לאמיר העלפן תהילים כולל מאכן מעשיות

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
[NAMELESS]

לאמיר העלפן תהילים כולל מאכן מעשיות

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב רחמנות אויף די שרייבער פון תיהילים כולל וואס דארף יעדע וואך מאכן א פרישע מעשה לאמיר אים ארויסהעלפן און מאכן פאר אים מעשיות.
דא איז מיין ערשטע מעשה:

איך בין געגאנגען אין גאס און א ריזיגע שחור איז מיר אנקעגען געקימען מיט א ריזיגע מעסער און האט מיר געוואלט הרגענען. זייענדיג א גאנץ יעריגע מעמבער פון תהילים כולל האב איך בכלל נישט מורא געהאט , און איך האב געגעבן א שפיי אויף דעם שחור און ער איז אנטלאפן.
האב איך געזעהן בחוש ווי די עלטסטע סגולה פון כלל ישראל באגלייט שטענדיג.


רבותי! ווער נאך??
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איך בין היבש צומישט איבער דעם תהלים כולל, איך קען נישט זאגן אויף 100% אז זיי מאכן אויף מעשיות... אבער אויף איין זאך זענען זיי זיכער שולדיג, און דא קומט אריין דער והייתם נקיים מה' ומישראל, ס'איז אן קיין ספק אז גענוג און נאך ליינער וואס זעען זייערע ארטיקלען האלטן אז זיי באקן פשוט באבא מעשיות, און זיי וואלטן געמעגט דאס אליין פארשטיין און אויפהערן מיט די נאנסענס!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די מעשיות זענען אזוי נאריש אז ס׳איז מסתמא אמת!!
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

א בחור האט מיר פארציילט: איך בין געגאנגען צו א בעשוי און ס'מיר שווארץ געווארן, ס'מיר בכלל נישט געפאלן. אבער קיין שלעכטער ביניך נישט, איך האב געוויסט אז איך וועל נישט קענען זאגן "ניין", וואס טוט מען? אימיר בייגעפאלן - זאגט מיר דער בחור - איך האב זיך דערמאנט פונעם טילעם כולל, און דארט זיצענדיג מיט'ן מדוברת האב איך ארויסגענומען דעם פאון און גערופן דעם כולל און צוגעזאגט א שיינעם סכום.

די ישועה האט נישט געשפעטיגט, זי האט געזאגט 'ניין'.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

פארציילט מיר א שומרים מעמבער: איין נאכט ווען די עולם איז זיך אזוי פיין געשלאפן האבן די אלארמע׳ס פון ״כולל חצות״ אנגעפאנגן מאכן שרעקליכע יללות. אפאר געטרייע מעמבערס זענען אהין געלאפן, אנקומענדיג האט זיך אנדעקט א שרעקליכע בילד... די סעיף איז ברייט אפען און ״תהלים כולל״ האט באוויזן אפצוטראגן מיט 150 מעשיות...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

משה געציל האט געשריבן:פארציילט מיר א שומרים מעמבער: איין נאכט ווען די עולם איז זיך אזוי פיין געשלאפן האבן די אלארמע׳ס פון ״כולל חצות״ אנגעפאנגן מאכן שרעקליכע יללות. אפאר געטרייע מעמבערס זענען אהין געלאפן, אנקומענדיג האט זיך אנדעקט א שרעקליכע בילד... די סעיף איז ברייט אפען און ״תהלים כולל״ האט באוויזן אפצוטראגן מיט 150 מעשיות...

