אריבערגעפירט די גראמען אין א נייע ארענע ווי זינגן, חזנות און גאנצעטע לויות ווי מ'איז מספיד און מברענגט אראפ לייוו די טויטע נשמות. נישטא וואס צו רעדן, פינקי האט אריינגעברענט א נייע עפאכע. קודם מיט זיינע זינגן, די חזנות סטייל שטימע, און זיינע איינפאלן און וועג פון גראמען.

נאכגעקומען איז שוין אסאך אנדערע צווישן זיי:
ר' מרדכי (מאטי) אילאוויטש,
ר' אברהם הענדלער,
ר' ישעי' פוקס,
ר' פייוויל קליין,
ר' הערשל דייטש,
ר' יושע בערקאוויטש אויך געוואלדיג אין ענגליש
וואס עפ"י רוב גייען זיי אלע מיט די זעלבע נייע סיסטעם

אויך איז דא ר' מרדכי דוד עסטרייכער (באקאנט ביי פילע אלס "בדחנא דמלכא" - אלס בדחן היינט בחצרות סאטמאר [מהר"א]) וואס לויפט מער צווישן. ער גראמט נאך מיטן עכטן אלטן חן, אבער ווען ס'פעלט אויס וועט ער אראפלייגן א מייסטערהאפטיגן אפ-טו-דעיט חתונה.

לעצטענס איז צוגעקומען איינער ר' וועלוועל פעלדמאן פון סקווירא-מאנסי, איך האב אים געהערט אויף עפעס א קליפ ווי ער גראמט ביי עפעס א מסיבה לע"נ א ברודער זיינער, ער איז אבער אפשר מער באקאנט אין די חלק פון לצנות (לצנותא דעבודה זרה...?) מיט זיינע לעצטיגע שפילן ביי שבע ברכות און איך האב אים געהערט ביי די "אווענט צום געדענקן")

ווער נאך איז אויף די ארענע?
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר