אל כבוד מעלת תושבי קרית יואל (היטשעס)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
הרב_שלום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2012 3:23 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

אל כבוד מעלת תושבי קרית יואל (היטשעס)

שליחה דורך הרב_שלום »

ווי באקאנט איז איינער פון די יסודת אין סאטמאר חסד, אין קרית יואל שפירט זיך יעדער ארגענעזאציע באקוועם צו מאכען דארט א מסיבה
מיין שאלה איז פארוואס ווען איך האב געווארט פאר א היטש ביים פארק ענד רייד באס סטאפ האט מען מיר פשוט איגנארירט פארוואס קען מען זיך נישט אפשטעלן ביים פארק ענד רייד באס סטאפ און פרעגן די ווארטענדע צו מען דארף א היטש
פארוואס דארפ מען שטיין אין די ביטערע קעלט\היצען און ארויס שטעקן די הענט און זיך שפירן ווי א נער
און ווער עס פארשטייט נישט זאל פרעגן די היטש כאפערס זיי וועלן דיר דאס גוט געבען צו פארשטיין
http://amzn.to/1SLdXKv

ווען איר קויפט אויף עמעזאן דריקט די לינק אויבען און איינוועגס העלפט ארויס א משפחה פון קינדער
באניצער אוואטאר
אוי טאטי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 530
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

Re: אל כבוד מעלת תושבי קרית יואל

שליחה דורך אוי טאטי »

פאר די רייסט אזוי אראפ א שטאט זיי אביסל דן לכף זכות אפשר איז פונקט קיינער נישט אריינגעפארן אין שטאט אפשר האט מען געהאט פילע קארס וכדו׳ ווייל איך ווייס אז מען קען זייער אסאך מאל כאפן היטשעס פארן טאל בוט לעבן וואדבארי כאמאן פון קרית יואל קיין מונסי פון קרית יואל קיין וויליאמסבורג!
יא עס קען זיין קיינער האט זיך דאס מאל נישט אפגעשטעלט אבער מען דארף נאך נישט אינטעררייסן א גאנצע שטאט פאר דעים!
עס מאכט זיך גענוג מאל אז מען טרעפט נישט קיין היטש פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק אדער פארקערט!
!..If you go black, you'll never go back
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

Re: אל כבוד מעלת תושבי קרית יואל

שליחה דורך קרעקער »

זיי אוך דאן לכף זכות דעם מעורר
מסתם איז ער געשטאנען א שעה און דע קעלט און געשאלטן יעדע קאר וואס איז אריבער געפארען
יעצט קען ער זיך דא אויסגעבען
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
מומחה

שליחה דורך מומחה »

דארפסט א היטש, פאלג נאך אויף טוויטער GetYourRide@
עפל פאי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:13 am
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

שליחה דורך עפל פאי »

יעצט ווען עס ווערט קעלטער איז גוט אז די דרייווערס זאלן נעמען מער אין באטראכט אז מ'קען דאך מקיים זיין הכנסת אורחים אויף א גרויסן פארנעם.
green sunday
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 15, 2012 5:17 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך green sunday »

ווילאנג מען האט נישט אן אייגענער קאר פארשטייט מען נישט דעם דרייווער (בבחינת א הינגעריגער פארשטייט נישט דעם זאטן), גם אני בחלומי פאר איך האב איינגעהאנדעלט א אייגענע וועגעלע אין פלעגט שטיין כמעט יעדן פארטאגס אין ווארטן איוף יעדנס טובות, אבער נאך ווי מען פלעגט זיך רעגן אויף יעדן קאר וואס איז דאראך געפארן, הגם איך שטעל מיך זייער אסאך אפ פאר היטשערס טאקע ווייל איך ווייס וואס עס מיינט ווארטן א 10 - 15 מיניט אויף א היטש נאכדערצי יעצט ווינטער אין די קעלט, מען דארף אבער פארשטיין יענעם אויך נישט אייביג קען מען...
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

כ'גיב אלעמאל היטשעס פאר מענטשן, אזש מיין קליינטשיק טאכטער האט מיך היינט פארגעהאלטן פארוואס כ'האב איגנארירט אן אינגערמאן, וועם כ'האב פשוט פארזעהן. אבער א היטש קומט מיט א פרייז, מ'קען נישט רעדן אויפן טעלעפאן, און מ'מוז פארשליסן די כלי שמיעה צו וועלכע מ'הערט זיך צו.