כפארשטיי נישט
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די וואך בשעתן צוגרייטען די קאלום האט א איד אריינגעריפען איבערגעבן די שטוינענדע געשיכטע איבער די גרויסע זכות פון די עלסטע סגולה ביי כלל ישראל, און מיט זיין פילסטע צושטימונג זענען מיר עס מפרסם.
דער איד האט גאר שטארק געוואלט צוקימען צו תהילים כולל צו מאכן א גאנץ יעריגע מעמבערשיפ ווי צוויי מנינים תהילים זאגן אויס יעדען טאג גאנץ תיהילים ברציפות ובלי הפסק , אבער ער האט נשיט געקענט צוקוימען צו די אפיס ווייל די ליינס זענען געוועהן איבערגעפילט פון מענטשען וואס האבן געריפין מאכן מעמבערשיפ.
דער איד האט אבער געוויסט די גרויסקייט פון די עלסטע סגולה ביי כלל ישראל , און ער האט אריינגעלאזט א מעסעזש ביי תהילים כולל (ווי מ'מאכט מעמבערשיפ פאר מזכיר זיין די נאמען ביי צוויי מנינים תהילים וואס זאגן אויס יעדען טאג גאנץ תהילים ברציפות ובלי הפסק) אז מ'זאל אים צוריקריפען. דער איד האט גלייך געזעהן די גרויסע כוח פון די עלסטע סגולה ביי כלל ישראל ווען נאך בלויז 3 שעה האט מען זיך פארבינדען מיט אים און ער האט געמאכט א גאנץ יעריגע מעמבערשיפ אין תהילים כולל מזכיר זיין זיך אין די גאנצע משפחה ביי צוויי מנינים תהילים וואס זאגן אויס יעדען טאג גאנץ תיהילים ברציפות ובלי הפסק.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

איך ווייס פון איד וואס האט געדארפט א ישועה (כ'קען נישט אריינגיין אין פרטים, אבער אין כללים יא, ער האט געדארפט געז, און די ליין ביז צום פאמפ איז געווען איין סוף)
נו, וואס טוט א איד ווען מ'דארף א ישועה, מ'זאגט תהילים, אוי, כ'האב א טעות געמאכט, מ'שטיצט עפעס א איד מיט'ן נאמען "תהילים כולל".
גלייכט רופט ער אן די תהילים כולל, (זייער טעלעפאון נאמבער האט ער געפינען אין די טעגליכע "דבר טיפש בטיפשתו")
ער הערט דעם טעלעפאון קלינגען, ער פילט די ישועה אינטערוועגנס.
למעשה האט א ריקארדינג געזאגט אז די תהילים כולל לצדקת רבי מאיר בעל הנס מאכט זיך אויף ערשט 9'נע אינדערפרי, דהיינו נאך א שעה און א האלב ארום. - ער לאזט א מעסעדש.
אין די מיען טיים, האט ער נישט געהאט א ברירה, נאר צו זאגן תהילים ער זעלבסט.
די זייגער רוקט זיך, ס'איז 9'נע, תהילים כולל רופט אים צוריק. - עטליכע מינוט נאכן געבען זיין קרעדיט קארד, איז ער שוין געשטאנען 18 קארס אוועק פון פאמפ, פונקט כמנין 18 דאללער'דיגע נדבה.
Under influence
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

געציל נעם דיר א לייק. :like
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך אויך האט געשריבן:געציל נעם דיר א לייק. :like

ער קען נישט נעמען. עס ליגט ביי דיר. זיי מוחל און געב אים!!
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

איחוד פעלד האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:פארציילט מיר א שומרים מעמבער: איין נאכט ווען די עולם איז זיך אזוי פיין געשלאפן האבן די אלארמע׳ס פון ״כולל חצות״ אנגעפאנגן מאכן שרעקליכע יללות. אפאר געטרייע מעמבערס זענען אהין געלאפן, אנקומענדיג האט זיך אנדעקט א שרעקליכע בילד... די סעיף איז ברייט אפען און ״תהלים כולל״ האט באוויזן אפצוטראגן מיט 150 מעשיות...

כפארשטיי נישט

ארבעט נישט צו שווער... ניץ דיין קעפל אויף וויכטיגערע זאכן...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געהערט פון א מקור ראשון א מוראדיגע מעשה. א גרויסע מליאנער האט געהאלטען פאר'ן טוהן א ביזנעס דיל, און ס'האט אים נאך געפעלט דריי מיליאן דאלער קעש פאר די מקח. ער האט פארשטייט זיך געגעבן א מעמבערפיש פאר תהילים כולל וואס איז די עלטסטע סגולה פון כלל ישראל און ווי צוויי מנינים אידן זאגן תהילים בכוונה און ברציפות 365 טעג א יאר און זענען מזכיר דעם נאמען. גלייך דעמאלטס איז אים בייגעפאלן אריינצוגיין אין א נאנטע באנק און האט אריינגעגעבן א צעטעל אז ער האט א באמבע, און זיי האבן אים תיכף געגעבן דריי מיליאן דאלער.

