וויפיל רבי'ס טראגן ווייסע זאקן אינדערוואכן?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 32
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 18 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 32
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 18 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
הדד בן בדד האט געשריבן:ציוני האט געשריבן:נאך רבי'ס וואס גייען ווייסע זאקן
אין ירושלים: בעלזא'ער רבי איך מיין אויך ר' ניסן קרעטשניף'ער
אין בני ברק: ביאלע (נאר אין חוץ לארץ ישראל)
אין נתניה: צאנז
אשדוד: פיטצבורג (כפי מיטב ידיעתי)
אין מאנסי: וויזשניץ'ער רבי
אין בארא פארק: קאסאן'ער רבי (ר' מאיר יוסף),
איך האב גערעדט דוקא פון אמעריקא, נישט פון ארץ ישראל.
ר' מאטעלע גייט נישט מיט ווייסע זאקן אינדערוואכן, ער גייט מיט שווארצע.
קאסאן האב איך נישט געוואוסט.
שטעלט זיך צאם גאנץ א שיינער רשימה
הדד, ביסט אביסעל צוריקגעשטאנען, ער גייט שוין די לעצטע פינף יאר (זייט זומער תשס''ז)בקביעות ווייסע זאקן, און אז די ווילסט פאר אריבער קיין מאנסי וועסטו זעהן, ער קומט אריין יעדן טאג צו שחרית, און מען קען אריינגיין יעדן טאג פון 5 ביז 10.
קאסאניער רבי האט זיך אנגעטויהן בערך א יאר צוריק
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 32
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 18 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
קפנדריא האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:סאטמאר איז נישט א קלענערער הויף. כ'מיין טאקע דעעש און דאכט זיך אויך וואוידיסלאוו אדער פאלטיטשאן
און ספינקא [כהנא], פון דארט נעמט עס פאלטישאן און קארלסבורג [ווימסב"ג].
פאלטישאן נעמט עס פון ספינקא כהנא, און די זעלבע אביש ספינקער וואס איז א איידעם ביי ר' אהרן מרדכי רוטנער, א איידעם ביי ספינקא ירושלים.
וואודיסלאוו גייט נישט.
דעעש גייען זיי נאר יום טוב.
נאך מקומות, זענען קרעטשניף רחובות, סאסוב, וזהו, לפי ידיעתי.
שמעתי, אז דער ברך משה'ס קינדער זענען נישט געגאנגען, עס האט זיך אנגעהויבען נאכדעם וואס ר' מאטעל שטיין'ס קינדער וואס איז געווען איינגעשטעלט און סאטמאר זענען געגאנגען, האט סאטמאר אויך אנגעהויבען גיין.
ר' יצחק שטיין, איז געווען די ערשטע בחור אין אמעריקע צוגיין ווייסע זאקען
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

yisroelotd האט געשריבן:הדד בן בדד האט געשריבן:ציוני האט געשריבן:נאך רבי'ס וואס גייען ווייסע זאקן
אין ירושלים: בעלזא'ער רבי איך מיין אויך ר' ניסן קרעטשניף'ער
אין בני ברק: ביאלע (נאר אין חוץ לארץ ישראל)
אין נתניה: צאנז
אשדוד: פיטצבורג (כפי מיטב ידיעתי)
אין מאנסי: וויזשניץ'ער רבי
אין בארא פארק: קאסאן'ער רבי (ר' מאיר יוסף),
איך האב גערעדט דוקא פון אמעריקא, נישט פון ארץ ישראל.
ר' מאטעלע גייט נישט מיט ווייסע זאקן אינדערוואכן, ער גייט מיט שווארצע.
קאסאן האב איך נישט געוואוסט.
שטעלט זיך צאם גאנץ א שיינער רשימה
הדד, ביסט אביסעל צוריקגעשטאנען, ער גייט שוין די לעצטע פינף יאר (זייט זומער תשס''ז)בקביעות ווייסע זאקן, און אז די ווילסט פאר אריבער קיין מאנסי וועסטו זעהן, ער קומט אריין יעדן טאג צו שחרית, און מען קען אריינגיין יעדן טאג פון 5 ביז 10.