די פלאץ ביים פארק און רייד איז א פראבלעמאטישע ארט. רוב עולם פארט עפעס ערלעדיגן לאקאל און שטעלט זיך פאר אז דער היטשער וויל גיין לאנג דיסטענס.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

אל כב' מעלת הרב שלום פותח האשכול

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך האב גרויס מיטלייד מיט דיר פארשטעלנדיג זיך וויאזוי דו ביסט געשטאנען און געווארט אין די קעלט אז איינער זאל זיך מרחם זיין אויף דיר און ארייננעמען אין די ווארעמע קאר (אדער מיניווען). אבער פארוואס זאלסטו פארגלייכן א גאנץ שטעטל צו די אנשי סדום צוליב א פאר הארצלאזע יחידים. אין מאנרא (ווי אין א יעדע אנדערע שטאט) וואוינען פארשידענע מענטשן, גוטע און שלעכטע. זיי קענען אפילו וואוינען א טיר ביי א טיר. ביי מיר האט פאסירט אן אינטרעסאנטע געשיכטע. אין טאג פון הסתלקות פון סאטמאר רבי דער בעל דברי יואל זי"ע נאך די לווי' האב איך אנגעקלאפט אויפ'ן טיר פון אן איינוואוינער אין מאנרא און געפרעגט מיט גרויס דרך ארץ אויב איך קען אפשר מאכן א טעלעפאן קאלל צו מיר אהיים אין קאנטרי. האט ער מיר פאריאגט ווי א הונט. פונקט איז דארט געשטאנען זיין שכן (להבדיל). א יוד א צדיק הרב לייבעלע גליק ז"ל. האט ער מיר אריינגערופן אין זיין שטוב און מיט גרויס ליבשאפט ווי אן אמת'ער אייניקל פון אברהם אבינו מכבד געווען מיט עסן און געזאגט אז איך קען קאללן וויפיל איך וויל. זעמיר פון דעם אז אין א שטאט וואווינען צדיקים און רשעים.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

berlbalaguleh האט געשריבן:ביי מיר האט פאסירט אן אינטרעסאנטע געשיכטע. אין טאג פון הסתלקות פון סאטמאר רבי דער בעל דברי יואל זי"ע נאך די לווי' האב איך אנגעקלאפט אויפ'ן טיר פון אן איינוואוינער אין מאנרא און געפרעגט מיט גרויס דרך ארץ אויב איך קען אפשר מאכן א טעלעפאן קאלל צו מיר אהיים אין קאנטרי. האט ער מיר פאריאגט ווי א הונט.

איך וואלט מלמד זכות געווען אויף אים, יענער איז זיכער געווען שרוי בצער אויף א גאר שטארקן פארנעם אין אזא יום כוא"ב.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

זר זהב האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:ביי מיר האט פאסירט אן אינטרעסאנטע געשיכטע. אין טאג פון הסתלקות פון סאטמאר רבי דער בעל דברי יואל זי"ע נאך די לווי' האב איך אנגעקלאפט אויפ'ן טיר פון אן איינוואוינער אין מאנרא און געפרעגט מיט גרויס דרך ארץ אויב איך קען אפשר מאכן א טעלעפאן קאלל צו מיר אהיים אין קאנטרי. האט ער מיר פאריאגט ווי א הונט.

איך וואלט מלמד זכות געווען אויף אים, יענער איז זיכער געווען שרוי בצער אויף א גאר שטארקן פארנעם אין אזא יום כוא"ב.