די צייטונגען וואס האבן די נעקסטע טאג געשריבן וועגן דעם האבן געשריבען אז דאס איז די גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע, און האבען געשטוינט ווי אזוי עס האט געקענט דורכגעפירט ווערן.

האט מען געזעהן בחוש אז דאס האט נאר געקענט דורכגעפירט אין זכות פון תהילים כולל.

דער איד האט אריינגעריפען אין אפיס דערציילן די מעשה, און האט צוגעזאגט אז זעענדיג די גרויסע כח פון די עלטסטע סגולה פון כלל ישראל וועט ער אפילו יעצט פון תפיסה סעל ווייטער שיקן זיין מעמבערשיפ געלט.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מעמבערפיש? איז דער טעות געווען בכוונה?....
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעקעדיג האט געשריבן:מעמבערפיש? איז דער טעות געווען בכוונה?....

איך האב בטעות אזוי געשריבען, און נאכדעם עס באמערקט , און מחליט געוועהן עס אזוי צו לאזן.....
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

איחוד פעלד האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:פארציילט מיר א שומרים מעמבער: איין נאכט ווען די עולם איז זיך אזוי פיין געשלאפן האבן די אלארמע׳ס פון ״כולל חצות״ אנגעפאנגן מאכן שרעקליכע יללות. אפאר געטרייע מעמבערס זענען אהין געלאפן, אנקומענדיג האט זיך אנדעקט א שרעקליכע בילד... די סעיף איז ברייט אפען און ״תהלים כולל״ האט באוויזן אפצוטראגן מיט 150 מעשיות...

כפארשטיי נישט


איך האב געהערט אז קופת העיר האט אפגעקויפט אפאר פון די מעשיות
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בעצם פראוועט דער עולם איין שטיק ליצנות.און איך לאך מיט. נאר. ערנסט גערעדט. ס'איז א חרפה און בושה אז צדקה מסדות מאכן זיך אזוי ביליג אז זיי פאבריצירן מעשיות. אדער איז עס א פאר יחידים וואס ווילן נישט גיין ארבעטן און זיי זענען אויפגעקומען מיט א גרינגן וועג צו מאכן א פאר דאללער. די תוצאה פון דעם איז אז מ'גלייבט שוין נישט פאר קיינעם.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

א דין תורה הייבט זיך היינט אן
צד התובע: כולל חצות
צד הנתבע: תהילים כולל
הנידון: העתק סיפורי מופתים ללא רשות בכתב
Under influence
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

דערציילט מיר יעצט איינער א מורא'דיגע מעשה. זיין קינד האט זיך מיאוס צושניטן, איז ער מיט שרעק געלאפן צום ER מיט'ן קינד. דער דאקטאר זעהנדיג דעם קינד האט אליינס שיעור גע'חלש'ט, דער טאטע האט זיך יעצט נאך מער דערשראקן, וואס גייט דא פאר? דער דאקטאר זאגט אים אז ער האט נאך אזאנס נישט געזען. דערציילט מיר דער אינגערמאן: דער דאקטאר האט אויסגענומען זיין סעלפאון און אנגערופן תהילים כולל, וואס? ער האט געמיינט אז ער זעהט נישט גוט. דער דאקטאר זאגט פאר'ן אינגערמאן אז ער קען אהיימגיין. "ניטאמאל א באנדאדזש האט ער געלייגט."

ס'דורך איין טאג מיט 2 שעה און מיין זון איז גענצליך אויסגעהיילט געווארן!

