נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

דעוועסטירנד!

שליחה דורך יידל »

די דעילי ניוז שרייבט אז מענטשן זענען נישט געווען די איינציגסטע קרבנות פון האריקעין סענדי. לויט אן אנאנימער באריכטער האט NYU מעדעצינישע שפיטאל פארלוירן טויזענטע מייזן וועלכע זיי האבן גענוצט פאר ריסוירטש. די מייזן זענען געהאלטן געווארן אין ניו יארק אוניווערזיטעט'ס שמילאו געביידע (Smilow Building), וואס איז שטארק פארפלייצט געווארן. די דעילי ניוז' מקור זאגט אז יארן פון ריסוירטש איז געגאנגען לאיבוד, און היות די הונדערטע פריזערס און ריפרידזשירעטארס אין וועלכע מען האט געהאלטן באצילן, ענזיימס, אנטיבאדיס, וואקסינען און ענליכס וועלכע מ'האט גענוצט פאר ריסוירטש זענען אויך געגאנגען שלאפן איז דעריבער די קלאפ פיל ערגער.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אן עלעפאנט רעדט קאריען. פארשער ווייסן נישט וויאזוי זי טוט עס.
http://www.livescience.com/24458-elepha ... -loud.html
בי בי סי באריכט http://www.bbc.co.uk/news/science-environment-20142858
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

צוויי מכשפות/מקובלים (סייקיקס בלע"ז) זענען אויספראבירט געווארן אין א סייענטיפישע טעסט און זענען דורכגעפאלן. די מכשפות טענה'ן אז די סייענטיסן זענען פארמאכטע מוחות וואס ווילן נישט איינזען די אמת.

http://www.independent.co.uk/news/scien ... 70025.html
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ארכעאלאגן האבן אנטדעקט די עלטסטע באוואוינטע ארט אין אייראפע, וואס גייט צוריק לויט זיי מיט ארום זעקס טויזנט יאר צוריק. אויף א קליין פלאץ וואס וואלט היינט געווען אפשר א קליין הייזקע, האט מען געפינען איבערבלייבענישן פון צימערן און שטארקע מויערן וואס האבן זיי ארומגענומען. וואס האבן די מויערן באהאלטן? דער פלאץ איז א נאטורליכע אוצר פון זאלץ, און דאס איז געווען גאר ווערדפול אין יענע צייטן. מען האט עס געמוזט היטן מיט דיקע שטיינערנע מויערן. די ארכעאלאגן האבן זיך אלעמאל געוואונדערט פארוואס מען טרעפט אין יענעם געגנט צירונג און גאלד. מען האט דארט געפינען אן אוצר פון איבער דריי טויזנט גאלד שטיקער, וואס איז באטראכט אלס די עלטסטע גאלד אוצר וואס איז נאר אמאל געפינען געווארן. זיי האבן נישט געקענט פארשטיין ווי אזוי עס קומט אזא עשירות צו פשוט'ע לאנדס ארבעטער. נאך דעם יעצטיגן אנטדעקונג איז דאס מער נישט קיין וואונדער, ווייל זאלץ איז געווען פונקט ווי גאלד אין יענע אור אלטע צייטן.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

יידל האט געשריבן:http://www.sciencedebate.org/debate12/
א געשריבענע דעבאטע צווישן באראק אבאמא און מיט ראמני איבער וויסנשאפטליכע שאלות.

מיין אפיניאן: ראמני האט בעסערע, און שטארק דעטאלירטע ענטפערס צו שאלות, כאטשיג כ'האב נישט געגליכן זיין ענטפער אויף גלאבעלע-אנווארעמנוג.

איך זע אז איך בין נישט דער איינציגסטער וואס האלט אז ראמני האט גענומען מער סיריעס דעם סייענטיפיק דעבאטע. למעשה זע איך אויך אז יענער איז בכלל סורפרייזט אז ראמני האט אנגענומען קלימאט טויש אלס פאקט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

האריקעין סענדי'ס וויקיפעדיע בלאט

שליחה דורך יידל »