קאסאניער רבי האט זיך אנגעטויהן בערך א יאר צוריק
ישראל, זיי נישט ברוגז, איך בין ערשט דארט געווען, ר' מאטעלע טראגט געהעריג שווארצע זאקן אין די וואכן, חוץ א וואך ווען ער מאכט חתונה אן אייניקל, דעמאלס גייט ער בבגדי שבת אגאנצע וואך פון די שבע ברכות. (דעם ווינטער תשע"ג, גייט ער חתונה מאכן אכט אייניקלעך קע"ה, גייט ער טראגט כמעט גאנץ ווינטער ווייסע זאקן אינדערוואכן).
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 184
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:51 am
- האט שוין געלייקט: 145 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 862
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל
פרענטש וואנילע האט געשריבן:וויזניצע רבי גייט ווייסע זאקען ווען ער האט צו טוהן מיט די פיס, ער פלעגט שטארק ליידען פון "רויזען", האט ער אנגעטוהן ווייסע זאקען פאר א צייט..
דאס איז געווען די בעל ישועות משה זי'ע
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום sunbar, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
תלמיד חכם האט געשריבן:איך גיי ווייסע זאקען ווען מיינע פיס ווייטאג'ט
אבער מיט לאנגע הויזען ציגעדעקט
פרענטש וואנילע האט געשריבן:וויזניצע רבי גייט ווייסע זאקען ווען ער האט צו טוהן מיט די פיס, ער פלעגט שטארק ליידען פון "רויזען", האט ער אנגעטוהן ווייסע זאקען פאר א צייט..
כ'וויל נישט פארדרייען, אבער אפשר קען מען מסביר זיין פארוואס ווייסע איז מער געזונט?
איך זעה אז די וועלכע ליידן אפט פון ווייטאגן אדער א רויז ה"י גייען שטענדיג מיט ווייסע.
קען דער פוס באמערקן דעם קאליר?..
וירח ה' את ריח הניחוח
- משכיל
- היימישער באניצער
- הודעות: 422
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
- האט שוין געלייקט: 57 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל
דער פראבלעם איז אז די רבי'ס - רעב'עלעך מוזן גיין מער ווי דער עולם, סא ווען דער עולם איז געגאנגען קורצע רעקלעך מיט שטאפענע קאפוליטשען זיינען די רבי'ס געגאנען לאנגע רעקלעך מיט ביבער היטען, און זייט דעמאלטס האלט זיך עס און איין ארויפריקען, אזוי ווי אסאך פשוטע מענטשען גייען שווארצע זאקען און דער וואכען מוז דער רבי גייען ווייסע, און וואס וועט זיין אז דער עולם וועט אנהייבען גיין ווייסע זאקען און דער וואכען וועלען די רבי'ס מוזען גיין שטריימלעך א גאנצע וואך, וועט עס זיי יום שכולו שבת און משיח וועט קומען. כן יהי רצון
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
שאל אביך, ביז די ערשטע קריג זענן די גרויסע חסידים אין גאליציע געגאנגן מיט ספאדיקעס אינדערוואכן, נאך די ערשטע קריג איז ענטשטאנען א גרויסע ירידה ברוחניות כידוע.
כאב אמאל געליינט איבער א שטעטל [די שטעטל האט געהייסן ליביטשוב, זעה דא די א תשובה דערוועגן, ער דערמאנט נאר די שייטל תקנה אבער למעשה איז געווען עטליכע תקנות צווישען זיי אז דער מאן מיז גיין א ספאדיק און די פרוי מעג נישט גיין קיין שייטל נאר א טיכל ועוד] וואס האט געהט א תקנה אז נאר איינער וואס טראגט א ספאדיק אינדערוואכן מעג צוגיין צום עמוד, פאר די ערשע וועלט קריג איז געווען גענוג פון וועם צו וועלן אבער נאכדעם איז נאר געבליבן איין איינציגער, טוישן די תקנה האט מען נישט געקענט, איז אויסגעקומן אז יענער (א אלמן) האט געדאווענט שחרית מנחה מעריב אגאנץ יאר.

Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
אמאהל האב איך געזעהן די גראמען אויף דעם,
ווייל מען האט געלייגט א ספאדיק ביים עמוד אז ווען מען דאווענט פארען עמוד זאל דער בעל תפלה אנטוהן א ספאדיק, שפעטער איז דער ספאדיק פארלוירען געגאנגען האט מען נישט געקענט טרעפען א ספאדיק עס צו רעפלעיסען.
עפעס איז דא גראמען
איך געדענק נישט די גאנצע
מען דארף באהאלטען
א ספאדיק אן אלטען
---------- דא פעלט ----------
עס זאל זיין א ווינדער
פאר די קינדער
---------
ווער עס געדענקט זאל משלים זיין.
מיין זכרון דינט מיר נישט, איך דענק אפילו נישט פין ווי איך האב עס געהערט. עס האט געמוזט זיין א רעבישע שמחה.

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
נעה דאס איז א אנדערע זאך, א ניגון פונעם הייליגן ראפשיצער.
מען דארף באהאלטען, א ספאדיק אן אלטען
בחדרי חדרים זייער גוט
עס זאל זיין א ווינדער, פאר אינזערע קינדער
אז אזוי איז געגאנגן א ערליכע איד.
מען דארף באהאלטען, א ספאדיק אן אלטען
בחדרי חדרים זייער גוט
עס זאל זיין א ווינדער, פאר אינזערע קינדער
אז אזוי איז געגאנגן א ערליכע איד.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
איך אויך האט געשריבן:שאל אביך, ביז די ערשטע קריג זענן די גרויסע חסידים אין גאליציע געגאנגן מיט ספאדיקעס אינדערוואכן, נאך די ערשטע קריג איז ענטשטאנען א גרויסע ירידה ברוחניות כידוע.
כאב אמאל געליינט איבער א שטעטל [די שטעטל האט געהייסן ליביטשוב, זעה דא די א תשובה דערוועגן, ער דערמאנט נאר די שייטל תקנה אבער למעשה איז געווען עטליכע תקנות צווישען זיי אז דער מאן מיז גיין א ספאדיק און די פרוי מעג נישט גיין קיין שייטל נאר א טיכל ועוד] וואס האט געהט א תקנה אז נאר איינער וואס טראגט א ספאדיק אינדערוואכן מעג צוגיין צום עמוד, פאר די ערשע וועלט קריג איז געווען גענוג פון וועם צו וועלן אבער נאכדעם איז נאר געבליבן איין איינציגער, טוישן די תקנה האט מען נישט געקענט, איז אויסגעקומן אז יענער (א אלמן) האט געדאווענט שחרית מנחה מעריב אגאנץ יאר.
איך, שקויעח פארן ברענגען דעם אינטערעסאנטן תשובה. איך האב געוואוסט פון דעם אז פארן ערשטען וועלטס קריג זענען געווען אין גאליציע טויזענטער חסידים וועלכע האבן געטראגן אין די וואכן ווייסע זאקן און ספאדיקעס, און נאכן קריג איז געווען די באוואוסטע ירידה און דאס האט זיך שטארק געטוישט, אבער די מעשה איז גאר אינטערעסאנט. א גרויסן יישר כח.
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
נישט נאר ווייסע זאקען נאר די אנדערע תקנות זענען געווען: צו גיין ווייסע הויזן, זיך אפשערן די קאפ בערך איין מאל אין דרייסיג טעג און כמובן גיין א גארטל. ניקל להבין אז נאכן ערשטן קריג האט מען קוים מיט צרות געטראפן א אלמן וואס האלט די תקנות (אדער עכ"פ א חלק פון זיי).