נאך 2 וואכן באקומט דער אינגערמאן א ביל פון 1000 דאלער, דאס איז דער סכום וואס דער דאקטאר האט צוגעזאגט פאר טילעם קוילעל. "מעדיקעיד באצאלט נישט פאר מירעקעלס" איז מיר דער אינגערמאן מסביר. "איך האב נאך קיינמאל נישט אזוי גרינג ארויסגענומען 1000 דאללאר פון טאש!" פירט דער אינגערמאן אויס מיט פאטאס!

ער האט מיר געבעטן עס מפרסם צו זיין.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א מוראדיגע מעשה געהאט די מינוט מיט תיהילים כולל, די עלצטע סגולה פון כלל ישראל ווי צוויי מנינים זאגן אויס גאנץ תהילים יעדן טאג פון יאר ברציפות מיט מנין בלי שום הפסק אין אלע דריי ברענטשעס פון די עלצטע סגולה פון כלל ישראל.
איך האב געוואלט שרייבן א פרישע מעשה וועגן תהלים כולל די עלצטע סגולה פון כלל ישראל וכו' און איך האב נישט געהאט וואס צו שרייבן. האב איך צוגעזאגט אז איך וועל באשרייבן תהילים כולל און גלייך מפרסם זיין דא אויף קאווע שטיבעל, איז מיר גלייך בייגעפאלן די מעשה וואס איך שרייב דא יעצט!! און מ'האט באשיימפערליך געזעהן די גרויסע כוח פון די עלטסטע סגולה פון כלל ישראל וואס ווערט געזאגט יעדן טאג פון יאר ברציפות מיט מנין בלי שום הפסק אין אלע דריי ברענטשעס פון תהלים כולל
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל

שליחה דורך עוד מישהו »

א מוראדיגע מעשה וואס ברענגט ארויס די גרויסקייט פון תהלים כולל. קופת העיר האט זיך זייער געמוטשעט מיט אויפקומען מיט פרישע מעשות אין די לעצטע שטיק צייט, נאכן אנקומען ממש עד כלות, און זייענדיג אובדי עצות, האבן זיי אנגערופן תהלים כולל און צוגעזאגט $180 פאר די החזקת הכולל,
איבעריג צו באצייכענען אז צוויי מינוט נאכן אראפלייגן די טעלעפאן האט קופת העיר'ס פאבריצירער, אויסגעטראכט א נייע מופת, והבטיחו לפרסם.

נ"ב די $180 וועט קופת העיר באצאלן נאכן צאמשנארן געלט פון נדיבי עם.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דעם שבת האב איך געזעהן בחוש ווי די עלצטע סגולה פון כלל ישראל בלייבט נישט שילדיג. צוליב פארשידענע זאכן בין איך פרייטיג געוועהן זייער דעפרעסט און צובראכען. אבער ווי באקאנט בין איך עוסק דא צו פארשפרייטען די גרויסע זכות פון די עלצטע סגולה פון כלל ישראל ווי צוויי מנינים זאגן אויס גאנץ תהילים יעדן טאג פון יאר ברציפות מיט מנין בלי שום הפסק אין אלע דריי ברענטשעס פון די עלצטע סגולה פון תהילים כולל. די גרויסע זכות איז מיר בייגעשטאנען מיך ארויסצונעמען פון מיין דעפרעסטע מצב, ווען פרייטיג צו נאכטס בין איך געזעצן ביי א שלום זכור, און אפאר מענטשען לעבן מיר (וואס איך קען זיי נישט) האבן געשמועסט איבער דאס און יענץ, און זיי האבן גערעדט וועגן קאווע שטיבעל. אינמיטען רופט זיך איינער אן, "ענק האבן געזעהן דעם ראשעקאל פון קאווע שטיבעל?! יוי שרייבט ער גוט אין די תהלים כולל אשכול!! ער איז דאך אייזן!!"
פארשטייט זיך אז דאס האט מיך גלייך געגעבן א "באאסט" און מחזק געוועהן און ארויסגעשלעפט פון מיין שווערע מצב, אלעס אין זכות פון די עלצטע סגולה פון תהילים כולל ווי צוויי מנינים זאגן אויס גאנץ תהילים יעדן טאג פון יאר ברציפות מיט מנין בלי שום הפסק אין אלע דריי ברענטשעס פון די עלצטע סגולה פון כלל ישראל
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל

שליחה דורך עוד מישהו »

הקדמה: וויבאלד די מעשה איז פון א מענטש, וואס ס'קען זיין מאנכע וועלן אים קענען, האט מען געמוזט פארדרייען די פאקטן.
מיר וועלן אנרופן די בעל המעשה פייוול שמעלקעזאהן, געווען א בעלבתיש אינגערמאן, א שטוב קע"ה פון צוויי מנינים כמעט, געארבעט האט ער ביז ווען די גרויסע עקאנאמישע קראך האט באטראפן ניו יארק. נאכן קראך האט ער וואו פילע אנדערע, זיך געטראפן אן פרנסה און אן ברויט צו קענען אהיימברענגען פאר זיין בריגאדע, און האבענדיג א זעקס קינדער אין די רייע, איז ער ממש געווארן א מת מצוה. די זעלבסט ווירדע האט אים נישט געלאזט זיך אראפשטעלן אין שומרי שבת שנארן, עאכו"כ ביי פולטאן סט. סטעישאן זיכער נישט, האט פייוול און זיין געזינדל געהונגערט.

נאכן זיך מתייעץ זיין מיט חברים און נאנטע פריינד, האט פייוול ארויסגענומען אן הלוואה, און אפגעפלויגן קיין ארץ ישראל, מיט דעת צו גיין שנארן ביים כותל פאר פערציג טעג, און האפענטליך וועט ער געהאלפן ווערן. אנקומענדיג קיין א"י איז פייוול תיכף ומיד געפארן צו ירושלים, און געגאנגען צום כותל שנארן, ער האט דארט געדאווענט, אין די פארמאכטע טייל האט ער געפונען זיין געלעגער, און גוטהארציגע באבעס האבן געברענגט עסן פאר די אמעריקאנער שנארער.

עס איז אריבער 38 טעג, און פאר פייוול "איז שווארץ געווארן פאר די אויגן, ס'איז געווארן ביינאכט", זעענדיג אז די פאר טויזענט שקל וואס ער האט צאמגעשנארעט, וועט אים גענוג זיין אויף איין בילקע ביי זיין עלטסטע קינד'ס חתונה. ער האט זיך גוט אויסגעוויינט, און טעלעפאנירט אהיים צו זיין ווייב, אזוי רעדנדיג צו זיין ווייב דערציילט זי, אז זי האט געהערט פון א כולל "תהלים כולל", זי האט זיך דארט איינגעשריבן, און נאכן דורכגיין א בחינה ביי די ראש הכולל, האט מען איר אנגענומען.

ותהום כל העיר וישתוממו, א מין מעשה דאס תהלים כולל האט געבראכן די רעקארד, און איז די ערשטע כולל אנצונעמען פרויען. הקיצור פייוול'ס טרערן ביים כותל זענען נישט געגאנגען לאיבוד, און נאך פערציג טעג איז ער אהיים צוריק קיין אמעריקע. פינעף קינדער האבן שוין חתונה געהאט די זעקסטער גייט חתונה האבן ל' טבת.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איחוד פעלד האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:פארציילט מיר א שומרים מעמבער: איין נאכט ווען די עולם איז זיך אזוי פיין געשלאפן האבן די אלארמע׳ס פון ״כולל חצות״ אנגעפאנגן מאכן שרעקליכע יללות. אפאר געטרייע מעמבערס זענען אהין געלאפן, אנקומענדיג האט זיך אנדעקט א שרעקליכע בילד... די סעיף איז ברייט אפען און ״תהלים כולל״ האט באוויזן אפצוטראגן מיט 150 מעשיות...

כפארשטיי נישט

נו, זאג דו אליין. ווער איז שולדיג? ווארט צו א ביסל. ר' יאנקל מיללער, יארמער רב שליט"א זאגט אז אן אונגערישער כאפט עס נאך צוויי וואכן.
פארשפארט