אן אינטערעסאנטע שפיל האט זיך אפגעטון אויף האריקעין סענדי'ס וויקיפעדיע בלאט, ווען איינער מיט אן אנטי-קלימאט-טויש אגענדע האט געהאלטן אין איין פארמעקן אלע רעפערענצן צו גלאבאלע אנווארעמונג. די שפיל איז אנגעגאנגען א שיינע שטיק צייט, אבער אין די ענדע האבן די פרא קלימאט טויש שרייבער געוואונען, און גלאבאלע אנווארעמונג ווערט דערמאנט אלס מעגליכער אורזאך פונעם שטורעם. ליינט דעם אינטערעסאנטן ארטיקל דא.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

אין אפצייכענוג פונעם צוועלעפטן יאהרטאג וואס דער אינטערנעשענעל ספעיס סטעישען איז באזעצט מיט מענטשן, שטעלט נאסא צו א נייעם סערוויס פון אימעיל אדער טעקסט אלערט'ס ווען איהר וועט קענען זעהן דעם סטעישען פון אייער הויז בשעת זי פארט אריבער 200 מייל אין דער הייעך.

זייענדיג די ליכטיגסטע זאך אויפן נאכט-הימל נאך די לבנה, קען מען איהר גרינג זעהן מיט'ן נאקעט'ן אויג, נאר אזוי ווי זי זעהט אויס ווי א פליהענדיגער עראפלאן איז כדאי צו וויסן פון פאראויס ווען זי וועט זיך באווייזן.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

טאם הארטספילד האט היינט פובליצירט אן ארטיקל אויף ריעל קליער סייענס ווי ער שאצט אפ די סייענטיפישע מיינונגען פון די פרעזידענטליכע קאנדידאטן, אבאמא און ראמני. לויט אים קומט עס אויס א טיי.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

פארשער וועלכע פארשן דאטא פון דעם LHC (לארדזש היידראן קאליידער) האבן היינט געמאלדן אז זיי האבן געפונען א גאר אויסנארדענטליכן פארטיקל וועלכע טוט צוקאליטשען דעם סופערסימעסטרי טעאריע.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

דאון-סינדראם פאסירט ווען א צעל ווערט איבערקאפירט מיט דריי קאפיעס פון כראמאזאם 21 אנשטאט די געווענליכע צוויי קאפיעס. א פארשער האט באוויזען צו ארויסנעמען דעם עקסטערן קאפיע פון א מענטשליכער צעל וועלכע האט געהאט דריי קאפיעס, דאס הייסט א דאון-סינדראם צעל, און עס פארוואנדלט אין א געזונטער צעל.
http://www.washington.edu/news/2012/11/ ... cell-line/
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 422 מאל

שליחה דורך הציץ ונפגע »

יידל האט געשריבן:פארשער וועלכע פארשן דאטא פון דעם LHC (לארדזש היידראן קאליידער) האבן היינט געמאלדן אז זיי האבן געפונען א גאר אויסנארדענטליכן פארטיקל וועלכע טוט צוקאליטשען דעם סופערסימעסטרי טעאריע.

אויב גייט סופערסימעסטרי ארויס פון פענסטער, גייט סטרינג טעאריע און זיין פוסטריט.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

ונבנתה העיר האט געשריבן:אין אפצייכענוג פונעם צוועלעפטן יאהרטאג וואס דער אינטערנעשענעל ספעיס סטעישען איז באזעצט מיט מענטשן, שטעלט נאסא צו א נייעם סערוויס פון אימעיל אדער טעקסט אלערט'ס ווען איהר וועט קענען זעהן דעם סטעישען פון אייער הויז בשעת זי פארט אריבער 200 מייל אין דער הייעך.

זייענדיג די ליכטיגסטע זאך אויפן נאכט-הימל נאך די לבנה, קען מען איהר גרינג זעהן מיט'ן נאקעט'ן אויג, נאר אזוי ווי זי זעהט אויס ווי א פליהענדיגער עראפלאן איז כדאי צו וויסן פון פאראויס ווען זי וועט זיך באווייזן.

