6 חדשים דערנאך, ווי האלטן מיר אויף די וועלט?
- לאדיך אפ
- ידיד ותיק
- הודעות: 660
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
- האט שוין געלייקט: 220 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל
6 חדשים דערנאך, ווי האלטן מיר אויף די וועלט?
מהאלט שוין קרוב צו 6 חדשים נאך די מעכטיגע כינוס כלל ישראל אין סיטי פיעלד סטעדיום. אסאך ניקס האבן פאראויסגעזאגט אז ביי די צייט ווי מהאלט יעצט וועט שוין נישט קיין זכר פון די ריזאלטס פון די כינוס. היינט קען מען צוריק קוקן און זאגן אזז זיי זענען ניש געווען גערעכט. די כינוס האט אויפגעטו אז א פילטער איז געווארן מענדעטארי. מקען זען ניקס וואס האלטן אין איין שרייבן אז יוטוב איז זיי געבלאקט, אדער אנדערע סייטס וואס זענען געבלאקט דורך זייער פילטער. אבער פון צווייטן זייט איז געווארן א נייע מושג פון כשר'ע אינטערנעט. ממש אווערנייט איז אויפגעשפרינגן אין ווילי 4 קיאסק סענטערס. און כאטישג די פאשקעווילן שרייבערס האלטן אין איין האקן אויף די קיאסקס, קוקט נישט אויס ווי זיי האלטן זיך ביים צומאכן. נאך א ריזאלט פון די אסיפה איז געווען אז אלע מוסדות האבן געמאכט תקנות. אבער כ'מיין אז סהאט נישט צופיל געהאלפן. וואס זאגן ענק? 6 חדשים שפעטער האט מען עפעס אויפגעטון? האט זיך געלוינט די געלט און פלאג?
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
איך האב לעצטענס געכאפט א שמועס מיט איינער וואס איז איינגעשטעלט אין די הנהלה רוחניות פון א גרויסע ת״ת, תוך הדברים רעדענדיג וועגן די אינטערנעט תקנות זאגט ער מיר אזוי סארקאסטיק ״איך האב געוויסט אז עס איז דא ביזנסער וואס קענען זיך אפשר א עצה געבן אן אינטערנעט און זיי זענען זיך טאקע מוסר נפש דערויף, אבער אז עס איז דא ביזנסער וואס האבן אינגאנצען נישט קיין קאמפיאטערס האב איך שוין נישט געוויסט״...
מען האט זיך גענומען אין די האנט אריין מיט מאכן תקנות, אנשטאט אויסארבעטן א געהעריגע מהלך -אויב עס איז בכלל שייך- האט מען געכאפטערהייט ארויס געקלאפט א גאנצע קונטרס מיט פראגע בויגענס מיטן ציל צי האבן די מערסטע שאלות וואס שייך (פארשטייט זיך אז יעדער מוסדות מיז דאך זיין פרומער ווי די אנדערע) און געגאנגען! די זאך איז מסודר! וואס מען האט געטוהן דא בעסעקלי מיט אזא געכאפטע פרומע אומדורכגעטראכטע שריט איז, אז אסאך ביזנעסלייט און ארבעטער -נישט וועלענדיג אז דער טאטערל וואס עפענט די אפליקאציעס זאל אריין קריכן אין די קישקעס פון זיין ביזנעס- האט ער געמאכט איין גרויסן עקס אז ער האט נישט קיין שום קאמפיאטער און כלי וואס קען זיך פארבינדען צום אינטערנעט, פינטל.
צו עס איז דא א אנדערע מהלך וואס וואלט ווען יא געארבעט ווייס איך נישט, אבער דאס איז קלאר אז דער ארויפגעצווינגענע געכאפטע מהלך האט זיכער נישט געארבעט. וואס דארפסטו מער פון דעם? נעם דא ״קאווע שטיבל״, ווער עס שרייבט דא טאקע נאר פון די אפיס ביים ארבעט זאל אויפהייבן די האנט... הא??? סא וואס דרייסטו א קאפ...

ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- בונם
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 31
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2012 1:15 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל
עס איז דא אן אונטערליגנדער יסודות'דיגער פראבלעם וואס קומט יעצט צום אויבערפלאך, און די פירער פארשטייען עס בכלל נישט, און טאקע מען האט לעצטנס אביסל גערעדט דערפון אבער מען גייט נאך אלס מיטן קאפ אין וואנט, אן קיין פלאן אויף פאראויס.
דער פראבלעם וואס איז שוין אויסגעשמועסט געווארן אין אנדערע פלעצער, און מסתם דא אינעם שטיבל אויך, איז אז אינעם צוגעמאכטן געטא קולטור פונעם היימישן חרדי'שן סעקטע, איז אינטערנעט א כלי משחית במלוא מובן המילה. וואס דערצו קען קיין שום פילטער אויף דער וועלט נישט ארבעטן, און דאס פארשטייט מען נישט.
דו פרעגסט אויב עס האט געהאלפן?
איך מוז מחולק זיין מיט די וואס האלטן אז עס האט גארנישט אויפגעטאן. עס האט געהאלפן דערגרייכן א פיצעלע חלק פונעם ציל, און לויט ווי מען האט געזאגט פארן כינוס, איז אפי' איינער וואס איז אראפ פונעם אינטערנעט אויך א געוואונטשענע דערגרייכונג. (דאס זאגט מען שטענדיג, ווען מען וויל זיך באווארענען פון א דורכפאל...)
מען קען יעצט הערן פון אסאך יונגעלייט, און אפי' פון די א.ג. אויפגעקלערטע אז זיי האבן געלייגט א פילטער, און ווי צו ארויסברענגען אז זיי האבן עס נישט געטון געצווינגענערהייט, זאגן זיי אז זיי האלטן אז מען דארף טאקע האבן א פילטער ווייל די נסיונות זענען שרעקליך.
הייסט עס אז די איינציגסטע זאך אויף דער נעט איז אז מען קען דא זינדיגן?
אמת אז דער מענערישער מין ווערט געשלעפט נאך פארשידענע אינסטינקטן וואס רייצן אן זיין בהמות'דיגע תאווה, אבער וואס איז מיט אביסל זעלבסט קאנטראל? וואס איז מיט אביסל מענטשליכער זעלבסט ווירדע? פארוואס איז דער נושא פון זיין א בוחר בטוב נישט א זאך וואס מען פירט זיך דערמיט אין ריעל לייף?
איז טאקע נישט געווען קיין זינד פארן אינטערנעט?
די עלטערע צווישן אונז דערציילן גאר אנדערע מעשיות. עס איז געווען א יצר הרע אויך פאר עס איז נולד געווארן דער אינטערנעט בריאה, און אמת אז דער אינטערנעט מאכט גרינגער צו באגיין א חטא און זיך פארבונדן מיט דבר מאוסים, איז עס אבער פונקט ווי עס האט גרינגער געמאכט צו עוסק זיין אין תורה וחסד.
דער הויפט פראבלעם איז נישט געלייזט געווארן און וועט נישט בעסער ווערן. קיין שום פילטעריי וועט נישט באהאלטן די אפנקייט וואס דער נעט האט געברענגט און וויפיל מען זאל אויף דעם ארבעטן וועט עס נאר בעקפייערן, און די הצלחה וואס די עיני וזקני העדה האבן געוואלט מיט דעם כינוס וועט נישט פאסירן.

“Strong minds discuss ideas, average minds discuss events, weak minds discuss people”
Socrates ―
Socrates ―
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
ס'איז נישט אוועקצומאכן א פשוט'ן פילטער. מען האט אלע יארן פרובירט צו האלטן די גוי'אישע גאס און שמוץ אינדרויסן פון שטוב, און דער אינטערנעט האט אועעקגעוואשן אלע מחיצות.
א פילטער איז זיכער א נחמה פורתא, אן דעם פאלט מען אוועק שנעלער ווי געווענליך, ווי די רבנים זאגן: מיט א קוועטש פון א קנעפל.... ס'איז נישט איבערגעטריבן, ליידער.