יא. אבער א מינוט פאר דעם איז ער געשטאנען און גע "בי עס'ד". מיט זיין פרענד. ס'האט נישט אויסגעזען אז ר'איז זייער שטארק שרוי בצער.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הרב בערל,
שווער צו גלייבן אז א איד וואס האט בימים ההם געוואוינט אין קרית יואל איז נישט געווען שרוי בצער אין אזא טאג. די זון איז דאך אונטערגעגאנגען פאר די חסידים יענעם טאג. און דארטן האבן דאן געוואוינט בלויז די גאר שטארקע חסידים.
וירח ה' את ריח הניחוח
elter-zeide
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 309
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

שליחה דורך elter-zeide »

שמעקעדיג האט געשריבן:הרב בערל,
שווער צו גלייבן אז א איד וואס האט בימים ההם געוואוינט אין קרית יואל איז נישט געווען שרוי בצער אין אזא טאג. די זון איז דאך אונטערגעגאנגען פאר די חסידים יענעם טאג. און דארטן האבן דאן געוואוינט בלויז די גאר שטארקע חסידים.

אמת, דער עולם איז געווען שרוי בצער איך געדעק דאס זייער גיט, אין דער איד איז טאקי א אויסנאם ווייל איך אין אויך אלע וואלטן איבער געגעבן אפילו דע גאנטצע דירה, אזוי ווייט זעמער געווען פארלורון, י
איך בין נישט אזוי אלט ווי איך זע אויס
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:הרב בערל,
שווער צו גלייבן אז א איד וואס האט בימים ההם געוואוינט אין קרית יואל איז נישט געווען שרוי בצער אין אזא טאג. די זון איז דאך אונטערגעגאנגען פאר די חסידים יענעם טאג. און דארטן האבן דאן געוואוינט בלויז די גאר שטארקע חסידים.

לאוו דוקא. ס'האבן דארט געוואוינט פלענטי מגושם'דיגע ברואים אויך. פון וואו איז י. וואלדמאן אפירגעקראכן? ר'איז אראפגעפאלן פון א בוים?! (אים נעם נישט קיין שטעלונג אין די מחלוקת(.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ר' יאסל איז מגושם?

לול
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

זר זהב האט געשריבן:ר' יאסל איז מגושם?

לול

אמת. אבער קיין אוהב שלום איז ער אויכעט נישט. נאר. אזוי ווי כ'האב שוין געזאגט. איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די מחלוקת. ביי מיר איז כולם אהובים, אפילו דער וואס האט מיך אנגעשריגן, אויך.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

נארישקייטן. ער האט זיך אנגענומען פאר די באקרידעווטע. -- כגיימיר נישט טענה'ן. נעקסט קעיס.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

זר זהב האט געשריבן:נארישקייטן. ער האט זיך אנגענומען פאר די באקרידעווטע. -- כגיימיר נישט טענה'ן. נעקסט קעיס.

שקויעך. כדאמרן. איך וואוין נישט דארט און כ'נעם נישט קיין שטעלונג אין די מחלוקת.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

האסט געמאכט א סטעיטמענט. האטס געשריבן אז ער איז נישט קיין אוהב שלום, האב איך דאס געמוזט אפענטפערן.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

זר זהב האט געשריבן:האסט געמאכט א סטעיטמענט. האטס געשריבן אז ער איז נישט קיין אוהב שלום, האב איך דאס געמוזט אפענטפערן.