באקומען די ערשטע אלערט:
SpotTheStation! Time: Fri Nov 16 5:08 AM, Visible: 3 min, Max Height: 54 degrees, Appears: NNW, Disappears: NE
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

שליחה דורך לאדיך אפ »

כהאב אויך אויפגעסיינט אין היינט פארטאגס זוכה געווען צו קוקן.
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

ווי לאנג ארום וועט עס נאכאמאל דורכפארן העכער אונז?
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

א נייע שטודיע אויף אלבערט איינשטיין'ס מוח וועלכע איז געווארן פרעזערווירט נאך זיין טויט, ווייזט אז ער האט געהאט אן אומגעווענליכע מוח, דאס הייסט עס האט אויסגעקוקט אנדערש ווי א נארמאלע מוח קוקט אויס. http://www.scienceagogo.com/news/201210 ... _sys.shtml
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
ברוין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 10:22 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

שליחה דורך ברוין »

דאס האט מען נישט גלייך געזען. מען דארף פארדעם א שטודיע?
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

וויאזוי קען מען וויסן צו זיין מוח זעט אויס אנדערש אויב מען שטודירט עס נישט?

די אויפטו פון די שטודיע איז בעיקר צו וויסן וועלכע חלקים קאנטראלירן די פונקיציעס ווי איינשטיין איז געווען שטערקער ווי סתם א מענטש, לדוגמא מאטעמאטיקס.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

נאסא האט נעכטן באריכטעט אז זיי האבן געפונען א נייעם קאנדידאט פאר די ווייטסטע זאך אין די אוניווערס, א גאלאקסי פון שטערנס. עס איז 13.3 ביליאן ליכט יאר אוועק פון די וועלט. http://www.nasa.gov/mission_pages/hubbl ... ecord.html

בילד
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

א גרופע פארשער פון סטענפארד אוניווערזיטעט האבן אויסגעארבעט א נייעם אלגאריטם צו ערמעגליכן פאר א מענטש צו רוקן די מויזל אויפן סקרין בלויז מיט מחשבה (מקור). פאלגנד איז א ווידעא פון טעסט רעזולטאטן פון די נייע אלגאריטם. די טעסט זענען אויסגעפירט געווארן אויף מאלפעס. אויף די לינקע זייט האט די מאלפע גענוצט די אלטע אלגאריטם און אויפן רעכטע זייט האט די מאלפע גענוצט די נייע אלגאריטם:

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=tquQic7PcYA[/youtube]

די פארשער פרובירן אויס די אלגאריטם:

בילד
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

א נייע שטודיע, פובליצירט נעכטן, צייגט אז קלוגע מאלפעס ווי גארילעס און ארענגאטאנען האבן אויך מיד-לייף קריזיסן. לויט די פארשער וועלכע האבן דורכגעפירט די שטודיע, צייגט דאס אז א מיד-לייף קריזיס נעמט זיך נישט - ווי מ'האט געמיינט ביז היינט - פון סאציאלע אדער עקענאמישע פראבלעמען, נאר עס האט ביאלאגישע ווארצלן.

(ייש"כ פאר ידידי וידיד כל בית קאווע, ר' זר זהב שליט"א פארן צושיקן די פריידיגע בשורה איבערן שטודיע).
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יידל האט געשריבן:נאסא האט נעכטן באריכטעט אז זיי האבן געפונען א נייעם קאנדידאט פאר די ווייטסטע זאך אין די אוניווערס, א גאלאקסי פון שטערנס. עס איז 13.3 ביליאן ליכט יאר אוועק פון די וועלט.

סארי פאר מיין - מעגליך תמימות'דיגע - שאלה: זיי האבן אזעלכע שטארקע שפאקטיוון אז זיי קענען זעהן אזוי ווייט?

יידל האט געשריבן:פארשער אנטדעקן א נייע שמעק.

אוי, כ'דארף טוישן מיין ניק.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

יידל האט געשריבן:א נייע שטודיע, פובליצירט נעכטן, צייגט אז קלוגע מאלפעס ווי גארילעס און ארענגאטאנען האבן אויך מיד-לייף קריזיסן. לויט די פארשער וועלכע האבן דורכגעפירט די שטודיע, צייגט דאס אז א מיד-לייף קריזיס נעמט זיך נישט - ווי מ'האט געמיינט ביז היינט - פון סאציאלע אדער עקענאמישע פראבלעמען, נאר עס האט ביאלאגישע ווארצלן.

(ייש"כ פאר ידידי וידיד כל בית קאווע, ר' זר זהב שליט"א פארן צושיקן די פריידיגע בשורה איבערן שטודיע).


עס וואונדערט מיר זייער אז ר' זר זהב שליט"א האט א פריידיגע בשורה און ער שרייבט עס נישט אליין!!
פארשפארט