מען טאר נישט אוועקמאכן די נסיונות, און א פילטער דארף מען האבן. הכל ריוח, אויב היט מען זיך פון שמוץ, און יא, אפילו בלויז איין נשמה, דארף מען עס טון. נישטא קיין סיבה עס נישט צו האבן.
נאר די רבנים האבן געוואלט עפעס מער ווי דעם, און אויך דורך א טעראריסטישע וועג, און דאס ארבעט נישט, ס'האט קיינמאל נישט געארבעט - חוץ אפשר ווען ס'איז געווען א סנהדרין, און זיכער נישט אין א "חוצפה יסגי" דור.

וירח ה' את ריח הניחוח
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
איך האב געלייגט א פעסטע פילטער וועגן די אסיפה. ווילסט נישט? גלייב מיר נישט! אבער ס'איז א טרו סטארי.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
די וואך אין "דער איד", קען הרב ב. טויב (מ.פילאפף) נישט באהאלטן זיין אנטוישונג אז מענטשן טוען "אויסנארן" דעם סיסטעם,
און פארמאגן צוויי טעלעפאנען, איינס א פשוט'ע, צו ווייזן די עסקנים, "ראו כשר אני", און א צווייטע באהאלטענע סמארטפאון...
אין ארץ ישראל זאגן זיי דערויף, אז מען האט 2 טעלעפאנען, איינס למען ישמעו, און איינס למען יראו..
דא האט איר א קאפי פונעם ארטיקל אין דער איד די וואך, ויצא תשע"ג.

-
- ידיד ותיק
- הודעות: 879
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
- האט שוין געלייקט: 96 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל
ווען די מענטשן זוכן ווען צו פאפן איינעם, איז ער אפשר גערעכט, אבער די מענטשן וואס האבן 2 פאונס זיכן קיינעם נישט צו פאפן, זיי זוכן איין זאך, אז זייערע קינדער זאלן האבן מוסדות ווי צו לערנען.
אויב איינער פאפט איז עס די מוסדות, וואס טרייען צו ווייזן פאר די וועלט אז זיי זענען הייליג, בעת זיי ווייסן גאנץ גוט וויפיל זיי טוען (ליידער) אויף מיט די גאנצע מערכה

- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
לאמיר צוטיילן דעם אינטערנעט פראבלעם אויף צוויי חלקים, דער שכל'דיגער פראבלעם, און דער עמאציאנעלער פראבלעם. דער שכל'דיגער פראבלעם איז אז מיט'ן אינטערנעט קען מען זייער גרינג געוואויר ווערן איבער נייע שיטות און מיינונגען פון וואס מען איז ביז איצט געווען אויסגעשאלטערט אין די ריינע חסידיש'ע סביבה. דער פראבלעם איז נישט אזוי ווייט שייך ביי אונזער עולם. סוף כל סוף, רוב היימישע יונגעלייט (און רוב מענטשן בכלליות) זענען קנאפ אינטערעסירט איבער וואס למשל איז דער חילוק צווישן אטעאיזם און טעאיזם, אויב זיי האבן שוין בכלל אמאל געהערט פון די ווערטער. און אזא איינער וואס איז דוקא יא אינטערעסירט, וואלט געווענליך צוגעקומען צו די אינפארמאציע אויך אן די אינטערנעט, ווייל עס איז גאנץ גרינג זיך צו קענען עפענען דעם קאפ און אנהייבן וויסן אז די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי די גרעניצן פון קרית יואל און שיכון סקווירא, אדער אז עס זענען דא טיפערע חכמות ווי דעם רבי'נס קרעפל פשעט'ל - פאר איינעם וואס האלט דערביי. נאר רוב עולם האלט נישט דערביי סייווי. לדעתי האבן די עסקני האסיפה אינגאנצן נישט מכוון געווען אויף דעם פראבלעם, און קיינער רעדט זיך נישט איין אז א פילטער העלפט אויף דעם.