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 32
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 18 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
הדד בן בדד האט געשריבן:ישראל, זיי נישט ברוגז, איך בין ערשט דארט געווען, ר' מאטעלע טראגט געהעריג שווארצע זאקן אין די וואכן, חוץ א וואך ווען ער מאכט חתונה אן אייניקל, דעמאלס גייט ער בבגדי שבת א גאנצע וואך פון די שבע ברכות. (דעם ווינטער תשע"ג, גייט ער חתונה מאכן אכט אייניקלעך קע"ה, גייט ער טראגט כמעט גאנץ ווינטער ווייסע זאקן אינדערוואכן).
איך קען וויסן ווען? אין החי מכחיש את החי, איך בין דארטן טעגליך שוין פאר 8 יאר...... (סודות פון חדר?), מציאות איז א מציאות.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 32
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 18 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
אין פרטים: מאיזה סיבה שיהיה האט ער כל ימיו געוואלט גיין ווייסע זאקען, ער האט זיך אנגעטוהן ערגעץ-וואו אין די אנפאנג מ' יארן (עס איז דא בילדער דערפון מיט די הוט און ווייסע זאקען, אויב איך וועל עס טרעפן וועל איך עס ארויפלייגן), אינעם יאר פון די מאמע האט ער עס אויסגעטוהן, און נאכדעם צוריק אנגעטוהן, ביז די מחלוקה מיט בני ברק ווען ער האט ער האט געהערט אז דער ברודער האט געזאגט פאר איינעם בתוך הדברים, ווי א טענה, "ער גייט זיך ווייסע זאקען", האט ער געזאגט, נא אויב דאס באדערט אים וועל איך עס אויסטוהן. אזוי איז געווען ביז זומער ס"ז, ווען ער האט עס צוריק אנגעטוהן לצמימות.
אויב גלייבסטו נישט כאפ דיר אריבער קומענדיגען פרייטאג, אדער זונטאג וישלח, און וועסט זעהן, היינט איז געווען א חתונה, ממילא איז שבע ברכות.
אויב גלייבסטו נישט כאפ דיר אריבער קומענדיגען פרייטאג, אדער זונטאג וישלח, און וועסט זעהן, היינט איז געווען א חתונה, ממילא איז שבע ברכות.
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
ישראל'יקל, איך קען זיך נישט אריבערכאפן יעדן מאנטאג און דאנערשטאג, אבער איך האב זייער אסאך חברים מאנסי וויזניצער חסידים וועלכע וואוינען אין מאנסי, און איך האב אנגערופן צוויי פון זיי און זיי זאגן מיר אז איך חלום. קען זיין זיי זעען אויך נישט דעם רבי'ן אין די וואכן. קען זיין. אז איך זאל זיך אליינס איבערצייגן וועט מוזן געדויערן א וויילע.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
משכיל האט געשריבן:דער פראבלעם איז אז די רבי'ס - רעב'עלעך מוזן גיין מער ווי דער עולם, סא ווען דער עולם איז געגאנגען קורצע רעקלעך מיט שטאפענע קאפוליטשען זיינען די רבי'ס געגאנען לאנגע רעקלעך מיט ביבער היטען, און זייט דעמאלטס האלט זיך עס און איין ארויפריקען, אזוי ווי אסאך פשוטע מענטשען גייען שווארצע זאקען און דער וואכען מוז דער רבי גייען ווייסע, און וואס וועט זיין אז דער עולם וועט אנהייבען גיין ווייסע זאקען און דער וואכען וועלען די רבי'ס מוזען גיין שטריימלעך א גאנצע וואך, וועט עס זיי יום שכולו שבת און משיח וועט קומען. כן יהי רצון
הלוואי זאל זיך ווענדן משיח'ס קומען אין אנטון די שטריימל אינדערוואכן. טוה איך שוין אן דאס שטריימל. נאר כ'האב מורא אז דער עולם וועט האלטן אז אדער בין איך א חתן אדער ל"ע חסר דעה.