ס'נישט אז דער אנדערער צד איז יא. קענסט מיך אנקוקן ווי א תמים אדער נאאיוו. אבער איך האב צער אז יודן קענען נישט לעבן באהבה ואחווה שלום ורעות.
אייגענארטיג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 359
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך אייגענארטיג »

הרב_שלום האט געשריבן:ווי באקאנט איז איינער פון די יסודת אין סאטמאר חסד, אין קרית יואל שפירט זיך יעדער ארגענעזאציע באקוועם צו מאכען דארט א מסיבה
מיין שאלה איז פארוואס ווען איך האב געווארט פאר א היטש ביים פארק ענד רייד באס סטאפ האט מען מיר פשוט איגנארירט פארוואס קען מען זיך נישט אפשטעלן ביים פארק ענד רייד באס סטאפ און פרעגן די ווארטענדע צו מען דארף א היטש
פארוואס דארפ מען שטיין אין די ביטערע קעלט\היצען און ארויס שטעקן די הענט און זיך שפירן ווי א נער
און ווער עס פארשטייט נישט זאל פרעגן די היטש כאפערס זיי וועלן דיר דאס גוט געבען צו פארשטיין


איך האף אז במשך די טעג האסטו דיך שוין בארואיגט פון די אוממענטשליכע קרית יואל.

יעצט צום דרייווערס. פאוינט אף וויאי. ווי עס קוקט אויס האסטו נישט קיין קאר סאו וועסטו עניוועי נישט. פארשטיין דעם. דרייוער
אבער כדי די זאלסט נישט זאגן מדשתיק שמע מינה ווי איך עגרי וועל איך זיך יא נעמען די מי אין שרייבען עטליכע פון די פאסירונגען וואס האט מיך באטראפען פון דיינע קאלעגע היטשערס.
 
אריינעמענדיג א היטשער אמאל אין א רעגענגענדיגע טאג קומט ער אריין און קאר און מאכט צו די שירעם און שאקעלט עס גוט אפ אין קאר. ניטאמאל כאפענדיג אז ער זיצט דא ביי איינעם אין קאר.
 
פארוואס זאל איך נאך אמאל נעמען א היטש ווען ביי מיר און קאר פראוועט יענער בעלהבתישקייט.
 
אמאל איך האב גענומען איינעם פאר א היטש אין יענער קומט אריין אין קאר אין ער מאכט זיכער אז די טיר ווערט גוט צוגעמאכט דורך צוהאקן די טיר אזוי גוט אז די קאר שאקעלט זיך נאך יעצט.
די פועל יוצא דערפון איז געווען א נייע סענסער וואס האט געקאסט $250 וואס יענער  האט פארשטייט זיך נישט געוואלט באצאלן (יא איך האב עס געבעטען)
 
פארוואס זאל איך נאך אמאל נעמען א היטש ווען ביי מיר און קאר פראוועט יענער בעלהבתישקייט.
 
די צייט איז נישט מספיק איך זאל יעצט מאריך זיין דערין אבער קודם זאלן זיך די היטשערס לערנען אובאכט געבען אויף יענעם'ס געלט דערנאך גיי כאפ א היטש
 
וואס אגב יענער איז סיי וויזוי נישט מחויב
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אייגענארטיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
No_name
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 4:49 pm
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

שליחה דורך No_name »

הרב שלום, איך פאר זייער אסאך מאל דורך דארטן און איך שטעל זיך נישט אפ, און די סיבה איז ווייל 99% ווען פאר דארטן אדורך, גיי איך לאקאל און די וואס שטייען דארטן גייען לאנג דיסטענס...

און בנוגע לאקאל היטשעס, איך פרןביר צו גיבן אבער איר דארפט פארשטיין, זייער אסאך מאל איז דאס די פינף מינוט אין טאג וואס איך נוץ אויס צו מאכן מיינע טעלעפאנען, און איך קען עס נישט טוהן ווען איך האב אנדערע מענטשן אין די קאר... דעריבער ווען איך האלט אינמיטן - אדער פארן - מאכן א טעלעפאן קאל, שטעל איך מיך נישט אפ, וואס זאל איך טוהן אז דער היטשער קוקט עס אן הארצלאז...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אייגענארטיגקייט און NO NAME האבן אויך א שפיץ דא. ס'איז דא צוויי צדדים.
אזוי ווי איך בין אמאל געווען פון די היטשערס און היינט ב"ה פון די היטש-געבער, פארשטיי איך ביידע צדדים.

די ערשטע זאך דארפן די היטשערס פארשטיין, אז די דרייווערס טוען דא א "טובה". זיי זענען נישט מחוייב צו געבן היטשעס.
אודאי זענען אידן מחוייב צו טון חסד, אבער מען קען נישט מחייב זיין גענוי ווען און פאר וועמען און ווי אזוי.
פונקט ווי נישט יעדער קען זיין א הצלה אדער חברים מעמבער, און אפילו ווער ס'איז יא איז אויך נישט אלץ אוועילעבל, אזוי קען נישט יעדער דרייווער טיילן היטשעס בכל עת ועונה לכל דכפין.

א דרייווער האט אסאך שוועריגקייטן וואס די היטשערס פארשטייען נישט. יעדער איז אביסל סעלפיש פאר זיך.
ס'זענען דא באסעס צוגעשטעלט פאר ווער עס וויל פארן אין שטאט. איך האב געקויפט מיין קאר פאר מיין פריוואטקייט. פארוואס מוז איך דיר נעמען? ווייל דו שטעקסט ארויס דעם "שבכל הלילות" פינגער? (קרעדיט: אייוועלט)
אפשר וויל איך רעדן אויפן טעלעפאן פריוואט וואס איך קען נישט ערגעץ אנדערש; אפשר דארף איך מנוחה; אפשר וויל איך מאכן ערגעץ א סטאפ וואס איך וויל דיר נישט אנטפלעקן; די פאסיביליטיס אר ענדלעס.
מיין קאר קאסט מיר אפ א פארמעגן יעדע חודש, פלוס אינשורענס און געז, א.א.וו.

ווען דער היטשער לייענט אינעם צייטונג אז געז איז דראסטיש ארויף, מישט ער איבער דאס בלעטל צו נייעס וועלכע אינטרעסירט אים מער.
אזוי אויך ביי די נייעס אז אינשורענס ראטעס זענען הויך אין ניו יארק, און אז פאליציי מאכן א טיקעט-בליץ אקציע, און אז מען טיילט פוינטס פארן רעדן/טעקסטן אויפן סעלפאן. ס'מיינט נישט אים.
און גיין צום מעקעניק און מאכן יעדע שטיק צייט אויל טשענדזשעס און אינספעקציעס, טוישן ווייפערס און פלואידס איז אויך נישט אים נוגע.
אין א פארפרוירענעם צופרי ווען עס גייט א שטארקער שניי, דארף איך שטיין א גוטע 15 מינוט, און שארן מיט אלע מיינע כוחות אין די ציפעדיגע קעלט, אפקראצן די אייז, און ווארעמען דעם קאר.
אבער דער היטשער טוט זיך אן דעם מאנטל און שטעקט ארויס א פינגער. דאס אלעס. די איבריגע זאל ער באקומען אויטאמאטיש. ממש ווי א דעמאקראט!
איז דיר אמאל איינגעפאלן אריינצושטופן א 5-10 דאלער פאר גאז און טאל? פארוואס דארפסטו לעבן אויף מיינע קאסטן?

נאכאמאל, איך האב געקויפט מיין קאר און איך סטראגל צו צאלן און זיך מוטשען יעדע חודש דערמיט, פאר א סיבה, פאר מיין באקוועמליכקייט! נישט כדי צו טיילן היטשעס.
אודאי, אז איך קען, וועל איך עס גערן טון. גראדע גיב איך אסאך היטשעס. אבער נישט אלץ קען איך, און די היטש-הייקערס דארפן דאס פארשטיין.
וירח ה' את ריח הניחוח
מיקוה נייעס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 1:29 pm
געפינט זיך: און מקוה
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל

שליחה דורך מיקוה נייעס »

אינטרעסאנט !!!
יאך געב שוין היטשעס א לאנגער צייט און גארנישט פאסירט אלעס פארט ווי א פידעלע
נישט דא קיין לייכטערע זאך ווי א שווער פעקל געלט

געהערט און מקוה עס קומט גוטע צייטען
פארשפארט