דער עמאציאנעלער פראבלעם איז שוין פיל א ברייטערער. מען דארף נישט זיין קיין גרויסער בר הכי צו האבן א נסיון ווען עס קומט צו עמאציאנעלע מכשולות וואס דער אינטערנעט קען צוברענגען, ווי למשל ראיות אסורות. כמעט קיינער איז נישט אימיון דערפון. און דאס איז דוקא יא גאר שטארק פארערגערט געווארן דורך די אינטערנעט, ווייל עס זענען דא גענוג און נאך מענטשן וואס וואלטן קיינמאל נישט גע'חלומ'ט פון גיין קויפן א שמוציגן מאגאזין, אבער אז מען האט עס ביי די האנט וועט מען זיך נישט קענען איינהאלטן און וועלן אויספרובירן. דאס איז א דבר פשוט מאוד. ממילא אין דעם הינזיכט האט די אסיפה פיל אויפגעטון. ווי לאנג עס וועט אנהאלטן איז אוממעגליך צו וויסן, און אפילו אויב יו טוב וועט צוריק ווערן מותר לכל הדעות און נאר די יסודות'דיגע פילטער'ס וועלן אנהאלטן איז אויך הכל ריוח.
אלזא די וואס שרייען אז די רבנים האבן ממילא גארנישט אויפגעטון ווייל מען קען סייווי נישט פילטערן אלע אינפארמאציע, איז דאס פשוט טענו לו בחיטין והודו לו בשעורין. נישט אויף די סכנה פון אינפארמאציע האט מען געמאכט די אסיפה, ווען יא וואלטן דארט געווען אפשר א מנין אידן.

האדם לא נברא אלא להתענג
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:56 pm
- האט שוין געלייקט: 50 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:די וואך אין "דער איד", קען הרב ב. טויב (מ.פילאפף) נישט באהאלטן זיין אנטוישונג אז מענטשן טוען "אויסנארן" דעם סיסטעם,
און פארמאגן צוויי טעלעפאנען, איינס א פשוט'ע, צו ווייזן די עסקנים, "ראו כשר אני", און א צווייטע באהאלטענע סמארטפאון...
אין ארץ ישראל זאגן זיי דערויף, אז מען האט 2 טעלעפאנען, איינס למען ישמעו, און איינס למען יראו..
דא האט איר א קאפי פונעם ארטיקל אין דער איד די וואך, ויצא תשע"ג.
דער 'הרב' טויב רעדט זיך נעבעך איין [אדער האט זיך איינגערעדט] אז מגייט טאקע קאנטראלירן די וועלט. קיינער גייט נישט טון וואס ער און די אנדערע מנהלים ווילן נישט...
זייט וויסן הרב טויב, עס פאנגט זיך נישט אן, און לאזט זיך נישט אויס. נישט נאר מיט 2 טעלעפאנען 'פאפט' מען אויס די סיסטעם. גאר אסאך אנדערע זאכן טוט מען וואס ענק ווייסן נישט און ווילן נישט וויסן.
נאר וואס דען? די אסיפה האט למעשה אריינגעברענגט א געוויסע התעוררות פאר אסאך מענטשן. כה לחי.
אבער די פאנאטיקער וואס האבן זיך איינגערעדט אז מען מיינט זיי, אז מען גיבט פון היינט און ווייטער איבער די שליסלעך פאר זיי קעיר צו נעמען פון די גאנצע וועלט. ווערן צוביסלעך געוואור אז ס'נישט ממש אזוי
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
מיר האלטן שוין א איר נאך דער גרויסע פראפאגאנדע פון די כבוד הונגעריגע קינדער פון סקולענע רבי, מיט נאך עטליכע חדשים וועט ווערן א יאר צום היסורישען אזוי גערופענע 'כינוס כלל ישראל', ברוך השם דער אחדות ביי כלל ישראל איז אויף דער העכסטע שטאפל זייט מתן תורה, אין טאקע מיט אט דעם כח פון אהבה אחוה ושלום וריעות האט מען געגעבען דעם יצר הרע א געזונטע שטופ צום ווינקעל, אין מען האט צוריק געווארפען זיין טריפענעם אינטערנעט, מיר האבען איהם געזאגט ניין מיר ווילן עס נישט האבען האלט דיך דערמיט!
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 134
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 13, 2014 5:30 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל